גייט טראמפ געווינען די וואלן?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 592

גייט טראמפ געווינען די וואלן?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

פאר בערך צוויי יאר צוריק ווען מ'האט אריינגעלייגט די רעפובליקאנע פריימערי'ס אינעם מייקראוועיוו, אנהויב סעזאן ווען יעדע קרעציגער מיט א האלבע נגע אויף זיין פינגער האט געזאגט אז ער טראכט פון לויפן, האב איך געשריבן אויף א געוויסע וועבזייטל דאס פאלגענדע ארטיקל, זעהנדיג יעצט צוויי יאר שפעטער ווי עולם גולם וואקט אין וואנט אריין, האב איך געקלערט איבערצולייגן דא דעם גאנצן קרעפל פשעטיל, וירא הקהל וישפוט..

------------------

די קומענדיגע למספרם, האט מען דעזיגנירט אלץ א חגא אין אמעריקא, מ'ברויך נישט ארבייטן, די רעגירונג שטעלט צו אינטערטעינמענט פריי פון אפצאל..

די רעפובליקאנע קאנדידאטן פאר פרעזידענט שטעלן זיך שוין אין די רייע, יעדע האלבע אדער גאנצע סוחי לאזט מעלדן אז ער טראכט שטארק, און נעמט עס זייער ערענסט וכו' וכו..

נאדיר אפילו דזשאן באלטאן טראכט דערפון..
הכל הבל האט געשריבן:
דזשאן באלטאן זאגט אז אויב אנדערע רעפובליקאנער וועלן זיך נישט באווייזן צו נעמען צו טראמפ'ס ביינער וועט ער זעלבסט מוזן אריינשפרונגען אינעם פארמעסט

האבן די רעפובליקאנער זיך גארנישט געלערנט פון די 2015 עלעקשאן? ניין.. האט זיך די מידיא עפעס געלערנט דערפון? גארנישט! ס'איז עולם גולם כמנהגו נוהג, איז נעמט'ס ארויס די פאפקארן..

דזשאן באלטאן דערמאנט מיר פון טראמפ אויפן דעבאטע סטעידזש מיט ראנד פאויל.. ''איך האב קיינמאל נישט קאמענטירט איבער דיין אויסזעהן, און גלייב מיר ס'איז דא אסאך נושאים אויסצושמועסן דארטן..''

טראמפ'ס כח איז אין זיין מויל, זיין געשטעל, זיינע רעדעס, זיין מהות.. און יעס, זיינע פאליסיס.. אבער וויאזוי איז טראמפ אנגעקומען צו זיין בענקל? און פארוואס האבן זיבעצן רעפובליקאנע קאנדידאטן אים נישט באוויזן צו לייגן שלאפן אויף אייביג אין 2015? אלעס וואס מ'שרייט אויף אים היינט, האט מען שוין געשריגן אויף אים אין 2015! אדרבה, ברענג מיר איין טענה אויף אים, און איך ברענג דיר א העדליין פון 2015-16..

זיין גאנצע בייאגראפיע פון ווען ער לעבט, איז אנגעפילט מיט איגויאיזם, קארופציע, נארסאסיזם, ס'דא אויף אים היינט אזויפיל ביכלעך קעגן אים, אזש מ'קען עפענען א לייבערי נאר פון ביכלעך קעגן טראמפ! זאג מיר נאך א מענטש אין די וועלט וואס האט אזויפיל ביכלעך געשריבן קעגן אים.. אלע זיינע עוולות פון ווען דאס קינד האט זיך איינגעמאכט ס'ערשטע מאל אונטער'ן מאמע'ס פארטוך.. כ'מיין, וואס נישט..

איז וואס איז טאקע זיין שטארקייט? די מידיא! די עסטעבלישמענט! און די דזשאסטיס דעפארטמענט!

פאר די אינגע בחורים'לעך וואס קומען יעצט אריין אין עולם הא'פאליטיקע, וועט זיין זייער מאדנע צו הערן, אז די אלע מערכות וואס די מידיא פירט קעגן טראמפ, האבן זיי געפירט קעגן יעדן איינציגן ערוועלטן רעפובליקאנע פירער.. יארן וואס די רעפובליקאנער האבן זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די מידיא.. ס'איז געווען עמטליך אז ווען א רעפובליקאנער האט געוואונען, האט ער געמוזט נאכגעבן פאר די דעמאקראטן וויפיל ס'גייט, אז נישט האט די מידיא זיכער געמאכט אים צו באזינגען א גאנצן טאג.. ווען די דעמאקראטן האבן געווינען, האבן זיי געשיקט די רעפובליקאנער לעזאזל, און געטוהן כל מה שלבם חפץ..

צוביסעלעך האט אנגעהויבן ווערן אריינגעגעסן א שנאה אין די רעפובליקאנע המון עם, אז מיר האבן נישט קיינעם.. די מידיא איז דא אונז אונטער צו ברענגען, די רעפובליקאנע וואס געווינען זענען צו שוואך צו פייטן קעגן די מידיא מיט זייערע נאכפאלגער, זיי מאכן בעק דאור דיעלס מיט די דעמעקראטן, און ביי די קומענדיגע וואלן פארקויפט מען אונז נאכאמאל דעם בריק..

נאכער איז געקומען די קלינטאן סקאנדאלן, און דאס האט עס גענומען נעקסט לעוועל.. איך רעדט פון ביל קלינטאן, נישט די רביצין.. דער ביל ירום הודו, איז געווען א געמיינע שמוציגע אינג, און קארופטירט ביזן הימל.. ער פלעגט ארומגיין האלטן דרשות ווי מ'האט באצאלט פארדעם מיט היסטארישע אסטראנמישע סומעס, נישט ווייל ער האט געהאט א גוטע שטימע האט מען באצאלט פאר דעם קארופטירטן אזוינע גרויסע סומע'ס, נאר דו ווילסט קענען אריינגיין צום רבי'ן? באצאל.. אין אמעריקע טאר נישט א פאליטישן נעמען שוחד אויסצופירן געוויסע טובות פאר אנדערע, איז וואס טוט מען? מ'האלט דרשות..

נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן געפענט אן אויספארשונג אויף ביל קלינטאן און מ'האט אים געפונען שולדיג אויף זיינע מעשים טובים, האבן די דעמאקראטן געשטימט אים צו האלטן אין אפיס.. דאס האט געהויבן די בלוט דרוק נאך העכער, ווארום עטליכע יארן פארדעם, האט ניקסאן א רעפובליקאנער געברויכט אפטרעטן פון אמט וועגן וואטערגעיט סקאנדאל, און דא קען ביל קלינטאן ווייטער אנגיין כאילו לא היה.. דאס האט ארויסגעברענגט צום אויבערפלאך אז ס'דא צוויי עקסטערע רולס אין אמעריקא, איינס פאר דעמאקראטן, און איינס פאר די רעפובליקאנער.. אויב בוזטו א דעמאקראט קענסטו זיין קאראפטירט אויפן העכסטן פארנעם, ס'אלס וואויל און פיין.. אויב אבער בוזטו א רעפובליקאנער, דאן שייגעץ ארויס..

איז געקומען באראק אבאמא, און געהויבן די ווייטאג נאך א שטאפל.. ער האט געשיקט די איי אר עס צו דערגיין די יארן פון זיינע קאנסערוואטיווע קעגנער, געהעריג גענומען די גאווערמענט צו רודפ'ן פאליטשע שונאים, און ווען די רעפובליקאנע האבן אנגעהויבן שרייען צו די מידיא, אייכה.. ווי זענט עטץ?! האט געהערשט א שטיל שווייגעניש.. נישטא קיין אימפיטשמענט, נישטא גארנישט.. הא לן והא להו..

