אידישע גראמאטיק

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Grammar

פאוסט דורך נקודות טובות »

האט איינער א קלארע מהלך ווען מען שרייבט, די דער דעם דאס?

ביטע טוישען דעם קעפל. חוץ אויב די מנהלים ווילן אז פאר יעדע ספעציפישע פראגע זאל מען עפענן א פרישן געהענגעל.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2659

Re: Grammar

פאוסט דורך מסתמא »

נקודת טובות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:12 pm האט איינער א קלארע מהלך ווען מען שרייבט, די דער דעם דאס?

ביטע טוישען דעם קעפל. חוץ אויב די מנהלים ווילן אז פאר יעדע ספעציפישע פראגע זאל מען עפענן א פרישן געהענגעל.
וואס כמיין.

”די” איז א לשון נקבה, די פרוי. רוב ”זאכן” רופט מען בלשון נקבה. די קאר, די טיש וכו’
”דער” איז א לשון זכר, דער מאן. רוב מאל וועט מען נישט אנרופן ”זאכן” אלץ אן ער... חוץ ווען סאיז א לשון כבד, ווי ”דער קאר רירט זיך נישט”

”דעם” באציט זיך צו א קאנצעפט (געווענטליך א מענטשליכע פאזיציע) וואס איז נישט געבינדן צו א זכר אדער נקבה, ווי דעם דאקטער.
די און דעם ווערן ביידע גענוצט אויכעט פאר זאכן. אבער געווענטליך אי מער ריכטיג צו נוצן ”די” אנשטאט ”דעם”.

די דריי אויסנאמען ווען צו נוצן דעם אנשטאט די
- אין איין סטעיטמענט איז בעסער נישט איבערצוניצן די זעלבע ווארט במילא וואלט איך געזאגט, נעם ”די” מעסער פון ”דעם” טיש.
- "דעם” טיילט מער ווי ”די” בבחינת כזה ראה וקדש.
- ”דעם” באצייכנט מער א שטאנדהאפטיגע זאך, א טיש איז מער שטאנדהאפטיג ווי א מעסער.

"דאס” באציט זיך צו א זאך.
- געווענטליך מער דירעקט בבחינת כזה ראה וקדש.
- געווענטליך איז עס מער א לשון כבד ווי ”דעם”

סברות כרסיות..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך וואוילער »

גוט געפרעגט, און מ'דארף נישט קיין סברות כרסיות עס צו פארענטפערן, אלעס האט פונקטליכע כללים.
(די) [דער] אמת איז אז כ'האב געלערנט די זאכן שוין יארן צוריק, און כ'געדענק נישט 100 פראצענטיג אלע כללים, אבער עפעס אזוי,

״די״ איז לשון נקבה, אזויווי @מסתמא האט געזאגט, אבער ס'נישט אמת אז רוב ״זאכן״ זענען לשון נקבה, עפ״י רוב דארף מען נוצן ״דאס״ פאר חפצים, ווי לדוגמא ״דאס קאר״, אבער היות די ווארט ״די״ זאגט זיך מער פליסיג, איז כמעט אלעס ״די״.

נאך א פאל ווען מ'נוצט ״די״, איז פאר א לשון רבים, ״די טישן״.

אויב כ'האב נישט קיין טעות, איז ״דעם״ נישט קיין עכטע ווארט, ס'נאר אזא קאמבינאציע פון ״די״ מיט ״דאס״, אזויווי די ווארט ״דעיס״.

״דער״ איז פאר לשון זכר, ״דער באשעפער״ און ״דער רבי״, רוב ציבור וועט זאגן און שרייבן ״די רבי״ אבער ס'איז א טעות ביי א לשון זכר.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 6:15 pm גוט געפרעגט, און מ'דארף נישט קיין סברות כרסיות עס צו פארענטפערן, אלעס האט פונקטליכע כללים.
(די) [דער] אמת איז אז כ'האב געלערנט די זאכן שוין יארן צוריק, און כ'געדענק נישט 100 פראצענטיג אלע כללים, אבער עפעס אזוי,

״די״ איז לשון נקבה, אזויווי @מסתמא האט געזאגט, אבער ס'נישט אמת אז רוב ״זאכן״ זענען לשון נקבה, עפ״י רוב דארף מען נוצן ״דאס״ פאר חפצים, ווי לדוגמא ״דאס קאר״, אבער היות די ווארט ״די״ זאגט זיך מער פליסיג, איז כמעט אלעס ״די״.

