פרשת פנחס
דעם קעניגס בן יחיד
פרשת פנחס
א משל געפין-איך-עס
א קעניג ווי אלעמאל געהאט אן איינציג בן יחיד,
דאס קינד פרזונדיגט געווארן
דעם קעניג געכאפט א צארן
עד כדי כך דעם בן יחיד'ל ארויס געווארפן פון שטוב אויכעט,
קעניג'ס ליבהאבער דעם קעניג איבערגערעדט
דאס קינד טאקע געזונדיגט אבער ווערן וואויל ער וועט
מיטן טאטע זיך איבערגעבעטן אין פאלאץ צוריק געברענגט
מיין טייער ליבער קינד איך האב צו דיר אזוי געבענקט,
דער קעניג דריידט זיך אויס צו זיין גוטער פריינד
צוויי גוטע זאכן האסטו געטון מיט מיר היינט
איינגעשטילט מיין צארן געטון, אבער דער עיקר אז אין מיין שטוב
צוריק געברענגט האסטו מיין זוהן, וואס איך האב אזוי שטארק ליב,
דאס זעלביגע איז אונז מסביר די אהבת שלום
פנחס איז ווי דער גוטע פריינד פון די משלים
השיב את ''חמתי'' מיין כעס אפגעטון
אבער דער עיקר ''מעל בניי ישראל'' פון מיין טייער זוהן,
באליבט מיר זענען ביים טאטע'ן מיט אהבה אנע גבול
כאטש געזונדיגט מיר האבן מיט עבירות פיל
פארשוקט טאקע אין גלות מיט פיין און לייד
אבער ער ווארט מיר זאלן אומקערן נישט זיין אזוי ווייט.
א גוט שבת!