"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.
פון ווי מאכט די בויער געלד?

נפתלי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:03 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:01 pm פארוואס אין די וועלט זאל נישט זיין הריגות ביי ר' בנציון קליין אויב בעט ער די זעלבע פרייז ווי בי נידערמאן וכד'?
ווייל אידן זענען נישט עובר אויף לא תרצח.
שיינע ווערטל אבער נישט גענטפערט צום פוינט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.
פון ווי מאכט די בויער געלד?

ליין ווייטער.

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1602

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

די 9 פיסיגע דאך מאכט א שטארק גרויסע חילוק אין פרייז?
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 659

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:03 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.
פון ווי מאכט די בויער געלד?
די נומער איז אויסגעקומען אז די "טייערסטע פראיעקט" און פארשטייצעך לויט ווי די "דעוועלאופער האט געזאגט" איז אין די הויכע 200'ס.

1) יעצט רעכן אראפ 'אביסל' וואס דער דעוועלאופער האט נישט געמוזט זאגן ממש פונקטליך...

2) רעכן אז רוב פראיעקטן קאסטן ביליגער אדער סאך ביליגער ווי דעם, געוואנדן אין פארשידענע זאכן, ווי בערגיג דאס איז, וויפל דירות אויפאמאל, ווי טייער די לאט האט געקאסט, וכדו'.

3) נאכדעם נעם אראפ פארשידענע לוקסוס וואס זענען צוגעקומען די לעצטע יארן.

4) נאכדעם גיב ארויס די ארבעט פאר בידס.

5) און אויב מעג מען שרייבן, בעט גרעסערע דאון פעימענטס, צו דארפן נעמען קלענערע לאונס.

אויף דעם ארויף האט די קאמיטע אויסגערעכנט אז א בילדער קען בעטן $300 א ס.פ. און נאך מאכן גענוג פראפיט עס זאל לוינען די ארבעט און כוחות וואס גייט אריין אין בויען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צו זיין זייער פונקטליך, מצד אחד איז דאס טאקע געווען די טייערסטע, כלומר, ס'איז דא וואו ס'איז געווען עטוואס ביליגער.

מצד שני האט די קאמיטע געטון א גרונטליכע ארבעט, די דעוועלאפער האבן נישט געקענט "סתם זאגן"...

אבער מצד שלישי איז דאס געווען א חשבון פון בילדעבל סקווער פיס, וואס בערך צווישן 15% און 20% פארקויפט מען נישט.

נאר, דער רבי האט געזאגט אז דער בילדער וועט שוין טרעפן דעם וועג אראפצוברענגען די קאסט, אויב קען ער נישט מאכן קיין ריוח אנדערש. פונקטליך וויפיל די 9 פיס מאכט אויס? @שבת קודש פרעגט גוט, איך מיין אויך אז נישט דארט שטעקט עס. נאר ענדערשט ביי די קוואליטי פון די בוי מאטריאל. העמיר זען מיט וואס די דעוועלאפער וועלן צוריקקומען.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

איך מיין אז אסאך דיוועלאפערס האבן שוין ביז היינט געבויט גאר ביליג עכ'פ די ביליגסטע וואס שייך אז מענטשן זאלן קומען צו סיי ווס' די צווייטע בילדער

אויב אבער איז אלעס געבויט די ביליגסטע וואס שייך וואס וועט איינער קענען ברענגן צום טיש מער ווי א צווייטער? ווייטער אויב וועט מען יא עפעס אפגרעיטן דעמאלס האלטסו ווי די האסט אנגעהויבן

די זעלבע שאלה אין אנדערע ווערטער, וויפל וועט א בויער בעטן פאר די סוב בעסמענט, אויב די אויבערשטע שטאק קאסט 300 א ס'פ
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 377
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

א מהלך וואס קען אפשר מאכן סענס

בפשטות וויל די מהר'א שליט'א שלעפן שטארק צו איין זייט אז עס זאל זיך אויסגראדן ערגץ אינצווישן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שבת קודש אחרי שובי ניחמתי אז ס'קען יא זיין אז די 9 פיס מאכט א עכטע חילוק אין פרייז.