נאך א פאל ווען מ'נוצט ״די״, איז פאר א לשון רבים, ״די טישן״.

אויב כ'האב נישט קיין טעות, איז ״דעם״ נישט קיין עכטע ווארט, ס'נאר אזא קאמבינאציע פון ״די״ מיט ״דאס״, אזויווי די ווארט ״דעיס״.

״דער״ איז פאר לשון זכר, ״דער באשעפער״ און ״דער רבי״, רוב ציבור וועט זאגן און שרייבן ״די רבי״ אבער ס'איז א טעות ביי א לשון זכר.
דער רבי איז שווער צוזאגן צוליב דאס וואס עס קומט זיך צוזאמען צוויי מאל ''ר''.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
היסטאריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:14 am
x 64

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך היסטאריש »

@מסתמא און @וואוילער, די כללים זענען נאך קלארער, אבער אביסל אנדערש.

דער איז פאר א זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל, אבער נאר ביי נאמינאטיוו. ביי אקוזאטיוו וועט מען שרייבן דעם פאר זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל. ביי דאטיוו, דעם פאר זכר, דער פאר נקיבה, און דעם פאר נייטראל. און ביי לשון רבים אייביג די.

נאמינאטיוו: זכר דער, נקיבה די, נייטראל דאס.
אקוזאטיוו: זכר דעם, נקיבה די, נייטראל דאס.
דאטיוו: זכר דעם, נקיבה דער, נייטראל דעם.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך וואוילער »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:45 pm @מסתמא און @וואוילער, די כללים זענען נאך קלארער, אבער אביסל אנדערש.

ייש״כ
קענס ביטע טייטשן די 3 סארט ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט טיוו?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך וואוילער »

צום קעפל.

פארוואס זאגט מען:
עס איז געשעהן / עס האט פאסירט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 14, 2023 10:44 pm צום קעפל.

פארוואס זאגט מען:
עס איז געשעהן / עס האט פאסירט
ער האט געגעסן, ער איז געשלאפען.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך וואוילער »

מיין שאלה איז געוועהן אז ״פאסירט״ און ״געשעהן״ האבן די זעלבע באדייט, און מ'נוצט אן אנדערן אויסדרוק.
אבער לגבי דיין example דארף מען טאקע אויך פארשטיין וואס איז די חילוק.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

אין ''די שריפט'' ביי די אפטיילונג וואו קינדער שרייבן ארטיקלען און ''דע שריפט'' זאגו וואס מ'דארף פארעכטן, איז איינמאל געשטאנען איבער ''איז'' און ''האט''.

זיי האבן געמאכט א חילוק צווישן א זאך וואס מ'טוט מיט'ן גאנצן גוף ווי גיין/שטיין/שלאפן וכו' וואס אויף דעם וועט מען געווענליך שרייבן ''איז'' ווי צו ביישפילן '' שמעון איז געשטאנען/געגאנגען/געשלאפן/געווען (די גאנצע גוף) אין ביהמ''ד'', משא''כ ווען עס איז א פעולה וואס דער מענטש טוט מיט א חלק פון זיין גוף ווי עסן/טרינקן/רעדן/לאכן/הערן/טראכטן וכדומה, וועט מען שרייבן ''האט'' ווי צום ביישפיל שמעון האט געגעסן/געטרינקן/געלאכט/געטראכט/געהערט.
(ביז דא איז דארט געשטאנען, פון דא און ווייטער איז אן הוספה לויט מיין הבנה.

