טראמפ איבערגעלעבט אטענטאט פארזוך ביי ראלי אין באטלער, פענסילוועניע
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
טראמפ משתתף ביים חתונה
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
היינט איז באקאנט געווארן אז אין די שעה'ן בעפאר די טראמפ שיסעריי האבן די עלטערן פונ'ם שיסער גערופן די פאליציי אויסדרוקן זארג אז ער פעלט
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
די היימלאנד זיכערהייט דיפארטמענט האט געעפענט אן אויספארשונג אויף די וועג וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט באהאנדעלט די זיכערהייט ביים טראמפ ראלי
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3505
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9060
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
א פרישע באריכט גיבט אן אז די לאקאלע פאליציי סנייפערס זענען געווען פלאצירט אין און ארום די בילדונג פון וואו קרוקס האט געשאסן.
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1255
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4913
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
צייטונגען דעקלעך איבערן אטענטאט.
- פיילס
-
- קא.jpg (299.04 KiB) געזען געווארן 528 מאל
-
- unnamed (6)-min.jpg (344.19 KiB) געזען געווארן 822 מאל
-
- unnamed - 2024-07-17T122749.167.jpg (254.99 KiB) געזען געווארן 822 מאל
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1255
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4913
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
מאגאזינען דעקלעך איבערן אטענטאט.
- פיילס
-
- photo_2024-07-17_12-02-51.jpg (160.15 KiB) געזען געווארן 820 מאל
-
- photo_2024-07-17_09-29-24.jpg (195.37 KiB) געזען געווארן 820 מאל
-
- IMG_20240717_092855_123.jpg (186.41 KiB) געזען געווארן 820 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3505
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 9060
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
"דער איד" קעפל איז א טעות. ס'דארף שטיין אטענטאט "פארזוך".
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1514
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3150
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
און די זעלבע טעות אויפןו בלאט. אינטערסאנט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 17, 2024 1:37 pm"דער איד" קעפל איז א טעות. ס'דארף שטיין אטענטאט "פארזוך".
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז ארויס געקומען מיט א רוף פאר סיקרעט סערוויס פירער שיעטל צו רעזיגנירן פון אמט אין ליכט פון די אטענטאט-פרואוו
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1255
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4913
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
געוועזענער חבר פונעם רוצח זאגט אז קראקס איז געווען א טראמפ העיטער.
געברענגט דורך פאקס...
געברענגט דורך פאקס...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1171
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 1680
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
קרעדיט @פאליטישע עקספערט, א.וו
די סיקרעט סערוויס רעאקציע דארף צעטיילט ווערן ווי פאלגענד:
אין די ערשטע זענען זיי מיאוס דורכגעפאלן;
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די מעשה איז געווען, דאס איז קלאר אז יעדער האט געוויסט אז יענע דאך דארף אפגעשלאסן ווערן, אבער ווי עס זעט יעצט אויס האט די סיקרעט סערוויס זיך צי שטארק פארלאזט אויף די לאקאלע פאליציי יענץ אויסצופירן, דאס לייגט אביסל פון די שולד אויף די פאליציי, אבער די סיקרעט סערוויס איז נאכאלץ שולדיג.
אויב האבן זיי געמיינט אז יענץ איז אונטער פאליציי קאנטראל - עס איז דאך למעשה נישט געווען - איז דא געווען א מאסיווע קאארדינאציע דורכפאל, די סיקרעט סערוויס האט געזאלט קאארדינירן און קאמיוניקירן מיט די פאליציי אז זי איז טאקע אין קאנטראל פון יענע דאך, עס איז זייער מעגליך אז די פאליציי צילשיסער ווען זיי האבן געזען א מענטש אויפן דאך האבן זיי געמיינט אז עס איז פאליציי, אבער אנטשולדיגט, ראדיאס זענען באשאפן געווארן פאר א סיבה, דער צילשיסער איז דער וואס דארף אזא פאל דרוקן די אלארעם אז עס איז דא א פאטענציאלע סכנה - און דערווייל פירט מען אראפ טראמפ פון סטעידש ביז מען שטעלט פעסט אז עס איז טאקע פאליציי - דאס איז די אפיציעלע פראטאקאל.
נאכמער, די ארטיגע פאליציי זאגט דאך אז א פאליציאנט איז ארויפגעקראכן אויפן דאך קאנפראנטירן דעם שיסער און האט זיך צוריקגעצויגן נאך א ביקס איז געצילט געווארן אין זיין ריכטונג - און נאך איידער יענער האט עספיעט דאס אריין צו זאגן אינעם ראדיא האט דער שיסער זיך גענומען שיסן, פיין, כ'הער. אבער אנטשולדיגט, פארוואס איז די פאליציאנט אהין געגאנגען? אה, ווייל עס איז געווען א פארדאכט אויף עפעס, טא פארוואס איז נישט תיכף אריין אן אלערט צו די צילשיסער איז עס איז פארהאן אן אומאויטאריזירטער פערזאן אויף יענעם דאך? פארוואס דרוקט מען נישט די אלארעם קנעפל אז עס איז דא א זיכערהייט דורכברוך?
די פשוט'ע ענטפער איז ווארשיינליך ווייל זיי האבן פונקט ווי אונז אלע נישט גע'חלומ'ט אז איינער גייט פראבירן צו טון אזא אומדערהערטער אקט וואס קיינער האט ניטאמאל פראבירט פאר די לעצטע 50 יאר, און האבן נישט געוואלט איבערדרייען און אפשטעלן די גאנצע ראלי בלויז ווייל עפעס אן איגנטליכער איז געווען אין די גוסטע פון אביסל טראבל - אבער דאס איז א גרויסע טעות - און לדעתי העני' קומט עס ווייל אזוי טראכט די לאקאלע פאליציי, נישט די סיקרעט סערוויס, ווען די סיקרעט סערוויס וואלט ווען מיטגעטיילט געווארן איבער די אינצידענט וואלטן זיי העכסט ווארשיינליך יא ארויס געפירט און ארום גענומען טראמפ תיכף ומיד - זיי זענען זייער אווער-פראטעקטיוו.
בשעת קוילן זענען געפלויגן און מענטשן האבן זיך געווארפן צו די ערד זענען צענדליגע סיקרעט סערוויס אגענטן אויפגעשפרינגען און געלאפן צו טראמפ זיך ארויפווארפנדיג אויף אים - פונקט פארקערט ווי מענטשליכע אינסטינקט זאגט אז מען זאל אוועק לויפן פונעם ארט וואס מען ווייסט אז די קוילן צילן אהין, ביז אונטער 2 סעקונדעס פון ווען די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן זענען אזא גוטע 8 אגענטן געשטאנען ארום טראמפ אויפן גענויעם ארט וואס זיי האבן געוויסט אז די קוילן צילן אהין, שווער באוואפנטע פאליציי איז ערשינען אין די 5 סעקונדעס, און דער שיסער איז גאר שנעל עלימינירט געווארן.
אייניגע זיכערהייט אגענטן האבן זיך יא אראפגעווארפן אויף די ערד זיך זעלבסט צו באשיצן - ווארשיינליך טאקע נישט קיין סיקרעט סערוויס אגענטן...
די עצה? אפשר איינהאדלען גרויסע קוילן באשיצטע פאנצערס פאר ביידע זייטן? איך וויס נישט, אבער אזוי איז דאך זיכער נישט קיין תכלית.
די וועג ביזן קאר האט טראמפ יא קאאפערירט און איז טאקע געווען גוט ארום גענומען מיט א מויער פון מענטשן.
די אריין גיין אין קאר איז שוין אנגעצייגט געווארן דורך פילע אז עס איז אדורכגעפירט געווארן נישט לויט די פראטאקאל וועלכע לויטעט אז די געפאנצערטער טיר זאל זיין צו די זייט פונעם ציבור, אבער למעשה איז די אפענע זייט געווען צום ציבור - בגם טראמפ איז בלאקירט געווארן דורך אסאך אגענטן.
דאס איז אלעס אפילו מיט די פשוט'ע נידריגע לעוול פון סיקרעט סערוויס - נישט די פולע וואס מען געט פאר א גרעסערער געפאר וואס רעכנט אריין ספעציעלע מיקראפאנען וועלכע קענען אויפכאפן דאס אנלאדענען א ביקס, וכדומה צענדליגע זיכערהייט מאסנאמען וואס די סיקרעט סערוויס האט ווארשיינליך געהאלטן זענען איבערגעטריבן פאר אזא קליינע ראלי, אבער דאך איז אפילו די פשוט'סטע זאכן שלעכט אויסגעפירט געווארן.
די הויפט שולד גייט אויפן קאפ פון די סיקרעט סערוויס, זיי האבן נישט גענוג ערנסט גענומען די סיטואציע צו אהערשטעלן גענוג א גוטע קאארדינאציע מיט די פאליציי קרעפטן, די איבריגע שלאבערישע ארבעץ איז לויט מיין שאצונג א רעזולטאט פון די ווייניג סיקרעט סערוויס אגענטן לויט די קוואל פון פאקס, קיין איין אנדערע זיכערהייט טיעם ארבעט נישט אזויווי די סיקרעט סערוויס, זיי זענען יחידים במיניהם אין וואס זיי טוען, און די חלקים וואס זיי האבן פאקטיש געטון דא איז טאקע גוט געווען, נאר די פלאנירונג איז זייער זייער זייער שלעכט געווען - ספעציעל די קאארדינאציע

- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1215
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
ער זאגט אז קרוקס איז נישט געווארן געבוליט,
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1255
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4913
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
- פיילס
-
- מאָמענט פלאס בלק תשפ״ד.jpg (366.95 KiB) געזען געווארן 548 מאל
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1171
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 1680
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
קראאקס איז געווען באזוכן די פלאץ עטליכע מאל און די טעג בעפאר די ראלי
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
סענעטאר פון טענעסי בלעקבארן האט אריינגעגעבן פאר דירעקטאָר פון די סיקרעט סערוויס ביים רעפאבליקאנער קאנווענשאן
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
טראמפ'ס גלעזל...
- פיילס
-
- ה_כוס_טראמפ_2.jpg (49.8 KiB) געזען געווארן 332 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: ברעיקינג!!! טראמפ געשאסן ביי א ראלי אין אן אטענטאט פארזוך
אפשר אזוי ווערט מען פאפולער?
- פיילס
-
- ה_ביידן_גם_רוצה_תחבושת_1.jpg (107.98 KiB) געזען געווארן 1091 מאל