קוק אפילו נאר אויף מאטיריעל קאסט. אז מען דארף אויף אפאר הונדערט דירות צולייגן צון יעדע שטאק מער האלץ, מער פייפס, לענגערע ווייערס, מער אינסאלעישן, מער שיטראק, נאך סטעפס, מער סקווער פיס פעינט, און עיר קאנדישן און היעטינג גייט אויף אויף קיוביק פיס קאווערעדזש, אא"וו.

איך האב נישט קיין נומערן, אבער עס קען יא מאכן סענס. ונחי' ונראה.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

#אלע איינאיינעם פאר ביליגע דירות
#קיינער נישט שולדיג
#יעדער זאל פארדינען די שענסטע מעגליך
#יעדער פון זיין ארבטייל לייגט צו א האנט צו בויען דעם רבינ'ס שטאט
#נישט אויפן ציבור'ס רוקן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:22 pm שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט
אויך שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די איינוואוינער אויך, אנדערש ווי די ''בלויז דעוועלאפער" האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

ערעב איד... אז ס'איז דא גוטע נייעס מוז עס גיין מיט איינעם צובייסן? פלעין 'גוט' איז עפעס שלעכט?

לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין אז ס'זאל זיין גוט פאר יעדן! יעדער זאל האבן די בעסטע און יעדער זאל מאכן די מערסטע געלט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6086

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:22 pm שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

#אלע איינאיינעם פאר ביליגע דירות
#קיינער נישט שולדיג
#יעדער זאל פארדינען די שענסטע מעגליך
#יעדער פון זיין ארבטייל לייגט צו א האנט צו בויען דעם רבינ'ס שטאט
#נישט אויפן ציבור'ס רוקן
שטעלט זיך ארויס אז דער רבי האלט די דעוועלאפערס זענען ארנטליכע לייט, והראי' מ'קען מיט זיי טון אזאנס.

די קרית יואלע דעוועלאפער וועלן געדענקט ווערן צום גוטן, אלס ביזנעסלייט, אינוועסטירער, וועלכע האבן קאמבינירט חסד מיט ביזנעס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
א גוטן מועד
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:02 pm
x 31

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך א גוטן מועד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.
@דער תהלים איד דאס מיינט אז שכונת ויואל משה וואס האט שוין באיזה אופן די סייט פלענס ווערט נישט אפעקטירט?

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:40 pm
אבער מצד שלישי איז דאס געווען א חשבון פון בילדעבל סקווער פיס, וואס בערך צווישן 15% און 20% פארקויפט מען נישט.

נאר, דער רבי האט געזאגט אז דער בילדער וועט שוין טרעפן דעם וועג אראפצוברענגען די קאסט, אויב קען ער נישט מאכן קיין ריוח אנדערש. פונקטליך וויפיל די 9 פיס מאכט אויס? @שבת קודש פרעגט גוט, איך מיין אויך אז נישט דארט שטעקט עס. נאר ענדערשט ביי די קוואליטי פון די בוי מאטריאל. העמיר זען מיט וואס די דעוועלאפער וועלן צוריקקומען.
דאס הייסט אז בעצם האט מען גערעכנט פאלשע ציפערן נאר דער רבי האט געזאגט אז די דעוועלאפער וועלן טרעפן א מהלך?

אויב האט מען געמאכט אזא אקוראטע חשבון אזש דעוועלאפער האבן נישט געקענט שפילן מיט ציפערן, וואלט מען דאס אויך געדארפט נעמען אין באטראכט.

אז נישט וואס ברויך מען בכלל א חשבון?...

מיין ארימע מיינונג איז אז ס’א טעות. אויב איז טאדע די רעדע פון 15 20 פראצענט זאל מען איבערמאכן די חשבונות און ארויפגיין העכסטנס אביסל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6086

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

@דער תהלים איד פאר די אינטערסאנטקייט, וואו זענען די 15 20 פראצענט געבויטע סקווער פוס וואס מען פארקויפט נישט?

לויט די בעיסיק שאצונגען שטימט עס נישט ממש, ווייל יעדע דירה ווערט גערעכנט היבש מער סקווער פוס ווי סאיז באמת, איינער זאגט ער רעכנט קאמאן עריע, א צווייטער זאגט ער רעכנט סטעפס, א דריטער רופט עס אנדערש, אבער הצד השוה אז יעדער רעכנט אריין די נישט-פארקויפטע, און דאס איז נישט קיין שווינדל נאר ס’זייער קלאר אויסגעשמועסט.