ווען דער מענטש אליינס דערציילט אויף זיך א זאך מיט א חלק פונעם גוף וועט מען שרייבן ''האב'' ווצב''ש ''איך האב געגעסן''.

א זאך מיטן גאנצן גוף וועט מען [שרייבן]/זאגן אנשטאט ''איז'' ''בין'' ווצב''ש איך בין אריין אין ביהמ''ד)

@וואוילער

יעצט באמערקט אז דיין שאלה איז איבער פאסירט און געשעהן.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

אזוי ווי @שמח זאגט, נאר מיט אביסעל הסבר.
סאיז דא דעם שם דבר, און דעם תואר.
איך בין איז דער דבר, איך האב איז דער תואר.
געשעהן איז א שם דבר, פאסירט איז א תואר.
שלאפן איז א דבר, עסן איז א תואר.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:44 pm אזוי ווי @שמח זאגט, נאר מיט אביסעל הסבר.

וואס מיינט תואר? (לא הביישן למד...)
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמח האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:44 pm אזוי ווי @שמח זאגט, נאר מיט אביסעל הסבר.
סאיז דא דעם שם דבר, און דעם תואר.
איך בין איז דער דבר, איך האב איז דער תואר.
געשעהן איז א שם דבר, פאסירט איז א תואר.
שלאפן איז א דבר, עסן איז א תואר.
וואס מיינט תואר? (לא הביישן למד...)
א מציאות וואס דו ביסט אין, איז אן עצם. א זאך וואס דו טוסט איז א תואר.
ווען די שלאפסט טוסטו גארנישט, דהיינו בלא מעשה. שטימט די אויסדריק ביסט/בין/איז. משא''כ עסן איז א מעשה, שטימט דעם אויסדריק האב געגעסן.

פאסירט איז א סיפור דברים, נישט קיין מציאות. משא''כ געשעהן איז א מציאות.@שמח
אבער ס'ווערט אויך גענוצט אויף ער ''איז'' געגאנגען. וואס איז טאקע נאר א תואר, אבער דאך א מצב ווי א מענטש לייגט זיך אריין, משא''כ עסן.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שמעון יואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 4:21 pm
Location: עולם הדמיון
x 195

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעון יואל »

תואר אין אידיש אין שילדערונג
טייטלבוים
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:11 pm
x 56

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך טייטלבוים »

איז דא כללים ווען מען לייגט צאם צוויי ווערטער, למשל,

ארויס געפארן/גענומען/געקומען וכו’ אדער ארויסגעקומען/ארויסגענומען/ארויסגעפארן

אוועק צו לייגן אדער אוועקצולייגן

וכו’
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

Spa 42 האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:27 pm וואס זענען די כללים ווען שרייבט מען:

אין און

די דו

פיס פוס

געוויסט געוואוסט

וכו' וכו'
אין איז in, און איז and

דו איז you, די איז the

ווי איז like, וואו איז where.

יעדע מאל א ווארט דארף אן אות ו' נאך א ו', לייגט מען אן אל''ף קודם. דוגמא, וואו, וואוינט,
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

טייטלבוים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:51 am איז דא כללים ווען מען לייגט צאם צוויי ווערטער, למשל,

ארויס געפארן/גענומען/געקומען וכו’ אדער ארויסגעקומען/ארויסגענומען/ארויסגעפארן

אוועק צו לייגן אדער אוועקצולייגן

וכו’
@מענדל_הערש_פאנעט
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

@מסתמא @וואוילער @היסטאריש
דא האב איך ג'עפענט אן אשכול און געשריבען ''די'', איז געקומען א מנהל און געטוישט צו ''דאס''. שטעלט זיך א שאלה, איז ער גערעכט אדער נישט?

ווען מען רעדט פון א וועבזייטעל וועט מען שרייבען ''דאס'' אדער ''דעם''?

איך קלער גראדע אז ''דער'' איז די ריכטיגע, ווייל עס באציהט זיך אויפן מחבר החפץ חיים.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:46 pm @מסתמא @וואוילער @היסטאריש

עס באציהט זיך אויף די ווארט "וועבזייטל" וואס איז א חפצא, נוצט מען די ווארט "דאס".
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:00 pm

איר האלט נישט אז עס באציהט זיך אויפ חפץ חיים? די ציהל פונעם אשכול איז דאך געווען צו רעדן איבער די חפץ חיים וועבזייטעל!
ווען מען זאל רעדן פון א סאטמאר מאנסי וועבזייטעל, וואלט איר פארשטאנען אז מען שרייבט דאס סאטמאר מאנסי וועבזייטעל? וואס איך מיין צו פרעגן איז אז דער דגוש איז נישט אויפן וועבזייטעל, נאר אויף סאטמאר מאנסי. אזוי אויך דא איז דער דגוש אויפן חפץ חיים. ניין?

אגב, איר שרייבט ''איך קלער גראדע אז דער איז די ריכטיגע''. איז נישט ריכטיג צו שרייבען ''דאס ריכטיגע''?

איך בין א גרויסען עם הארץ ווען עס קומט צו אידישע גראמאטיק, סארי...

זעהט אויס אז "דער" מנהל האט אפגעלערנט "דעם" קעפל אז "דאס" ווארט "די" באציהט זיך אויפ'ן וועבזייטל, דעריבער האט ער "עס" געטוישט.
אויב דו וואלסט געשריבן "דער חפץ חיים וועבזייטל" וואלט מען פארשטאנען אז דו באציהסט דאס ווארט "דער" אויף "דעם" חפץ חיים.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 181

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:18 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:00 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:46 pm @מסתמא @וואוילער @היסטאריש
דא האב איך ג'עפענט אן אשכול און געשריבען ''די'', איז געקומען א מנהל און געטוישט צו ''דאס''. שטעלט זיך א שאלה, איז ער גערעכט אדער נישט?

ווען מען רעדט פון א וועבזייטעל וועט מען שרייבען ''דאס'' אדער ''דעם''?

איך קלער גראדע אז ''דער'' איז די ריכטיגע, ווייל עס באציהט זיך אויפן מחבר החפץ חיים.
עס באציהט זיך אויף די ווארט "וועבזייטל" וואס איז א חפצא, נוצט מען די ווארט "דאס".
איר האלט נישט אז עס באציהט זיך אויפ חפץ חיים? די ציהל פונעם אשכול איז דאך געווען צו רעדן איבער די חפץ חיים וועבזייטעל!
ווען מען זאל רעדן פון א סאטמאר מאנסי וועבזייטעל, וואלט איר פארשטאנען אז מען שרייבט דאס סאטמאר מאנסי וועבזייטעל? וואס איך מיין צו פרעגן איז אז דער דגוש איז נישט אויפן וועבזייטעל, נאר אויף סאטמאר מאנסי. אזוי אויך דא איז דער דגוש אויפן חפץ חיים. ניין?

אגב, איר שרייבט ''איך קלער גראדע אז דער איז די ריכטיגע''. איז נישט ריכטיג צו שרייבען ''דאס ריכטיגע''?

איך בין א גרויסען עם הארץ ווען עס קומט צו אידישע גראמאטיק, סארי...
'חפץ חיים וועבזייטל' באציט זיך אודאי אויפ'ן וועבזייטל וואס דו רופסט 'חפץ חיים', אדער 'חפץ חיים וועבזייטל'. און 'וועבזייטל' איז א דימינוטיוו, אויף וואס מען שרייבט 'דאס'. אויב וואלט געשטאנען 'חפץ חיימ'ס וועבזייטל' דאן באציט מען זיך צו אן אייגנטום פון א מענטש (אפילו נישט בוכשטעבליך), און דאן וואלט מען געשריבן 'דעם חפץ חיימ'ס וועבזייטל'.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:45 pm @מסתמא און @וואוילער, די כללים זענען נאך קלארער, אבער אביסל אנדערש.

דער איז פאר א זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל, אבער נאר ביי נאמינאטיוו. ביי אקוזאטיוו וועט מען שרייבן דעם פאר זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל. ביי דאטיוו, דעם פאר זכר, דער פאר נקיבה, און דעם פאר נייטראל. און ביי לשון רבים אייביג די.

נאמינאטיוו: זכר דער, נקיבה די, נייטראל דאס.
אקוזאטיוו: זכר דעם, נקיבה די, נייטראל דאס.
דאטיוו: זכר דעם, נקיבה דער, נייטראל דעם.
איך קען דא אויך אריינרוקען דעם פסוק? כל הנקרא בשמי ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו פארשטייט זיך מיט די ספרדישע הברה...

@שמעלקא וואס טוט זיך דא??
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 7:03 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:45 pm @מסתמא און @וואוילער, די כללים זענען נאך קלארער, אבער אביסל אנדערש.

דער איז פאר א זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל, אבער נאר ביי נאמינאטיוו. ביי אקוזאטיוו וועט מען שרייבן דעם פאר זכר, די פאר נקיבה, און דאס פאר נייטראל. ביי דאטיוו, דעם פאר זכר, דער פאר נקיבה, און דעם פאר נייטראל. און ביי לשון רבים אייביג די.

נאמינאטיוו: זכר דער, נקיבה די, נייטראל דאס.
אקוזאטיוו: זכר דעם, נקיבה די, נייטראל דאס.
דאטיוו: זכר דעם, נקיבה דער, נייטראל דעם.
איך קען דא אויך אריינרוקען דעם פסוק? כל הנקרא בשמי ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו פארשטייט זיך מיט די ספרדישע הברה...

@שמעלקא וואס טוט זיך דא??
דאס איז וואס @גרשון - פון די גראמאטיק לייבן אויף אייוועלט, האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 10:49 pm נאמינאטיוו, אקוזאטיוו, און דאטיוו – אין קורצן זייער באדייט:

"נאמינאטיוו" אין דער מענטש אדער חפץ וואס טוט די זאך אינעם זאץ: דער טאטע איז געגאנגען אין בית המדרש, דער טיש האט זיך צובראכן, די מאמע האט געגעבן צו עסן פאר די קינדער, די זון האט אויפגעשיינט, דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען, דאס הארץ איז געווען מלא שמחה. דאס ווערט גערופן דער subject פונעם זאץ.

"אקוזאטיוו" באציט זיך צו עפעס וואס א צווייטער האט געטון מיט אים: איך האב געזען דעם רבי'ן, מיין חבר האט אויפגעהויבן דעם שאנק, מיין זון האט באטראכט די נאטור, איך האב געקושט די מזוזה, דער רייניגער האט אפגעוואושט דאס וואסער. דאס ווערט גערופן direct object.

"דאטיוו" איז עפעס וואס פאלגט נאך א פרעפאזיציע (פון, צו, אויף, אונטער, העכער, נעבן, וועגן, צוליב, דורך, מיט, אן, ביז, אא"וו), אדער אפילו די פרעפאזיציע שטייט נישט אבער באמת וואלט עס דא געקומען: איך בין געגאנגען צו דעם (צום) בית המדרש, ער האט געזאגט [פאר] דעם באאמטן, דער גליקליכסטער אויף דער וועלט, דאס קינד מיט דער מאמע, ער האט געזוכט מיט דעם (מיט'ן) אויג, איך האב געפרעגט [פון] דעם קינד.

אידישע גראמאטיק איז שטארק באזירט אויף די חילוקים פון די דריי פעלער, ועוד חזון למועד בעז"ה.

צו זען מער:
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_grammar
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך שמח »

פינג @שמעון יואל, אויב האסטו וואס צו-צולייגן (איז דער ווארט גוט געשריבן?...) צו דעם טעמע האלט זיך נישט צוריק...

שרייב פאוסט