נעבעך, ער ווייסט ניטאמאל אז ס'פעלט אים עפעס…

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 409

נעבעך, ער ווייסט ניטאמאל אז ס'פעלט אים עפעס…

פאוסט דורך משה יצחקי »

בס״ד.

מיינע געפילן פון אפאר שעה צוריק…


ברוך דיין האמת מיטן שם המלכות, ליידער אזוי אינג אוועגעשניטן געווארן איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים, דאס הארץ רייסט, די ווענט פונעם שבעה הויז וויינען, ס׳איז ממש א פחד פארן צוקוקער.

ביים אריינגיין מנחם אבל זיין זעה איך ווי ס׳זיצן די יתומים פארטרערט און צושאקעלט, ווארטענדיג בכליון עניים פאר נחמה און ליכטיגקייט, פלוצלינג פאלן מיינער אויגן אויפן יונגסטע יתום׳ל, א קליין אינגעלע, ווי ער שפרינגט ארום מיט א שמייכל און האט הנאה פונעם הָא הַא וואס קומט פאר אין זיין הויז, דאס האט מיר שוין געמאכט ממש אויספלאצן אין א געוויין! נעבעך, ער ווייסט ניטאמאל וואס ער האט פארלוירן!

בשעת איך וויין פאלט מיר איין, אז ממש אזוי קוקן מיר אויס אין די דריי וואכן, אונז האבן פארלוירן די בית המקדש די שכינה הקדושה איז אין גלות, אונז זענען אזוי ווייט פון השראת השכינה, און ליידער ווייסן אונז ניטאמאל אויף וואס צו וויינען, אונז זעהן אויס ווי די קליינער יתום׳ל.


מלך רחמן שתשוב ותרחם עלינו ועל מקדשך.. 🎶🎶
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2396
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6254

Re: נעבעך… ער ווייסט ניטאמאל אז עס פעלט אין עפעס.

פאוסט דורך פופציגער »

😥
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3635
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10529

Re: נעבעך… ער ווייסט ניטאמאל אז עס פעלט אין עפעס.

פאוסט דורך פליט »

אוי שניידט דאס!!!

האסט מיר ערענסט צושאקעלט.. אוי יבנה המקדש עיר ציון.......
שרייב פאוסט