אלזא, איך גלייב אז דער חשבון פון 20 פראצענט בילדעבל ס"פ וואס פארקויפט זיך נישט איז אומקראנט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6086

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איך בין ממש שפראכלאז.

איך בין נייגעריג צי דער עולם תושבי קרית יואל כאפן ווי גליקליך מיר זענען...

האט איינער אמאל געקלערט צו פארלאנגען פון דעוועלאפער צו טון חסד און פארקויפן דירות פאר ביליג?
האט איינער אמאל געקלערט בכלל צו פארלאנגען פון די ווילעדזש זאל ווערן א דירות ארגאניזאציע און אראנדזשירן דירות פאר ביליג?

דא זעמיר!

הונדערטער תושבי העיר צאלן שוין פאקטיש רעלאטיוו ביליגע מאגטגעדזש פעימענטס אדאנק דעם נחשון וואס האט פארוואנדלט בויעריי אין חסד.

צאללאזע תושבי העיר געניסן און וועלן בעתיד געניסן פון די פעולות וואס די ווילעדזש טוט יעצט צו ברענגען ביליגע דירות, בשליחות הקודש פונעם מרא דאתרא רבינו שליט"א.

ס’פשוט דער עצם באגריף דערפון וואס מאכט מיר שפרינגען...

קרית יואל ווערט סערווירט גאלד! דער רבי זי"ע האלט אן אויג אויך זיין שטאט, און מאכט זיכער אז דער שטאט זאל האבן די ריכטיגע פארזארגער!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוטן מועד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:57 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.
@דער תהלים איד דאס מיינט אז שכונת ויואל משה וואס האט שוין באיזה אופן די סייט פלענס ווערט נישט אפעקטירט?
פארעסט ד"א ווידער (חיים נחום), שכונת ויואל משה (עקיבא הערש-מאיר יענקל), און שכונת דברי יואל (יומי ווערצבער-יואל בראך), חברון (אויבן, יענקי סופר), האבן שוין באקומען אלע פערמיטס ביים אנהייבן.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:55 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:22 pm שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

#אלע איינאיינעם פאר ביליגע דירות
#קיינער נישט שולדיג
#יעדער זאל פארדינען די שענסטע מעגליך
#יעדער פון זיין ארבטייל לייגט צו א האנט צו בויען דעם רבינ'ס שטאט
#נישט אויפן ציבור'ס רוקן
שטעלט זיך ארויס אז דער רבי האלט די דעוועלאפערס זענען ארנטליכע לייט, והראי' מ'קען מיט זיי טון אזאנס.

די קרית יואלע דעוועלאפער וועלן געדענקט ווערן צום גוטן, אלס ביזנעסלייט, אינוועסטירער, וועלכע האבן קאמבינירט חסד מיט ביזנעס.
אט אזוי!!!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:02 pm @דער תהלים איד פאר די אינטערסאנטקייט, וואו זענען די 15 20 פראצענט געבויטע סקווער פוס וואס מען פארקויפט נישט?

לויט די בעיסיק שאצונגען שטימט עס נישט ממש, ווייל יעדע דירה ווערט גערעכנט היבש מער סקווער פוס ווי סאיז באמת, איינער זאגט ער רעכנט קאמאן עריע, א צווייטער זאגט ער רעכנט סטעפס, א דריטער רופט עס אנדערש, אבער הצד השוה אז יעדער רעכנט אריין די נישט-פארקויפטע, און דאס איז נישט קיין שווינדל נאר ס’זייער קלאר אויסגעשמועסט.

אלזא, איך גלייב אז דער חשבון פון 20 פראצענט בילדעבל ס"פ וואס פארקויפט זיך נישט איז אומקראנט.
די קאמען עריע'ס זענען סקווער פיס וואס מען רעכנט נישט ביים פארקויפן א דירה. קענסט דאך זען דא אויבן אלע פלענס וואס מענטשן האבן געלייגט. די ווענט רעכנט מען אריין, אפשר דאס רופסטו גניבה... כ'בין מסכים, אבער די קאמאן עריע איז עפעס אנדערש:

בעיסמענט סטארעדזש רומס און האלוועיס, בוילער רום, שעירד סטעפס און האלוועיס, (עלעוועיטאר ספעיס ביי די וואס גיבן עס), און אפשר איז דא נאך, דאס איז וואס איך ווייס.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6086

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:17 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:02 pm @דער תהלים איד פאר די אינטערסאנטקייט, וואו זענען די 15 20 פראצענט געבויטע סקווער פוס וואס מען פארקויפט נישט?

לויט די בעיסיק שאצונגען שטימט עס נישט ממש, ווייל יעדע דירה ווערט גערעכנט היבש מער סקווער פוס ווי סאיז באמת, איינער זאגט ער רעכנט קאמאן עריע, א צווייטער זאגט ער רעכנט סטעפס, א דריטער רופט עס אנדערש, אבער הצד השוה אז יעדער רעכנט אריין די נישט-פארקויפטע, און דאס איז נישט קיין שווינדל נאר ס’זייער קלאר אויסגעשמועסט.

אלזא, איך גלייב אז דער חשבון פון 20 פראצענט בילדעבל ס"פ וואס פארקויפט זיך נישט איז אומקראנט.
די קאמען עריע'ס זענען סקווער פיס וואס מען רעכנט נישט ביים פארקויפן א דירה. קענסט דאך זען דא אויבן אלע פלענס וואס מענטשן האבן געלייגט. די ווענט רעכנט מען אריין, אפשר דאס רופסטו גניבה... כ'בין מסכים, אבער די קאמאן עריע איז עפעס אנדערש:

בעיסמענט סטארעדזש רומס און האלוועיס, בוילער רום, שעירד סטעפס און האלוועיס, (עלעוועיטאר ספעיס ביי די וואס גיבן עס), און אפשר איז דא נאך, דאס איז וואס איך ווייס.
ווער רעדט פון גניבה?

ווען איך האב געקויפט א דירה האבן מיר אלע געזאגט אז מ’רעכנט אויך קאממאן עריע.

וואו איז דא א פראגראם צו רעכענען די ס"פ? כהאב עטליכע פלענס מיט די נומערן פון די דעוועלאפער, לאמיר טאקע זען
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:20 pm וואו איז דא א פראגראם צו רעכענען די ס"פ? כהאב עטליכע פלענס מיט די נומערן פון די דעוועלאפער, לאמיר טאקע זען
איך ווייס נישט, אונז האמיר דא א @יאנטשי וואס טוט עס דא.

דא פריער אינעם שמועס איז געווען אפאר חברה מיט ליינס און נומערן, קענסט דארט זען וואס מען רעכנט:
viewtopic.php?p=108075#p108075
viewtopic.php?p=107223#p107223
viewtopic.php?p=106214#p106214
viewtopic.php?p=106224#p106224
א גוטן מועד
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:02 pm
x 31

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך א גוטן מועד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:12 pm
א גוטן מועד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:57 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm
דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.
@דער תהלים איד דאס מיינט אז שכונת ויואל משה וואס האט שוין באיזה אופן די סייט פלענס ווערט נישט אפעקטירט?
פארעסט ד"א ווידער (חיים נחום), שכונת ויואל משה (עקיבא הערש-מאיר יענקל), און שכונת דברי יואל (יומי ווערצבער-יואל בראך), חברון (אויבן, יענקי סופר), האבן שוין באקומען אלע פערמיטס ביים אנהייבן.
די אלע האבן נאכנישט קיין סוער אפראוועלס אחוץ שכונת ויואל משה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@א גוטן מועד אויב ווייס איך גוט האבן אלע פון זיי אלע ווילעדזש אפראוועלס (סוער הוקאפס, סייט פלענס און בילדינג פערמיטס).

סוער אפראוועלס פון די קאונטי אדער פון די סטעיט, דאס ווארטן זיי נאך.
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מלאכי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.

ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.

צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:

די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.

דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.

בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.

די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.

יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:

1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.

די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.

דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.

עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.

א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.

אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.

די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.

יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.

ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!!!
כה לחי!!!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5227
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9583

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מלאכי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 6:52 pm כה לחי!!!
פין וויפיל דירות רעדט מען סה״כ?
אלע דערמאנטע דעוועלאפערס אינאיינעם?

כ'מיין אז איבער 1,200
שרייב פאוסט