זייער א שיינע הערה, אבער עס איז פשוט א טעות אין די וועלט. אין ברסלב פילעוועט מען נישט אין תורת העצבות און יאוש, אין ברסלב פילעוועט מען פיעל מער אין תורת הצדיק, אין אור הצדיק, אין שמחה, אין תפלה והתבודדות, אין תורה, און אין אמונה. אוודאי האט ברסלב א גרויסע ליכטיגקייט אין זיך נישט מייאש זיין, און א געפערליכער איסור צו זיין בעצבות, אבער נישט אין דעם פילעוועט מען. קען זאגן אין דעם אויך, אבער דאס איז גאנץ א קליינער טייל פון רבי נחמן'ס תורות. אין ישמח ישראל קענסטו טרעפן מער תורות דערוועגן, און אויך אין אנדערע ספרי קודש.שמות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 5:15 pm
בקיצור איך האב געשריבן אבער עס כאפט מיר א פחד אריינצוקריכן און ארום רעדן ברייטער דערפון, וועל איך עס נאר מרמז זיין דאס איז דו ענין פון ארום קאכן און דו עניינים פון עצבות און יאוש. עס איז זיכער געווען אן ענין פון נישט לאזן בחורים זיך פוליווען אין תורת העצבות און יאוש. פארשטייט זיך אז גענוי דאס רעדט שטארק צו דו אלע בעלי תשובות אבער א בחור שלא טעם טעם חטא געב אים דעם קדושה לוי און באר מיט חיים און שלעפ אים נישט אראפ. ודו"ק כי קצרתי.
דער עיקר אור אין ברסלב איז די התקרבות צום צדיק, און איך מיין אז פון דעם האסטו נישט גערעדט.
איך זאג נישט אז אלע צדיקים האבן געהאלטן פון ברסלב, אדער געהאלטן אז יעדער זאל זיין א ברסלב'ר, אוודאי געוויס נישט. און איך מיין אז די וואס ווילן זיך דאס איינרעדן אדער איינרעדן פאר אנדערע, קומט דאס פון אומזיכערהייט, אדער נישט ארויסהאבן וואס ברסלב שטייט פאר.
אבער די סיבה וואס דו ברענגסט, האט זיכער נישט קיין פשט, ווייל די צדיקים האבן יא געוואוסט וואס ברסלב איז, און זיי האבן נישט געהאלטן אז די פראבלעם איז ווייל מ'פילעוועט אין תורת העצבות און יאוש וכל המשתמע מיניה, ווייל זיי האבן געוואוסט אז דאס איז נישט ריכטיג. פארוואס זיי האבן נישט געהאלטן פון ברסלב, איז א שמועס פאר זיך, אויב בכלל. אבער דאס נישט.