על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 4:36 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 8:20 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 7:20 pm מיין חבר איז געווען לעצטע וואך ביי דאקטאר ווענגער, אן עלטערער איד א אויגן דאקטאר וואס רעטייערט אין די נעקסטע וואכן. דער דאקטאר פלעגט אסאך זיצן ביי רבי אביגדור מילער ז"ל. האט מיין חבר אים געפרעגט "זאג מיר די בעסטע ווארט וואס דו האסט געהערט פון רבי אביגדור". האט ער געזאגט אזוי: "איינער האט געפרעגט ביים שיעור וואס ר' אביגדור וואלט געטון ווען מען איז אים מודיע אז ער האט נאך 3 שעה צו לעבן. עס איז זיינע 3 לעצטע שעה, וואס וואלט ער געטון".

"האט ער געענטפערט, עס ווענדט זיך, אויב וואלט געווען די צייט פון שחרית, וואלט איך יענע שעה געדאוונט שחרית. אויב וואלט איך געהאלטן ביי פת שחרית, וואלט איך דעמאלס געגעסן פת שחרית. אויב וואלט איך געהאלטן ביי מיין טעגליכע שפאציר, וואלט איך ממשיך געווען מיין טעגליכע שפאציר. ווייל די גאנצע לעבן פון א איד איז צו אויסנוצן די מתנה פון לעבן וואס דער אויבערשטער גיבט און עס נוצן גוט, אויף א ערליכע וועג, און דאס דארף מען טון אלעמאל עס האט נישט צוטון צו איך גיי נאך לעבן 40 יאר אדער 4 שעה."
ס'איז זייער א ריכטיגע נקודה, אבער ווי ווי איך פארשטיי אז אויב ווייסט מען אז מ'גייט שוין נישט לעבן אפאר שעה ארום פעלט שוין נישט אויס קיין שפאציר...

אבער די נקודה איז, א גאנצע לעבן טוט ער נאר זאכן וואס פעלט זיך באמת אויס פאר זיין געזונט צו קענען דינען דעם אייבערשטן.
א שווערע נושא. חז"ל זאגן שוב יום אחד לפני מיתתך כדי עס זאל זיין כל ימיו בתשובה. די לעבן דארף אנגיין, אבער מיט אן ערנסטע בליק. תשובה מיינט נישט גיין עקסטרעים אויף א מהלך וואס מען קען נישט אנהאלטען צו לאנג. תשובה מיינט אז מען זאל קענען דערמיט לעבן הונדערט יאר.
זאגסט מער ווייניגער די זעלבע ווי מיר
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1486
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1543

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שבת קודש »

לויט טייל ליבאוויטשער חסידים איז היינט די יארצייט פונעם לעצטען ליבאבוויטש'ער רבי ז''ל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3505
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9061

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:48 pm לויט טייל ליבאוויטשער חסידים איז היינט די יארצייט פונעם לעצטען ליבאבוויטש'ער רבי ז''ל
:lol:
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3214
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4453

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

אנדערע זאגן אז היות מ'האט אים באערדיגט ג' תמוז, און מ'קען לעבן 3 טעג אן עסן, קומט אויס אז די יארצייט איז ו' תמוז.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:56 pm אנדערע זאגן אז היות מ'האט אים באערדיגט ג' תמוז, און מ'קען לעבן 3 טעג אן עסן, קומט אויס אז די יארצייט איז ו' תמוז.
ג תמוז איז זיכער די גרויסע טאג. אדער די יארצייט אדער ארויס פון שפיטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

א באנדע לצים......
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9217

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך וויל דא זאגן א מחשבה וואס איך האב, איך ווייס נישט וואו עס באלאנגט, צו אין מענטל העלט, צו אין אידן שמועסן, צו אין קעמפ נייעס, ממילא... לייג איך עס דא.

מען רעדט אסאך מאל פונעם פראבלעם אז קינדער היינט וואקסן אויף אזוי געצערטלט, אז דער נפש ווערט נישט איינגעוואוינט צו קענען פארטראגן א "באמפ" אין לעבן. אלעס גייט אלס זיין וועג, אלעס קומט אים, אייביג איז ער גערעכט, ער טאר נישט הערן אז מ'האט נישט קיין געלט, יעדע טוי וואס א חבר האט מוז ער אויך האבן, און אזוי ווייטער און ווייטער.

פארשטייט זיך אז דאס איז א קאמפליצירטע סוגיא, ווייל מצד אחד זענען היינט די נפשות און גופים שוואכער ווי אמאל, בטבע, און מ'דארף טאקע זייער נזהר זיין ווייל קינדער וואס ווערן אביוזד האבן גאר גאר שווערע נאכפאלגן ר"ל. מצד שני צוליב די אויבנדערמאנטע נקודה, פארשטייט יעדער אז מען טאר נישט גיין די צווייטע עקסטרעים אויכנישט. מ'דארף זען די נארמאלע מיטלוועג.

יא, יעדער נעמט אן אז זיין וועג איז די מיטלוועג... אבער נאכאלס, באופן כללי פארשטייט יעדער אז ער 'זוכט' עכ"פ די ריכטיגע מיטלוועג.

וואס ס'ווערט מיר נאר שווער, איז א קושיא וואס איך האב יעדן זומער.

איך הער אויף קול מבשר שוין פוןו אפאר וואכן בעפאר, די אינטערוויו'ס מיט די "אקטיוועטי אנפירער" אין די קעמפס אונטערן שיינעם נאמען "ראש מדריכים"... און לויט ווי עס שיינט איז דער התגשמות און די ראשו-וכולו-פאן וואס קומט פאר אין די קעמפס (נישט די גרויסע סאטמארע) ממש נעקסט לעוול אבנארמאל.

יעדן איינציגן טאג דארף דער קעמפ זיין איבערגערייט, קוקט נישט אויס ווי מען לערנט צופיל... מען האקט א טאג און א נאכט, מען מאכט פלעיס, ברעיקאויטס, עס טוט זיך א גאנצע פארמעסט ווער עס קען מאכן א קאלאר-וואר וואס "אלע קינדער זאלן וויינען און לאכן פאר 2 טעג"... מען הוליעט, מען פארט אויף טריפס, און איך ווייס נישט וואס אלס.

און מיין קושיא איז: כל זה למה??? וואס איז דער ציל דערפון? וואס גיבט דאס פארן קינד?

צו א קינד דארף זיך לופטערן? יא, אודאי. איך פארגין אפילו אז מ'זאל פארן 2 טריפס א זומער, שווימען יעדן טאג, א געים מיט אלע קעמפ קינדער איינמאל א וואך, פיין, אבער לויט ווי עס שיינט איז עס ווייט ווייט נישט דאס, נאר מען זיצט און קוואקעט און מען רוילט זיך ארום ווי נבראים אן קיין בורא, ווי קינדער אן קיין היים, ווי מענטשן אן קיין נארם.

האב איך א טעות? איז עס נישט ממש אזוי? אדער אויב יא, וואס איז דער ציל און וואס איז פשט? איז דאס נישט פון די מותרות וואס ברענגען נישט גארנישט פאר'ן קינד אויסער אז עס געוויינט אים צו צו דארפן נאך און נאך און נאך?

קארעקט מי איף איים ראנג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5775

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

לכאורה איז עס מער וועגן די קאמפעטישאן צווישן די קעמפס.

אגב קען מען זען קלאר אז די וואס האבן דאס איינגעפירט האבן איינגעפירט נאך אסאך איבריגע זאכן ביי אונזער ציבור, ואכמ"ל, און מאנכע טענה’ן אז די חברה האבן עפעס אגענדעס צו אריינברענגען נייע ווינטן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5775

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

אינטערסאנט איז אבער אז די אלע וואס זענען פארנומען מיט די חדשים לבקרים’דיגע פאן, וועלן דאס מערסטע אויפשיינען ווען מוועט אנהייבן רעדן זכרונות פון אמאל, אין אינגל קעמפ מיט ר’ יודל (כזאג נישט וועלכע מוסד’ס אינגל קעמפ און וועלכע ר’ יודל... א נקודה פאר זיך, אז סאטמאר איז אין פאקט די וועגווייזער וואס האט אוועקגעשטעלט די סטרוקטור פון די היינטיגע חינוך... די אלע היינטיגע חברה לייט זענען פון דארט אויסגעשטיגן... דאס מאכט מיר דאס מערסטע טראסטן די סאטמארע מהלך...) מיט די אלע טשעלענדזשעס...

דאס איז וואס מען געדענקט און אויף דעם לאכט מען א גוטס יעדע מאל מטרעפט חברים...

סא תכלית, האלטיך אז די אלע באמבערייען זענען שטותים, און פונקט גוט פאר קעמפ בילדער אדער פארן ראש המדריכימ’ס פובליסיטי... קינדער האבן מער הנאה פון א רואיגע געשמאקע אטמאספעהר
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

אזא לאנגע פאוסט אין דעם טעמע? דאס ברויך א באזונדערע טעמע
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

@פופציגער דאס איז נישט שטותיםַ דאס איז דירעקט גורם פאר אסאך היינטיגע פראבלעמען
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

א לייוו סצענע יעצט אנגעטראפן אויף א וועבסייט. איינער קען מיר מסביר זיין?
145.jpg
145.jpg (11.38 KiB) געזען געווארן 511 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1256
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4913

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Spa 42 »

די וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע עי טיים מאכט היינט די יערליכע יום הש"ס ווי עס קומען זיך צוזאם אידן פון אלע קרייזן און מ' ענדיגט צוזאמען ש"ס, און מ' טרייבט אויף גרויסע סכומים פארן ארגאנאזאציע.

מ' קען עס דא מיטהאלטן.
https://yomhashas.com/5784/?utm_source= ... =lyl_email
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1171
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1702

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:08 pm איך וויל דא זאגן א מחשבה וואס איך האב, איך ווייס נישט וואו עס באלאנגט, צו אין מענטל העלט, צו אין אידן שמועסן, צו אין קעמפ נייעס, ממילא... לייג איך עס דא.

מען רעדט אסאך מאל פונעם פראבלעם אז קינדער היינט וואקסן אויף אזוי געצערטלט, אז דער נפש ווערט נישט איינגעוואוינט צו קענען פארטראגן א "באמפ" אין לעבן. אלעס גייט אלס זיין וועג, אלעס קומט אים, אייביג איז ער גערעכט, ער טאר נישט הערן אז מ'האט נישט קיין געלט, יעדע טוי וואס א חבר האט מוז ער אויך האבן, און אזוי ווייטער און ווייטער.

פארשטייט זיך אז דאס איז א קאמפליצירטע סוגיא, ווייל מצד אחד זענען היינט די נפשות און גופים שוואכער ווי אמאל, בטבע, און מ'דארף טאקע זייער נזהר זיין ווייל קינדער וואס ווערן אביוזד האבן גאר גאר שווערע נאכפאלגן ר"ל. מצד שני צוליב די אויבנדערמאנטע נקודה, פארשטייט יעדער אז מען טאר נישט גיין די צווייטע עקסטרעים אויכנישט. מ'דארף זען די נארמאלע מיטלוועג.

יא, יעדער נעמט אן אז זיין וועג איז די מיטלוועג... אבער נאכאלס, באופן כללי פארשטייט יעדער אז ער 'זוכט' עכ"פ די ריכטיגע מיטלוועג.

וואס ס'ווערט מיר נאר שווער, איז א קושיא וואס איך האב יעדן זומער.

איך הער אויף קול מבשר שוין פוןו אפאר וואכן בעפאר, די אינטערוויו'ס מיט די "אקטיוועטי אנפירער" אין די קעמפס אונטערן שיינעם נאמען "ראש מדריכים"... און לויט ווי עס שיינט איז דער התגשמות און די ראשו-וכולו-פאן וואס קומט פאר אין די קעמפס (נישט די גרויסע סאטמארע) ממש נעקסט לעוול אבנארמאל.

יעדן איינציגן טאג דארף דער קעמפ זיין איבערגערייט, קוקט נישט אויס ווי מען לערנט צופיל... מען האקט א טאג און א נאכט, מען מאכט פלעיס, ברעיקאויטס, עס טוט זיך א גאנצע פארמעסט ווער עס קען מאכן א קאלאר-וואר וואס "אלע קינדער זאלן וויינען און לאכן פאר 2 טעג"... מען הוליעט, מען פארט אויף טריפס, און איך ווייס נישט וואס אלס.

און מיין קושיא איז: כל זה למה??? וואס איז דער ציל דערפון? וואס גיבט דאס פארן קינד?

צו א קינד דארף זיך לופטערן? יא, אודאי. איך פארגין אפילו אז מ'זאל פארן 2 טריפס א זומער, שווימען יעדן טאג, א געים מיט אלע קעמפ קינדער איינמאל א וואך, פיין, אבער לויט ווי עס שיינט איז עס ווייט ווייט נישט דאס, נאר מען זיצט און קוואקעט און מען רוילט זיך ארום ווי נבראים אן קיין בורא, ווי קינדער אן קיין היים, ווי מענטשן אן קיין נארם.

האב איך א טעות? איז עס נישט ממש אזוי? אדער אויב יא, וואס איז דער ציל און וואס איז פשט? איז דאס נישט פון די מותרות וואס ברענגען נישט גארנישט פאר'ן קינד אויסער אז עס געוויינט אים צו צו דארפן נאך און נאך און נאך?

קארעקט מי איף איים ראנג.
די עכטע פראבלעם

(פון מיין קוק ווינקעל, בד"וו ס’דא דארט א קויטש מיט פלושענע לעדער, מיט א דיפיוסער וואס ס’האט א איידעלע ריח, מיט אי סיג 2 פלעיווארס, יו געט דיספוינט?)

די עכטע חינוך איז וואס מ’איז, נישט וואס מ’לערנט (פראפערשינעל)

ליידער האלטען מיר ביי ווייניגער ווי גארנישט, אינז פיקסען זיך נישט, אויף אן אויפן, פון ווערען א בעסערע מענטש/איד. [שריי נישט] דיסיפלין מאן דכר שמיה, ווייניגער גשמיות מיי פוט, יעדער איז א מחותן צו ’פילען’ קירבות השם, יעדער מיט זיינע תאוות.

שקר אין לו רגלים, פיריעט.

ובנוסף, די קול מבשר (עדס - טאפיקס) איז פלעין עקעלדיג. יויש ווי דעיס שלעפט אראפ אומווילענדיג. (יא איך ווייס אז ס’איז בעסער ווי די ראדיא - אינטערנעט) [אידטיש אלערט] די יושב בטל סינדראם איז אויפן העכסטען לעוועל. די לב פנו מ’חכמה איז א שרעק.

(איך קען גראדע יא הערען די מציאות, אז ס’איז א טובה די פאן - אויפן טעלעפאון אין ריעל לייף איז עס נישט וואס מ’מיינט.)

ביסיידס, פארשטיי אליינס אז די אלע קעמפ אינטערוויאס הערען די קינדער, אין מן הסתם זענען זיי אלע בקיאים אין אלע קנעפלעך. אנגעהויבען ביי ........ אין געענדיגט ביי ........

גלות סינדראם#
אלס ווייסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 10:31 pm
x 96

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אלס ווייסער »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:36 pm אינטערסאנט איז אבער אז די אלע וואס זענען פארנומען מיט די חדשים לבקרים’דיגע פאן, וועלן דאס מערסטע אויפשיינען ווען מוועט אנהייבן רעדן זכרונות פון אמאל, אין אינגל קעמפ מיט ר’ יודל (כזאג נישט וועלכע מוסד’ס אינגל קעמפ און וועלכע ר’ יודל... א נקודה פאר זיך, אז סאטמאר איז אין פאקט די וועגווייזער וואס האט אוועקגעשטעלט די סטרוקטור פון די היינטיגע חינוך... די אלע היינטיגע חברה לייט זענען פון דארט אויסגעשטיגן... דאס מאכט מיר דאס מערסטע טראסטן די סאטמארע מהלך...) מיט די אלע טשעלענדזשעס...

דאס איז וואס מען געדענקט און אויף דעם לאכט מען א גוטס יעדע מאל מטרעפט חברים...

סא תכלית, האלטיך אז די אלע באמבערייען זענען שטותים, און פונקט גוט פאר קעמפ בילדער אדער פארן ראש המדריכימ’ס פובליסיטי... קינדער האבן מער הנאה פון א רואיגע געשמאקע אטמאספעהר
וועלכע טשעלענדזשעס?
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1215

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

Spa 42 האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 4:08 pm די וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע עי טיים מאכט היינט די יערליכע יום הש"ס ווי עס קומען זיך צוזאם אידן פון אלע קרייזן און מ' ענדיגט צוזאמען ש"ס, און מ' טרייבט אויף גרויסע סכומים פארן ארגאנאזאציע.

מ' קען עס דא מיטהאלטן.
https://yomhashas.com/5784/?utm_source= ... =lyl_email
איך האב ב''ה געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן דארט,
כ'בין ממש יעצט אהיים געקומען,
אפצושרייבן מיינע הרגשים פונעם היינטיגן טאג, וועט מיר פארלאנגען אביסעלע קאנצערטרירונג, כ'העל זעהן צו איך וועל עס נאך טון היינט,
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

צוברעקל נישט דיין הארץ!
viewtopic.php?t=2330
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5775

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

אלס ווייסער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:02 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:36 pm אינטערסאנט איז אבער אז די אלע וואס זענען פארנומען מיט די חדשים לבקרים’דיגע פאן, וועלן דאס מערסטע אויפשיינען ווען מוועט אנהייבן רעדן זכרונות פון אמאל, אין אינגל קעמפ מיט ר’ יודל (כזאג נישט וועלכע מוסד’ס אינגל קעמפ און וועלכע ר’ יודל... א נקודה פאר זיך, אז סאטמאר איז אין פאקט די וועגווייזער וואס האט אוועקגעשטעלט די סטרוקטור פון די היינטיגע חינוך... די אלע היינטיגע חברה לייט זענען פון דארט אויסגעשטיגן... דאס מאכט מיר דאס מערסטע טראסטן די סאטמארע מהלך...) מיט די אלע טשעלענדזשעס...

דאס איז וואס מען געדענקט און אויף דעם לאכט מען א גוטס יעדע מאל מטרעפט חברים...

סא תכלית, האלטיך אז די אלע באמבערייען זענען שטותים, און פונקט גוט פאר קעמפ בילדער אדער פארן ראש המדריכימ’ס פובליסיטי... קינדער האבן מער הנאה פון א רואיגע געשמאקע אטמאספעהר
וועלכע טשעלענדזשעס?
אמאל אין קעמפ איז געפארן פראסקעס... ווייסטע?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 91
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 150

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חיים יוסף »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:36 pm אינטערסאנט איז אבער אז די אלע וואס זענען פארנומען מיט די חדשים לבקרים’דיגע פאן, וועלן דאס מערסטע אויפשיינען ווען מוועט אנהייבן רעדן זכרונות פון אמאל, אין אינגל קעמפ מיט ר’ יודל (כזאג נישט וועלכע מוסד’ס אינגל קעמפ און וועלכע ר’ יודל... א נקודה פאר זיך, אז סאטמאר איז אין פאקט די וועגווייזער וואס האט אוועקגעשטעלט די סטרוקטור פון די היינטיגע חינוך... די אלע היינטיגע חברה לייט זענען פון דארט אויסגעשטיגן... דאס מאכט מיר דאס מערסטע טראסטן די סאטמארע מהלך...) מיט די אלע טשעלענדזשעס...

דאס איז וואס מען געדענקט און אויף דעם לאכט מען א גוטס יעדע מאל מטרעפט חברים...

סא תכלית, האלטיך אז די אלע באמבערייען זענען שטותים, און פונקט גוט פאר קעמפ בילדער אדער פארן ראש המדריכימ’ס פובליסיטי... קינדער האבן מער הנאה פון א רואיגע געשמאקע אטמאספעהר
איך האב געלערנט אין נעפענעק צוואנציג יאר צוריק (כזאג נישט וועלכע), עס איז געווען א לאנגע וועג צו מאכן דאס פלאץ האלב נארמאל און נאך אלץ נישט צוקומען נאנט צו וואס תהילים איד שרייבט, איך גלייב היינט איז עס שוין ווייט נישט דאס וואס סאיז געווען, איך האב אסאך גיטע זכרונות טאקע פון די אלע טשעלענטשעס,
אבער אויב האט מען געהאט א נארמאלער מלמד אין די טאקע האט פארשטאנען די מהלך, אז איך האב נישט מורא געהאט פון ריפען די טאטע וכדומה איז עס געווען אסאך פאן, אין האט אסאך אויסגעלערנט וויאזוי צו האנדלען אין לעבן,
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

חיים יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:16 am

קען זיין ביי מיר איז עס געווען ערגער ווייל האב געהאט די חוצפה די גיין מיט די מאדערנע הויכע ביבער היט,
אבער אויב האט מען געהאט א נארמאלער מלמד אין די טאקע האט פארשטאנען די מהלך, אז איך האב נישט מורא געהאט פון ריפען די טאטע וכדומה איז עס געווען אסאך פאן, אין האט אסאך אויסגעלערנט וויאזוי צו האנדלען אין לעבן,
עוולות וואס זענען פארגעקומען אין געוויסע פלעצער האט גארנישט מיט די נושא וואס @דער תהלים איד האט גערעדט

די איבערגעטריבענע אויפרייסן ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3214
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4453

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 3:08 pm איך וויל דא זאגן א מחשבה וואס איך האב, איך ווייס נישט וואו עס באלאנגט, צו אין מענטל העלט, צו אין אידן שמועסן, צו אין קעמפ נייעס, ממילא... לייג איך עס דא.

מען רעדט אסאך מאל פונעם פראבלעם אז קינדער היינט וואקסן אויף אזוי געצערטלט, אז דער נפש ווערט נישט איינגעוואוינט צו קענען פארטראגן א "באמפ" אין לעבן. אלעס גייט אלס זיין וועג, אלעס קומט אים, אייביג איז ער גערעכט, ער טאר נישט הערן אז מ'האט נישט קיין געלט, יעדע טוי וואס א חבר האט מוז ער אויך האבן, און אזוי ווייטער און ווייטער.

פארשטייט זיך אז דאס איז א קאמפליצירטע סוגיא, ווייל מצד אחד זענען היינט די נפשות און גופים שוואכער ווי אמאל, בטבע, און מ'דארף טאקע זייער נזהר זיין ווייל קינדער וואס ווערן אביוזד האבן גאר גאר שווערע נאכפאלגן ר"ל. מצד שני צוליב די אויבנדערמאנטע נקודה, פארשטייט יעדער אז מען טאר נישט גיין די צווייטע עקסטרעים אויכנישט. מ'דארף זען די נארמאלע מיטלוועג.

יא, יעדער נעמט אן אז זיין וועג איז די מיטלוועג... אבער נאכאלס, באופן כללי פארשטייט יעדער אז ער 'זוכט' עכ"פ די ריכטיגע מיטלוועג.

וואס ס'ווערט מיר נאר שווער, איז א קושיא וואס איך האב יעדן זומער.

איך הער אויף קול מבשר שוין פוןו אפאר וואכן בעפאר, די אינטערוויו'ס מיט די "אקטיוועטי אנפירער" אין די קעמפס אונטערן שיינעם נאמען "ראש מדריכים"... און לויט ווי עס שיינט איז דער התגשמות און די ראשו-וכולו-פאן וואס קומט פאר אין די קעמפס (נישט די גרויסע סאטמארע) ממש נעקסט לעוול אבנארמאל.

יעדן איינציגן טאג דארף דער קעמפ זיין איבערגערייט, קוקט נישט אויס ווי מען לערנט צופיל... מען האקט א טאג און א נאכט, מען מאכט פלעיס, ברעיקאויטס, עס טוט זיך א גאנצע פארמעסט ווער עס קען מאכן א קאלאר-וואר וואס "אלע קינדער זאלן וויינען און לאכן פאר 2 טעג"... מען הוליעט, מען פארט אויף טריפס, און איך ווייס נישט וואס אלס.

און מיין קושיא איז: כל זה למה??? וואס איז דער ציל דערפון? וואס גיבט דאס פארן קינד?

צו א קינד דארף זיך לופטערן? יא, אודאי. איך פארגין אפילו אז מ'זאל פארן 2 טריפס א זומער, שווימען יעדן טאג, א געים מיט אלע קעמפ קינדער איינמאל א וואך, פיין, אבער לויט ווי עס שיינט איז עס ווייט ווייט נישט דאס, נאר מען זיצט און קוואקעט און מען רוילט זיך ארום ווי נבראים אן קיין בורא, ווי קינדער אן קיין היים, ווי מענטשן אן קיין נארם.

האב איך א טעות? איז עס נישט ממש אזוי? אדער אויב יא, וואס איז דער ציל און וואס איז פשט? איז דאס נישט פון די מותרות וואס ברענגען נישט גארנישט פאר'ן קינד אויסער אז עס געוויינט אים צו צו דארפן נאך און נאך און נאך?

קארעקט מי איף איים ראנג.
אוי וויי!

מ'דארף נישט גיין ביזן קעמפ, ביי אונז אין מאנסי אין די "דעי קעמפס" קומט נעבעך אויך פאר די קאמפעטישן, פארשטייט זיך אז ס'איז נישט ווי די קעמפס, און אין די סאטמאר'ע סטייל מוסדות איז עס ווייניגער ווי אין די אנדערע, אבער פארט ווערט עס מער און ערגער פון יאר צו יאר, מ'ווייסט שוין נישט וואס צו טוהן מיט די קינדער.

דאס איז דאך זיכער אז מ'מוז אויפקומען מיט עפעס מער "מעכטיג" ווי פאראיאר, און די "מדריכים" אדער "קאונסלערס" ביי די מיידלעך זענען דאך דאס יאר פון די נעסטע דור, זיי זענען געוועהן די "קינדער" א יאר צוויי צוריק.

כ'טראכט אלעמאל צו מיר, די טריפ גיבסטו פאר מיין טרכטער אין ערשטע קלאס?? וואס וועט זי באקומען אין צענטע קלאס??
די קליינע טוטער דארף פארן 2 שעה אהין און 2 שעה צוריק צו א פארק, און אהיים קומען אינמיטן נאכט? נעבעך! פארוואס פייניגסטו אים/איר?! די קינדער וואלטן זיך מחי' געוועהן מיט א לאקאלע טריפ אן צו ווערן דיזי.

איין פראבלעם איז דא, אז די מוסדות פרובירן צן צוזאם שטעלן ווי גרעסערע גרופעס, כדי צו קענען אפדינגען די פלעצער פאר א בעסערע פרייז, ממילא שלעפט מען מיט קלענערע קלאסן אויף די זעלבע טריפ.

מנהלים טייערע!
די פאר עלטערן וואס האבן זייער ליב זייערע קינדער און ווילן אז זיי זאלן "מאכן א לעבן", זאלן נישט איבערדרייען די מוסד און זאלן ביטע "לאזן לעבן".
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@דער תהלים איד הלואי זאל ווערן אן אויפוואכונג, די נושא איז ארויס פון די נארמאל לעניית דעתי. עס האט ממש נישט קיין הסבר און זיכער נישט קיין שום בענעפיט פארן קינד בכלל.

@וואוילער איז זייער גערעכט לדעתי אז עס קומט פון קאמפאטישן. אפילו אין סאטמאר וואו מען איז מער נארמאל ביי די אינגלעך, איז אבער ביי די מיידלעך גארנישט אנדערש. די זומער איז ממש אז מ'דארף זיין משוגע צו זיין נארמאל. ווער עס קען זיין מער משוגע צודרייט און מער משובח. יא אפילו ביי אונזערע קעמפס, ביי מחנה רב טוב און מחנה בית רחל. די סטיילס פון די סדר היום און אקטיוויטעטן און צוהיצטע צולאזטע ניגונים, איך מיין אז טאטעס וואלטן זיך אוועקגעשעמט ווען זיי האלטן עס ווען מיט... נאר אזוי ווי ער זאגט, קאמפעטישן. וואס קען מען טון? ווער קען אראפשטעלן א פיס און סטאפן די נארישע קאמפעטישן? א שאלה.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

א קאריעטור אין השמעינו וואס איך כאפ נישט וויאזוי צו ליינען די ווערטער. אויב איינער קען מיר העלפן.
פיילס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (153.09 KiB) געזען געווארן 309 מאל
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 433
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1215

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 7:47 pm א קאריעטור אין השמעינו וואס איך כאפ נישט וויאזוי צו ליינען די ווערטער. אויב איינער קען מיר העלפן.
:lol: :lol: :lol:
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

צוברעקל נישט דיין הארץ!
viewtopic.php?t=2330
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3151

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@רעגענדיגע זונטאג היינט איז מאנטאג אבער עס איז למעשה דיין טאג. עס האט נישט אויסגעזען אזוי אבער אין די יעצטיגע מינוט'ן האט עס למעשה פאסירט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2182
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2300

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 2:00 pm @רעגענדיגע זונטאג היינט איז מאנטאג אבער עס איז למעשה דיין טאג. עס האט נישט אויסגעזען אזוי אבער אין די יעצטיגע מינוט'ן האט עס למעשה פאסירט.
אבער נאכווי. עס שיסט וואסער
שרייב פאוסט