א גוט זונטאג אינדערפרי טייערע חברים,
לאמיר אינאיינעם ארויפברענגען זכרונות פון אונזערע יארן צווישן די ווענט פון ישיבה גדולה אין קווינס נ.י.
פון די מופתים ביים ציון הק' פון די רב הכולל, ווי אזוי האבן צען בחורים געקענט זיין אונטער די סטעפס ביי שיעור ג', האבן די גרינע ווענט טאקע עפעס אויפגעטאן, אין נאך אסאך... אדרבה קומט אריין מיט אייער זכרונות אין געדאנקען.
משה אביעזר קומט... העמיר רעדן שפעטער...
זכרונות פון ישיבה גדולה סאטמאר, קווינס נ"י
-
קווינס תלמיד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:30 pm
- x 21
-
קווינס תלמיד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 7:30 pm
- x 21
Re: זכרונות פון ישיבה גדולה סאטמאר - קווינס נ.י.
נישט נאר ביי חלק ג' נאר ביי חלק א' אויך זיך האבן געפונען אזעלכע פריוואטע שטיבלעך (מיט לעכעריגע טירן פארשטייט זיך) וואס פון דארט זענען געפירט געווארן גרויסע ביזנעס, ביי חלק א' האבן זיך געפונען די קאפי רום ווי בחורים האבן געקענט באצאלן פאר קאפיס, אין לעבן דעם איז געווען א טונקעלע שטוב וואס מען האט געזאגט אז דארט בינד מען ספרים (בידן בחורים מעגליך...) אין קעגן איבער לעבן די ווענדיג מאשין איז געווען זייער הויפטקווארטיר ווי מען האט געפאקט די טונא מיט אייער וואס זיי פלעגן פארקויפן (איך האף אז עס איז נישט געווען די זעלבע ווי אין לאנטש רום) אבער איבער אלעם האט ארויסגעשיינט די קרן חתנים שטיבל לעבן חלק ג' וואס פון דארט איז געווארן אנגעפירט די וועלטס בארימטע מעגא ראפפעל (על כל פנים אזוי האבן די בחורים געמיינט) אוי איז דאס געווען צייטןקווינס תלמיד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 7:30 am ווי אזוי האבן צען בחורים געקענט זיין אונטער די סטעפס ביי שיעור ג',