צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 11:33 amכבין פארנומען כרגע און כוויל זייער שטארק מיר זאלן זיך דורכקומען און זיין אויף איין בלאט. סאיז די סיגנון הכתיבה וואס אני הקטן בראשית דרכי האב אויכעט געהאט פראבלעמען דערמיט ואכמ"ל.אישי האט געשריבן:
א גיט יאר הרב צייטווייליג
איך וואלט געוואלט וויסן א דוגמא פון 2-3 נושאים וויאזוי איך האב נישט גיט געשריבן [איך שרייב היבש שנעל, און פיל מאל טראכט איך ווייניג בעפארן שרייבן] און זיך פארעכטן דערין צו אויסמיידן פראבלעימען אין די עתיד
[דערווייל האב איך נאכנישט באקומען אין אישי פריוואט דוגמאות פטן תגובוות אדער נושאים וואס איך דארף נזהר זיין וויאזוי צו שרייבן, אויב שייך ביטע מיר צו ווייזן ייש''כ.]
אדער בעסער איז אז איך זאל בכלל נישט שרייבן אין יענע נושאים
כגיי שרייבן מיינע צוויי צענט. כרעד פאר מיר און נאר פאר מיר. נישט בשם די הנהלה. אבער כגלויב אז אויב איך מיט דיר האבן א שפראך העט די הנהלה אויכעט זיין אקעי מיט דיין דא זיין.
1 דוגמת דיינע איזרעילישע באריכטן וועגן א לבנון מלחמה וועלכע ווערן באריכטעט באופן פאניק, בשעת וואס סאיז נאכנישט קלאר אפילו וואס גייט זיין. די הרגשים און געשרייען וועלכע זענען מער ווי די פאקטישע נייעסן, בשעת וואס יענער עגריעט בכלל נישט מיט די הרגשים און קוק. יעצט, צו דו מעגסט אויסדריקן דיין צד? א ודאי יא, אבער סדארף זיין מיט א מאס.
נקוט האי כללא בידך, דו גייסט קיינעם נישט טוישן און א אופן פון שרייבן וואס באצווינגט יעדעם מיט דיין פרעספעקטיוו מאכט מענטשן זייער נערוועז. שרייב דיר דאס דייניגע. זאג דיר דאס דייניגע. און גיי ווייטער.
כווייס אז סאיז א פיין ליין אבער מדארף האבן די סענס דערצו בכדי נישט צו אפירקומען ווי א טראלל/נעכס/פגע רע וכו’ וכו’ נישט חלילה וחס אז כזאג אז דו ביסט, נאר בדרך כלל איז שרייבן א צווייטע חוש ווי רעדן און סנעמט צייט צו דעוועלאפן די סענס וויאזוי דאס שרייבן דארף צוגיין בכדי אז דאס וואס דיר ליגט אין הארצן זאל אריבערקומען ריכטיג צום ליינער.
האלטסט עפעס? האלט דיך נישט צוריק פון עס זאגן מיט אלע קאלירן, אבער געדענק צו ענדיגן מיט די ווערטער לענ”ד וכדומה אז דער ליינער זאל וויסן אז ער א טשויס צו מקבל זיין אדער אפזאגן
2 מקען נישט שטופן קיין נערעטיוו אין נייעס אלץ פאקט אן קיין דאטא עס צו בעקן. אין פאקט איז ביי דיר אין די איזרעילי טעמע א חוב קדוש צו שטופן די גיוס נערעטיוו און די נערעטיוו אז די איזרעיליס זוכן מלחמה.
איז אזוי, דא גיימיר נישט מיט די מהלך אז יעדע איזרעילי נייעס מוז קומען מיט די פוי צווישנרוף. א ודאי קיין שום שבח לרשעים טאר דא נישט זיין אבער די נייעס איז נישט קיין פראטעסט ווינקל, ויחי ההבדל.
ווייטער איז דאך קלאר אז די לינקע ווילן גיוס און רעדן דערפון כסדר בשעת די רעכטע חרידים פייטן עס, מסתמה נישט גענוג אבער זיי פייטן עס. יעצט צו נעמען עני סטעיטמענט פון עני רענדאם איזרעילי לינקער אפישעל וועגן מגייס זיין די חרידים און מאכן א ויצעקו אין די נייעס אז די ציונים מאכן א פרישע גיוס געזעץ איז פלעין פשוט מיסאינפארמירט און מיסבאריכטעט. נניח סאיז דא א הסכם פון די חרידים קענסטו ארויסלייגן די פאפירן און אינטערליינען די לופהאולס וכדומה אבער סתם מאכן א פאניק פון יעדע סטעיטמענט פון עפעס א לינקע שמויטעפאנע איז סתם איבערגעטריבן און געהעריג אפגעטיילט פון רעאליטעט.
היצטערט ווען אזא סארט נערעטיוו ווערט אריינגעהאקט אין די איזרעילי מלחמה נייעסן איבער און איבער איז עס נערוועז מאכנד.
סיכום פון ביז אהער
1 גיב פלאץ פאר אנדערע הרגשים און הרגשים אויסטייטשונגען אויפן רעאליטעט. מעגסט קלאר זאגן וויאזוי ”דו’ זעסט עס. אבער לאז יענעם פילן און זעהן אנדערש
2 פאקטן דארפן א מקור פון וואו דאס קומט. קענסט שרייבן אן קיין מקור, אבער אין אזא פאל שרייב ”כזעה שרייבן” ”מאנכע געבן אן” ”נישט וועריפייד” וכו’ וכו’ ותן לחכם
3 די גזירות אין אר”י דארף א טיעפע הבנה בעפארן סתם שרייען. ויותר מזה, אידטיש איז נישט קיין טעבלויד צו אראפרייסן קיינעם און גארנישט. דעריבער איז עכט עכט נישט פאסיג צו אראפרייסן אגודה רבנים דא טראצדעם וואס אני הקטן און פילע פון די חברי ההנהלה האלטן ווי דיר, פשוט סאיז אונזער ליניע נישט צו אראפרייסן רבנים, קהילות וכו’ דאס העמיר לאזן אנדערע טון, סאיז אפשר ריכטיג אבער אידטיש איז נישט די פלאץ דערפאר.
3 יעצט לאמיר בארירן נאך א נקודה, סאיז א פשוטע פאקט אז משומר בלאקט אידטיש און עפנט עס נאר בדוחק ממש. יעצט איז דאך פשוט אז די נישט מהר”א סאטמארע לאגער איז דא די מינאריטעט. וואס זאלמיר טון? אני הקטן בין עכט נוטראל בנושא הזה און סאיז א ווייטאג אז משומר עפנט נישט פאר נאך קאנאן שרייבער פון די אנדערע חדר.
יעצט די פאקט איז אז פלוני וחביריו האבן דא געמאכט מהומות און דאס איז נישט אקצעפטירט. פשוט סאיז נישט קיין מחלוקת סייט. דא קומט מען שמועסן געמיטליך און שוין.
אזא זאך צו שטיפן העצע וכו’ אויף די סייט עמם בבית פון די פירער דערפון, איז שלא מן היושר. און סאיז בגדר טראלל. וכו’
יעצט צו מצד די הנהלה זענען דא צוויי דריי מיט ציווילע ניקס און טרעטן אויף די אייגענע גדרים? קען זיין, כהאב 2 3 מאל געבראכן די פאליסיס און מיך נישט קאנטראלד און די הנהלה האט עס איבערגעקוקט און מיך אפירגעהאלטן וכו’
די נקודה איז אז אנשטאט איבערדרייען מיט ויצעקו’ס שיק מיך פריוואט סיי וועלכע דאבל סטענדערט וכדומה און כוועל עס פרובירן צו אויסגראדן. די חברי ההנהלה מעקן זיך איינער דעם צווייטן אויכעט.
בקיצור, כהאף אז מהאמיר עפעס א פארשטאנד און אדרבה אויב דיסעגריסטו אדער דו פארשטייסט נישט לאמיר וויסן דיינע צוויי צענט
פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 7:28 pm די חברה ההנהלה מעקן זיך איינער דעם צווייטן אויכעט.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
קודם כל, בינעך קיין מנהל, בס”ה אן אחראי.אישי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 5:44 pm א גוטן טייערע מנהל, וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל מער נישט באקומען קיין אימעילס ווען ס'קומט צו נאך א פאוסט צו א טעמע?
יעצט לענין, זעה בייגעלייגט דאס בילד וואס איר דארפט אויסוועלן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3585
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9371
Re: פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
דוכט זיך מיר אז ס'איז א טעות. יענע קנעפל איז צו שיקן א אימעיל מיט א לינק צו די טעמע פאר א צווייטן.צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 7:59 pmקודם כל, בינעך קיין מנהל, בס”ה אן אחראי.אישי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 5:44 pm א גוטן טייערע מנהל, וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל מער נישט באקומען קיין אימעילס ווען ס'קומט צו נאך א פאוסט צו א טעמע?
יעצט לענין, זעה בייגעלייגט דאס בילד וואס איר דארפט אויסוועלן.
Screenshot_20240731-195402_Chrome.jpg
@צייטווייליג האט לכאורה געמיינט דעם אפציע. אדער קען מען אנשטעלן ביי נאטיפיקאציע סעטינגס אז סזאל בכלל נישט קומען קיין אימעיל נאטיפיקאציעס אויף סובסקרייבד טעמעס דורכן זיכער מאכן אז די אימעיל קעסטל האט נישט קיין טשעק.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
גערעכט! ייש”כשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 8:11 pmדוכט זיך מיר אז ס'איז א טעות. יענע קנעפל איז צו שיקן א אימעיל מיט א לינק צו די טעמע פאר א צווייטן.צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 7:59 pmקודם כל, בינעך קיין מנהל, בס”ה אן אחראי.אישי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 5:44 pm א גוטן טייערע מנהל, וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל מער נישט באקומען קיין אימעילס ווען ס'קומט צו נאך א פאוסט צו א טעמע?
יעצט לענין, זעה בייגעלייגט דאס בילד וואס איר דארפט אויסוועלן.
Screenshot_20240731-195402_Chrome.jpg
@צייטווייליג האט לכאורה געמיינט דעם אפציע.Screenshot (117).png
אדער קען מען אנשטעלן ביי נאטיפיקאציע סעטינגס אז סזאל בכלל נישט קומען קיין אימעיל נאטיפיקאציעס אויף סובסקרייבד טעמעס דורכן זיכער מאכן אז די אימעיל קעסטל האט נישט קיין טשעק.Screenshot (116).png
Re: פון די פארוואלטונגס אישי קעסטלעך - אינטערעסאנט מיטצוטיילן
בוקמארק איז מער געמאכט אוועקצולייגן אשכולות, צו קענען צוריקקומען ווען מ'האט צייט, אדער פאר א שפעטערער געלעגנהייט. דארט שטעלט מען געווענליך אן נישט צו באקומען קיין נאטיפיקאציעס.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 8:11 pmדוכט זיך מיר אז ס'איז א טעות. יענע קנעפל איז צו שיקן א אימעיל מיט א לינק צו די טעמע פאר א צווייטן.צייטווייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 7:59 pmקודם כל, בינעך קיין מנהל, בס”ה אן אחראי.אישי האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 5:44 pm א גוטן טייערע מנהל, וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל מער נישט באקומען קיין אימעילס ווען ס'קומט צו נאך א פאוסט צו א טעמע?
יעצט לענין, זעה בייגעלייגט דאס בילד וואס איר דארפט אויסוועלן.
Screenshot_20240731-195402_Chrome.jpg
@צייטווייליג האט לכאורה געמיינט דעם אפציע.Screenshot (117).png
אדער קען מען אנשטעלן ביי נאטיפיקאציע סעטינגס אז סזאל בכלל נישט קומען קיין אימעיל נאטיפיקאציעס אויף סובסקרייבד טעמעס דורכן זיכער מאכן אז די אימעיל קעסטל האט נישט קיין טשעק.Screenshot (116).png
סובסקרייב איז צו אן אשכול וואו מ'וויל באקומען נאטיפיקאציעס, אויף אידטיש אדער אין אימעיל, ווען איינער שרייבט דארט.