מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 2:25 pm
בן שמחה האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:18 pm
@מסתמא איך מיין בעיקר צו פרעגן אז אויב איך ווייז דיך אויף אז ביי חסידים לדורותיהם האט מען געגאנגען אויף דעם דרך ויסודתו בהררי קודש, גייט דיך דאס העלפן? אדער וואס סאיז אנדערש ווי דיינע צדיקים און רבי’ס איז בודאי נגד די י”ג עיקרים.
ביי מיר (ליין: מיין מסורה) זענען די ”פוסקים” די ”ראשונים” די מכריע. נישטא אזאנס חולק זיין אויף זיי און טוישן סיי וואס פון די תורת הנגלה המסורה לנו מדור דור, אט דאס האט שבתי צבי געטון און אט צוליב דעם האט מען אים מחרים געווען און אויסגעשניטן פון כלל ישראל. טאמער האסטו געזעהן האבעך נישט ציטירט די נפש החיים ווייל אויף זיין שיטה קען און מעג א גדול בישראל א בן דורו חולק זיין, אזש אז איך מעג מקבל זיין פון זיין חולק, ולא ע”ז אנו דנין כלל וכלל.
די גילוי פון חסידות קען נישט, און האט נישט, און וועט נישט, בשום פנים ואופן רירן פון פלאץ א ברעקל פון די נגלה וואס מיר האבן מקבל געווען אלע דורות. סקען צולייגן, סקען מגלה זיין וכו’ וכו’ אבער גארנישט וועט נישט און קען נישט רירן די תורה און די עיקרים אויף וואס כלל ישראל איז אלע דורות געווען געאייניגט.
איך זאג עס??! אט דאס איז די
צאנזע/ראפשיצע/סיגוטע/מונקאטשע וכו’ וכו’ שיטה געווען אלע דורות און מהאט זיך דערויף מוסר נפש געווען! כרעד פון די חסידים גופא לשיטתם.
----------
100 פראצענט גאר נישט רירט נישט די תורה,און גארנישט קען נישט רירן די תורה
אונז קען מיר מקבל זיין אלעס וואס די צדיקים האבן מקבל געווען.
לאמיר טאקע כאפן א בליק, אויף די צדיקים לבית צאנז, סיגוט, מונקאטש,סאטמאר וואס זיי האבן געהאלטן, וועלן מיר וויסן צו עס שטימט מיט אונזער מסורה אדער נישט.
מרן הגה"ק מצאנז זי"ע
אין דעם הסכמה פון הגה"צ רבי משה האלברשטם זצ"ל חבר הבד"צ עדה החרדית שרייבט ער וז"ל: ואצל כ"ק זקני הגה"ק רשכבה"ג מרן בעל דברי חיים מצאנז זי"ע
היו דבריו חביבים מאד כידוע ומקובל בינינו [וכו']. עכ"ל
הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז נהג לומר תפילות מהספר הקדוש 'ליקוטי תפילות' למוהרנ"ת.
('קרבן משה' להגה"צ רבי משה פרידמאן הגאב"ד יפו בחלק הנהגות טובות אות י"ג ששמע מהרה"צ ר' יוסף פאנעט גאב"ד אילנדא ודעשש. וכן סיפר יבלח"ט כ"ק האדמו"ר מטאהש שליט"א)
הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע
פעם שאלתי אותו [את כ"ק אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל) אודות ספרי ברסלב, ואמר לי: 'מיין טאטע איז אינעווייניג אין הארץ געוועהן א ברסלב'ר...'
עוד סיפר לי שבעיר מגורי אבותיו הקדושים 'סיגעט' היה יהודי שהיה נוסע כל ראש השנה לאומאן לציון רבי נחמן מברסלב זיע"א, והיו מליצני העיר שהיו מקניטים אותו, אבל הוא לא שת לבו אליהם, ומדי שנה היה נכנס בכל פעם טרם נסיעתו להפרד מאבי ה'עצי חיים', ו
היה כמה שנים שהיה העצי חיים שולח עמו קוויטל עם שמות ומבקש ממנו לשים את זה על הציון הקדוש עבורו.
היהודי הזה היה מוצאו מפולין, והליצנים שהקניטו אותו היו קוראים לברסלב'ר 'די טויטע חסידים'. אבער דער איד איז בכלל נישט געוועהן אטויטער יוד, ער איז געוועהן זייער א לעבעדיגער מענטש, ואמר זה למעליותא שהיה דורכגעוויקטער חסידישער יוד. ואבי העצי חיים חיבב ואהב אותו מאד, והקוויטלאך ששלח היו כל פעם בקשה אחרת, פעם שיזכה להתפלל כראוי, ופעם שיזכה להעמיד תלמידים, ופעם שיזכה לתשובה.
(מפי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א ששמע מפיו)
הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע
סיפר הרה"ח ר' שמואל קאליש הי"ו
הוא אף אמר לו, כי הספר הקדוש 'סיפורי מעשיות', הוא סודות גדולים ונשגבים. 'ודע' – הטעים ה'מנחת אלעזר' לר' שמואל – כשכל העולם יתחילו לעיין וללמוד ב'סיפורי מעשיות' יבא משיח צדקינו.
(מפי הרה"ח ר' שלמה חיים וויטריאל הי"ו ששמע מבעל המעשה )
*
פעם בא מאן דהוא לקבץ מעות במונקאטש, ופער פיו לדבר על רבינו הק' מוהר"ן זיע"א. משנודע הדבר לרבה של העיר – בעל ה'מנחת אלעזר' – הורה הוא להכריז שלא לתת לו כסף, ולבסוף אף גרש אותו מהעיר.
(מהנ"ל)
*
הסעיף הראשון בספרו הגדול 'דברי תורה' הוא מהספה"ק 'שיחות הר"ן'. וכן מביא שם עוד מרבינו.
רבינו הגה"ק בעל ויואל משה זי"ע
פעם שילם מכיסו להרה"ח רבי צבי יוסף וואסילסקי ז"ל (שנמנה על חשיבי חסידי ברסלב באמעריקא – והיה מקורב מאד אצל האדמו"ר מסאטמאר זי"ע) את כל הוצאת מהדורה מיוחדת של תיקון הכללי.
ובעת שהדפיס נאמן ביתו הרה"ח ר' יוסף אשכנזי שליט"א תהלים עם פירוש מצודת ציון, ציוה עליו הרה"ק מסאטמאר זי"ע שידפיס את רשימת ה'עשרה קאפיטל'ך של תיקון הכללי שתיקן רבינו.
וכן סיפר הגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א כי אחד מחסידי סאטמאר אמר לו שהאדמו"ר היה שולח להדפיס את התיקון הכללי כשלא היה בקו הבריאות.
בספרו הקדוש 'ויואל משה' הכניס סימן שלם (סי' ק"נ) מדברי רבינו ז"ל ותלמידיו על מצב הדור. ועל המובא בשיחות הר"ן אודות האפיקורסות שתתפשט בעקבתא דמשיחא
כתב שם: וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא. וחזר שוב והדפיס הדברים שנית בספרו 'על הגאולה ועל התמורה' (סי' פ"ו) ומתנצל שם שעל אף שהביאו כבר בספה"ק 'ויואל משה' (וכידוע שכל דבר שכתב בויואל משה לא חזר עליו בשנית רק ציין למ"מ שם)
וכותב: '
ראיתי לנכון וצורך השעה לשנות פרק זה ולחזור על דבריו הקדושים...'
כן מעתיק הוא בספרו ויואל משה (שם) ענין המובא בספר 'כוכבי אור' (חלק שיחות וסיפורים) שחברו הרה"ק רבי אברהם ב"ר נחמן מטולטשין זצ"ל (רבי נחמן היה תלמיד מוהרנ"ת זצ"ל).
בלאנדאן התגורר... שנמנה על נכדי... ובהזדמנות שאל הוא את הגה"ק מסאטמאר לענין המחלוקת שהיתה על רבינו הק' בעל 'ליקוטי מוהר"ן'. האדמו"ר נשתהה רגע ברעיונותיו הקדושים ולאחר מכן נענה ואמר: אפילו אצל הצדיקים הגדולים במעלה, בהכרח שנשאר אצלם מעט שלא נזדכך לגמרי – וזה נובע מחטא עץ הדעת. ואילו בעל 'הליקוטי מוהר"ן' היה מזוכך לגמרי, לכן היה אצלו בחינת ויקנאו בו אחיו – הנאמר אצל יוסף הצדיק, ובגין כך חלקו עליו.
(שמעתי מהגאון רבי אברהם יונה שוואץ שליט"א אב"ד דקהל אהל משה וויען)
כן סיפר רבי חנא שטערן מחסידי סאטמאר כי באחת השבתות שבתחילת התיישבותו של האמו"ר מסאטמאר זי"ע בארה"ב, אמר הוא 'תורה' מרבינו ז"ל, ולאחר מכן התבטא: רואים אצל האדמו"ר מברסלב יותר רוח הקודש מאשר אצל שאר הצדיקים.
והגה"צ הרי"מ שעכטער סיפר כי אחד מחסידי סאטמאר אמר לו, שאביו היה בצוותא עם האדמו"ר מסאטמאר זי"ע בשווייץ – מיד לאחר החורבן האיום – ובאחת השבתות בכה רבי יואל זצ"ל מאין הפוגות על מצב הדור ואמר: ווער וועט אונז קענען מחזק זיין? – נאר ר' נחמן וועט אונז קענען מחזק זיין אין אזא מצב. ע"כ..
.........................................................................................................................................
הכלל, זעט מען אז די צדיקים לבית צאנז סיגוט מונקאנטש סאטמאר האבן מקבל געווען ספרי ברסלב, און אודאי און אודאי נישט געהאלטן פאר א סקונדע אז עס איז זיך ח''ו סותר מיט עיקרי הדת.
קענען אונז פשוטע מענטשן (ואני בתוכם) מקבל זיין אלעס וואס אונזערע צדיקים האבן מקבל געווען...