קרעדיט קארדס איז א זאך וואס איז געווארען דיזיינד צו העלפן די קאנסומער מיט זייער ספּענדינג. דער ערשטע קרעדיט קאַרטל איז געמאכט געווארען דורך דינערס קלוב אין 1950
א קרעדיט קארטל האט בענעפיטען ווי ריווארדס און סיינאפ באנוסעס אבער פון די אנדערע זייט קען עס פירן צו גרויס חובות אויב עס איז נישט געניצט ריכטיג
וויפיל קרעדיט קארטלעך האסטו? (אנקעטע)
Re: ?וויפיל קרעדיט קאַרדס האט איר
פארוואס שטעלסטו זיך אפ ביי זעקס? גיי ווייטער, פינף, צען, פופצן וכו'
Re: ?וויפיל קרעדיט קאַרדס האט איר
ער האט געשריבן 'מער' פון זעקס.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 668
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1283
Re: ?וויפיל קרעדיט קאַרדס האט איר
א מענטש וואס לעבט 'באמת' מיט א בוזשעט איז קרעדיט קארדס מוראדיג גוט. מקען איבערקוקן סוף חודש אלע טשארזשעס, מפארדינט פוינטס/קעש בעק.
א מענטש וואס ווייסט נישט וויפיל זיין לעבן קאסט אים און צו צו זיין אינקאם איז מער אדער זיינע עקספענסעס, איז א קרעדיט קארד א שליסל פאר דיזעסטער. ער האט א קוואל פון געלט.
א מענטש וואס ווייסט נישט וויפיל זיין לעבן קאסט אים און צו צו זיין אינקאם איז מער אדער זיינע עקספענסעס, איז א קרעדיט קארד א שליסל פאר דיזעסטער. ער האט א קוואל פון געלט.
- ביינישקע טייטלבוים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:52 pm
- x 51
Re: וויפיל קרעדיט קארטלעך האסטו? (אנקעטע)
איך פלעג האבן פיל מיט ק״ק, מען האט געהאקט א לעבן ביז…. איך האב מער נישט געקענט באצאלן די ביל, דעמאלטס האב איך געכאפט וואספארא סקעם ס׳איז, איך האב גלייך צושניטען מיינע קארטעלעך און ס׳האט מיר געדויערט איבער א יאר צי באצאלן די חובות, טייערע אינגעלייט לאזט אייך נישט נער׳ן פון די פוינטס, ס׳איז א טריק דיך צי מאכען ספענדן געלד וואס די האסט נישט אויף זאכען וואס די דארפסט נישט, שטיי ווייט.
כל ברואי מעלה ומטה יעידון יגידון כולם כאחד ה׳ אחד ושמו אחד
Re: וויפיל קרעדיט קארטלעך האסטו? (אנקעטע)
קרעדיט קארטלעך זענען די גרעסטע חרבן אין די היימישע עקאנאמיע.
איך האב אסאך שטודירט דעם ענין, און גערעדט מיט אסאך אינגעלייט וואס סטראגלען פאר'ן חודש. עס איז ביטער.
דער פאקט איז אז ביי רובם ככולם אינגעלייט מיט וועמען איך האב גערעדט, האב איך געקענט אנצייגן אויף אסאאאך עקספענסעס וואס זיי וואלטן זיך קיינמאל נישט ערלויבט ווען ער דארף ווען צאלן מיט הארטע קעש, און אדאנק דעם קרעדיט קארטל איז עס שוין "מיטגעגאנגען"...
איינער זאל ביטע לאזן וויסן יונתן שווארץ אז מיר ווארטן אויף אן אויפוואכונג דערוועגן.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל