קראצן עקזימע אום שבת?

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לעצטנס האב איך א מוטשעניש מיט "עקזימא" אויף געוויסע הויטן.

דער גרעסטער טייל פון די מוטשעניש, איז די רוחניות'דיגע מוטשעניש... בנוגע שבת קודש. יעדע ריר ממש אויף אזא הויט, און אודאי א קראץ, רייסט אראפ הויט. איך בין זייער נישט קלאר וויפיל ס'איז יא אדער נישט מותר, און איך וואלט געבעטן אויב דא איז דא ווער עס קען קלאר מאכן, אפילו נאר מיט צוצייכענען מראי מקומות צו תשובות אין דעם ענין.

מצד אחד איז עס זיכער א דבר שאין מתכוון. מ'וויל נישט רייסן די הויט, נאר עס קראצט. מצד שני איז עס אבער לכאורה ממש א פסיק רישא. איז שייך דא א היתר פון מתעסק? ועוד כמה וכמה צדדי שאלות.

איך געדענק כהאב אפאר יאר צוריק געזען א תשובה פון רבי מענדל זילבער שליט"א בנוגע מאכן די פיאות שבת, וואו ער איז מברר די זאך מיט פארשידענע צדדים און קומט ארויס להיתר. אזא סארט קלארע תשובה וואלט איך געזוכט אויף דעם ענין.

ייש"כ.
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 91

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך חכם »

און וואס איז מיט קראצן די פיס שבת?
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 91

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

שבת אפילו ע"ה אינו משקר
ושקר אין לו רגליים...

הרב תהלים, וואו קען איך טרעפן די תשובה פון ר' מענדל זילבער?
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טשיינע קלאזעט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:59 am הרב תהלים, וואו קען איך טרעפן די תשובה פון ר' מענדל זילבער?
גיי געדענק... כהאב עס מסתמא געזען אזא 10 יאר צוריק, אולי אין א קובץ, אבער איך מיין אז אין א מאזני צדק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חכם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:29 pm און וואס איז מיט קראצן די פיס שבת?
לכאורה די זעלבע שאלה, כאטש ס'איז אפשר ווייניגער פסיק רישא (עכ"פ אויב רעכנט מען יעדע קראץ פאר זיך).
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5243

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך נקודות טובות »

@דער תהלים איד וואס איז דיין שאלה. הויט וואס קומט אראפ ווען מען קראצט, משום גוזז. אדער אויב עס הויבט אן בלוטען, ומשום חובל?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ביידע. אבער בעיקר גוזז. חובל איז גרינגער אכט צו געבן.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:34 pm לעצטנס האב איך א מוטשעניש מיט "עקזימא" אויף געוויסע הויטן.

דער גרעסטער טייל פון די מוטשעניש, איז די רוחניות'דיגע מוטשעניש... בנוגע שבת קודש. יעדע ריר ממש אויף אזא הויט, און אודאי א קראץ, רייסט אראפ הויט. איך בין זייער נישט קלאר וויפיל ס'איז יא אדער נישט מותר, און איך וואלט געבעטן אויב דא איז דא ווער עס קען קלאר מאכן, אפילו נאר מיט צוצייכענען מראי מקומות צו תשובות אין דעם ענין.

מצד אחד איז עס זיכער א דבר שאין מתכוון. מ'וויל נישט רייסן די הויט, נאר עס קראצט. מצד שני איז עס אבער לכאורה ממש א פסיק רישא. איז שייך דא א היתר פון מתעסק? ועוד כמה וכמה צדדי שאלות.

איך געדענק כהאב אפאר יאר צוריק געזען א תשובה פון רבי מענדל זילבער שליט"א בנוגע מאכן די פיאות שבת, וואו ער איז מברר די זאך מיט פארשידענע צדדים און קומט ארויס להיתר. אזא סארט קלארע תשובה וואלט איך געזוכט אויף דעם ענין.

ייש"כ.
גם אני בחלומי איך מוטשע זיך שוין לאנג מיט דעם פראבלעם, עצה טובה קמ"ל זיכער צו מאכן פון דאנערשטאג צו לייגן קריעם אזוי אז שבת זאל די זאך זיין רואיגער

בכלל איז דא נאך א שטארקע פראבלעם מיט דעם איבער חציצה בנטילת ידיים
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5243

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:36 pm ביידע. אבער בעיקר גוזז. חובל איז גרינגער אכט צו געבן.
איז עס א פסיק רישא אז ביים קראצען וועט אראפקומען הויט? דהיינו מיט איין קראץ וועט זיכער אראפקומען הויט, אדער עס פעלט אויס צו קראצען אפאר מאל כדי די הויט זאל זיך שיילען? ווי אויך איז עס א צער ווען מען קראצט עס נישט, אדער סתם אומבאקוועם כדוגמת מעסקיטא בייט?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6246

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.

אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3653
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5922

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך וואוילער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:39 pm א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.

אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
זייער אינטערעסאנט!
כ'האב אייביג געוואוסט אז מ'טאר נישט אראפנעמען די פארטריקענטע שטיקל פון א מכה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5243

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:25 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:39 pm א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.

אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
זייער אינטערעסאנט!
כ'האב אייביג געוואוסט אז מ'טאר נישט אראפנעמען די פארטריקענטע שטיקל פון א מכה.
פארשטייט זיך נאר אויב איז עס נישט פסיק רישא אז ס'גייט קומען בלוט, און אויך נאר אויב עס קומט נישט מיט א שטיקעל פון די עכטע הויט.
------------------

@Azoi Tzi Zugen איך קען נישט פונקטלעך די מציאות פון עקזימע, אבער אויב איז דאס פארטריקענטע הויט איז עס כלל נישט פשוט, און זיכער נישט דומה צו גלדי המכה.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6246

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

זעה דא אין קצות השולחן קל"ו סעיף י"ד. און די הערה אין בדי השולחן אות כ"ב. למעשה איז טאקע שווער צו זאגן אז עקזימע הייסט ווי א גליד, און נישט ווי עור שנפרש רובו. אבער עור שנפרש רובו איז אויך דא א היתר במקום צער.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5243

Re: קראצן עקזימע אום שבת?

פאוסט דורך נקודות טובות »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:42 pm זעה דא אין קצות השולחן קל"ו סעיף י"ד. און די הערה אין בדי השולחן אות כ"ב. למעשה איז טאקע שווער צו זאגן אז עקזימע הייסט ווי א גליד, און נישט ווי עור שנפרש רובו. אבער עור שנפרש רובו איז אויך דא א היתר במקום צער.
אמת עס איז דא א היתר, אבער די היתר ווערט שוין אביסעל פארווישט אין מחבר אליינס אז מען דארף מחמיר זיין סיי צו רש"י און סיי צו רבינו תם.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט