קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אויבערשטן

אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1394

קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אויבערשטן

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

עס שטייט די וואך, 'ויקח קורח בן יצהר בן קהת וכי''

עס איז דא צוויי וועגן, וויאזוי אידן קענען ווערן אנגערופן.

איינס איז בנים, רחמנו כרחם אב על בנים..
אדער עבדים, אם כעבדים ענינו לך תליות..

אין די וועלט זאגט מען, אז בנים איז אסאך א גרעסערע מדריגה ווי עבדים.
אונז זענען ממש קינדער פונעם אייבערשטן, פונעם מלך מלכי המלכים, אבער דער הייליגער בעל התניא זאגט פארקערט.

עבדים איז אסאך א גרעסערע מדריגה.
פארוואס?
ווייל א קינד פון דער קעניג וועט שטרעבן צו זיין עפעס א מיניסטער, אדער א איינגעשטעלטער, עפעס א דבר שיש בו ממש.
וואס הייסט?!
איך בין דאך א קינד פונעם קעניג, עס קומט זיך מיר.

מה שאין כן א קנעכט, איז זיך אינגאנצן מבטל פארן קעניג.
איך קען גארנישט, איך בין א קנעכט, עס קומט זיך מיר נישט.
דער קעניג, ער האלט מיר אויס, ער נעמט קער פון מיר, "ענינו לך תליות"
איך האב גארנישט, נאר דיר הייליגער באשעפער.
נעם קער פון מיר, מאך עס זאל מיר זיין גוט, ווייל די ביזט דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן.

דערפאר שטייט אין די תורה, "ומשה עבד השם" ער איז געווען א קנעכט.
אבער ביי קורח שטייט, בן יצהר בן קהת ער האט זיך גענומען און אריין געלייגט אין א פאזיציע ווי א קינד, עס קומט זיך מיר, ווייל איך בין א בן מלך.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
שיטתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:46 pm
x 226

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך שיטתי »

פיר אויס.
וואו קומט די קעפל איבערן תורה ?
ווייל איך האלט אזוי, מיז נישט זיין אז ס׳איז אזוי. ס׳איז נאר שיטתי.
דער נייער אורח
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1394

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

קורח האט זיך געשפירט ווי א יש, באמת איז ער געווען אויף גאר א גרויסע מדריגה.
אבער ער האט געהאלטן אז ער איז א יש, ווייל ער איז א קינד פונעם אייבערשטן. און עס קומט זיך אים צו פירן כלל ישראל. ער האט זיך נישט מבטל געווען צום אייבערשטן.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1601
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2614

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שיינע געדאנק, אין נאך שענער ווען די קעפעלע טראכט פון תורה
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5570

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך וואוילער »

זייער שיין!

אייגענס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שיטתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:46 pm
x 226

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך שיטתי »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:52 pm קורח האט זיך געשפירט ווי א יש, באמת איז ער געווען אויף גאר א גרויסע מדריגה.
אבער ער האט געהאלטן אז ער איז א יש, ווייל ער איז א קינד פונעם אייבערשטן. און עס קומט זיך אים צו פירן כלל ישראל. ער האט זיך נישט מבטל געווען צום אייבערשטן.
אה. די קעפל האט מיר אביסל צומישט מיין קעפל.
ווייל איך האלט אזוי, מיז נישט זיין אז ס׳איז אזוי. ס׳איז נאר שיטתי.
דער נייער אורח
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1394

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:19 pm זייער שיין!

אייגענס?
ניין. געהערט פון א וואוילע איד
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2579
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2927

Re: קורח איז געווען א בן מלך, א קינד פונעם אייבערשטן!!

פאוסט דורך אנדערער »

טייערע געדאנק. זיך מבטל זיין פאר דעם באשעפער און זיין תורה
שרייב פאוסט