די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך נקודות טובות »

אמר רבי יהושע בר נחמיה: לעולם השלישי חביב. מיר האלטען ביים דריטען נושא, וואס איז נוגע צום דריטען אידישע פארום.

איך נוץ דעם אויסדריק תגובות אינעם קעפל, אנדערש ווי דאס ווערט גערופען דא פאוסט. ווייל איך וויל מיך באציען צו די נושא פון קאמאנטירען.
@פייל און בויגן ווייסט צו זאגן אז אויף אייוועלט ווערט געפייערט דאס אז זיי האבן באוויזען צו אנקומען צום פאנטאסטישע ציפער פון 5 מיליאן תגובות! @שאינו יודע לשאול ווייסט צוצולייגען, אז מיט די געמעקטע האלטען זיי שוין ביי 10 מיליאן. אבער איך וויל קוקען פון אן אנדערע שטאנפונקט.

ווען מען גייט אויף אייוועלט, וויפיל תגובות דארט זענען גענצליך איבריג? כדי צו וויסען פון וואס מען רעדט האב איך יעצט איבערגעקוקט די בד"ה אשכול פון האדמו"ר מקאסוב זצ"ל, און בלויז אין די ערשטע פינעף בלעטער דארט איז דא בערך דרייסיג פאוסטס מיט פלעין, בד"ה, שרעקליך!, א פארלוסט, אן אמתע צדיק געווען, פארלוירען א טאטע, וכו' וכו'. פאוסטס וואס לייגען ממש גארנישט צו. עס פארציילט גארנישט פאר דער וואס ליינט עס. אזוי אויך ווען עס קומט צו די גם אני מצרפ'ס איז עס שרעקליך, אדער צום נאדיר א לייק. וכו' וכו'. פון 5 מיליאן תגובות אויב זאל מען מעקן די אלע תגובות וואס לייגען גארנישט צו, וואלט איך געזאגט רואיג אז מען האלט נאר ביי 4 מיליאן, דאס הייסט אז א גאנצע מיליאן תגובות דארט זענען פוסטע תגובות.

איך קום כלל נישט דא אראפרייסען אייוועלט, און אלץ מיר אויס זאלן זיי פייערען די 10 מיליאנסטע תגובה נאך די יאר. נאר לעצטענס איז געווארן דא אויך אזא געדאנק ווי סתם שרייבען פאוסטס לשם פאוסט. זאל איך געבן א דוגמא? ניין, איך ברענג נישט, עס קען ווייטוהן דעם באטרעפענדער. ווען עס איז דא איינער וואס שרייבט סתם ברוך דיין האמת, אדער נישטא קיין ווערטער, WOW, וכדו', איז נישט עק וועלט. אבער ווען די געפילען אויסדריקען הויבען אן ווערן א שטיקעל פראצענט פונעם נושא, איז עס נישט געשמאק.

יעצט נאר צו קלארשטעלן. ווען איינער שרייבט אן ארטיקעל, איז זייער גוט ווען ער הערט פידבעק, און אפי' עס זאל נאר זיין אזא פאוסט ווי איך וויין, אדער האסט מיר געמאכט לאכן, אדער כל הדומה איז עס גוט. איך רעד נאר ווען די תגובות קומען אריין צום אידן שמועסען אדער נייעסן, וואס דעמאלטס איז עס ווערטלאז. שטעל דיך פאר אויב נאך יעדע ווערטעל פון @להגדיל הטראסק פאלגט נאך 10 תגובות מיט א :lol: :lol: ווי אזוי וואלט עס אויסגעזעהן?... האסט הנאה? געב א לייק און פארטיג.

נאך א זאך, איז מוחאות אויף פאוסטס. אסאך מאל שרייבט איינער עפעס אין די נייעס, אדער ביי די עמעזאן דיעלס, און עס פאלגט נאך מיט א מוחאה פון איינער וואס ווערט געטריגערט. @Spa 42 האט אונז שוין פארזארגט מיט א מוחאה אויף א פאוסט טעמע, און דארט געהערט עס. איך גיי נישט ברענגען דוגמאות, פאר די זעלבע סיבה. איך מיין נישט איינעם פערזענליך, און איך וויל נישט איינעם ווייטוהן. אבער פארשטייט זיך אז אין אידן שמועסן איז א מוחאה נישט אפגעפרעגט, דארט ווען איינער שפירט עפעס פאר אומריכטיג זאל ער לאזן הערן זיין מיינונג. אפי' אויב קומט עס בתורה מוחאה.

