נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
► Show Spoiler
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 12:45 am
סוי לאמיר דא האלטן קאפ.
1) בנציון קליין - האב איך ערגעצוואו איין מאל געשריבן בטעות אז ער איז אזוי טייער ווי יחזקאל בראך, גארנישט געבויט דערויף נאר סתם געוויסט אזוי. איך בין עכט העפי צו הערן אז ער איז סאך ביליגער (וכאמור, כאטש עס האט חסרונות, אבער, גאר א גוטע לאקעישן). אבער דו ביסט ביזי שוין אפאר בלעטער רייסן און שמייסן דערויף ווי כאילו איך האב אמאל עפעס גע'טענה'ט דערויף. דאס טוסטו כדי נישט צו דארפן אין די צייט דעקן אלע דיינע איביריגע פאלשע נומערן, און דו חזר'סט נאך חוזר חזרה אז ביסט א נרדף. סופער דזשאב.
ווידער דו לגבי קליין, האסט געשריבן 450-490, און למעשה די איין דירה אויף וואס דו האסט געבויט איז +470. האסט זיכער געשריבן די פאלשע נומער 450 ווייל האסט אזוי געמיינט. אמת? אה, ניין, ווייל דער מוכר זאגט אזוי סוי דו האסט עפעס ספיקות... (ווער געדענקט די "פון 3 ביז 10 טויזנט אין ארמארי").
2) יחזקאל בראך, האסטו געזאגט אז ער איז 530, און איינער האט דא געברענגט א חשבון אז ס'איז איבער 600, דו טענה'סט צוריק אז יענע דירה איז בערך (מה זה?...) 3230 ס"פ מיט'ן בעיסמענט, ממילא, אויב רעכנט מען די בעיסמענט די זעלבע פרייז ווי אויבן, ווייל ס'איז קאנעקטעד, איז עס "נאר" $542. לשיטתך לויט דיינע סקווער פיס וואס איך ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט עס, ס'איז עפעס מתן בסתר.
סוי אפילו לשיטתך איז דיין נומער געווען ראנג.
3) עקיבא הערש ביי ענקלעוו, האסטו געשריבן 500, און למעשה כאטש ס'איז א מציאה איז עס נאר 480. יעצט אנשטאט זאגן אז האסט (בדוקא) געמאכט א טעות ווייל דו ווילסט אים אראפרייסן, נעמסטו זיך יעצט שעלטן די פרייז פון 480. סופער דזשאב.
4) יומי ווערצבערגער עיקערס פוינט, זע איך דא אז ס'איז גוט איבער $500 א ס"פ. ביסטו אפשר געווען דער וואס האט געזאגט אז ער איז ביליגער ווי ענקלעוו? (איך געדענק נישט).
און יעצט צום עיקר:
אפשר איז שוין צייט צוריקצוגיין צו וואו דער שמועס האט זיך אנגעהויבן, אנשטאט אריינברענגען אגענדעס?!
האסט געוואלט זאגן וויפיל עס קאסט צו בויען א סקווער פיס, כדי צו זאגן אז אלע בויער, אויך די ביליגסטע, זענען גלייכע רוצחים אין די זעלבע וואנע. און איך האב געזאגט אז זאלסט אריינקומען דערמיט, אבער נישט סתם שיסן נומבערס נאר רעדן פון נומבערס "מיט דעקונג", למשל בשם איינעם וואס טוט עס בפועל, וכדומה.
וואס האמיר פון לויפן ארום און ארום? איך בין רעדי אויף נאך 10 בלעטער, ס'איז ממש א מחי' צו רעדן מיט דיר, אבער וואס איז דער עולם שולדיג? לאמיר רעדן נארמאל! קריך נישט ארום און קריך נישט אוועק! געגאנגען צו די נומערן.
טענקס.
ביזן לעצטן אטעם פראבירסטו דיך צו האלטן ביי דיינס, אבער נאכמאל,
איך אטעם נאך ב"ה געהעריג. ייש"כ.
און, איך פלאן אי"ה ביז'ן לעצטן אטעם פון מיין לעבן צו בלייבן א העצער קעגן די העצערס. לקיים מה שנאמר והסירותי מחלה מקרבך.
כאטש איך בין אויך א העצער זעלבסט... אבער נאר וואו עס איז געבויט אויף אמת'ע פאקטן, נישט וואו ס'איז געטריבן פון שלעכטיקייט און נעגאטיווקייט.
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
איך האב געשריבן אז "איך" האב גערעדט צום בראקער און עס איז אויסגעקומען אז די סקווער פיס פון די אלטע פרייז איז 540, און יעצט 495 דו האסט געמאכט א טעלעפאון קאל ? ניין
(אגב דאס איז די אינטערשטע שטאק, די מיטעלסטע פון וואס איך האב גערעדט זענען געווען 530, און די נייע פרייזן ווייס איך נישט)
דו ספענדסט שוין 10 בלעטער פאר דעם, אויף לופט, און דו רעגסט זיך אויף מיר פאר'ן נישט אננעמען דיינע רייד. האסט געשריבן אז דער בראוקער האט "נישט" געוואלט זאגן וויפיל סקווער פיס ס'איז, נאר היות ער האט געזאגט אז ס'איז גרעסער ווי געווענליכע, האסטו אליינס געמאכט א קאלקולאציע, געבויט אויף א אפשר.
און אז איינער האט געברענגט א פלאן און א פרייז וואס קומט אויס זאגאר 630, האסטו ווידער "געטראכט" אז ס'איז גאר גרויס ממילא קומט עס אויס 570. און אויב איז עס 570 איז וואס? ביסטו גרייט צו מודה זיין אז האסט געמאכט א טעות און ער איז יא טייערער ווי 530?
פארוואס שרייבסטו נישט "טעיתי" ווען דו מאכסט א זיכערע טעות שווארץ אויף ווייס, און דו פארלאנגסט פון יענעם צו זאגן טעיתי ווען דו "טראכסט" עפעס א חשבון?
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
דו האסט סך הכל געבויעט אויף Monroe On Scene וואס האט קלאר געשריבן אז זיינע סקווער פיס איז נישט געבויעט אויפן פאקט נאר אויף שאצונג, און איך אויף דעם האב איך איבערגעוויזן, אז זייערע דירות לויפן אסאך גרעסער ווי עווריטש, און דערנאך ערשט האנטיג אז עס איז 540, אבער ווייטער פראבירסטו עס פארווישן כאילו עס איז אזאלכע האלבע אומקראנטע נומבערס
סוי יחזקאל בראך לשיטתך איז 530 אדער 570?
אויב איז דא ביידע, פארוואס שרייסטו 530? ביי עקיבא הערש שרייבסטו אויך זיין ביליגסטע פרייז אדער דארט פלוצלינג ווייסטו נאר די טייערסטע? וואס איז די פוינט פון חוש'ן מיט די נומבערס לויט אגענדעס?
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
ווייטער בנוגע עינקלעוו האב איך אויך געשריבן וואס איך ווייס פון איינער וואס האט פראבירט צו קויפן, און עס קומט אויס 500, (און אגב, הסברא נותנת, אז א פליפער קען נישט בעטן מיט 50 טויזענט דאלאר טייערער ווען די דעוועלאפער פארקויפט עס און האט נאך עוועליבעל פאר ביליגער) אבער איך גיב עס א שאנס אז איך האב א טעות.
און דו דארפסט יעצט זאגן אויף ביידע "טעיתי".
1) ענקלעוו כאטש אלע מעלות וואס ער גיט איז ער קיינמאל נישט געווען טייערער ווי אנדערע, און עפ"י רוב סאך ביליגער! איך ווייס פון א קאנטראקט פון סוף יאר 2023 למס', א 8 רום פאר 900 אלפים! דאס איז 376 א סקווער פיס! הערשט פסח צייט איז ער ארויף צו 1.05, וואס קומט נאך אלס אויס נאר $439 א סקווער פיס!
און אפילו יעצט ביי לעצטע פאר פארבליבענע מציאות, וואס די גאנצע שטאט איז נאכגעלאפן, האט קיינער נישט געצאלט מער ווי 480! נאר פאר פליפערס. איך האב דאס "היינט" איבערגעטשעקט. קיין איינס פון די לעצט פארבליבענע 8 רום איז נישט געגאנגען פאר מער ווי 1.15 (אויב איינער זאגט דיר אנדערש, האט ער אדער גענומען א 3'טע שטאק וואו מען צאלט עקסטער פארן 1000 ס"פ בוידעם, אדער האט ער א 9 רום).
2) און לגבי פליפערס, איך ווייס בידיעה ברורה וועגן א פליפער דירה וואס איז געגאנגען פאר 1.2, א ערשטע פלאר אויף בריגעל וועי.
סוי, עגעין, דיין סטעיטמענט אז "אלע בילדער זענען אין איין וואנע", איז פאלש.
אדער קומסטו ארויף זאגן "טעיתי", אדער זעט יעדער דיין אגענדע.
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
ווייטער, ווארפסטו כלומרשט א פלאקן אין מיינע ווערטער וואס דו האסט געשריבן 600, בנוגע בנציון קליין, און דו שרייבסט אז איך האב געשריבן 450, און אין ווארהייט איז עס 471, דערווייל, איז די טריקענע פאקט אז איך האב אפאר מאל קלאר געשריבן 450-490 טאקע ווייל איך ווייס אז דו ביסט גרייט זיך ארויפצוכאפן אויף יעדע שפענדל, צו כאפן יענעם ביים ווארט האב איך כמה פעמים דאס מגלה דעת געווען, און 471 שטומט אינגאצן מיט מיינע פאקטן
חחח.. איך הב געפרעגט זייער פשוט, ביטע ענטפער נארמאל. פארוואס ווען ער איז 471, שרייבסטו 450-490? האסט א הסבר, אויסער אז דו שפילסט ארום כדי אלע נומערן זאלן זינגען איין אגענדע?
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
יעצט סך הכל איז, אז יעצט איז שוין יחזקאל בראך אראפ צו 495, און לאמיר האפן, אז דאס זאל אויך נישט גיין, ווייל 471 פון בנציון קליין, איז אויך ביטער ביטער טייער, און לאמיר האפן, אז 480-500 פון עינקלעוו זאל אויך נישט גיין, די עולם זאל זיך צאמנעמען און נישט קויפן קיין טייערע דירות! די עבר האט געוויזן אז דאס העלפט און מאכט פרייזן זאלן פאלן!
אמן. און כדי דאס זאל פאסירן, דארפן געוויסע מענטשן אויפהערן פארקויפן שטרוי, און אויפהערן העצן דוקא אויף די וואס געבן די מערסטע פאר די ביליגסטע, ווייל דאס שעדיגט די פאטענשאלס און מאכט ביטער שווער די קאמיוניקעישן מיט דעוועלאפער, ווען יעדער זעט אז "מ'שרייט סייווי רשע".
דאס איז א פשוט'ע קאנסעפט וואס יעדער בר דעת, יעדער בעל אחריות, יעדער וואס איז נישט בלינד פאר אן אגענדע, פארשטייט דאס ווי א דבר פשוט.
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
און נאכמאל מגלה דעת זיין, אז די סיבה פארוואס איך ברענג ארויס די אלע אמתע נומבערס, איז בלויז מיט איין ציל, די מצב איז גענוג ביטער, און ווען איינער לאזט ארויס א איבערגעטריבענע נומבער איז דאס א ריכטיגע מייקר השער, ווייל דאס הייבט די פרייזן העכער און העכער,
איך האב "מיט 10 בלעטער צוריק" געשריבן די נומבער 600 וואס די גאס שמועסט, און ווען דו האסט
דא געשריבן אנדערש האב איך מיך בכלל נישט געקריגט מיט דיר כאטש דו רעדסט האלבע ווערטער אן קיין דעקונג. מיין פוינט איז געווען דארט בסך הכל איין קלארע נקודה:
ס'איז דא איין בילדער וואס איז די ביליגסטע, און אים רייסט מען ארונטער, ווייל מ'איז נישט דא אויפצוטון נאר אפצוטון.
זהו. לא ישתנה ולא ישונה, נישט די פונקטליכע ציפערן זענען בכלל געווען מיין פוינט, כאטש אויב דו האסט עס פארדרייט אין דעם ריכטונג און עכ"ז זענען דערווייל מיינע ציפערן מער ווייניגער געווען אקוראט. אבער דאס איז נישט די פוינט.
נפתלי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 2:06 pm
בכל אופן איך מיין אז יעצט איז די חלק גענוג קלאר, און מען קען זיך קאנצעטרירן צו אנדערע חלקים, איבער פארשידענע חשבונות, איבער בויען פרייזן וכדומה וואס איך האף צוצולייגן.
אט אזוי.