בד"ה: הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל, מח"ס סייעתא דשמיא
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
מסע הלוויה אין ק"י.
כ"ק אדמור מסאטמאר שליט"א איז מספיד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
גאב"ד סאטמאר מאנסי איז מספיד. ווערט געזען האדמור מוויזניץ מאנסי.
- פיילס
-
- asMGSQU_long_m.jpg (57.98 KiB) געזען געווארן 1323 מאל
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6909
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
דרשה מהגאון רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בא''י נגד הבחירות לכנסת שנת תשמ''ט.mp3
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
פארוואס האט מען נישט אריינגעטראגן דעם ארון אין קרית יואל אין ביהמ''ד מפני כבודו בפרט אין אזאלכע היצן?
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
מען האט אריינגעברענגט אין ק''י ביהמ''ד ר' רפאל זילבער ז''ל און נאך, אזוי אויך ראשי הקהלה ווי ר' סענדר דייטש ע''ה און ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
איך הערשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 12:59 pmמען האט אריינגעברענגט אין ביהמ''ד ר' רפאל זילבער ז''ל און נאך, אזוי אויך ראשי הקהלה ווי ר' סענדר דייטש ע''ה און ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה
עכ"פ עס דארף יעדעס מאל אן עקסטרע הוראה ווען יא און ווען נישט למשל הרבנית פעסיל לאה האט מען נישט אריינגעטראגן, דאכט זיך אז הרבנית אלטא פיגא יא
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2959
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6909
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
.
- פיילס
-
- 881.jpeg (100.46 KiB) געזען געווארן 1083 מאל
-
- 888.jpg (46.73 KiB) געזען געווארן 1083 מאל
-
- 886.jpg (108.28 KiB) געזען געווארן 1083 מאל
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
האט ער אגעשריבענע כתבים אויף די מסכת וואס ער האט נאכנישט ארויסגעגעבען?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 2:39 pm
איין זאך, די משניות מיין איך גייט ווייטער ארויסגעגעבן ווערן.
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3669
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
מער ווייניגער און וואס נישט וועלן זיינע קינדער וואס זענען גאר גוט אויסגעקאכט אין די משניות פארענדיגן.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 2:46 pmהאט ער אגעשריבענע כתבים אויף די מסכת וואס ער האט נאכנישט ארויסגעגעבען?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 2:39 pm
איין זאך, די משניות מיין איך גייט ווייטער ארויסגעגעבן ווערן.
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
הלוויה פון הגה"צ בעל סייעתא דשמיא זצ"ל פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל
- פיילס
-
- YST_4819_low.jpg (235.78 KiB) געזען געווארן 930 מאל
-
- YST_5003_low (1).jpg (256.27 KiB) געזען געווארן 930 מאל
-
- YST_5034_low.jpg (206.01 KiB) געזען געווארן 930 מאל
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
הלוויה פון הגה"צ בעל סייעתא דשמיא זצ"ל פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל
https://jdn.news/posts/2792
https://jdn.news/posts/2792
- פיילס
-
- YST_4858_low.jpg (251.73 KiB) געזען געווארן 922 מאל
-
- YST_5143_low.jpg (286.94 KiB) געזען געווארן 922 מאל
-
- YST_5185_low.jpg (205.83 KiB) געזען געווארן 922 מאל
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
מסע הלוויה פון הגה"צ בעל סייעתא דשמיא זצ"ל פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל
א ציבור עצום חסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעפולט די גיגאנטישע פארקינג לאט פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מרא דכולא תלמודא, הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מח"ס סייעתא דשמיא, מגדולי התלמידים ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
די מיטה איז אנגעקומען ארום האלב נאך פינף נאכמיטאג, די הספדים זענען פארגעקומען אויף די שטיגן פארנט פון ביהמ"ד הגדול, וואו עס האט זיך באטייליגט בראש המלווים כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. צוערשט האט מען געהערט דברי הספד דורך א לייוו הוקאפ, פון הגאון הגדול הישיש רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דערנאך האט מספיד געווען הגה"צ ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל ובעל אגלי דבש, ידיד נעוריו פונעם גרויסן נפטר.
דאן האט מען געהערט דברי הספד פון הרב הגאון ר' יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א א חברותא, הרב הגאון ר' אהרן יוסף ראזענבוים שליט"א א איידעם, און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א משמיע געווען דברי הספד בקול נהי ובכי, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע זכיה פונעם גאון מיטן פארשפרייטן תורה איבער די גאנצע וועלט. דערנאך האט מען געהערט דברי הספד דורכ'ן טעלעפאן מעיר הקודש ירושלים פון כ"ק מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א.
דערנאך האבן טויזענטער אידן באגלייט די מיטה צום בית עלמין אין קרית יואל, וואו דער גרויסער נפטר איז געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים, גאר נאנט צום אוהל הק' פון מורו ורבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
ביים מסע הלוויה אין קרית יואל האבן זיך באטייליגט די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי סאטמאר, וועלכע זענען געקומען בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן גרויסן גאון מאריות שבחבורה ומהיושבים ראשונה במלכות בית סאטמאר.

כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא (מהרא) איז מספיד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא (מהריי) איז מספיד.
-
באקאנטע ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 390
Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא
גענומען פון מאמר השקפה תצוה פ"ג
די מעשה גייט צוריק צו שנת תש"כ, מיט איבער 60 יאר צוריק, דער
ערשטער דור קינדער וואס זענען געבוירן געווארן נאך די קריג האט אנגעהויבן
צו ווערן בר מצוה.
איז געווען א כיתה אין די סאטמארע תלמוד תורה אין וויליאמסבורג וואס
האט דעמאלטס געלערנט ביי הגה"ח ר' יונה גלויבער ז"ל.
איין כיתה, עטליכע און צוואנציג פרי קודש הילולים, יעדע נשמה'לע איז
געווען א טרייסט פאר זיין טאטע און מאמע וואס האבן איבערגעלאזט א
משפחה, דארט... דארט, דארט ווייט...
ווען די אינגעלעך זענען געקומען אין בר מצוה עלטער איז דאך נישט געווען
קיין גרעניץ צו זייער שמחה, מען האט גענומען א זאל, געלערנט א פשט'ל,
אה... היינט א חתונה גרייכט נישט קיין צענ טל פון די הרגשים צו א בר מצוה
בימים ההם. יעדע אידישע שמחה איז דאך געווען א לעבעדיגער עדות צום נצח
ישראל לא ישקר.
כמובן אז אלע חברים פונעם בר מצוה בחור זענען געקומען צו די בר מצוה,
זיי זענען געווען גרויסע מחותנים, זיי האבן געברענגט א מתנה, זיי האבן
געזינגען ניגוני שמחה, זיי האבן געווינטשן 'מזל טוב'.
איז אבער געווען אין חדר איין אינגל - נישט לאנג בעפאר איז ער
אנגעקומען פון פראנקרייך, און ער האט זיך אנגעהויבן איינצוגלידערן אין די
כיתה - אבער זייענדיג א מתמיד עצום - ער האט אלעמאל געלערנט, ביי מיטאג
איז ער געבליבן אין די כיתה און געלערנט, ביינאכט האט ער געלערנט
ווער אוי די וועלט איז מסוגל צו אפשאצ וואס דאס מיינט דמי ניזק?!
ווער אוי די וועלט האט א אנונג אז ווע מע האט מבזה געווע א אינגל
אי חדר, א בחור אי די ישיבה, מע האט אי דערווייטערט פו די חברותא
מאיזה סיבה שלא יהיה, ווער ווייסט ביו מ הימי, צי מ'וועט אמאל קענע
אפשאצ דע סכו פו 'דמי ניזק'...
אינדערהיים - איז ער גאנץ שנעל אנגעקומען צום שפיץ פונעם לייטער אין די
כיתה .
צוליב זיין התמדה האט ער אויך ווייניג שייכות געהאט מיט די חברים אין
די כיתה, ער האט נישט געשפילט מיט די חברים ביי מיטאג, און אויך ווען עס
איז געווען א בר מצוה איז ער נישט אנגעקומען, צוליב ביטול תורה.
דאס איז געווען א פאקט וואס האט געשטער ט פאר עטליכע חברים, עס
האט זיי וויי געטון רדע מציאות אז ער נעמט נישט קיין טייל אין זייערע שמחות
- אולי זענען אויך געווען קנאה געפילן - און זיי האבן מחליט געווען אז ביום
שמחתו, ביי זיין בר מצוה, וועט טאקע קיינער נישט קומען אנטייל נעמען,
לקיים מה שנאמר 'והשבות לו גמולו בראשו, כאשר עשה כן יעשה לו'.
עס איז אנגעקומען דער יום הבר מצוה, די בחורים די חברים האבן נישט
געקויפט קיין מתנה, זיי זענען נישט גרייט געווען צו גיין צו די בר מצוה, און זיי
האבן בעצם אויסגעמעקט דעם טאג פון זייער קאלענדאר...
עס איז געקומען די נאכט פון די בר מצוה, ווען קיינער רישט זיך נישט צו
נעמען אנטייל אין די בר מצוה.
קיינער?! אויסער איינער.
איין אינגל פונעם חדר, ישראל פאלקאוויטש, האט נישט געהאט קיין
מנוחה דערפון... ס'טייטשט מ'גייט דא מבזה זיין א בחור, א מתמיד, א ירא
שמים, און נישט קומען צו זיין בר מצוה?! היה לא תהיה, מ'קען נישט מבזה
זיין א חבר ביום שמחת לבו.
ער האט זיך גענומען גיין פון חבר צו חבר, פון אינגל צו אינגל, און פרובירט
צו משכנע זיין אז מ'זאל יא קומען צו די בר מצוה. כאטש ער קומט טאקע נישט
צו קיינעם, אבער מיר וועלן נישט מבזה זיין אונזער חבר! מיר וועלן נישט מצער
זיין דעם מתמיד פון די כיתה! אלעס
צוליב דעם 'חטא' אז ער לערנט
פלייסיג.
וחפץ ה' בידו הצליח, טייל פון די
חברים האבן מחליט געווען יא צו
גיין, מ'האט געקויפן א קליינעם ש"ס
אלס מתנה... און צום סוף איז
'יעדער' אנגעקומען צו די בר מצוה.
מען האט געזינגען שיינע ניגונים, מען
האט אפגעגעבן מזל טוב! און דער בחור האט געשיינט פאר שמחה.
מיט עטליכע יאר שפעטער, יעדער האט שוין געהאט פארגעסן פון די
מעשה. ר' ישראל איז שוין געווען א אינגערמאן אין וויליאמסבורג און ער גייט
אמאל אריין צום 'גרינבוים בוטשער' אויף ליע עוו. זיצט דארט דער עלטערער
בעה"ב הרה"ח ר' יודל גרינבוים ע"ה, און ווי ער הערט דעם נאמען פון זיין
גאסט, רופט ער אויס "דיך האב איך צו פארדאנקען מיין רבי שמעי'"...
ר' ישראל ווייסט נאכנישט וואס עס האט אים דא באטראפן, אבער ר' יודל
ע"ה זאגט אים:
"זאלסט וויסן, ווען מיין שמעי' האט געזען ביי זיין בר מצוה אז זיינע חברים
האבן מחליט געווען אים אויסצושליסן פון די חברותא, און נישט קומען צו די
בר מצוה האט ער געהאט א שווערן דורכגאנג... עס איז פאר אים געווען א
שווערער פיל אראפצושלינגען, ער האט געפרעגט 'זו תורה וזו שכרה?! דאס
קומט מיר פאר מיין התמדה און יגיעה אז איך זאל ווערן דערווייטערט פון אלע
חברים, און זיין דער איינציגסטער בחור וואס וועט נישט האבן קיין חברים ביי
זיין בר מצוה?! ' דאס איז אים געווען גאר שווער צו דערהייבן! און ער וואלט
חס ושלום געקענט נעמען א צווייטע החלטה...".
אין יענע מינוט וואס דו ביסט אנגעקומען צו די בר מצוה מיט די חברים,
האט ער אויפגעשיינט און אויפגעלויכטן! דאס האט אים געגעבן חיזוק, דאס
האט אים געגעבן מוט אז ער זאלן ווייטער זיצן און לערנען, אז ער זאל ווייטער
געבן זיינע הימל-געבענטשטע כשרונות פאר לימוד התורה, מברר ומלבן זיין
סוגיות הש"ס, והיינו דאהני לן אז ער איז אויסגעוואקסן רבי שמעי'...".
אט דאס האט ר' יודל ע"ה געזאגט מיט צענדליגער יארן צוריק - ווען עס
איז געווען רבי שמעי' נאך בעפאר די 'ששה סדרי משנה עם פירוש סייעתא
דשמיא' - און וואס זאלן מיר היינט זאגן מיט צענדליגער יארן שפעטער?!
כה יתן וכה יוסיף צו לאנגע געזונטע יארן עד מאה ועשרים מתוך בריות
גופא ונהורא מעליא!
אט דאס האט רבי שמעי' געזאגט פאר זיינע קינדער אין חודש אדר תשפ"א
אינעם שפיטאל צימער ווען ער האט מבקר חולה געווען זיין ידיד נעוריו, פאר
וועמען ער שפירט זיך שולדיג זיין גאנצע הצלחה, און זיין גאנצע זיכוי הרבים.
לענינינו, מיר האבן א אומבא'טעמ'טע הרגשה מיטן ברענגען אזא מעשה.
עס איז נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן אזוי צו רעדן פון אנשים חשובים
החיים אתנו לאורך ימים ושנים טובים, און ווען נישט דאס נחיצות הענין, און
די האפענונג אז דאס וועט א שאקל געבן אנדערע טויזנטער הערצער, וואלטן
מיר דאס ווען קיינמאל נישט געטון.
אבער... טייערע אידן!
שטעלט אייך פאר ווען נישט די פעולה וואס ר' ישראל הי"ו האט געטון
לפנים משורת הדין, וואס וואלט כלל ישראל דערלייגט?!
מי יודע, מי יודע, וויפיל נאך ספרים, וויפיל נאך גדולי תורה, וויפיל נאך
עסקנים, וויפיל נאך גאר שטארקע משפיעים און מזכי הרבים, זענען געווען
אויפן וועג, זיי האבן געהאלטן
אינמיטן וואקסן און בליעהן אין
זייערע שענסטע יארן, און זיי זענען
טראגיש איבערגעשניטן געווארן
אינדערמיט וועט עטליכע חברים
האבן מחליט געווען אז 'דאס איז עס',
דעם אינגל דארף מען באזייטיגן...

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סייעתא דשמיא
די פרישע מציבה על קברו