נאך א זאך, איז ווען איינער מאכט א טעות, אדער אויב מען וויל איינען עפעס אויפמערקזאם מאכן, איז דא א פריוואטע מעסעדזש אפשען. דארט דארף עס געזאגט ווערן. אויב א קליפ וואס איינער לייגט אין די דריי וואכן האט מוזיק, לאז אים וויסען פריוואט. און אויב איינער דריקט זיך אויס עפעס וואס איז כפי דעתך נישט ריכטיג, שיק אים א מעסעדזש. לאז די פאבליק טעמעס איפארמעטיוו אן קיינע צווישען רופען.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 536
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 917

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך פייל און בויגן »

הייליג...
א געזונטע ווינטער.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3986

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עצה טובה קמ"ל
אסאך מאל קומט עס פון ספאנטאן זיך אויסגעבן די געפילן.
אין אזא פאל, שרייב דיינע ווערטער אין דרעפט, נאכדעם קוק איבער אויב עס לייגט עפעס צו, און אויב לייגט עס נישט צו דיליט דיין מעסעדזש, אדער דרוק 'שיק' און תיכף דערנאך מעק אויס דיין מעסעדזש

אויב איז דיר גאר ספעציעל געפאלן יענעמס תגובה דאן שיק יענעם אן אישי.

כמובן אז ביי אשכולות פון איין מעין ארטיקל וואס א שרייבער לייגט אראפ מיט זאפט, אבער עס איז נישט עפעס וואס האט א פארזעצונג, דארט לייג יא צו דיין תגובה, ווייל דאס האלט עס אויבן ביי די אקטיווע אשכולות און נאך מענטשן וועלן עס ליינען אדאנק דעם

דער פותח האשכול ר'@נקודות טובות האט גאר גוט ארויסגעברענגט ווען עס קומט צו מיינע תגובות: היות איך רעכן מיך מיט יענע אשכול, איז מיר על פי רוב געשמאקער א פשוטע לייק ווי א עמאודזשי - כמובן אויסער אויב דער ציטירער לייגט עפעס צו, (אדער אן אויסטערלישער אויפריכטיגער קאמפלימענט).
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זייער גוט געזאגט נקודות!
---
אופס... סלייגט גארנישט צו צום שמועס... לאמיר שנעל עפעס צושרייבן...

איך מיין אז דאס איז טאקע זייער א וויכטיגע נושא צו ווערן אויסגעשמועס, אבער לענ"ד האט עס גארנישט מיט א קאנסטיטוציע אדער עפעס ענליכס.

ווען דו ווילסט פארשרייבן תקנות פארן סייט, קענסטו נישט אריינלייגן קיינע סעיפים וואס זענען תלוי אינעם שיקול הדעת פונעם כותב. דו ווילסט מאכן תקנות אז מ'טאר נישט מגיב זיין נאר אויב סלייגט צו צום ענין? ס'נישט מעגליך צו אראפשטעלן קלארע גיידליינס וואס ווען ווער און וואו.

ממילא וואלט איך פארגעשלאגן אז די סעיף זאל ווערן פארשריבן כזה:

סעיף 7159/תגובות/פאראגראף5784:
יעדער באנוצער ווערט געבעטן צו נוצן די שכל זיינער, געשאנקען דורך הקב"ה אליין. און אויב מעגליך, עס נוצן פארן שרייבן ווי איידער נאכדעם.

פארשטייסטע?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך פופציגער »

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 380

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

איך האב היינט גענומען א פאר מינוט און ארויף אויף אייוועלט צו זעהן וואס אידן האבן געשריבן אויף הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל איך האב געהאט געהערט אז @מיללער האט געשריבן זייער שיין וכו' למעשה האט מיר געדוירט א שיינע פאר מינוט צו טרעפן מיללערס ארטיקל און צווישן יעדע אינטערעסאנטע תגובה ביז די נעקסטע האב איך געדארפט מישן כמעט 2 בלעטער עס באדערט מיר ווייל איך האב למעשה נישט געהאט ציפיל צייט דערפאר און איך וויל עס פארט זעהן,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך נקודות טובות »

