א קורצע צייט דערויף האט ביידען ארויסגעשיקט א פרישע מעסעדזש אין וואס ער טוט אינדארסירן זיין וויצע פרעזידענט פרוי העריס אלס דעמאקראטישער קאנדידאט, העריס ווערט געזעהן אלס די שטערקסטע קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פארטיי, אבער זי שטייט היבש ווייט פון א פאראייניגטע שטיצע וואס זאל פארזיכערן א זיג פאר איר אין נאוועמבער.
צופיל דעטאלן איז נאכנישט פארהאן, אסאך פאקטארן דארפן זיך שטעלן אין פלאץ קלאר צו מאכן וואס עס וועט פאסירן אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי אין די נאנטע טעג און וואכן, אזויפיל איז אבער זיכער אז אמעריקאנער פאליטיק וועט זיין א הייסע טעמע אין די קומענדיגע וואכן און חדשים.
אין זיין אפיציעלער בריוו שרייבט ביידען אז ער וועט קאנצענטרירן זיינע פארבליבענע חדשים אין אמט צו אויסנוצן די צייט אויפצוטון פאר אמעריקאנער בירגער, ער האט נאך אסאך צו ערלעדיגן אין אוועל אפיס און דאס וועט זיין די הויפט פריאריטעט.
אין די זעלבע צייט אבער הערט מען קעגנזייטיגע מיינונגען, צו ביידען איז בכלל פעליג צו אויסדינען זיין טערמין, אויב ער איז קלאר מודה אז ער איז נישט פעליג פאר ווידערוויילונג. אויף דעם וועט מען אויך דארפן פאראויסקוקן און אויסווארטן צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן.