היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 387

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דאפלטער »

ווען דארף די נייע טראק אנקומען?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4010

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:34 pm ווען דארף די נייע טראק אנקומען?
לויט ווי איך פארשטיי: א פערטל נאך געלט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:34 pm ווען דארף די נייע טראק אנקומען?
אזויווי @להגדיל הטראסק זאגט.
די טראק איז ממש גרייט, און מ'ברויך נאך בערך 60 אלפים דאס צו קענען אויפפיקן.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 108

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

הלל.PNG
הלל.PNG (733.5 KiB) געזען געווארן 1941 מאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

איך פארשטיי פון וואס @פלאם האט געשריבן פריער אז עפעס א ועד הרבנים איז דא

viewtopic.php?p=104758#p104758
מחנה ישראל
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 44

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

אויגעלעך האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 11:01 pm אויב איינער קען איבער געבן פאר די "די איד דעילי" און פאר "JBL אימעיל בלעסט" אז זיי זאלן אויפהערן אדווערטייזן די ברויער פייער דעפארטמענט, א זאך וואס רוב רובו פון זייערע קליענטן זענען נישט באקוועם דערמיט (נעמענדיג אין באטראכט אז זייערע סובסקרייבערס באשטייען עפי"ר פון היימישע חסידישע קרייז)
אויב די אזויגערופענע 'אויסגעהאלטענסטע' אויסגאבע די 'קאמיוניטי קאנעקשענס האט עס אריינגעלייגט, און דאס מיינט אוטאמיטש אז דאס איז חותם המלך, וואס איז דיין טענה צו 'די איד דעילי'..??

גיי צום שורש הפראבלעם, דא איז דא א חורבן הדת אז עס איז ליידער דא ... וואס בעקן די דעפט 7, און נאר דערפאר האט עס א קיום... וד"ל
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 111

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

שכח מצילי אש
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 108

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

א מאנסי איד האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:34 pm שכח מצילי אש
קום אריין מיט פרטים
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

א מאנסי איד האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:34 pm שכח מצילי אש
ס'דא אזויפיל זיי צו דאנקען, וואס האט דיך געכאפט?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
א מאנסי איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 111

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 10:23 pm
א מאנסי איד האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 8:34 pm שכח מצילי אש
ס'דא אזויפיל זיי צו דאנקען, וואס האט דיך געכאפט?
אז ווען מיין אויבן האט געפלאקערט אונטער א שעה צום זמן זענען זיי דארט געווען אונטער 3 מינוט, 10 מינוט שפעטער איז שוין געווען fans אין אלעס איז געווען Done
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

Screenshot 2024-07-22 114610.jpg
Screenshot 2024-07-22 114610.jpg (73.11 KiB) געזען געווארן 1429 מאל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4010

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:47 am Screenshot 2024-07-22 114610.jpg
גימ' שבת ווען מען רעכנט די 'ב' במספר גדול...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:56 am
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:47 am Screenshot 2024-07-22 114610.jpg
גימ' שבת ווען מען רעכנט די 'ב' במספר גדול...
לכאורה האבן זיי געוואלט שרייבן $702
נו, נאך 18 טאלער פאר מצילי אש וועט נישט שאטן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3334
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4830

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:47 am Screenshot 2024-07-22 114610.jpg
כ'טראכט פון א געדאנק,
אפשר זאל'ן חברי אידטיש צוזאמען קויפן א זכות פון א וואך פאר די סכום פון $3000

איבער $1600 איז שוין דא!

https://tzedakah.live/Yidtish4shabbos
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

א שיינע צוזאמקום איז יעצט פארגעקומען פאר די חברי מצילי אש, וואו דער רב ומייסד שליט״א איז איבערגעגאנגען די הלכות שבת מיט די מעמבערס.

ווי יעדער ווייסט איז די ארגענעזאציע געשטעלט אויף די יסוד פון זיך פירן עפ״י תורה און הלכה, דעריבער ווערט געלייגט א שטארקע דגוש אז אלע מעמבערס זאלן כסדר חזר'ן און זיין קלאר מיט די וויכטיגע הלכות און פראקטישע מהלך.