אויב איז דאס נישט גענוג, האט דער רעפובליקאנע ספיקער דזשאן בעינער געמאכט בעק דאויר דיעלס מיט אבאמא, און זיי האבן אריינגעריקט אבאמא קעיר מיט פול אנדערע ליבעראלע בילס, וואס דעס האט אונטערגעצינדן די קאנסערוויטיוו'ן נאכמער.. מ'האט אנגעהויבן א קאמפיין אים צו באזייטיגן, ביז ער האט גענומען א באקס טישוס, און זיך שופך שיח געווען און געזעגנט פונעם קאנגרעס, באט זיין באקס טישוס נעמט ער מיט.. גיי נעם עס געזונטערהייט.. נעם מיט די אויסגעבלאזענע אויך..

איצטערט איז געקומען די פרשה מיט די רביצין קלינטאן, וואס האט זיך באנוצט מיט איר פריוואטע אימעיל, און ביים אויספארשן האט זי ''בטעות'' אויסגעמעקט די הארד דרייוו מיט בליטש, א געוויסע מעטאד וואס מאכט מ'זאל גארנישט קענען מער צוריק ברענגען, און יע ס'איז עולם כמנהגו נוהג.. נישטא די מידיא וואס זאל מאכן די בייסיגע העדליינס, נישטא קיין מארשן אויף די גאסן זי זאל אפטרעטן פון אמט, ס'איז אלץ בסדר ווייל זי באלאנגט אויף די ריכטיגע זייט..

די געדולד פון די רעפובליקאנער האבן געפלאצט, זיי זענען שוין זאט פון די דאבעל סטענדערד.. נישטא קיין דזשאסטעס, נישטא קיין מידיא, ס'איז אלעס קארופטירט.. און דא איז טראמפ אריינגעקומען.. זיין מענטעליטי איז פייטן.. ער לעבט און אטעמט זיך צו קריג'ן מיט מענטשן.. און ער טיילט מכות אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.. שוינט נישט קיין ווערטער.. ער מאכט דאס גענאר פון די מידיא און סיי ווער עס שטעלט זיך קעגן אים.. א ריכטיגע בולי.. פאליטשע רעספעקט איז ביי אים געשטארבן.. ער פליקט אריין אינעם באבע'נס זיידע אריין.. און דא האבן די רעפובליקאנע אנגעהויבן פילן ווי ענדליך האבן זיי שוין איינער וואס קען זיי פארטרעטן.. גענוג מיט ענקער גארביטש, צייט צו טיילן פראסקעס.. אונז קעיר מיר נישט פאר דיינע באקס טישוס מער, ארויס מיט די העק! גענוג יארן זיך געלאזט טרעטן.. גענדיגט מיט די איידיע אז אונז דארף מיר פארהאנדלען יעדע מאל מ'געווינט און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן.. גענדיגט מיט די הא לן והא להו.. ווילסט אן אינוועסטיגעישאן? כ'האב נאך א ליסט פאר דיר, קודם וועסטו איינזעצן ביל קלינטאן ורעיתו, נאכער זאלסטו מיטנעמען אבאמא וואס האט זיך אליינס געגעבן א מעדאל.. און העי, סטוצעך מיט די 10% פאר די ביג גיי?

די רעפובליקענס זענען שוין זאט פון די צוויי זייטיגע סיסטעם, במילא קענסטו שוין ווארפן וואס דו ווילסט, ס'אינטערסירט זיי נישט.. קודם זאלסטו איינזעצן דיינע כעוורע, נאכדעם קען איך אפשר הערן וואס דו האסט צו זאגן..

אין קורצן, די מידיא מיט די פאליטישאן'ס, און די דזשאסטיס דעפארטמענט זענען שולדיג אין טראמפ! יארן לאנג רדיפות און איינזייטיגיקייט, מיט קארופציע האט געברענגט אז טראמפ זאל געווינען..

איצטערט וועלמיר צוריקגיין צו די רעפובליקאנער, טראמפ האט א מורא'דיגע געפיל צו אויפכאפן איינעם'ס שוואכקייט.. און יעדער איינער האט עפעס.. אבער וואס טראמפ טוט נאכדעם, איז אנריעל, ער נוצט ברענדינג טעקניקס צו ארויפקלעבן אויף יענעם א גוטן לעבל וואס קלעבט, און דאן זאלסטו ענטפערן אויב דו בוזט געבוירן מיט הערנער אדער אן.. ער איז א מורא'דיגע גוטע דיבעטער.. נישט אין טאפיקס, דארטן איז ער גראדע היבש שלעכט.. אבער וויאזוי דיין האר זעהט אויס.. אדער וואסערע פאני גלעזער דו האסט.. ער ברענגט דיר אראפ ביז דער ערד.. די פשוטע המון עם איז נישט עכט אינטערסירט מער אין פאליסי דעבאטעס, יעדער איינער ווייסט שוין וואס ער וויל, און מ'ווייסט שוין וואס יענער וויל, נישטא וואס צו דעבאטירן.. איז קומט מען הערן ווי ס'גייט פייער פון די באלאטעס.. יארן אנגעגעסנקייט, אנגעווייטאגקייט אויף די מידיא, די פאליטישאן'ס, די דזשאסטיס סיסטעם, קומט יעצט צום אויבערפלאך.. יעדע פליק וואס טראמפ געבט אין זייער ריכטונג, פילן זיינע נאכפאלגער אז יעס! פיינעלי געבט שוין איינער צוריק.. דאס איז וואס מיר דארפן.. געב זיי אריין וויפיל ס'גייט.. רעדט פון זיין פנים זיין הויזן, ס'גייט מיר נישט אן וואס, באט געב אים אריין ער זאל אונז געדענקן..

איצטערט זאל מיר איינער איינרעדן אז אזא דיסענטיס וואס זעהט אויס ווי א ליטווישע בחור'ל וואס קען מן הסתם גוט אנפירן א חתונה זאל, און אויסטיילן פאר די וועיטערס וואס צו טוהן, אז ער גייט קענען הענדל'ן א דיבעיט מיט טראמפ.. יע, ער גייט כאפן אזוינע ציפעס, וויאזוי זאגט טראמפ? ס'דא אסאך נושאים דארטן אויסצושמועסן.. נעמטס די פאפקארן, ס'קומט א לאנגע חול המועד.. קיינער האט זיך נישט געלערנט פארוואס טראמפ געווינט סימפאטיע ביי זיין המון עם..


-----------------

און איצטערט אן הוספה..

זיידי ביידן איז שוין אויך נישט דא.. איצטערט שרייען די מעלאוינעס אז די זיבעלע העריס גייט עס מאכן.. זי האט דריי קנאקעדיגע טאלאנטן..

1. שווארץ. 2. פרוי (הממממ, זי איז זיכער דערינען, אדער זי וויל עס איבערטראכטן?!..) 3. זי הערט נישט אויף צו לאכן..


די געדינסטע כרעמזל האט נאך גארנישט אויפגעטוהן פאר דאס לאנד פון ווען זי האט אנגעהויבן באקומען באצאלט דורך מיינע פעי טשעקס.. אבער געגאנגען, לאמיר איהר מאכן פאר פרעזידענט.. סע'שיגע? ערשטע פרוי פרעזידענט, וואסי מיט דיר.. נאכדעצו א שווארצע, קען דאך גארנישט זיין בעסער..

מיינע ליבע פריינט, גרייט'ס אן די פאפקארן, ס'גייט זיין פיינע סכוירע..

א גוטן מועד..
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: גייט טראמפ געווינען די וואלן?

פאוסט דורך פופציגער »

אה! מאניש במאנישתו!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: גייט טראמפ געווינען די וואלן?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מאניש איז שוידערלעך. יעדע שורה עקסטער. דו האסט 3 טאלאנטן. 1. רעדסט צום זאך, 2. מיט א שמייכל, 3. ביסט א מאן....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: גייט טראמפ געווינען די וואלן?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גוט גוט, כ'האב אלס געוואוסט אז ביי די בנבשתי קרייזן ווייסט מען עתידות... דא האסטו קלארע פרוף אז @מאניש האט פאראויסגעזען.
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:09 pm גענדיגט מיט "די איידיע" אז אונז דארף מיר פארהאנדלען יעדע מאל מ'געווינט און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן..
יע יע... ווייטע אויגן (גלעזער)...

---
זייער קלאר צונומען, שכח.
שרייב פאוסט