פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך פופציגער »

טייערע חברים, קומטס אלע חברים, מגייט יעעעעעצט... באכענען!!

מ'גיימיר צום ערשטן מאל אין געריכט "פייטן א טיקעט". קיין אנונג וואס דאס מיינט, און פארוואס דאס הייסן "פייטן", אבער איך בין גרייט צו באכענען.

דאס צעטעלע אויף די פאסט זאגט איך זאל ערשיינען אין געריכט אום 5:30 און מ'גייט כאפן א שמועס מיט'ן פראסעקיוטער, קיין פראבלעם, איך קאל מיין חבר דער מומחה אין יעדע פאני זאך, פון קרעדיט קארד פוינטס ביז פלייט דעטאלן און אודאי אויך טיקעטס, און ער - האבנדיג לאנגיעריגע ערפארונג אין טיקעט באקומעריי - ערקלערט מיר אז ס'גארנישט, מ'דארף פלעין באקומען א דיעל פונעם פראסעקיוטער און שוין. ער טענה'ט כ'זאל מיטנעמען א ספר על הגאולה פאר א סגולה, און מיינע שלייקעס - פשוט די הויזן זאלן נישט פאלן ביים שטיין פאר'ן ריכטער.

איך בין אבער נישט דער מענטש וואס גייט יעצט זיצן אין ווארטן א שעה צייט, קום איך אן ווי א צולייגער 10 מינוט פרי, צו זיין אין פראנט פון די ליין.

נו שוין, א נעכטיגן יום, אינדרויסן ביים טיר שטייען שוין א גרופע אידן, און א בליק אריין פונעם פענסטערל פון גאס זע איך אז אינעם זאל זיצן שוין אזא 2 מנינים אידן און באטראכטן שוין די ווענט און די דאך מיט קענטיגע אינטערעסע.

אינעם ליין שטיי איך אינאיינעם מיט אפאר אידן, עטליכע וועמען איך קען, איינער וואס איגנארירט שוין מיינע טעלעפאן קאלס אזא שיינע פאר וואכן זינט ער האט מיר געגעבן א קרעדיט קארטל וואס איז געווען דעקליינד - יעצט מוז ער מיר שיינערהייט גריסן, און איינער אן איש מכובד פון ביהמ"ד וואס איך שפיר גאנץ קיל צו שטיין און מיטהאלטן ווי ער שפילט דעם פארברעכער זייט פונעם קארטל (ניין! נישט קיין דירות דעוועלאפער...).

דארף מען אויסטון אלע אייזענע חפצים און אריבערגיין דעם אייזן-אויפכאפער מאשין. איינער דארט זע איך האלט נישט ביים כאפן וואס מ'זאגט אים און דער מאשין פייפט איין מאל נאכ'ן צווייטן ווען ער גייט אריבער און יעדע מאל "דערמאנט ער זיך" אז ער האט נאך עפעס אין טאש... אקעי, איך זע שוין אז מיט אים גייט דא זיין פאן... ווען איך בין אריבער האט ער גראדע אויך געפיפן, כאניש געכאפט אז כהאב מיין טעלעפאן אין טאש.

יעצט שיקט מען מיר אריין אינעם זאל, און מיטאמאל זע איך אלעס דרייט זיך ארום מיר... דער זייגער נעמט זיך דרייען אויף צוריק מיט א משונה'דיגע שנעלקייט, און איך טרעף זיך צוריק אין חדר ביים ענגליש פרינציפל'ס אפיס... מ'גייט מיר דא מחנך זיין!

קודם דארף מען צוגיין צום זיידע אפיציר וואס שטייט אין צענטער פון זאל און איבערגעבן דעם נאמען, דאן ווייזט ער צו אויף וועלכע זיץ מען דארף זיך זעצן, דערמאנענדיג מיר פון מיין כתה ד' רבי אינעם ערשטן טאג פון חדר "יעצט האט זיך יעדער געזעצט וואו מ'וויל, אבער דא בין איך באלעבאס, איך וועל נאך ארומטוישן".