א הערליכע קונטרס וואס לייגט אראפ קלאר די גאנצע שבת סיסטעם, פאר די דיספעטשערס און פאר די מעמבערס, ווערט צוגעענדיגט אין די טעג, און וועט ארויסגעגעבן ווערן ווי נאר ס'איז גרייט.

פארשטייט זיך אז ווי נאר די טראקס וועלן ווערן אין באנוץ וועט צוקומען אסאך נייע שאלות, און דאס וועט ווערן צוגעלייגט צום קונטרס בעזה״ש.

#הלכתא רבתא לשבתא - כהררים התלויים בשערה
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

אין די פארגאנגענע פאר וואכן פון זוממער האבן צענדליגער דעי קעמפס / מוסדות / קארניוועלס מהנה געוועהן די קינדער מיט א פארשטעלונג פון ״מצילי אש״, וואו מעמבערס זענען אראפגעקומען און פרעזענטירט די עקוויפמענט וואס מ'נוצט סיי צו לעשן א פייער, און סיי צו טעסטן פאר סמאוק, היץ, געז, וכדומה.

מ'האט אויסגעלערנט די קינדער וויאזוי מ'דארף אכטונג געבן פון שפילן מיט פייער, און די חילוקים צווישן עטליכע סארט פייערס.

די קינדער און עלטערן האבן זייער הנאה געהאט צו זעהן די ערשטהאנטיגע פרעזענטאציע פון היימישע אינגעלייט, וואס אין די זעלבע צייט זענען זיי העסט טרענירט צו רעאגירן צו יעדע סארט פייער אימערדזענסי.

אויך האבן דעי קעמפס גערופן פאר מעמבערס צו שטיין על המשמר ביי זייער ״קעמפ פייער״ און אכטונג געבן אויפן צענע פאר די סעפטי פון די קינדער, און צו קענען ברענגען די פייער אינטער קאנטראל אויב עס פעלט אויס.
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 737

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

מיין עקספיריענס פון דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג.
פאר די מוסר השכל, ליין ביז צום סוף.

5:35pm
"MA Base, Any unit available for * ******* **** for an Alarm Sounding"

יא גיין? נישט גיין?
ס'איז דאך ס"ה אן אלארם, און כ'האלט אינמיטן וואטשן די קינדער, מאמי שלאפט...
אקעי, 2 מעמבערס רעספאנדן שוין.
אבער עפעס טרייבט מיין הארץ, ס'נאר 2 מינוט צו פארן פון מיין הויז.

נישט געלאזט די מחשבות לויפן צו לאנג, געזאגט פארן מיין עלסטער זוהן צו אכטונג געבן אויף די קינדער, אריינגעזאגט אין ראדיו "Unit ** responding, 2 minutes ETA", און ויסעו.

אינמיטן וועג האט די דיספעטשער שוין קלארגעשטעלט אז, א פארבייגייער האט אריינגערופן אז ער הערט א סמאוק דיטעקטער קלינגען און קיינער עפנט נישט די טיר.

5:38 בינעך אנגעקומען, דער צווייטער אויפן צענע, און יא! ס'קלינקט.
"עפעס שמעקט פון יענעם פענסטער, פונעם צווייטן שטאק" זאג איך פאר מיין חבר.

נאכ'ן פרובירן אלע טירן, און קיינער עפנט נישט, איז געוועהן די החלטה אז מיר מוזן אנקומען אינעווייניג ווי שנעלער.

.
image000003.jpg
image000003.jpg (288.6 KiB) געזען געווארן 844 מאל
מיט א פלינקייט האמיר זיך דערזעהן אויפן פארטש פונעם צווייטן שטאק, און ב"ה די טיר איז געוועהן אפן.

א געדעכטע רויך איז מיר אקעגן געקומען, און די ערשטע זאך בינעך אראפגעלאפן עפענען די טיר פאר די אנדערע מעמבערס.

אריינלויפנדיג מיט די כלים, איז קלאר געווארן אז די רויך קומט פון א טאפ וואס איז געבליפן אויפן פלאם, און ווען דאס קאכט אויס פאנגט אן גיין א רויך, און קען צומאל מאכן א פייער ח"ו.
תיכף האט מען פארלאשן די פלאם, ווען די אנדערע מעמבערס האבן זיך געיאגט צו עפענען אלע פענסטער, און א דריטער גייט פון שטוב צו שטוב מאכן זיכער אז קיינער געפונט זיך נישט אינעם דירה.

די דיספעטשער האט געשיקט א מעמבער ברענגען די פענס צו אויסלופטערן די הויז.

עטליכע מינוט דערויף, איז די משפחה אנגעקומען און געוועהן ערשטוינט צו זעהן וואס דא קומט פאר, עטליכע היימישע אינגעלייט האבן אים יעצט אפגעראטעוועט זיין דירה מיט אזא געטריישאפט, און ווי אינטערעסאנט איז אז קיינער אויפן גאס האט ניטאמאל געקענט באמערקן אז עפעס קומט פאר, ס"ה זענען אפאר "פלעינע" קארס געפארקט אויפן גאס.

דער בעל הדירה האט ממש נישט געקענט גענוג באדאנקען, און האט נאך שבת נאכאמאהל אריינגערופן בעטן די נומבער פון דער "פארבייגייער" וואס האט גערופן מצילי אש, אים צו קענען אפגעבן א דאנק.

---

וואס לערנט מען זיך ארויס פון די מעשה?

1. ווען דו זעהסט סיי וואס פארדעכטיגט, רוף תיכף פאר הילף! האב נישט מורא, שעם זיך נישט! קענסט ראטעווען לעבנס און נכסים.
2. לאז קיינמאל נישט איבער קיין ברענעדיגע פלאם אן אויפזיכט, עס איז א גוט געוואוינהייט צו איבערקוקן די פלאמען איידערן פארלאזן די הויז.
3. מאך זיכער אז די סמאוק דידעקטערס ארבעטן.

און פאר מיר, און אלע אימערדזענסי ריספאנדערס:
א רוף פון א קלינגעדיגע אלארם איז א ערנסטע זאך, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס ס'קען זיין.

אויש, שיעור פארגעסן...
אויב די זאך וואס דו זעהסט איז א פייער סכנה, געדענק דעם נומבער 845-426-9111
מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9959

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW!!!

קיין אנדערע ווערטער האב איך נישט.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך צייטווייליג »

Wow
אהרן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 8:07 pm
x 56

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אהרן »

דאס איז מורא'דיג! מי כעמך ישראל!

די וואלענע טלית קטן טראגט אן עקסטערע אידישע חן...
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך רואה חשבונות »

מצילי אש בתפארתו!!

זיי דערמאנען מיר פון וויליאמסבורגער הצלה אין די בראשית יארן. מיט אמת'דיגע הארץ. דאס הייסט אן ארגענעזאציע! (נישט ח"ו אוועק צומאכן אנדערע).
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

WOW
כ'האב נישט קיין ווערטער!!

כ'טראכט נאר וויאזוי די מעשה וואלט זיך גענדיגט ווען די שכן ריפט ווען ברויער..
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ציבורא »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 9:58 am WOW
כ'האב נישט קיין ווערטער!!

כ'טראכט נאר וויאזוי די מעשה וואלט זיך גענדיגט ווען די שכן ריפט ווען ברויער..
זיי גייען אינמיטן די וואך? געמיינט אז נאר שבת
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10882

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ציבורא האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 11:29 am
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 9:58 am WOW
כ'האב נישט קיין ווערטער!!

כ'טראכט נאר וויאזוי די מעשה וואלט זיך גענדיגט ווען די שכן ריפט ווען ברויער..
זיי גייען אינמיטן די וואך? געמיינט אז נאר שבת
זיי וואלטן טאקע אנגעקומען נאכן זמן...
שרייב פאוסט