מיינע באבע תירוצים

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 387
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1071

מיינע באבע תירוצים

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

איין טאג זיצענדיג אליין, אז מיר די קאפ צוריק געפלויגן צו מיינע חדר/ישיבה יאר,
איך האב זיך דערמאנט אלעס וואס איך בין אריבער,
און נאכמער האב איך זיך דערמאנט מיינע פילצאליגע באבע תירוצים, וואס איז געניצט געווארן אויף אסאך שווער געפרעגטע קשיות, וואס מיינע מנהלים/ראשי ישיבות אדער סתם חבירים האבן געשטעלט פאר מיר,

אט האט איר די פאר תירוצים וואס קומט מיר יעצט ארויף אויפן געוויסן,

(און אדרבה אויב האט איר נאך איטליכע תירוצים ענליך צו דעם, שעמט אייך נישט! מיר ווילן הערן א תירוץ,
האב נישט מורה! דו שרייב נאר,)
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 387
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1071

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

געווענטליך- ווייס איך יא.... אבער דעי מאל האב איך נישט געפאוקעסט,

געווענטליך- איז דא מער.... אבער יעצט האט מען זיך עכט פארעכנט,

געווענטליך- בין איך פרייליך.... אבער היינט האב איך נישט פארוואס,

געווענטליך-שטומט עס.... אבער יעצט האט געשטומט אנדערש,

געווענטליך-האב איך עס.... אבער כ'האב עס פונקט פארלוירן,

געווענטליך- קען איך עס.... אבער היינט האב איך פשוט נישט געחזר'ט,

געווענטליך- בין איך צופרידן.... אבער ס'פונקט א שווערע טאג היינט,

געווענטליך- שרייב איך.... אבער יעצט האב איך נישט וואס,

געווענטליך- פארשטיי איך.... אבער מיין קאפ איז פלעין נישט דא געוועהן,

געווענטליך- געווין איך.... אבער דעי מאל האב איך זיך געלאזט,

געווענטליך- טו איך עס נישט.... אבער יעצט האב נישט געהאט קיין ברירה,

געווענטליך- רעד איך רוהיג.... אבער יעצט האסטו גערעדט הויעך,

געווענטליך- בין איך נישט צוגעגרייט.... אבער יעצט האט מען מיך געבעטן,

געווענטליך- פארדין איך.... אבער דעי מאל האב איך נישט גענוג אינוועסטעד,

געווענטליך- בין איך אין א גוטע מאד.... אבער היינט בין איך אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט,

געווענטליך- בעהט איך נישט.... אבער היינט בין איך ממש געדרוקט,

געווענטליך- מאך איך עס דורך.... אבער יעצט ביסטו געשטאנען נעבן מיך,

געווענטליך- בין איך מסודר.... אבער כ'האב פשוט פארגעסן ווי כ'האב עס געלייגט,

געווענטליך- איז נישט דא קיין פראבלעם.... אבער היינט האט זיך געמאכט,

געווענליך- זאג איך דיר פריער.... אבער איך בין יעצט געוןאר געווארן פון דעם,

געווענטליך- ברויך איך נישט.... אבער היינט בין איך דעספערט,

געווענטליך- האב איך וואס צו צולייגן.... אבער היינט איז עס נישט נוגע,

געווענטליך- טענה איך נישט מיט א פאקט.... אבער יעצט איז דו פאקט אנדערש,

געווענטליך- רעדסטו נאן סטאפ.... אבער יעצט געהניצט'סטו,

געווענטליך- האלט איך סודות.... אבער יעצט האב איך זיך פארעדט,

געווענטליך- קאך איך גוט.... אבער יעצט האט זיך עס צוגעברענט,

געווענטליך- וואלט איך מיך אויפגעשטעלט פאר דיך.... אבער יעצט איז די פלאץ פארנומען,

