היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
שמעתי פון א קראנטע מקור אז סיי הצלה און סיי חברים האבען געהייסן זייערע מעמבערס וואס האבען געזאלט דיספעטשן פאר די פ.ד. דאס נישט צי טוהן
די הצלה מעמבערס האבן טאקע אלע פארלאזט די פ.ד. פון חברים האבן רוב פארלאזט אחוץ 2 (האפענטליך נאר אויף דערווייל)

מצילי אש ד'ראקלענד
845-426-9111
845-426-9111
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
ביטע, נישט אריינגיין אין קיין נעמען. (אפגערעדט וואס לפי ידיעתי איז נישט אמת דער שמועה, באט דעץ נאט די פוינט).היימישער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 5:38 pmווער איז די שרייבער פון ראקלענד דעילי?איטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:17 pmעס קומט פאר א העפטיגע טענה'ריי, עס גייט קולות אויף הייוון, איינער זאגט אזוי און א צווייטער זאגט פונקט פארקערט, דערנאך מעקט מען עטליכע בלעטער, און ווען עס האלט שוין ביי א שטאפל ווען ביידע זייטן זענען שוין אויפגעברויזט אויפן צווייטן קומט איינער א חכם און ברענגט א ראיה פון ראקלענד דעילי! אה... דאס איז שוין עפעס גאר קראנט אויף וואס מ'קען זיך נישט טענה'ן...
פאר ווער עס ווייסט און פאר ווער עס ווייסט נישט, די שרייבער פון ראקלענד דעילי איז א זוהן פון די מארקעטער פאר ברוער פייער קאמפעני!...
#הצלחה
ייש"כ.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1673
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3586
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
מיט וועלכע תירוץ? פלעין טעראר? איך האף אז דאס איז נישט אמת.

איך וויל צולייגן נאך א שאלה... אויב מען קען נאך. אויב די רבני העיר שטיצן די מחללי שבת פון ברוערס, פארוואס איז די אסיפה געווען אזוי מאגער? פארוואס א טיפישע אסיפה פאר עניני סת"ם האט געקענט האבן אזויפיל רבנים ווי איך זעה דא אינעם לינק און דא האט מען קוים געקענט האבן 2-3 רבנים וואס ווערן ממונה צו פסק'נען שאלות?נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:49 pmמיינסט דאס?זיי פריילאך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 3:41 pm איינער מיט די נייע צעטל פארשפרייט דורך מצילי אש?
איך האב עפעס געזעהן אין ביהמ''ד אבער נישט געהאט קיין צייט צו ליינען
viewtopic.php?p=104030#p104030
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
דאס איז געהעריג אמת, אבער ס'איז נישט פלעין טעראר, ס'איז אן אנגענומענע זאך אז א מעמבער פאר איין ארגענעזאציע קען נישט אריינגיין אין א צווייטע פלאץ אן רשות (וואס מ'באקומט זעלטן) מחמת כמה טעמים.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 8:28 pmמיט וועלכע תירוץ? פלעין טעראר? איך האף אז דאס איז נישט אמת.
דא איז עס עפעס מער פון דעם, וויבאלד עס איז פארמישט אין פאליטיק.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10890
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
פון אייוועלטשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 2:19 pmדער "נישט ח"ח וועבזייטל" ( ) איז באקאנט צו נעמען פון מאל צו מאל אפענע שטעלונגען לטובת אדער קעגן געוויסע, און זיי מעקן און חוסם'ען אויף דעם ארויף אן אנגעבן א נארמאלע הסבר. לדוגמא האבן זיי זיך גענומען אויף די ביינער פון מה"פ און געמעקט סיי וואס ס'האט שייכות מיט זיין פלאטפארמע.
דער עיקר איז אז מ'זאגט אז דא איז מען בייעסד...
דעי תגובה האט שוין דערווייל באקומען 122 לייקס! זעט אויס דער ציבור דארט זענען נישט אזעלכע בהמות...עס האט זיך געפענט א אשכול ווי מען רעדט ארום איבער א "איבערגעפרישטע מאנסי פייער דעפארטמענט" און עס האט זיך פארשטייט זיך גלייך אנגעהויבן א ענדלאזע צאל טענה'רייען וכ"ו בסך הכל איז ארויסגעקומען פון די אלע בלעטער אז איינצילע יחידים האבן געפערליך באשמיצט הצדיק רבי יחזקאל, צוזעענדיג דאס האבן מיר דאס נישט געקענט סובל זיין האבן מיר געשריבן א תגובה און שטיצע פון רבי יחזקאל, נאך א קנאפע שעה האט דאס באקומען שווערע צענדליגע לייקס, נישט לאנג דערויף באקום איך א מודאה אז די תגובה איז פארמעקט וויבאלד עס איז אין די "ראנג אשכול"....
איז האפענטליך איז דא די "ריכטיגע אשכול" דאס צי שרייבן...
הרב הצדיק רבי יחזקאל שליט"א, כלל ישראל בכלל און תושבי מאנסי בכלל שטייען אויף אייער זייט!!!
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1673
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3586
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
שוין אויסגעמעקט אלע לייקס..... https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p5229157שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 1:34 pmפון אייוועלטשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 2:19 pmדער "נישט ח"ח וועבזייטל" ( ) איז באקאנט צו נעמען פון מאל צו מאל אפענע שטעלונגען לטובת אדער קעגן געוויסע, און זיי מעקן און חוסם'ען אויף דעם ארויף אן אנגעבן א נארמאלע הסבר. לדוגמא האבן זיי זיך גענומען אויף די ביינער פון מה"פ און געמעקט סיי וואס ס'האט שייכות מיט זיין פלאטפארמע.
דער עיקר איז אז מ'זאגט אז דא איז מען בייעסד...דעי תגובה האט שוין דערווייל באקומען 122 לייקס! זעט אויס דער ציבור דארט זענען נישט אזעלכע בהמות...עס האט זיך געפענט א אשכול ווי מען רעדט ארום איבער א "איבערגעפרישטע מאנסי פייער דעפארטמענט" און עס האט זיך פארשטייט זיך גלייך אנגעהויבן א ענדלאזע צאל טענה'רייען וכ"ו בסך הכל איז ארויסגעקומען פון די אלע בלעטער אז איינצילע יחידים האבן געפערליך באשמיצט הצדיק רבי יחזקאל, צוזעענדיג דאס האבן מיר דאס נישט געקענט סובל זיין האבן מיר געשריבן א תגובה און שטיצע פון רבי יחזקאל, נאך א קנאפע שעה האט דאס באקומען שווערע צענדליגע לייקס, נישט לאנג דערויף באקום איך א מודאה אז די תגובה איז פארמעקט וויבאלד עס איז אין די "ראנג אשכול"....
איז האפענטליך איז דא די "ריכטיגע אשכול" דאס צי שרייבן...
הרב הצדיק רבי יחזקאל שליט"א, כלל ישראל בכלל און תושבי מאנסי בכלל שטייען אויף אייער זייט!!!
די וואס שרייבן נאך דארט, ווייס איך נישט וואס זיי זענען... גאר גרויסע סבלנים זיכער. דאס איז ווען מיר רעדן די ריינע וועג, דעם חפץ חיים'ס וועג... אבער איך פארשטיי עס ממש נישט.
- פיילס
-
- Screenshot 2024-07-10 144715.jpg (50.76 KiB) געזען געווארן 1256 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
עפעס איז ראנג, ביי מיר זעה איך עס געהעריג.
- פיילס
-
- Screenshot 2024-07-10 152616.png (156.21 KiB) געזען געווארן 1221 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אין אנדערע נייעס, יענע אשכול איז פארשפארט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4023
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אשריך אידטיש!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
וואס עפעס פלעין טעראר ?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 8:28 pmמיט וועלכע תירוץ? פלעין טעראר? איך האף אז דאס איז נישט אמת.
עס זענען דא מעמבערס וואס זענען און ביידע ארגס זיי האבען נישט קיין פראבלעם דערמיט די פראבלעם איז דירעקט מיט די פ.ד. ווייל הצלה מיט חברים שעמען זיך אז זייערס א מעמבער זאל זיין און די טריפענע דעפט
מצילי אש ד'ראקלענד
845-426-9111
845-426-9111
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אשריך אידטיש! אשרינו אידטיש מעמבערס!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
ווען מען שרייבט פ"ד מיינט עס ברויער?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10890
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
מאכט אסאך סענס, ספעציעל ווען די צוויי ארגאניזאציעס האבן רבנים, אין זיכען נישט אנצינדן א רויטן לעמפל אז זיי האבן די סארט מעמבערסשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:36 amאזוי קוקט אויס.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
ס'איז נישט ממש אזוי אז מעמבערס זענען אין ביידע, לפי ידיעתי איז דאס ממש איינצעלנע אויסנאם פעלער.nick name האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 10:47 pmוואס עפעס פלעין טעראר ?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 8:28 pmמיט וועלכע תירוץ? פלעין טעראר? איך האף אז דאס איז נישט אמת.
עס זענען דא מעמבערס וואס זענען און ביידע ארגס זיי האבען נישט קיין פראבלעם דערמיט די פראבלעם איז דירעקט מיט די פ.ד. ווייל הצלה מיט חברים שעמען זיך אז זייערס א מעמבער זאל זיין און די טריפענע דעפט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
הצלה מעמבערס וואס זענען חברים רעדט מעןוואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:57 amס'איז נישט ממש אזוי אז מעמבערס זענען אין ביידע, לפי ידיעתי איז דאס ממש איינצעלנע אויסנאם פעלער.nick name האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 10:47 pmוואס עפעס פלעין טעראר ?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 8:28 pm
מיט וועלכע תירוץ? פלעין טעראר? איך האף אז דאס איז נישט אמת.
עס זענען דא מעמבערס וואס זענען און ביידע ארגס זיי האבען נישט קיין פראבלעם דערמיט די פראבלעם איז דירעקט מיט די פ.ד. ווייל הצלה מיט חברים שעמען זיך אז זייערס א מעמבער זאל זיין און די טריפענע דעפט
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9964
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
מאנסי בכלל, און קהלת סאטמאר מאנסי מהרי"י בפרט, שטורעמט מיט די עפענטליכע ארויסטריט פון דיין הרה"ג ר' ישעי' טירנויער שליט"א, אב״ד זכרון יהודה, ומו״ץ קהל ויואל משה סאטמאר.
ביי שלש סעודות די וואך האט דער דיין ארויסגעטרעטן מיט זייער אפענע און שארפע ווערטער בנוגע די פאלשע פראפאגאנדע אין די לעצטע פאר וואכן ווי כאילו די רבנים שטיצן דאס רופן די מחללי שבתות פון ברוער פייער דעפארטעמנט.
דער דיין האט געזאגט צווישן אנדערן:
"ס'איז דא א מלחמה צווישן די צד הקדושה און צד הטומאה! מ'טאר נישט רופן קיין מחללי שבת פאר הילף, מ'זאל רופן די ערליכע אידן."
און ער האט אויסגעפירט אז "אלע רבנים האלטן אזוי! ס'איז נישט מער ווי א טשטוש המוחות".
ביי שלש סעודות די וואך האט דער דיין ארויסגעטרעטן מיט זייער אפענע און שארפע ווערטער בנוגע די פאלשע פראפאגאנדע אין די לעצטע פאר וואכן ווי כאילו די רבנים שטיצן דאס רופן די מחללי שבתות פון ברוער פייער דעפארטעמנט.
דער דיין האט געזאגט צווישן אנדערן:
"ס'איז דא א מלחמה צווישן די צד הקדושה און צד הטומאה! מ'טאר נישט רופן קיין מחללי שבת פאר הילף, מ'זאל רופן די ערליכע אידן."
און ער האט אויסגעפירט אז "אלע רבנים האלטן אזוי! ס'איז נישט מער ווי א טשטוש המוחות".
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
ווי זאגט ער של"ס תורה?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 14, 2024 11:54 am מאנסי בכלל, און קהלת סאטמאר מאנסי מהרי"י בפרט, שטורעמט מיט די עפענטליכע ארויסטריט פון דיין הרה"ג ר' ישעי' טירנויער שליט"א, אב״ד זכרון יהודה, ומו״ץ קהל ויואל משה סאטמאר.
ביי שלש סעודות די וואך האט דער דיין ארויסגעטרעטן מיט זייער אפענע און שארפע ווערטער בנוגע די פאלשע פראפאגאנדע אין די לעצטע פאר וואכן ווי כאילו די רבנים שטיצן דאס רופן די מחללי שבתות פון ברוער פייער דעפארטעמנט.
דער דיין האט געזאגט צווישן אנדערן:
"ס'איז דא א מלחמה צווישן די צד הקדושה און צד הטומאה! מ'טאר נישט רופן קיין מחללי שבת פאר הילף, מ'זאל רופן די ערליכע אידן."
און ער האט אויסגעפירט אז "אלע רבנים האלטן אזוי! ס'איז נישט מער ווי א טשטוש המוחות".
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- מצילי אש ד'ראקלענד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 95
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
- Location: Rockland County
- x 737
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אשרינו שזכינו!
די ווערטער וואס הרה"צ ר' יחזקאל ווייס שליט"א זאגט כסדר - אז גיין צו קאל אום שבת לויט די פסקי הלכה, ראטעוועט 10 אידן פון מחלל שבת זיין - האב איך געשפירט דעם וואך שבת אויף מיך אליינס, און די דערהויבענע געפיל באגלייט מיר.
ליל שבת 3:58 פארטאגס איז אריינגעקומען א רוף אז די קארבאן מענאקסייד אלארם קלינגט ביי איינעם, און עפ"י הוראת די רב שליט"א שיקט מען א גוי אויפפיקן א איד,
איך האב גענומען די קאל, דורכן אריינזאגן מיין יוניט נומבער און אדרעס, אז דער גוי זאל מיך קומען אפנעמען.
דאס איז געוועהן מיין איין איינציגסטע מלאכה דרבנן וואס איז געטוהן געווארן פאר די קאל!
עטליכע מינוט דערויף איז דער גוי געוועהן ביי מיר, ער האט געעפנט און צוגעמאכט די טיר, און מיר זענען צוגעפארן א מינוט צוויי צום הויז.
2 משפחות מיט קינדער זענען געשטאנען ביים טיר, און זיך געפרייט צו זעהן ווי א אינגערמאן מיט ווייסע זאקן (יא! כ'בין איינגעשלאפן מיט די זאקן...) קומט זיי העלפן.
אויפן וועג אריין האב איך אריינגעכאפט צו געבן א שמייכל און בארואיגן 2 וויינעדיגע קינדער, און תיכף האט דער גוי אנגעפאנגען טעסטן מיטן מאשין.
די קארבאן מענאקסייד נומערן זענען געוועהן גאנץ הויך אין איינע פון די דירות, צוליב דעם וואס איין פלאם האט נישט געברענג געהעריג (דאס קען געשעהן ווען די פלאם איז אויף די קלענסטע).
דער גוי האט עס פארלאשן, מ'האט געעפנט פענסטערס, און געלאזט יעדעם צוריק גיין שלאפן געזונטערהייט.
---
ראו מה בין בני לבן חמי!
ס'איז נישט קיין פאנטאזיע אז אויב וואלט מען גערופן די אלגעמיינע פ"ד וואלטן עטליכע אידן ליידער מחלל שבת געוועהן (אויסער דעם וואס מ'וואלט נישט באקומען אזא העפליכע און שטילע סערוויס)
מוצאי שבת האב'ך באקומען א באריכט פון א חבר וואס האט מיטגעהאלטן א קאל שבת נאכמיטאג אויף העריק, וואו די פ"ד איז גערופן געווארן צו א גוי'שע גריל, און 2 טראקס מיט עטליכע קארס זענען געקומען, נאכ'ן ענדיגן די קאל איז געוועהן געהעריג ווי אינדערוואכן, שבת הותרה רח"ל, דער היימישער אינגערמאן איז צוגעפארן מיטן רויטן קאר צו פאליס איבערשמועסן עפעס וויכטיג, און דערנאך אוועקגעפארן.
דאס איז די ארגענעזאציע וואס האט א ועד הרבנים, מיט דיינים, און איז גרייט צו ווערן בעסער, ווס די חברה אינגעלאטלעך וואס האבן נישט קיין שום דעת תורה און קיין איין רב איז נישט ארויסגעקומען זיי שטיצן...

מיין אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אויך געהערט אז הגה"צ ר' חיים פלאהר שליט"א האט גערעדט גאר שארף, איך ווייס נאכנישט פונקטלעך וואס ער האט געזאגט, וויל איך נישט נאכזאגן פאר איך הער נישט פון קיין כלי ראשון, איך האף מברר צו זיין און ארויסשטעלן.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4023
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
פונקט גערעדט מיט א מצילי אש מעמבער פון קרית יואל
דא נעמט מען נישט אן קיין ליידיגגייער וואס זוכט פאן, עס איז דירעקט נישט אויסגעשטעלט פאר פאן! עס איז אן ערנסטער ארגאניזאציע צו העלפן מענטשן די שנעלסטע און בעסטע וואס שייך, טון וואס מען האט צוטון און אפפוצן פון שטח איינמאל מישן אקאמפלישט.
ברוער האט אזא מהלך ביזדערווייל נאכנישט אדאפטירט, אויב זיי ווילן זיך פארבעסערן און ווערן אנערקענט ווי מצילי אש, דארפן זיי פראפאגאנדירן מיט די מעסעדזש, אז זיי זענען נאר דא פאר הילף אן קיין פארברענגענס און פאן וכו'
אוודאי זענען דא שיעורים און ליל שישי'ס, מסיבות מפעם לפעם, אבער אלעס אויף אן ערנסטן פארנעם, נישט מיט קיין אימעידזש פון פאן און ענדזשוימענט.
דא נעמט מען נישט אן קיין ליידיגגייער וואס זוכט פאן, עס איז דירעקט נישט אויסגעשטעלט פאר פאן! עס איז אן ערנסטער ארגאניזאציע צו העלפן מענטשן די שנעלסטע און בעסטע וואס שייך, טון וואס מען האט צוטון און אפפוצן פון שטח איינמאל מישן אקאמפלישט.
ברוער האט אזא מהלך ביזדערווייל נאכנישט אדאפטירט, אויב זיי ווילן זיך פארבעסערן און ווערן אנערקענט ווי מצילי אש, דארפן זיי פראפאגאנדירן מיט די מעסעדזש, אז זיי זענען נאר דא פאר הילף אן קיין פארברענגענס און פאן וכו'
אוודאי זענען דא שיעורים און ליל שישי'ס, מסיבות מפעם לפעם, אבער אלעס אויף אן ערנסטן פארנעם, נישט מיט קיין אימעידזש פון פאן און ענדזשוימענט.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1673
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3586
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
אה, ענדליך הייבט מען אן הערן אז דער לא תגורו מפני איש האט נאכנישט אינגאנצן עקספייערט. דאס איז משמח את הלב.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
מ'קען דאך אבער אויסטייטשן זיינע ווערטער וויאזוי מען וויל, ניין?
ער איז געווען ביי די מיטינג מיט די קאמישאנער'ס?