באקאנטע ידען האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 4:09 pm איך האב היינט גענומען א פאר מינוט און ארויף אויף אייוועלט צו זעהן וואס אידן האבן געשריבן אויף הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל איך האב געהאט געהערט אז @מיללער האט געשריבן זייער שיין וכו' למעשה האט מיר געדוירט א שיינע פאר מינוט צו טרעפן מיללערס ארטיקל און צווישן יעדע אינטערעסאנטע תגובה ביז די נעקסטע האב איך געדארפט מישן כמעט 2 בלעטער עס באדערט מיר ווייל איך האב למעשה נישט געהאט ציפיל צייט דערפאר און איך וויל עס פארט זעהן,
אזוי האט אויסגעזעהן דע ערשטע דריי בלעטער דארט. דריי בלעטער מיינט 75 תגובות, דאס מיינט אז אן ערך פון דרייסיג פראצענט תגובות זענען ממש ווערטלאז! די וואס איך ברענג נישט, מיינט נישט אז מען ווערט דארט געוואר איינשטיינס חידושים, נאר לייגען אויך נישט צו צופיל. אבער איך האב געברענגט די אויסדריקליכע פוסטע תגובות וואס זענען ממש ווערטלאז, וואס אויב ווערט עס געמעקט וואלט עס קיינעם אנגעגאנגען.

1) בד"ה
אוי וויי טאטע
שוין די דריטע מוצש"ק מיט נישט קיין גיטע נייעס
נחפשה דרכינו ונחקורה

2) בד"ה

3) בד"ה ווי אלט?

4) ברוך דיין האמת!!

5) אוי וויי.א פארלוסט

6) :cry:
בד"ה!
א שטארקע פארלוסט

7) אוי וויי בד"ה
א גרויסער תלמיד חכם און מתמיד
פין די גרעסטע כלים אין סאטמאר

8) א יוד וואס האט זיך ממית געווען באהלה של תורה. געלערענט 18 שעה אין מעת לעת בלי גוזמא מיט א געוואלדיגע קלארקייט. אויך איז ער געווען א חכם מחוכם. געוויסט ווי אזוי צו זאגן א גוט ווארט פאר א יוד ווען עס האט זיך אויסגעפעלט. חבל על דאבדין. יהא זכרו ברוך.

9) אוי וויי בד"ה

10) בד"ה א גרױסע פארלוסט

11) תורה תורה חגרי שק

12) אבל גדול ליהודים! אן עכט קאנאן א גאון הגאונים א מתמד עצום א יראת שמים מרובים מרבץ תורה לאלפים געווען דבוק מיט אן אמת אין מורה ורבו הרה״ק מסאטמאר אין זיין הייליגע שיטה אן עכטע אבידה גדולה שאין לה תמורה.

13) נאר לעצטענס געוואויר געווארן פון זיינע הערליכע שיעורים אויף חומש רש"י, א זעלטענע קלארע מהלך און א זעלטענע הסברה.
חבל על דאבדין. האי שופר"א דבלי בעפרא.

14) משמת רבי שמעיה בטלו השקדנים
איך נפלו גבורים ואבדו כלי מלחמה
פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה
תורה תורה תיקה ונרתקה

15) וויי וויי
די משניות איז ממש א תענוג רוחני

16) ברוך דיין האמת!

17) בד"ה
א קליגער איד געווען ,א מתמיד עצום, זייער א קלארע לערנער. אויסגעקאכט אין די שיטה
אלץ אינגערמאן איז ער געווען די שליח פון אסאך אויפגאבעס פון רבנים.

18) בד"ה
א שרעקליכ פארלוסט, פלעגט קומען ביז לעצטנס, זיך מוסר נפש זיין, פאר זיין געשמאקן שיער אין ראדני.

19) ברוך דיין האמת.

איך האב אים נישט פערזענדליך געקענט, אבער איך פלעג יעדעס יאר אויסהערן זיינע מלכיות וכו׳ שיעורים, ממש א חידוש.

יהא זכרו ברוך.

20) בדה
האמיר געהאט די זכי׳ צי ענדיגן כמעט גאנץ חומש מיט זיינע שיעורים.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2921

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ג' - תגובות

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

► Show Spoiler
זעט אויס מען דארף עפנען א טעמע בד"ה *** בלויז נייעס***...
שרייב פאוסט