געווענטליך- רעדסטו צום זאך.... אבער יעצט איז עס פונקט נישט אריין געקומען,

געווענטליך- וואלט איך דיר אוועק געגעבן מיינס.... אבער היינט קומט זיך דיך עס נישט,

געווענטליך- האב איך צייט.... פאר דיך אבער יעצט דארף איך לויפן,

געווענטליך- האק איך נישט איבער.... אבער יעצט האב איך א גוטס,

געווענטליך- נעמט עס נישט אזוי לאנג.... אבער יעצט האב איך גענומען א ברעיק,

געווענטליך- טשעפע איך נישט.... אבער יעצט האסטו אנגעפאנגען,

געווענטליך- שיס איך נישט....אבער יעצט ביסטו פונקט אין ציל,

געווענטליך- טו איך עס.... אבער יעצט בין איך פויל,

געווענטליך- וואלט איך דיך עס געגעבן.... אבער יעצט פארגין איך דיך נישט,

געווענטלך- דאווען איך דא.... אבער היינט בין איך אויפגעשטאנען שפעט,

געווענטליך- טריי איך מיין בעסט.... אבער היינט האב איך נישט געטרייט,

געווענטליך- פארענטפער איך זיך.... אבער יעצט האב איך נישט קיין גוטע תירוץ,

געווענטליך- געשעהט עס.... אבער יעצט האט די באשעפער נישט געוואלט,

געווענטליך- ברענג איך ארויס א פוינט ווען איך שרייב.... אבער יעצט זאל זיך יעדער אליין ארויס נעמען וואס ער וויל,

געווענטליך- רעד איך נישט צום זאך.... אבער יעצט האב איך, גוט געזאגט,
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 479

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

זייער שיין. קיפ איט קאמינג!
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 967
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3197

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

געווענטליך- נעמט צייט אז א פרישע שטערן זאל זיך דערלערנען דעם פאך.... אבער יעצט ביסטו אריינגעקומען דערלערנט,
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2007
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4850

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך פופציגער »

געווענליך - וועל איך לייקן א געשמאקע תגחבה, דא דארף מען אבער קאמענטירן עקסטער.

זייער גוט! זייער גוט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6333

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

געווענדליך שרייב איך געווענדליך (מיט א ד') אבער יעצט לכבוד דיר שרייב איך געוועטנליך (מיט א ט')..
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2384

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:49 am געווענטליך- נעמט צייט אז א פרישע שטערן זאל זיך דערלערנען דעם פאך.... אבער יעצט ביסטו אריינגעקומען דערלערנט
פיין ריכטיג געזאגט... עס איז נישט דא וואס צוצולייגן. @מיינע פאעטן זיי ממשיך דו האסט אן ערנסטער טאלאנט.
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 234

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך ציבורא »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:29 pm געווענדליך שרייב איך געווענדליך (מיט א ד') אבער יעצט לכבוד דיר שרייב איך געוועטנליך (מיט א ט')..
געווענדליך שרייבט @מיינע פאעטן געווענטליך, יעצט לכבוד וועים האסטו געשריבן געוועטנליך?
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 387
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1071

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

ציבורא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:36 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:29 pm געווענדליך שרייב איך געווענדליך (מיט א ד') אבער יעצט לכבוד דיר שרייב איך געוועטנליך (מיט א ט')..
געווענדליך שרייבט @מיינע פאעטן געווענטליך, יעצט לכבוד וועים האסטו געשריבן געוועטנליך?
:lol: זעהסט, איך אליין האב דעיס נישט געכאפט,
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6333

Re: מיינע באבע תירוצים!!!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

געווענדליך שרייבט @מיינע פאעזיעס אבער דא האט ער געשריבן @מיינע פאעטן..
אוועיטער
בעל החלומות
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:41 am
Location: אין חלום...
x 39

Re: מיינע באבע תירוצים

פאוסט דורך בעל החלומות »

:lol: :lol: :lol:
שרייב פאוסט