נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די MTA האט אויספרובירט א ספעציעלע טיר וואס זאל קענען פארשליסן די טונעלן אין לויף פון שטורעמעס צו פארמיידן פון ווערן פארפלייצט.
unnamed (32).png
unnamed (32).png (381.27 KiB) געזען געווארן 668 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

JDN
א קארבאן דיאקסייד דיטעקטאר האט געפירט צו א מאסיווע אויפדעקונג, ווען ניו יארק סיטי עמערדזשענסי באאמטע האבן געטראפן און קאנספיקירט צענדליגע אומלעגאלע מאטאר ביציקלעך און פעלערהאפטיגע באטעריעס.

אין די געביידע אויף די איין און פערציגסטע סטריט ביי די ניינטע עוועניו אין בארא פארק, האט זיך געפונען א אומלעגאלע געשעפט ווי פארברעכער האבן פארקויפט ביציקלעך אויף די שווארצע מארקעט, טראץ די לעצטע אויפוואכונג דורך די פייער באאמטע אין די סיטי צו נאכגיין און קאנספיקירן די אלע סארט זאכן.

דעם שבת האט די קארבאן דיאקסייד דיטעקטאר אין די געביידע זיך אנגעצינדן, פייערלעשער זענען אנגעקומען אויפן סצענע און פארראכטן וואס עס האט זיך אויסגעפעלט, היינט מאנטאג ווען זיי זענען צוריקגעקומען זיכער מאכן אז די געביידע איז אין ארדענונג, האבן זיי אויפגעדעקט א ריזן סטארעדזש פון אומלעגאלע ביציקלעך און באטעריעס, זיי האבן באלד אלארמירט א מאסיווע קראפט פון פייער מארשאלס, די פאליציי אגענטור און די העזמעט אגענטור, מען האט אוועקגעפירט צענדליגע ביציקלעך פאר אויספארשונגען, און פארשלאסן די געביידע מיט שלאס און ריגל, ארויפשטעלנדיג פילע ווייאלעישאנס.
unnamed3.jpg
unnamed3.jpg (123.3 KiB) געזען געווארן 668 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4840

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך Spa 42 »

א פארדעכטיגטע פייפ באמבע צוגעטשעפעט צו דעם א העיר ספרעי באטל, איז געפונען געווארן יעצט אין איסט הארלעם, בּאַם סקוואוד איז אויף די סצענע, די גאס איז אפגעליידיגט געווארן פון מענטשן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

צוויי זענען אומגעקומען ווען זייער פריוואטע פליגער האט געקראכט אין לאנג איילענד.
unnamed - 2024-07-24T151227.559.jpg
unnamed - 2024-07-24T151227.559.jpg (186.04 KiB) געזען געווארן 626 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מעיאר עדעמס זאגט אז ער וועט איינשטעלן ביי די סובוועי סטאנציעס סאפיסטיקירטע דיטעקטארס וואס וועלן אויפכאפן געווער.
unnamed - 2024-07-25T095939.163.jpg
unnamed - 2024-07-25T095939.163.jpg (140.52 KiB) געזען געווארן 590 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6333

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

קאנגדזשעסטינג פרייסינג נײעס:

אדוואקאטן פון די קאנדזשעסטשאן פרייסינג גרייטן זיך צו נעמען לעגאלע שריט קעגן גאווערנאר קעיטי האקול, נאך איר לעצטע מינוט באשלוס צו אפשטעלן די נייע געזעץ פון צאלן טאל אין געוויסע געגנטער אין מאנהעטאן.

די קלאגע טענה'ט אז די שטאטישע געזעץ וואס איז דורכגעגאנגען אין 2019 טוט שענקען די אויטאריטעט איבער קאנדזשעסטשאן פרייסינג צו א ספעציפישע אגענטור, ארויסלאזענדיג די גאווערנאר'ס אויטאריטעט פון זיך אריינצומישן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

צוויי פרויען זענעו געשאסן געווארן צום טויט אין איסט סייד מאנהעטן נישט ווייט פון גרעיסי מענשאן - די מעיארס וואוין. דער שיסער האט זיך גענומען דאס לעבן.
unnamed - 2024-07-28T110728.905.jpg
unnamed - 2024-07-28T110728.905.jpg (13.64 KiB) געזען געווארן 545 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4840

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך Spa 42 »

א מאן איז נעכטן ארעסטירט געווארן ביי די בראדוועי מורטל באן סטאנציע, נאך וואס זיין אנגעלאָדענטע ביקס האט זיך ארויסגעשטעקט בשעת ער איז זיס געשלאפן אויף די טרעפ פונעם סטאנציע.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4840

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך Spa 42 »

מעיאר עדעמס האט נעכטן גערעדט אין סאָן-סעט פארק איבער די ארגאניזאציע "ראַט פעק" וואס וועט ארייננעמען וואלענטירן וואס וועלן באקומען טרענירונג וויאזוי צו כאפן ראַטן, און די וואלונטירן וועלן זיך ארומדרייען אין די סיטי און פרובירן צו פארשטילן די ראטן אנשיקעניש.


ווען איך בין ווען מעיאר... גיב איך ווען 5 צענט פאר יעדע טויטע ראַט וואס איינער ריסייקעלט... איך זאג דיר די חברה וואלטן געקומען מיט ריזיגע וועגענער..
פיילס
new-york-city-mayor-eric-86363225.jpg
new-york-city-mayor-eric-86363225.jpg (17.83 KiB) געזען געווארן 508 מאל
c2590239-54c0-44dd-888c-57c99607de6c (1).jpeg
c2590239-54c0-44dd-888c-57c99607de6c (1).jpeg (68.46 KiB) געזען געווארן 508 מאל
אוועיטער
בעל החלומות
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:41 am
Location: אין חלום...
x 39

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך בעל החלומות »

Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 12:36 am א מאן איז נעכטן ארעסטירט געווארן ביי די בראדוועי מורטל באן סטאנציע, נאך וואס זיין אנגעלאָדענטע ביקס האט זיך ארויסגעשטעקט בשעת ער איז זיס געשלאפן אויף די טרעפ פונעם סטאנציע.
דעיס איז א זיסע מעשה :lol:
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מעיאר עדעמס האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין די סיטי טורמעס און אונטערגעשריבן א עקטעקוטיוו ארדער צו אפהאלטן א נייע געזעץ וואס וועט איינשטעלן צוימונגען אויף ווילאנג א ארעסטאנט מעג זיין אינעם לאך.
unnamed - 2024-07-30T102511.505.jpg
unnamed - 2024-07-30T102511.505.jpg (105.53 KiB) געזען געווארן 460 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

סיטי קאמפטראלער ברעד לאנדער איז ערווארטעט היינט צו אנאנסירן זיין קאמפיין פאר מעיאר וואו ער וועט זיך פארמעסטן מיט עדעמס אויפן פאזיציע.
unnamed - 2024-07-30T102609.404.jpg
unnamed - 2024-07-30T102609.404.jpg (109.36 KiB) געזען געווארן 459 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6333

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מאנהעטן - די אויג פון דער וועלט, מאנהעטן, א שטאט מיט צענדליגע סקולפטורן און הערליכע סקיי-ליין, וועט אין די נאנטע צוקונפט באקומען א פרישע פינטל צו איר דעזיין. אויטאריטעטן האבן אנאנסירט איבער א ריזן פלאסטישע סקולפטור פון 16 פיס הויך אין פארום פון א פויגל וועט ווערן אויפגעשטעלט ביים ווינקל פון 10'טע עוועניו און 30'סטע סטריט.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4840

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך Spa 42 »

א אמעזאן טרעילער האט געשאפן א שווערע פארקער אויפן BQE נאכן זיין פארמישט אין אן עקסידענט, די טרעילער האט פארשטעלט דריי לעינס פון פארן, אויל פונעם טרעילער האט זיך אויסגעגאסן אויף די הייוועי, און עס האט גענומען צייט ביז די סענאטאציע דעפארטמענט האט עס אויפגערייניגט.
פיילס
אע.png
אע.png (242.45 KiB) געזען געווארן 348 מאל
ניע.png
ניע.png (139.54 KiB) געזען געווארן 348 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1232
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4840

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך Spa 42 »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:59 pm מאנהעטן - די אויג פון דער וועלט, מאנהעטן, א שטאט מיט צענדליגע סקולפטורן און הערליכע סקיי-ליין, וועט אין די נאנטע צוקונפט באקומען א פרישע פינטל צו איר דעזיין. אויטאריטעטן האבן אנאנסירט איבער א ריזן פלאסטישע סקולפטור פון 16 פיס הויך אין פארום פון א פויגל וועט ווערן אויפגעשטעלט ביים ווינקל פון 10'טע עוועניו און 30'סטע סטריט.
פיילס
urf.jpg
urf.jpg (65.41 KiB) געזען געווארן 346 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6333

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לאקאלע נייעס:

שטעכעריי אין משביע פלעטבוש לאקאל

א שטעכעריי האט פאסירט נעכטן נאכמיטאג ביי די פלעטבוש לאקאל פון די באקאנטע משביע ארגענעזאציע, סטאנציאנירט אויף קאוני איילענד עוועניו צווישן עוועניו דזשעי און קעי, וואו א ארבייטער אין די קאך איז געשטאכן און פארוואונדעט געווארן.
א ווילדע פארברעכער איז אריינגעקומען אין קאך און דערשטאכן א זיבעצן יעריגער ארבעטער וואס האט געהאלטן אינמיטן אויפשטעלן די עסן פאר נויטבאדערפטיגע אידן, ער איז שווער פארוואונדעט געווארן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, שומרים און פאליציי זענען אנגעקומען אויפן סצענע און געעפנט א אויספארשונג, און דערווייל איז נאכנישט געטראפן געווארן קיין שפורן פון די פארברעכער.
אלס ווייסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 10:31 pm
x 89

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך אלס ווייסער »

Spa 42 האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:33 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:59 pm מאנהעטן - די אויג פון דער וועלט, מאנהעטן, א שטאט מיט צענדליגע סקולפטורן און הערליכע סקיי-ליין, וועט אין די נאנטע צוקונפט באקומען א פרישע פינטל צו איר דעזיין. אויטאריטעטן האבן אנאנסירט איבער א ריזן פלאסטישע סקולפטור פון 16 פיס הויך אין פארום פון א פויגל וועט ווערן אויפגעשטעלט ביים ווינקל פון 10'טע עוועניו און 30'סטע סטריט.
לויט ווי איך האב געזען אין די נייעס וועט עס נישט זיין אזא פויגל, נאר א ניו יארקער פויגל פשוט אין ריזיג גרויס
פיילס
WhatsApp Image 2024-08-08 at 10.51.06 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-08-08 at 10.51.06 PM.jpeg (47.81 KiB) געזען געווארן 293 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א יוגענטליכער אין ברוקלין איז ארעסטירט געווארן פארן אריינווארפן א פייער קרעקער אין א וערייזאן טראק דורכאויס א ראוד רעדזש אינצידענט, צוויי ארבעטער אינעם טראק זענען פארוואונדעט געווארן.
unnamed - 2024-08-11T113835.036.jpg
unnamed - 2024-08-11T113835.036.jpg (104.44 KiB) געזען געווארן 248 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דורכאויס א פאליצייאישע אבלאווע אין קווינס איז קאנפיסקירט געווארן א הויפן אומלעגאלע געווירצן אין ווערד פון פינף מיליאן דאלער. עטליכע ארעסטן זענען געמאכט געווארן.
unnamed - 2024-08-11T114038.663.jpg
unnamed - 2024-08-11T114038.663.jpg (63.05 KiB) געזען געווארן 262 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מעיאר עריק עדעמס האט ערהאלטן א סופבינע פון די פעדעראלע אויספארשער אויף זיין 2021 קאמפיין.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איינער האט נעכטן נאכט געוואנען א $50,000 פאוערבאל לאטערי וואס איז געקויפט געווארן אין א געשעפט נעבן וויליאמסבורג אויף 477 מירטעל עוועניו, האפענטליך א היימישע איד!
@אבימלך
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 264

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך מהודר »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 11:42 am איינער האט נעכטן נאכט געוואנען א $50,000 פאוערבאל לאטערי וואס איז געקויפט געווארן אין א געשעפט נעבן וויליאמסבורג אויף 477 מירטעל עוועניו, האפענטליך א היימישע איד!
@אבימלך
אבימלך וואוינט דאך אין בארא פארק
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לאנג איילענד האט נעכטן געזען שווערע פארפלייצונגען צוליב די רעגן שטורעמס וואס האבן אריבערגערייזט דעם געגנט.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8361

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זעקס קארן זענען דעם מאנטאג אין די נאכט שטונדען געווארן אונטערגעצינדן אין די בראנקס. פאליציי זוכט אן אומאידענטיפיצירטע פארשוין וועלכע האט ווארשיינליך אונטערגעצינדן אלע קארן.
unnamed - 2024-08-21T103847.525.jpg
unnamed - 2024-08-21T103847.525.jpg (219.75 KiB) געזען געווארן 124 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
מזל טוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm
x 525

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי

פאוסט דורך מזל טוב »

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדאמס זאגט אז ער גייט געבן א טויזנט דאלאר פון זיינע אייגענע געלט פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו דער ארעסט פון א דרייווער וואס האט אנטלאפן פון אן עקסידענט וואס האט געהרגעט צוויי מענטשן אין מאנהעטן.
Untitled image.jpg
Untitled image.jpg (262.18 KiB) געזען געווארן 58 מאל
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
שרייב פאוסט