זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות – לאמיר אבער טראכטן ניכטער
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7086

האסט געזעהן די דיבאטע? האסט געהערט וואס דארט איז פארגעקומען? דער ביידען פשוט קאלעכט! דער קומט אריין אזוי מין צוקריצט און צישליסען. דער איז אויסגעקנאקט און אויסגעוועפט פונקט ווי די הושענת ערב פסח. איין טאג פאלט ער אראפ די סטעפס, די נעקסטע טאג פאלט ער אראפ פון זיין בייק, ער געבט די האנט פאר די לופט, ער וואקט די פארקערטע ריכטונג. ווען ער האט ווען נישט א ווייב וואס לויפט אים נאך, וואלט ער אריין געוואקט אינעם אוקיינוס. נאו קוועסטשען אבאוט איט! דער איז פשוט א בושה פאר אמעריקע!
אלעס איז אמת, ער קאלעכט און וועפט. זיינע פאלעסיס זענען שלעכט און געמיין. ער איז ווייט נישט געאייגענט צו זיין פרעזידענט. אבער... אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון. מיר אידן טראכטען אנדערש ווי דער גוי. מיר אידן האבן א תורה הקדושה, וואס לערנט אונז אויס ווי אזוי צו טראכטען.
במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז פונקט ווי ווען מען נעמט אראפ א שיינע גלאנציגע רויטע עפל פון בוים האט עס אלע טעמים. עס איז א געשמאק אין דעם אריינצובייסען, זיס, פריש, קראנטשי, זאפטיג, דערפרישענד, און וואס נישט. אבער וואס א טאג עס גייט אריבער ווערט דער עפל מער אויסגעטריקענט, ער פארלירט זיין שיינעם גלאנציגען אויסזעהן, ער פארלירט זיין טעם, ער פארלירט זיין געשמאק. ער איז טריקען און פארקנייטשט. און אזוי אויך איז דער מענטש. ווי לאנג ער איז בן שלשים לכח, בן ארבעים לבינה, און ווער רעדט נאך פון די בן חמשים לעצה, איז נאה לו ונאה לעולם. די וועלט האט פון אים הנאה, ער לייגט צו צו די וועלט, און ער איז פריש און געשמאק. אבער איין מאל עס טוישט זיך צו בן ששים לזקנה, די גוף הערט אים אויף דינען ווי עס דארף צו זיין, מען הייבט אן גיין אפטער צום דאקטער. און ווער רעדט נאך פון די בן שבעים לשבה און בן שמונים לגבורה וואס דעמאלטס ריטייערט מען שוין, און מען איז שוין גארנישט מוסיף צו די ארבעטס קראפט. מען אפגעטריקענט און אפגעניצט, לעול ולמשה פאר די גאנצע משפחה. מען ווארט אז די מלאך המות זאל אים קומען אפנעמען. און דערווייל שיקט מען אפ דעם אלטען זעצער צו א נורסינג האום ווי מען נעמט (נישט) קעיר פון אים, און פטור אן עסק.
צו אונזער שטוינונג ליינט זיך אבער א פסוק אין די תורה, מפני שיבה תקום והדרת פני זקן. איר הערט? פאר וועמען דארף מען זיך אויפשטעלן, פאר דעם עושר? פארן ראש הקהל? פארן געלונגער טאלאנטפולער זינגער? פאר דער וואס געבט צו צום סאסייעטי א גאנצען טאג? ניין! אויפשטעלן און מכבד זיין דארף מען דעם אפגעטריקענטער און אפגעדינטער אלטען זעצער. דער וואס דארף האבן א גוי מיט אן אייניקעל וואס נעמען קעיר פון אים אויף איין מאל, ווייל איינער אליינס איז נישט גענוג. פאר אים דארף מען זיך אויפשטעלן! אים דארף מען מכבד זיין. פארוואס?
עס זענען דא עטליכע שיטות אין די גמרא וראשונים פאר וועלכע זקן מען דארף זיך אויפשטעלן, און פון יעדע פון די מהלכים קענען מיר ארויסנעמען א דרך החיים. אבער מיר וועלן נעמען דאס וואס די רמב"ם ושלחן ערוך שרייבען.
אין די גמרא (קידושין לג.) פסק'ענט רבי יוחנן אזוי ווי איסי בן יהודה וואס האלט אז מען דארף זיך אויפשטעלן אפי' פאר א זקן אשמאי. און די גמרא פארציילט אז רבי יוחנן פלעגט זיך אויפשטעלן אפי' פאר א זקן א גוי, ווייל ער האט געזאגט אז אפי' דער אלטער גוי איז אסאך אריבער אין לעבן. אפי' אז ער איז א גוי דאך האט ער אסאך צוגעזעהן, און פארדעם האט זיך רבי יוחנן אויפגעשטעלט. און די גמרא ברענגט דארט נאך עטליכע אמוראים וואס האבן מכבד געווען זקנים גוים.
די ראשונים זענען דן אויב רבי יוחנן האט דאס געטוהן מעיקר הדין, אדער לפנים משורת הדין. אבער וואס מיר זעהן פון דא איז ווי אזוי די הייליגע אמורא רבי יוחנן און די הייליגע תנאים אביי, רבא, ורב נחמן האבן אנגעקוקט דעם אלטען זעצער וואס טויג שוין אויף גארנישט.
ווען מען קוקט אריין אין רמב"ם (הל' ת"ת פרק ו') שרייבט ער להלכה ואפילו זקן גוי מהדרין אותו בדברים ונותנין לו יד לסמכו, שנאמר מפני שבה תקום כל שבה במשמע. און כדברי הרמב"ם ברענגט די רמ"א להלכה למעשה.
זקנה זאגט אונז רבי יוחנן איז א חשיבות, זקנה איז ביי א איד נישט אראפגעקוקט. איי ער וועפט, און ער קאלעכט? אמת. אבער אזוי גייט די וועלט! ווען איך גיי צו א חתונה און איך זעה דארט אן עלטער זיידע וואס די הענט ציטערען אים און איך געב אים מזל טוב, שפיר איך א חשיבות צו האלטען דעם אנטיק אין מיין האנט. איך האלט דא א שטיק היסטאריע! א ברכה פון א בן תשעים איז ביי מיר מער ווערד ווי אסאך אנדערע זאכן. ווייל רבי יוחנן לערנט מיר אויס אז זקנה איז א חשיבות! ווען מען האט עלטערע עלטערן, געבט מען זיך אפ מיט זיי, מען ווארפט זיי נישט אריין אין א האום. די אלטע זעצערס זענען ביי אונז אידן א טייערע ארטיקעל!
איך זאג נישט אז מען דארף זיך אויפשטעלן פארן פרעזידענט. און איך זאג נישט אז צוליב זיין זקנה דארף ער זיין פרעזידענט. ניין, יעדער האט זיין פלאץ. איינער וואס איז אין די יארגאנג און אין דעם געזונט צושטאנד זאל זיך אפזאגן און איבערגעבן די שליסלעך פאר איינער וואס איז קעיפעביל צו דינען אלץ פרעזידענט. אבער וואס איז די געלעכטער אז זיידי ביידען קאלעכט? וואס איז די געלעכטער אז ער גליטש זיך אויס און ער פאלט אראפ? דאס איז ווייטאגליך. מיר אלע האפן אנצוקומען צו די יארן, און מיר זענען קיינער נישט פארזיכערט אויסצוזעהן בעסער. די אלע אידן וואס די הענט ציטערט זיי און מישען צווישען מיטוואך און שבת האבן אויך געשפילט גלח און קעטש אין די אינגע יארן. זיי האבן אויך געפירט די אמעריקאנער פאליטיק אין די מקוואות. זיי האבן אויך געטרעיד סטאקס, און געפליפט הייזער. געבוירען און אויפגעוואקסען איז יעדערע אייניג!
אויב ווילסטו מיר זאגן אז ביידען איז בכלל זקן רשע און מען טאר אים נישט מכבד זיין, קען איך אויך מסכים זיין. אבער זיין שוואכקייט איז נישט ווייל ער איז אלט, נאר זיין שוואכקייט איז ווייל ער איז בגדר רשע. אויב האלסטו אז ער האט שלעכטע פאלעסיס און ער לייגט צוגרינד אמעריקע, קען איך אויך מסכים זיין, אבער לאך נישט פון "זיידי" ביידען, ווייל ביי אידן טראגט די ווארט "זיידי" א גרויסע חשיבות! דאס חוזק מאכן פון דעם אלטען פארקאלעכטען ביידען קומט פון די גוים, וואס ביי זיי איז דער אלטער עבר ובטל. אונז אידן קוקען אן די זאכן אנדערש. ווען דער גוי זעהט ביידען אויפן סטעידזש קאלעכען, מאכט ער חוזק און ער לאכט. אבער ווען א איד זעהט אן עלטערן איד קאלאכען געבט ער א קרעכטס!

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
שטארק געזאגט @נקודות טובות
מען לאכט נישט פון מיר אז איך קען נישט זינגען ווייל איך שטעל זיך נישט צום מייק. מען לאכט פון דעם אלטן ביידען ווייל ער וויל זינגען ווען ער קען נישט

לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
וואלט איך דיר געגעבן א לייק, אבער שוין...
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 324
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1455
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
יאפ זייער שטארקע ווערטער.
די ספיד פונעם בלוט צירקל, גייט ארויף עטליכע שטאפלען, ווען מען זעהט דיין אינטערשריפט.
מיר האפן נאר וואס עס שטייט איז אמת, און נישט וואס מען טראכט ווען מען ליינט עס.......
האקט

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
אונז האבן @נקודות טובות בעק! מיטן גאנצן קנאק!

---
שטארקע נקודה.
אבער ווי איך פארשטיי, איז די חשיבות פון א עלטערע גוי נישט פאר די עצם פאקט אז ער האט שוין אסאך געזען אין לעבן. וואס איז די גדולה, אז ער האט שוין געקלאטשט פאר טויזענט ספארטלער משך זיינע יארן און דער יונגערע נאר פאר פופציג? אז ער האט שוין געזאגט מער ליגענטס פאר די מידיע ווי דער פרישע פאליטישען? אז ער האט שוין געוואטשט מער מאוויס ווי דער יונגערער?
די נקודה דארף לכאורה צו זיין אז זיינע דורכגענג משך זיין לעבן האט אים אביסל געפנט די אויגן צו פארשטיין ווי נאריש די וועלט איז, און אז נאר גאט ב"ה פירט אלעס. דער עלטערער דארף לכאורה צו זיין מער באזעסן, גלויביג, און מאראליש געשטימט.
אבער דא איז די מעשה פארקערט. שטייט פאר אונז א אכציג יעריגער זקן אשמאי וואס איז די זעלבע - אויב נישט מער - אריינגעטאן אין וועלטליכע שמוץ, פאליטיק, און אלע אנדערע נארישקייטן, ווי די יונגע. אויב אזוי קומט אים נישט קיין רעספעקט, אויב עפעס איז די תביעה אויף אים אסאך שטערקער, דו האסט דאך שוין יא געזען א וועלט און דו מיינסט נאכאלץ אז דו פירט די וועלט?! נאדיר א גליטש אראפ די סטעפס, אפשר יעצט וועסטו כאפן ווי נאריש דו טראכסט...

אויך א פוינט @שאינו יודע לשאול
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
@שאינו יודע לשאול כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'טייטש זקן אשמאי
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:11 pm @שאינו יודע לשאול כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'טייטש זקן אשמאי
דערמאנסט מיר פון דער רב וואס האט געהערט ווי א יונגערמאן זאגט "הילד איננו - דער בחור איז דא..." און האט זיך געוואונדערט אז יענער קען נישט קיין לשה"ק...
► Show Spoiler
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
רש"י: זקן אשמאי: אשם, רשע, ועם הארץ.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pmכנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:11 pm @שאינו יודע לשאול כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'טייטש זקן אשמאי
דערמאנסט מיר פון דער רב וואס האט געהערט ווי א יונגערמאן זאגט "הילד איננו - דער בחור איז דא..." און האט זיך געוואונדערט אז יענער קען נישט קיין לשה"ק...
► Show Spoiler
קידושין (לב:) ועיין בתוס'
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
לויט מיין זיכרון איז א זקן אשמאי א דיין וואס פסק'נט אנדערש ווי סנהדרין האט באשטימט, און ער ווערט מחויב מיתה אויף דעם.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:18 pmרש"י: זקן אשמאי: אשם, רשע, ועם הארץ.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pmכנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:11 pm @שאינו יודע לשאול כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'טייטש זקן אשמאי
דערמאנסט מיר פון דער רב וואס האט געהערט ווי א יונגערמאן זאגט "הילד איננו - דער בחור איז דא..." און האט זיך געוואונדערט אז יענער קען נישט קיין לשה"ק...
► Show Spoiler
קידושין (לב:) ועיין בתוס'
עפעס איז דיר נאך שווער?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pm כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
איר ווייסט וואס טייטש הרפתקי?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:22 pmלויט מיין זיכרון איז א זקן אשמאי א דיין וואס פסק'נט אנדערש ווי סנהדרין האט באשטימט, און ער ווערט מחויב מיתה אויף דעם.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:18 pmרש"י: זקן אשמאי: אשם, רשע, ועם הארץ.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pm
כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...
דערמאנסט מיר פון דער רב וואס האט געהערט ווי א יונגערמאן זאגט "הילד איננו - דער בחור איז דא..." און האט זיך געוואונדערט אז יענער קען נישט קיין לשה"ק...
► Show Spoiler
קידושין (לב:) ועיין בתוס'
עפעס איז דיר נאך שווער?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pm כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'מיינט מליצות...
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
האט איר געזען וואס דער רמב"ם פסק'נט להלכה? איז דא איינע פון די נושא כלים וואס ברענגט עפעס וואס איר זאגט?
האט איר געטראפן אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע - להלכה וואס זאגט אייער חילוק?
האט איר געטראפן אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע - להלכה וואס זאגט אייער חילוק?
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
איך רעספעקטיר דעם זיידן ביידען צוליב זיין עידזש, וויי נאט... שטערט מיר צו רעספעקטירן דעם פארקאלעכטן זיידן...
דער פראבלעם איז אז כינע, רוסלאנד, דער ראולי פאולי פון קארעא, און אנדערע לעבעדיגע געפארן, ליינען נישט וואס @נקודות טובות שרייבט, און ווייסן נישט אים צו מכבד זיין...
זיי מיינען נאך אז ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אלט פארוועפט און פארקאלעכט מעג מען זיך אויפפירן ווי ווען דער סאבסיטוט גייט אין סקיסע, און דרייען איבער די קלאס... דערפאר וויל איך נישט דער "רעספעקטירטער" פארקאלעכטער ביידען זאל זיין אונזער פרעזידענט.
און אויב לויפט ער פאר דעם אמט, נישט קימערנדיג זיך מיט דעם אז ער ווארפט אריין אמעריקע אין כאאס, קומט אים א רעספעקטירטער ציפ, ווי דער זאגער ז"ל האט געזאגט בשעתו "דא האט איר א ציפ"...

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
ער רעדט נישט פון פאליטישע ענינים, ער רעדט פונעם עם ישראל לגבי דעם פרעזידענט.פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm איך רעספעקטיר דעם זיידן ביידען צוליב זיין עידזש, וויי נאט... שטערט מיר צו רעספעקטירן דעם פארקאלעכטן זיידן...
דער פראבלעם איז אז כינע, רוסלאנד, דער ראולי פאולי פון קארעא, און אנדערע לעבעדיגע געפארן, ליינען נישט וואס @נקודות טובות שרייבט, און ווייסן נישט אים צו מכבד זיין...
זיי מיינען נאך אז ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אלט פארוועפט און פארקאלעכט מעג מען זיך אויפפירן ווי ווען דער סאבסיטוט גייט אין סקיסע, און דרייען איבער די קלאס... דערפאר וויל איך נישט דער "רעספעקטירטער" פארקאלעכטער ביידען זאל זיין אונזער פרעזידענט.
און אויב לויפט ער פאר דעם אמט, נישט קימערנדיג זיך מיט דעם אז ער ווארפט אריין אמעריקע אין כאאס, קומט אים א רעספעקטירטער ציפ, ווי דער זאגער ז"ל האט געזאגט בשעתו "דא האט איר א ציפ"...
דרך אגב רעיגן האט פיין ארייגעקלאכט ביים צוויטן טערמין עכ"ז הייסט ער פון די בעסטע פרעזידענטן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7086
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
וואס פעלט?
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
דאס איז א זקן ממראשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:22 pm לויט מיין זיכרון איז א זקן אשמאי א דיין וואס פסק'נט אנדערש ווי סנהדרין האט באשטימט, און ער ווערט מחויב מיתה אויף דעם.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
די מציאות איז געווען אז די וועלט האט פון אים מורא געהאטרואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:50 pmער רעדט נישט פון פאליטישע ענינים, ער רעדט פונעם עם ישראל לגבי דעם פרעזידענט.פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:45 pm איך רעספעקטיר דעם זיידן ביידען צוליב זיין עידזש, וויי נאט... שטערט מיר צו רעספעקטירן דעם פארקאלעכטן זיידן...
דער פראבלעם איז אז כינע, רוסלאנד, דער ראולי פאולי פון קארעא, און אנדערע לעבעדיגע געפארן, ליינען נישט וואס @נקודות טובות שרייבט, און ווייסן נישט אים צו מכבד זיין...
זיי מיינען נאך אז ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אלט פארוועפט און פארקאלעכט מעג מען זיך אויפפירן ווי ווען דער סאבסיטוט גייט אין סקיסע, און דרייען איבער די קלאס... דערפאר וויל איך נישט דער "רעספעקטירטער" פארקאלעכטער ביידען זאל זיין אונזער פרעזידענט.
און אויב לויפט ער פאר דעם אמט, נישט קימערנדיג זיך מיט דעם אז ער ווארפט אריין אמעריקע אין כאאס, קומט אים א רעספעקטירטער ציפ, ווי דער זאגער ז"ל האט געזאגט בשעתו "דא האט איר א ציפ"...
דרך אגב רעיגן האט פיין ארייגעקלאכט ביים צוויטן טערמין עכ"ז הייסט ער פון די בעסטע פרעזידענטן.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
אופס...אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:18 pmדאס איז א זקן ממראשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:22 pm לויט מיין זיכרון איז א זקן אשמאי א דיין וואס פסק'נט אנדערש ווי סנהדרין האט באשטימט, און ער ווערט מחויב מיתה אויף דעם.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
איך האב עס יעצט נאכגעקוקט און געכאפט וואס דו מיינסט.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:11 pm @שאינו יודע לשאול כנראה ווייסט איר נישט וואס ס'טייטש זקן אשמאי
אנטשולדיגט, איך הייב הענט.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5660
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20037
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
איך האב נישט גערעדט פון דער חלק ההלכה שבו, וואס ווי איך גלייב איז מען נישט עובר דערויף ווילאנג ס'איז שלא בפניו.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:34 pm האט איר געזען וואס דער רמב"ם פסק'נט להלכה? איז דא איינע פון די נושא כלים וואס ברענגט עפעס וואס איר זאגט?
האט איר געטראפן אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע - להלכה וואס זאגט אייער חילוק?
איך האב גערעדט פון דער חלק ההשקפה וואס @נקודות טובות האט אויפגעברענגט אז מ'דארף רעספעקטירן דעם פרעזידענט אלס זקן. האב איך געזאגט אז אונזער 'זקן' איז פארקערט פון זה שקנה חכמה, און איך זעה נישט מיט וואס איך זאל אים דארפן רעספעקטירן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7086
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
אויף דעם זאגט @רואה חשבונות אז זקן מיינט נישט מי שקנה חכמה! דאס איז טאקע איין מהלך אין די גמרא, אבער איסי בן יהודה האלט נישט אזוי, און כדבריו ווערט גע'פסק'ענט להלכה!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:35 pmאיך האב נישט גערעדט פון דער חלק ההלכה שבו, וואס ווי איך גלייב איז מען נישט עובר דערויף ווילאנג ס'איז שלא בפניו.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:34 pm האט איר געזען וואס דער רמב"ם פסק'נט להלכה? איז דא איינע פון די נושא כלים וואס ברענגט עפעס וואס איר זאגט?
האט איר געטראפן אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע - להלכה וואס זאגט אייער חילוק?
איך האב גערעדט פון דער חלק ההשקפה וואס @נקודות טובות האט אויפגעברענגט אז מ'דארף רעספעקטירן דעם פרעזידענט אלס זקן. האב איך געזאגט אז אונזער 'זקן' איז פארקערט פון זה שקנה חכמה, און איך זעה נישט מיט וואס איך זאל אים דארפן רעספעקטירן.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
טענקס! פארן גוט ארויסברענגען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:37 pmאויף דעם זאגט @רואה חשבונות אז זקן מיינט נישט מי שקנה חכמה! דאס איז טאקע איין מהלך אין די גמרא, אבער איסי בן יהודה האלט נישט אזוי, און כדבריו ווערט גע'פסק'ענט להלכה!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:35 pmאיך האב נישט גערעדט פון דער חלק ההלכה שבו, וואס ווי איך גלייב איז מען נישט עובר דערויף ווילאנג ס'איז שלא בפניו.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:34 pm האט איר געזען וואס דער רמב"ם פסק'נט להלכה? איז דא איינע פון די נושא כלים וואס ברענגט עפעס וואס איר זאגט?
האט איר געטראפן אין איינע פון די נושא כלים אין שו"ע - להלכה וואס זאגט אייער חילוק?
איך האב גערעדט פון דער חלק ההשקפה וואס @נקודות טובות האט אויפגעברענגט אז מ'דארף רעספעקטירן דעם פרעזידענט אלס זקן. האב איך געזאגט אז אונזער 'זקן' איז פארקערט פון זה שקנה חכמה, און איך זעה נישט מיט וואס איך זאל אים דארפן רעספעקטירן.
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1333
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3671
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
איך ווייס צו פעלט איז דאס ריכטיגע ווארט.
דאס וואס איר שרייבט אז איר פארשטייט אז געוויסע האלטן אז ער איז "בכלל רשע".
דו האלטס נישט פון זיינע פאליסיס, אקעי. טראמפ איז בעסער, פיין, אבער א רשע. גיוו מי עי ברעיק.
ער איז נישט קיין רשע, דירעקט א פיינער מענטש א ציוני וואס האט ליב אידן און ס'נישט קיין ענין אנצורופן א מושל א רשע ווען ער איז בכלל נישט דאס. לא מיניה ולא מקצתיה.
די פרעכע געשראבעכצער קומט פון די צולאזטע סאשעל מידיע ווי יעדער בר בי טוויטערער דחד יומא קען שרייבן וואס זיין הארץ גליסט און קלוגע נארמאלע באזעסענע שרייבן עס נאך.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7086
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
ערשטענס, איך בין מקבל די קריטיק באהבה. און איך וועל מיך זעהן צו פארבעסערן.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 7:50 pmאיך ווייס צו פעלט איז דאס ריכטיגע ווארט.
דאס וואס איר שרייבט אז איר פארשטייט אז געוויסע האלטן אז ער איז "בכלל רשע".
דו האלטס נישט פון זיינע פאליסיס, אקעי. טראמפ איז בעסער, פיין, אבער א רשע. גיוו מי עי ברעיק.
ער איז נישט קיין רשע, דירעקט א פיינער מענטש א ציוני וואס האט ליב אידן און ס'נישט קיין ענין אנצורופן א מושל א רשע ווען ער איז בכלל נישט דאס. לא מיניה ולא מקצתיה.
די פרעכע געשראבעכצער קומט פון די צולאזטע סאשעל מידיע ווי יעדער בר בי טוויטערער דחד יומא קען שרייבן וואס זיין הארץ גליסט און קלוגע נארמאלע באזעסענע שרייבן עס נאך.
צווייטענס, איר קענט זיכער זיין אז מיינע געשרייבעכצער זענען נישט באיינפלוסט פון די סאשעל מידיע וועלט.
דריטענס, איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ער איז א רשע. נאר אין פאל איינער וועט האלטען אז ער איז בגדר רשע פארן שטיצען חוקי תועבה, האב איך אויף דעם געזאגט אז מיט דעם קען איך מסכים זיין. אויב דו ווילסט נישט שטימען דעמאקראט, ווייל זיי שטיצען תועבה, בין איך מסכים. אבער די חסרון איז נישט ווייל ער איז א זיידע!
עס האט מיר פערזענליך זייער געבאדערט די פארגאנגענע פאר יאר וואס מען מאכט אזוי חוזק פון די עידזש פונעם פרעזידענט, און ספעציעל די פארגאנגענע פאר וואכען ווען מען האט כסדר געהערט אז צוויי אלטע זעצערס גייען זיך שטעלן פאר א דיבאטע. איך שפיר אז נישט דאס איז ריכטיג, און אויך דאס חוזק מאכן להבדיל פון די רבי זי"ע סענדז סטריט אידן.... אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: זיידי ביידען האט זיך אויסגעגליטשט, ער קאלעכט אויף כוחות! לאמיר אבער טראכטען ניכטער.
זקנה איז נאר א מעלה ביי א איד אזווי ס'שטייט כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם, משא''כ ביי א גוי איז עס א חסרון אזווי ס'שטייט כל זמן שמזקינים דעתן מיטרפת עליהן.