מיר האט מען געזעצט שוין אינעם צווייטן סעקשאן, די ערשטע איז שוין געווען פול, און מיין הארץ האט זיך גענומען צאפלען אפציילנדיג וויפיל מענטש איך האב פאר מיר...

איר קענט דעם מצב ווען מ'זיצט אויפ'ן פלאץ, מ'טאר נישט נוצן קיין סעלפאן, און מהאט סאליד גארנישט צו טון?.. אלעס פאפירעלעך וואס מ'האט אין טאש ווערן איבערגעליינט... אפילו די סייז פון מיין רעקל קען איך שוין אויסענווייניג... און כ'האב ארויס יעדן טשוועקל אויפ'ן וואנט אינעם זאל.

מיטאמאל שטעלט די ריכטערין אפ, און מ'גייט אויסרופן נעמען... ווען מ'זאגט איינעם'ס נאמען, דארף זיך יענער אויפשטעלן און זאגן הויך און קלאר "העיר" און בלייבן שטיין!

דער פראגראם הייבציך אן, און דא האב איך אנגעהויבן אויפפאסן מיין אבזערוואציע וואס ברענגט מיר צו דעם ארטיקל.

די ערשטע רופט מען אויס עפעס א גוי'עלע וואס איז דא אריינגעפאלן צווישן די חסידים... יענער שטעלציך אויף און געבט א שריי אויס "העיר!!", אקעי, נעקסט, יעצט רופט מען אויס א איד, ער שטעלט זיך אויף און מורמלט אזא שטילע "אם-הםם...", די ריכטערין באשליסט אבער אז יעצט איז חינוך טיים... "איים סארי איי דידנט העיר יו", כאילו מ'איז דא צו הערן!! האלא! סט'נישט אויפגעכאפט אז ער איז דא?!

עניוועי, פארשטייציך אז ווען די ענגליש פרינציפל הייסט עפעס קוקט עס אויס ווי ס'קוקט אויס... דער הינטער מיר שטעלט זיך אויף, רופט זיך אן "העיר", און זעצט זיך אראפ... שארפע בליקן צו זיין ריכטונג פרעגן "סיר, דו יו סי עווריבאדי איז סטענדינג??" און ער ענטפערט קיל "יע"... און שוין... זיצן זיצט זיך... ביז ער האט באשלאסן יא צו זיין וואויל און פאלגן.

שטייען דארט צוויי מנינים אידן און הערן ווי מען געבט ארויס די אינסטראקציעס, דערנאך ווארנט דער זיידע אפיציר אז מ'טאר נישט חלילה נוצן א סעלפאן דא - עפעס וואס האט אים שפעטער געברענגט צו עקטן ווי מיין שיבע קעטאנע מנהל און ארומלויפן צונעמען און הייסן אוועקלייגן סעלפאנס... און ענדליך קען מען זיך אראפזעצן. דער הינטער מיר מורמלט מיר אריין "פאר מיין טאט'ן איז קיינמאל בייגעפאלן צו טרייען דעם חינוך מעטאד, א שאד, ער וואלט מיר געקענט שיקן אין קאורט וואלט ער אפשר מצליח געווען מיר צו מחנך זיין".

אן אינטערסאנטע זאך האב איך אבער אויפגעכאפט, ווי אונזער ציבור איז אזוי מקפיד אויפ'ן אל תרבה שיחה אם אשה.

דער גוי שטעלט זיך פאר'ן ריכטער און טרעט גלייך צו צום מייק "גוד איווענינג יור האננער", און אזוי הייבט זיך אן א שמועס, זי לייגט פאר די אנקלאגעס און בעט זיין באשטעטיגונג, אויף וואס ער ענטפערט הויך און קלאר "רייט" נעקסטע שאלה "קארעקט, יור האנער" און אזוי גייט עס מיט שאלות ותשובות, ווי די פראטאקאל פארלאנגט.

(א באזונדערע משוגעת דאס... ליין מיר נישט פאר א גאנצע געזעץ בוך ווייל מיין טיקעט ווערט יעצט א פארקינג טיקעט!!)

נעקסט קומט ארויף א איד, און דער שמועס גייט בערך אזוי:

ריכטער: גוד איווענינג סיר, האו אר יו טודעי?

אינגערמאן: (שאקלט שוואכליך מיט'ן קאפ אויף יא)

ר: סארי, איי קענט העיר יו.

א: (האלב אויסגעדרייט) גוד.

ר: קען יו פליז ספיק קלאוז טו דע מייקראפאן?

א: גוד.

ר: טעעענקס, פיינעלי איי קען העיר יו.

און אזוי הייבט זיך אן די גאנצע רייע פראגעס, און יעדע פראגע האט בערך דעם זעלבן ענטפער: יע. (מיט א שארט סטאפ).

די לעצטע פראגע איז צי מ'וויל צאלן פאר'ן טיקעט יעצט אדער מ'דארף צייט... אינטערסאנט איז געווען אז עטליכע האבן ביי דעם פראגע אויך געענטפערט "יע." לאזנדיג דעם ריכטער פרובירן צו כאפן אויף וועלכע פון די צוויי אפציעס גייט ארויף דער יע...

אזוי גייט עס, עד כדי כך אז ביים פראגע צי איינער האט געצווינגען אדער געסטראשעט צו אננעמען דעם דיעל, האט איינער דארט אויך געענטפערט דעם דיפאולט "יע." און ס'האט גענומען פאר'ן ריכטער צו מסביר זיין פאר דעם מענטש אז די פראגעס זענען נישט געמאכט געווארן סתם צו ענטפערן יע, נאר ס'איז אן עכטע פראגע...

נאך א מזל אלעס ווערט רעקארדירט דארט, די גוי'שע קול מבשר האט זיכער א גוטע פורים אפטיילונג...

עניוועי, געשפענדעט צוויי שעה פאר דעם חינוך לעקציע, צוויי קינדער סיט בעלט טיקעטס וועלכע זענען 3 פוינטס איטש, זענען געווארן איין פארקינג טיקעט (כזוך נאך דעם פאמפ וואו כהאב געפארקט) און אפגע'פטר'ט מיט 75 דאלער.

יא, כהאב אויך געענטפערט "יע" אויף די פראגע ווען איך וויל באצאלן...

א גוטן טאג, דרייווטס קעירפול.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 236

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך גראסערי »

גוט אראפגעלייגט!!!

ממש די זעלבע ווי ווען איך בין דארט געווען.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1233

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז.

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

הלמאי דיינע קינדער האבן נישט געהאט קיין קאר סיט? ווי איז די אחריות?

#אייוועלט תגובה
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז.

פאוסט דורך וואוילער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:05 pm הלמאי דיינע קינדער האבן נישט געהאט קיין קאר סיט? ווי איז די אחריות?

#אייוועלט תגובה
אה, דו ביסט אויך אין די חינוך ליין... אפשר קענסטו ווערן א ריכטער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך טראפקעלע »

געדענק מיין ערשטע מאל (דערווייל לעצטע...) געהערט מ'דארף לאנג ווארטן בין איך געקומען א שעה פריער,
מיינענדיג אז יעדער באקומט א עקסטערע צייט, און מיין צייט איז 5:30...

מיטגעהאלטן אפאר קעיסעס (איבער א דירות בעלות, א טענענט וואס צאהלט נישט),
פלוצלונג 5:30 ווערט ליידיג פון גוים און פיל מיט אידן,
ס'זעט אויס ווי ביז 5:30 איז די געריכט פאר גוים און דערנאך פאר אידן...
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

פיין אפגעשריבן, קוקט אויס אז יעדען טאג איז די זעלבע, ווייל ביי מיר איז געווען די זעלבע.
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1091
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3669

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

גאר אויטענטיש אראפגעלייגט...
גארנישט מגזם געווען...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12219

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

נאך א מזל אלעס ווערט רעקארדירט דארט, די גוי'שע קול מבשר האט זיכער א גוטע פורים אפטיילונג...

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: פופציגער'ס ברילן: אינעם טאון אוו מאנרא געריכט הויז

פאוסט דורך דאפלטער »

טענקס פופצי
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
שרייב פאוסט