רבי דוד מארגנשטערן מקאצק - כ"ב תמוז תרל"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

רבי דוד מארגנשטערן מקאצק - כ"ב תמוז תרל"ג

פאוסט דורך מירון »

ב"ר: מנחם מענדל ז"ל. חתן: רבי צבי הירש דושקעס מאפאזנא ז"ל. נולד בערך שנת תק"ע. רבותיו:. מחבר ספר: אהבת דוד השלם. רב בעיר: קאצק.

מדבריו הקדושים: רבי דוד האט געזאגט פשט אין א מדרש אויפן פסוק (שמות כה, ב), ויקחו לי תרומה, זאגט דער מדרש: "כי לקח טוֹב נתתי לכם תורתי אל תעזבו". עס איז א משל צו א סוחר וואס האט אמאָל אנגעוואוירן זיין געלט אויפן יריד, די שאָדן איז געווען גרויס, דאָך וועט ער נישט אָפּשפּאַרן וועגן דעם דאס גאנצע געשעפט, מסחר, ווייל ער ווייסט ביי זיך אז אויב דאס געשעפט, מסחר, וועט ער מיט דעם שריט אלעס דערלייגן און מער קיינמאל נישט פארדינען קיין איין פרוטה. נאר וואזשע דען, דער סוחר שטארקט זיך, און פראבירט נאָכאַמאל זיין מזל, און ער ארבעט ווייטער מיט א פעסטקייט כדי אז דאס נעקסטע מאל זאל ער יא פארדינען און מצליח זיין.

אזוי אויך ביי די תורה, מאכט זיך אז עס קומט אָן שווער פאר א איד, ער מוטשעט זיך און ער פארשטייט נישט, דאָך זאל ער נישט 'אָפּשפּאַרן דאס געשעפט' און איבערלאזן ח"ו די תורה, ווייל דעמאלטס וועט ער זיכער גארנישט האבן און ער וועט אלעס דערלייגן ח"ו. נאר די עצה איז צו פראבירן נאָכאַמאל און נאָכאַמאל, ביז ער וועט מצליח זיין און זוכה זיין צו פארשטיין און קענען די תורה. און דאס שטייט אין פסוק "כִּי לֶקַח טוֹב" די תורה איז צוגעגליכן צו א גוטע געשעפט וואס מען גיבט נישט אויף, "תורתי אל תעזבו" פאַרלאָזט נישט די תורה, נאר זייט זיך מחזק איינמאל און נאָכאַמאל ביז מען איז מצליח.

זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט