הרה"ק ר' שלמה ב"ר מרדכי זי"ע, ר' שלומקע זוועהילער - כ"ו אייר תש"ה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937

ר' שלמה (גאלדמאן) פון זוויהל איז געבוירן בשנת תרכ"ט לפ"ק. ער איז געווען דער פערטער רבי אינעם זוויהלער שלשלת, און איז געווען א דור רביעי פון הרה"ק ר' מעכעלע מ'זלאטשוב זצ"ל תלמיד פונעם בעש"ט.
זיין לעבן
פון די יונגע יארן איז ער שוין געווען באקאנט אלס קדוש ובעל רוה"ק און מען האט אים באטיטלט אלס "צדיק יסוד עולם" אבער האט אלעמאל באהאלטן זיין עבודה פון אנדערע. ער איז געפארן לערנען און מקבל זיין עבודת ה' פון הרה"ק ר' דוד משה מ'טשארטקאוו זצ"ל. ביי די יונגע יארגאנג פון 31 יאר איז ער געשטעלט געווארן אלס רבי אין זוויהל צוזאמען מיט זיין עלטערע ברודער הר"ק יחיאל מיכל זצ"ל, וואו ער האט ממלא געווען מקום אביו פאר פינף און צוואנציג יאר. ער איז געווען באקאנט מיט זיין עבודה אין תעניתים. מענטשן פון אלע קרייזן און אפילו גוים זענען געקומען צו אים בעטן ברכות וואו מען האט געזען אפענע ישועות.
ער האט זיך געשלאגן מיט מסי"נ אויף תומ"צ אונטער די ברוטאלע הערשאפט פון די קאמוניסטן, און האט געלערנט מיט אנדערע באהאלטענערהייט אינעם קעלער אונטער דראאונגען פון פארשיקט ווערן קיין סיביר, ער האט אריינגענומען אין זיין הויז עלנדע קינדער און יתומים. ווען די רדיפות פון די קאמוניסטן האבן זיך פארשטארקט האט ער פארלאזט דעם לאנד אין עלטער פון 66 יאר און איז ארויף קיין א"י. צוזאמען מיט אן אייניקל. אנקומענדיג קיין א"י האט ער פאר קיינעם נישט פארציילט ווער ער איז און פאר א משך פון דריי יאר האט ער מצליח געווען זיך צו באהאלטן ווען קיינער ווייסט נישט ווער ער איז. נאך דריי יאר איז אנגעקומען קיין א"י א איד פון זוויהל וואס האט אים מגלה געווען און ער האט דאן צוריק אנגענומען די הנהגה.
זיין עבודה
א יעדן ריר פון דעם צדיק איז געווען געוואויגן און געמאסטן, ער האט זייער ווייניג געגעסן - ווען בכלל. ווייניג גערעדט, ארומגעגאנגען מיט א אראפגעבויגענעם קאפ. ער איז יעדע נאכט אויפגעשטאנען צו אפרעכטן תיקון חצות און זיך דאן געזעצט לערנען, ער האט געהאט א סדר הלימוד פון אכט דפים א טאג.
דער צדיק האט נישט פארמאגט קיין שלאס אויפן טיר, נאר שטענדיג אויפגענומען אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין. צומאל ווען ער האט געהייסן איינעם פאסטן כדי צו פועל'ן א ישועה און ער האט געזען אז יענער קען נישט פאסטן האט ער גענומען דעם תענית אויף זיך. ער פלעגט זייער מקפיד זיין צו גיין כסדר אין מקווה, דארט פלעגט ער ענטפערן אויף שווערע שאלות און בקשות וואס זענען געקומען צו אים. ער פלעגט נישט אפווישן די מקווה וואסער נאכן ארויסקומען. יעדע ערב שבת און ר"ח פלעגט ער זיך פירן צו אויסזאגן תהילים בלי הפסק.
טראץ זיין אומגעהויערע דחקות האט ער נישט געבעטן קיין געלט פון קיינעם און האט אסאך מאל צוריקגעוויזן געלט וואס איז געשיקט געווארן צו אים. אן קיינעמ'ס וויסן האט ער אויסגעהאלטן א כולל פון זעכציג יונגעלייט, ער האט געשאפט גרויסע געלטער פאר מוסדות, ארגאניזאציעס קעגן די מיסיאנערן, הכנסת כלה, צרכי שבת פאר ארימעלייט. און האט אויסגעהאלטן צענדליגער אלמנות. ער פלעגט זיך דערבארעמען אפילו אויף די בעלי חיים זאגנדיג אז דער אויבערשטער איז זיך אויך מרחם אויף זיי "ורחמיו על כל מעשיו". ער פלעגט זאגן אז דורך דעם וואס אונז זענען זיך מרחם אויף די בעלי חיים איז מען מעורר אויף אונז רחמנות אין הימל.
ובא השמש
בשנת תש"ה ווען די נאציס ימ"ש האבן זיך דערנענטערט קיין א"י האט ער איינאיינעם מיט די אנדערע גדולי א"י פארארבעט מעשים מיט העכער פעולות און איינגעריסן הימלען אפצושאפן דעם גזירה. ער איז ארויף צוזאמען מיטן הוסיאטענע רבי זצ"ל צום ציון פונען אוחה"ק זי"ע וואו זיי האבן איינגעריסן מיט תפילה ותחנונים. און זיי האבן טאקע מצליח געווען ווען די רשעים האבן געכאפט א מפלה הארט פארן אריינגיין אין א"י און זענען צוריקגעשטויסן געווארן דורך די ענגלענדער טיף אריין אין מצרים. באלד דערנאך איז ער זייער שוואך געווארן און אום כ"ו אייר תש"ה די טאג פון "יסוד שביסוד" האט ער צוריקגעגעבן זיין נשמה ליוצרו אין עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר. מקום מנוחתו אין ירושלים אויפן הר הזיתים.
זכותו יגן עלינו.
צורת קדשו

- פיילס
-
- 72798_tumb_750Xauto.jpg (23.37 KiB) געזען געווארן 618 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: הרה"ק ר' שלמה ב"ר מרדכי - ר' שלומקע זוויהלער - כ"ו אייר תש"ה
מקום מנוחת קדשו
- פיילס
-
- upFile_tmpB4D51.jpg (56.52 KiB) געזען געווארן 610 מאל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5649
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19937
Re: הרה"ק ר' שלמה ב"ר מרדכי - ר' שלומקע זוויהלער - כ"ו אייר תש"ה
באריכט אין צייטונג איבער זיין פטירה
- פיילס
-
- 800px-זויעהל.jpg (121.29 KiB) געזען געווארן 593 מאל
Re: הרה"ק ר' שלמה ב"ר מרדכי זי"ע, ר' שלומקע זוועהילער - כ"ו אייר תש"ה
הרה"ק רבי שלמה ב"ר מרדכי זי"ע, בעל צדיק יסוד עולם, מזוויהעל, הנקרא רבי שלומק'ע מזוויהעל
ער איז געבוירן בשנת תר"ל, צו זיין טאטע הרה"ק רבי מרדכי מזוויהעל זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, בן הרה"ק רבי משה ראש שושלת זוויהעל זי"ע, בן הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק מדרוהוביטש זי"ע,
און ווי עס איז מקובל פון אבותיו הצדיקים נסתרים, איז די משפחה געווען 72 דורות בעלי רוח הקודש,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מרים שרה ע"ה, בת הרה"ק רבי שלמה מגראינוב זי"ע, בן הרה"ק רבי שמואל יהודה לייב מליניץ זי"ע, בן הרה"ק רבי גדליהו רבינוביץ בעל תשואות חן מליניץ זי"ע, בן הרה"ק רבי יצחק דומ"ץ מפולנאה זי"ע, מגזע הגה"ק בעל מגלה עמוקות מקראקא זי"ע ומגזע רש"י הקדוש זי"ע,
ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א גאון בתורה און א למדן נפלא, און א עניו ושפל ברך, ער איז געווען א בעל רוח הקודש נורא מאוד, און א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, ער האט עוסק געווען בתורה ועבודת השם יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און מיט א קדושה נפלאה,
שוין אלס קינד איז ער געווען מפורסם אלס א ילד הפלא, און א עובד השם וואס אלעס וואס ער האט געטון איז געווען צו ברענגען א נחת רוח לבורא יתברך שמו,
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת גיטל ע"ה, בת הגה"ק רבי ציון אלתר מדויד הורודוק זי"ע,
בשנת תרנ"ד איז ער געגאנגען לערנען ביי הרה"ק רבי דוד משה מטשורטקוב זי"ע, דארט האט ער געלערנט פאר זיבן יאר מיט א געוואלדיגע התמדה, און געווארן א בקי בש"ס,
איינמאל ווען ער איז געווען שבת צופרי אין מקו, און ער האט זיך גענדיגט טובל'ען, האט ער געזאגט פאר א בחור, אז ער זאל שנעל לויפען צום בעקעריי פון ר' זלמן שלעזינגער ע"ה, און זאגן אז עס איז אסור דאס צו טון, איז דער בחור געלאפן צום בעקעריי און געזעהן ווי רבי זלמן וויל גיסן וואסער אויף די טעפ טשאלענט וואס אידן האבן געברענגט בעפאר שבת צו האלטן ווארעם ביי אים אין אויווען און ער האט דאס געוואלט טון כדי די טשולענט זאל נישט פארטריקענט ווערן, אבער דאס איז א גרויסע שאלה, און דער הייליגער רבי שלומקע מיט זיינע הייליגע אויגן, האט דאס מרגיש געווען, בשעת ער איז אריין אין מקו', און ער האט געוואלט ראטעווען דעם ר' זלמן פון נכשל ווערן אין חילול שבת,
ווי @שאינו יוד לשאול ברענגט שוין איז בשנת תרס"א ווען ער איז געווען 30 יאר אלט איז דער טאטע הרה"ק רבי מרדכי זי"ע, נסתלק געווארן און דער זוהן רבי שלמה האט איבער גענומען דאס רבנות פונעם טאטן, און אפילו דאס איז נישט געווען קיין גרינגע זאך פאר אים זייענדיג א גרויסע למדן, האט זיך דער רבי שלמה אריין געווארפן בכל כוחו און פירן דעם עדה קדושה,
ער האט דארט אסאך לוחם געווען מיט די בונדיסטים און די ציונים וואס האבן זיך דאן פארשפרייט אין די שטעט אין רוסלאנד, און שפעטער ווען עס האט זיך אנגעהויבען די מהפכה מיט די בולשביסטית, און די קומוניסטים האבן אן געהויבען מאכן גזירות קעגן אידישע קינדער, האט זיך דער צדיק מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן תורה צווישען אידישע קינדער און אפילו דאס איז געווען סכנת נפשות האט ער נישט געקוקט אויף זיך נאר מרביץ תורה געווען מיט א מסירת נפש,
ווען ער האט אן געהויבען ליידן פון די קומוניסטן, איז ער אנטלאפען קיין פולין, אבער דארט האט ער אויך געליטן און מען האט אים געוואלט צוריק שיקען קיין רוסלאנד, האט ער זייער געוואלט גיין קיין ארץ ישראל, מיט אסאך פעולות איז געלונגען צו באקומען די סרטיפיקט צו גיין קיין ארץ ישראל,

בשנת תרפ"ו האט זיך דער צדיק אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין נעפיא הרה"ק רבי מרדכי זי"ע, פארציילט דער נעפיא אז ווען די שיף איז אנגעקומען קיין יפו, האט דער צדיק אים געזאגט איך ווארף יעצט אריין דאס רבנות אונעם ים, און ער האט טאקע דארט אין ארץ ישראל נישט געוואלט נעמען קיין רבנות,
אנפאנג האט ער געוואוינט אין אלט שטאט ירושלים און געלערנט אין ישיבת חיי עולם, שפעטער האט ער אפ געקויפט א שטח אונעם געגענט בית ישראל, און דארט האט ער זיך געבויעט א קליינע דירה, ער פלעגט פארן איבעראל מיטן באס און נישט געוואלט האבן קיין גבאים,
ווי שוין געשריבן איז זיין שטוב איז געווען אפען פאר יעדן וואס האבן געברויכט א סעודה זיך צו דערכאפן דאס הארץ, אדער אידן וואס האבן געהאט א צרה און געברויכט איינער זאל זיי אויסהערן, איז דער צדיק אייביג געווען גרייט צו העלפן, ער האט באהאלטן זיין יחוס און נישט געוואלט מען זאל אים מכבד זיין,
ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן אין חסד מיט א באהאלטענקייט, ער האט באצאלט פאר 60 יונגעלייט וואס זענען געזעצן על התורה ועבודה, אויך האט ער אסאך ארימעלייט און אלמנות ארויסגעהאלפן מיט אלע צרכים וואס זיי האבן געברויכט, און דאס אלעס האט ער געטון מיט א באהאלטענקייט,
אויך האבן די נאנטע געוויסט אז דער צדיק האט נישט גערעדט קיין איבעריג ווארט און מקפיד געווען אויף כשרות אויף מאכלים מיט א מוראדיג הידור, ער האט אסאך געפאסט, און ווען אידן זענען געקומען פאר ישועות האט ער געפאסט אנשטאט דעם איד, כדי דער איד זאל געהאלפן ווערן מיט א ישועה, ער האט געהאט א מנהג יעדן ערב שבת קודש און יעדן ערב ראש חודש, צו אויס זאגן גאנץ תהלים מיט א השתפכות הנפש,
צוביסלעך האבן אידן געזעהן זיין גדלות און מען האט אן געהויבען קומען פאר ברכות און ישועות, מען האט אים דאן גערופען "רבי שלומקע", און אפילו נישט זייענדיג קיין רב, האבן זיך טויזנטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק, צוביסלעך איז ער באוויסט געווארן אלס א בעל מופת און א צדיק יסוד עולם, ווען איינער איז געווען קראנק האט ער געזאגט א ער גייט אין מקוה און דערנאך האט ער געגעבן א תשובה, אידן האבן ביי דעם צדיק געזעהן ישועות חוץ לדרך הטבע,
ווי שוין געשריבן דורך @שאינו יודע לשאול אז בשנת תש"ב ווען די צייטן אין ארץ ישראל איז געווען גאר אן געצויגן, איז דער צדיק רבי שלומקע צוזאמען מיט הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע אריבער צום קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע צו מתפלל זיין פאר הצלת אחינו בני ישראל בארץ ישראל הנתונים בצרה,
דאן האט הרה"ק רבי ישראל געזאגט אז די נאציס וועלן נישט אנקומען קיין ארץ ישראל, ווייל די צוויי צדיקים האבן געזעהן א פייער ארום דעם קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע.
דער צדיק האט די גאנצע צייט ווען די צווייטע וועלט מלחמה איז אן געגאנגען, פארגאסן טרערן אז אידישע קינדער זאלן געראטעוועט ווערן פון די רשעים, און ווי וואונדערליך האבן אידן פארציילט אז די טאג וואס די מלחמה האט זיך גענדיגט, איז געווען בערך כ"ו אייר תש"ה ווען רוב אידן זענען דאן באפרייט געווארן פון די נאציס ימ"ש, איז דער צדיק נסתלק געווארן,
אפילו זייענדיג גאר באהאלטן האט מען געקענט זעהן זיין גדלות ווען עס איז געקומען צו גאר שוווערע שאלות האט מען געקענט הערן זיין גאר פשוטע תשובות וואס איז געווען ביי אים ווי גאנץ פשוט, אבער די גדולים האבן ממש באוואונדערט אז א איד וואס מען זעהט נישט לערנען אזויפיל קען א געוואלד מיט תורה מיט א קלארקייט,
ער פלעגט נישט גיין צו קיין אסיפות אלס עין הרע, איין יאר פאר זיין הסתלקות האט ער אויפגעשטעלט דעם ישיבות זוועהיל אין ירושלים,
ער האט איבער געלאזט זיין זוהן הרה"ק רבי גדליה משה זי"ע, וואס האט ממלא מקום געווען און ממשיך געווען דאס רבנות זוועהיל, זיינע דברי תורה זענען געדריקט אונעם ספר "צדיק יסוד עולם".
מנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים,
הונדערטער אידן זענען פוקד דעם ציון ביום היארצייט, מען פארציילט אסאך מעשיות פון גרויסע ישועות וואס אידן זעהן ביי דעם ציון פונעם צדיק,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

מעשה
דער צדיק האט מפרש געווען די נוסח אונעם שטר תנאים "מצד האחד העומד מצד בנו החתן, ומצד השני העומד מצד הכלה" פארוואס זאגט מען די ווארט "מצד", ווייל די עלטערן זאלן זיך נישט איינרעדן אז זיי ברענגען אריין דעם קינד צום שידוך, נאר דער באשעפער טוט אלעס, די עלטערן שטייען אין די זייט, און זייער אחרית איז נישט ח"ו שטערן דעם באשעפער פון אויספירען דעם שידוך,
ווען מען איז אים געקומען פרעגן א עצה פאר קינדער וואס זאלן האבן יראת שמים, האט ער געזאגט אז מען זאל בענטשן ברכת המזון פון א סידור, אויך ווען איינער איז געקומען פרעגן אויף תיקון המעשים, האט דער צדיק געזאגט אז גיין צוזאמען קלויבען צדקה איז דאס בעסטע תיקון המעשים,
איינמאל האט מען אים געפרעגט פארוואס דער צדיק הרה"ק מהוסיאטין זי"ע לעבט מיט א הרווחה און די רבי לעבט א לעבן מיט עניות, האט ער געזאגט אז עס איז דא צוויי מינע צדיקים איינער איז א "צדיק הדור" און איינער איז א "צדיק יסוד עולם", און דער הוסיאטינער איז דער צדיק הדור, און דערפאר לעבט ער א לעבן מיט הרווחה, אבער איך בין דער "צדיק יסוד עולם" וואס יסוד מיינט אז איך ליג אויף דער ערד און דערפאר לעב איך א ארימע לעבן,
הגה"צ רבי אלי' ראטה זי"ע האט אמאל געברענגט פארן צדיק א נייע בגד און דאס געלייגט אויפן טיש, האט דער צדיק געזאגט, אז פאר יעדן מענטש איז באשערט א סכום הנאה, וואס ער זאל האבן פון די וועלט, און אויב א מענטש האט הנאה מער ווי דעם אויף די וועלט, ווערט עס אראפ גערעכנט פון זיינע זכותים אויפן עולם האמת, אבער אויב קומט פאר א מענטש א הנאה אויף די וועלט, און ער האלט זיך צוריק פון הנאה האבן, איז מען דורך דעם מוסיף פאר דעם מענטש הנאה אמיתיות אויפן עולם העליון,
אזוי ווי רבינו הקדוש זי"ע רבי יהודה הנשיא דער מסדר המשנה, האט אויף געהויבען זיינע הייליגע הענט פאר זיין הסתלקות, און געזאגט אז ער האט נישט הנאה געהאט פון די וועלט, לכאורה רבינו הקדוש זי"ע האט דאך געפירט א גאר רייכע לעבן, ווי אזוי פאר ענטפערט מען וואס רבינו הקדוש האט געזאגט,
נאר יעדעס מאל עס איז פאר רבינו הקדוש אינטער געקומען א הנאה אויף די וועלט, האט ער דאס מקדיש געווען פארן גרויסען באשעפער, און דורך דעם האט מען אים געשיקט נאך און נאך הנאות, ווייל עס איז דאך סיי ווי סיי נאר געווען פארן באשעפער און נישט פאר אים, און נאך דעם מאמר האט דער הייליגער רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע אנגענומען דעם נייעם בגד,
הגה"צ רבי בנימין רבינוביץ זי"ע האט געזאגט אז איינמאל אלס בחור איז ער געזעצן און געלערנט אונעם ביהמ"ד תפארת ישראל, אינמיטן הערט ער ווי איינער זאגט אים אריין עפעס אין אויער, ווען ער דרייט זיך אויס זעהט ער רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע און דער צדיק זאגט אים, "בחור'ל לערן אויפן קול, וועסטו געדענקען וואס די לערנסט".
הגה"צ רבי נטע פריינד זי"ע האט פארציילט, אז ער איז איינמאל געווען מיט רבי שלומקע מזוויהעל זי"ע אין מקוה, און ער האט דערמאנט א קרוב זיינער וואס איז נישט געזונט געווען, האט זיך דער רבי שלומקע א טובל געטון, און ווען ער האט ארויס גענומען זיין קאפ פון מקוה, האט ער געזאגט "גיי זאג איר אז ס'איז גארנישט", און כך הוה די קרוב איז געזונט געווארן.
הרה"ח רבי שניאור אייזענבאך ע"ה האט פארציילט א מעשה וואס ער האט מיט געהאלטן, ביי א איד איז א קינד זייער נישט געזונט געווארן, איז דער איד געגאנגען צום חזון איש זי"ע זיך מזכיר זיין, האט דער חזון איש זי"ע געזאגט פאר דעם איד גיי צו הרה"ק מזוויהעל זי"ע,
איז דער איד אריבער צו רבי שלומקע און מזכיר געווען זיין קינד, רבי שלומקע איז גלייך געלאפן אין מקו' און ווען ער האט ארויסגענומען דעם קאפ פון מקו', האט ער דעם איד געזאגט אז ער זאל זיך אינטערנעמען צו מדקדק זיין און הבדלה וועט דער קינד געזונט ווערן, האט דער איד טאקע מודה געווען אז לעצטענס איז ער נתרשל געווארן און הבדלה, דער איד האט זיך דאס אינטערגענומען און זיין קינד האט געהאט א רפואה שלמה.
דער צדיק האט דאך גאר אסאך מתפלל געווען ביים כותל המערבי, דארט האט דער צדיק געפויעלט גרויסע ישועות פאר אידישע קינדער, ער האט מקפיד געווען צו זיצן צוווישן די ארחי פרחי אידן און צוזאמען מתפלל געווען דארט, אן דעם וואס איינער זאל אים דערקענען, ער האט נישט געמאכט פון זיך קיין וועזן,
דערציילט דער אייניקעל הרה"ח רבי מתתיהו' מינץ זי"ע, אז ביי זיין חתונה וואס איז געווען א בעל בתי'שער חתונה אין די ווארשעווער הייזער, איז דער זיידע רבי שלמה'קע זי"ע נאך די חופה געגאנגען צום כותל דאווענען מנחה אזוי ווי זיין מנהג, פארשטייט זיך אז מען האט געווארט אויפן זיידן זאל צוריק קומען בעפאר מען הייבט אן די סעודה,
אבער ווי פארוואונדערט זענען אלע געווען, ווען מען האט געזען אויף די גאסן פון מאה שערים, ווי דער זיידע רבי שלמה'קע זי"ע קומט צו גיין מיט אלע ארימעלייט און ארחי פרחי'ניקעס צום סעודה, ווען דער בעל שמחה האט זיך אפ גערעדט פארן צדיק איבער די אלע אומגעריפענע געסט ביי די טישן, האט דער צדיק מיט א פשטות געענטפערט, "דאס זענען מיינע געסט",

דער צדיק פלעגט אסאך גיין צום כותל המערבי, ער פלעגט מקפיד זיין צו גיין דורכ'ן "שער שכם" וויבאלד די אנדערע וועג דורך "שער יפו" דארף מען דורך גיין פלעצער וואס זענען נישט געהעריג צניעות'דיג,
איין ערב שבת האט דער באגלייטער געזאגט פארן צדיק אז דער דרך שכם איז א סכנה ווייל די אראבער'ס ווארטן אפ אידן און ווילן זיי מזיק זיין, אבער דער צדיק האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, און טאקע שפאצירענדיג דורך שער שכם, זענען ארויס געקומען אפאר אראבערס און געשלאגן דעם צדיק,
ווען דער באגלייטער האט געזאגט פארן צדיק "איך האב דאך געזאגט פארן רבין אז מען קען כאפן שלעק דא אויף דעם וועג", האט דער צדיק מיט א פשטות צוריק געזאגט, "בעסער א קלאפ און די גוף, ווי איידער א קלאפ און די נשמה",
אויך דערציילט מען, אז איין ערב שבת קודש ווען דער צדיק וקדוש רבי שלמה'קע מזוויהעל זי"ע איז אהיים געגאנגען פונעם כותל דורך שער שכם, איז ארויס געקומען א קליינער שגץ אן אראבער, און מיט רשעות געווארפן א שטיין אויפן צדיק, דער צדיק האט אויף געהויבען זיינע הייליגע אויגן און א בליק געטון צום שגץ, לפלא יענע מינוט איז דער שגץ אראפ געפאלן א פגר אויף דער ערד,
הרה"ח ר' מרדכי פריימאן ז"ל פארציילט אז איינמאל איז ער געגאנגען פרעגן וועגן א שידוך, און כדרכו בקודש האט ער געזאגט אז מארגן נאך די מקוה וועט ער ענטפערן, דעם קומענדיגע טאג ווען דער צדיק איז צוריק געקומען פון די מקוה, האט ער אן געקלאפט ביי מיר אין שטוב און געגעבן די תשובה, ער האט זיך נישט געהאלטן פאר עפעס און עס האט אים געפאסט אריין צו קלאפן אין שטוב צו געבן דעם תשובה,
די טאטע הרה"ק רבי מרדכי הראשון זי"ע האט מקפיד געווען זיך צו וואשען די הענט דווקא פון א כלי וואס האט נישט קיין הענטליך, און ער האט ביי זיך אין שטוב געהאט אסאך אזאנע כלים, איין טאג ווען מען האט פארן טאטן געברענגט די כלים, זענען איינס נאכן אנדערן אראפ געפאלן און זיך צובראכן,
האט מען געברענגט נייע כלים פונעם שאפע, האט דער טאטע געזאגט אז די זענען נאכניטש גע'טובל'ט געווארן, און נישט געוואלט זיך משתמש זיין דערמיט, ווען דער קינד שלמה האט געפרעגט דעם טאטן פון ווי ער ווייסט אז די כלים זענען נאכנישט גע'טובל'ט, האט די טאטע געזאגט מיט וואונדער "מיין קינד די זעסט נאכנישט", און פאר זיינע ארימיגע האט דער טאטע געזאגט, דער זוהן זעהט גאנץ גוט נאר ער פירט זיך מיט א באהאלטענקייט,
אלס קינד ווען ער איז געווען ביים טאטן אין שטוב האט א איד אריין געקלאפט, ווען דער קינד האט אויפגעמאכט דעם טיר, האט דער איד געזאגט אז ער ברויך זיך זייער וויכטיג מזכיר זיין פארן טאטן, האט דער קינד געזאגט אז די טאטע איז נישט יעצט אינדערהיים, אבער ער האט געזעהן אז דער איד איז זייער בצער, האט ער געפרעגט דעם איד וואס גייט פאר,
האט דער איד געזאגט אז ביים עסן איז אריין א ביין אין זיין האלז, און ער האט געפערליכע יסורים אונעם האלז און דערפאר איז ער זיך געקומען מזכיר זיין ביים טאטן, די צער פון דעם איד האט צו געטרעטן צום הארץ פון דעם קינד שלמה, האט ער פאר דעם איד געזאגט, נעם א גלעזל אויל און טרינק דאס אויס וועט זיך די ביין אוועקריקען און עס וועט דיר גרינגער ווערן, דער איד האט געפאלגט און לפלא די ביין איז ארויס, שוין דאן אלס קינד האט ער שוין געהאט א גרויסע כח אלס פועל ישועות,
מען דערציילט גאר גרויסע מופתים וואס דער צדיק האט באוויזן מיטן מתקן זיין נשמות ישראל וואס זענען ליידער מגולגל געווארן אין קעץ, אויסער דעם וואס דער צדיק האט מקיים געווען דעם ורחמיו על כל מעשיו, וואס דער צדיק האט נישט געקענט צו זען צער בעלי חיים אפילו אויף א קאץ,
איין נאכט האט דער צדיק וקדוש געריפן זיין תלמיד רבי אלי' ראטה ז"ל, און זאגט אים, אז עס איז דא א קאץ וואס דרייט זיך אין די געגענט פון בית ישראל שטיבלעך און דער קאץ איז געווארן פארהאנקערט אין עפעס, און דערפאר קען די קאץ נישט קומען, און ער האט געבעטן דעם תלמיד, אז ער זאך גיין אהין און באפרייען דעם קאץ,
אבער ווען דער תלמיד רבי אלי' האט שוין געוואלט ארויס גיין, האט אים דער צדיק צוריק געריפן און געזאגט, דער קאץ האט זיך שוין באפרייט, און לפלא אפאר מינוט נאכדעם האט זיך דער קאץ באוויזן אינעם ביהמ"ד פונעם צדיק, דאס איז געווען די הייליגע אויגען פון דעם צדיק וקדוש,

די אידן אין ירושלים דערציילן, אז אמאל איז דער צדיק, רבי שלמה'קע זעווילער זי"ע געגאנגען אין מקוה, אויפן וועג האט אים א איד זייער אן געשריגן מיט קולות אויפן גאס און גאר שטארק מבזה געווען דעם צדיק, ר' שלמה'קע זאגט גלייך פאר זיין תלמיד, אז ער זאל גיין זען וואס טוט זיך ביי יענעם איד אין שטוב,
זעט דער תלמיד טאקע אז ס'איז חושך ענן וערפל ביי יענעם איד אין שטוב, האט ר' שלמה'קע דארט אין שטוב פון יענעם איד איבער געלאזט א שיינעם פעקל געלט, און ווינדער איבער ווינדער, דער קומט דעם נעקסטן טאג אן, מיט א גרויסע פרייליכע שלום עליכם, וואס מאכט דער רבי, האט ר' שלמה'קע געזאגט, איך האב געוויסט אז דעם איד דרוקט עפעס, איך האב דאך אים גארנישט געטון, מסתמא האט ער נישט קיין געלט, אזוי גרויס איז געווען זיין אהבת ישראל און זיין גדלות בצדקה,
רבי שלמה'קע מזוויהעל זי"ע איז אלץ געווען זייער דבוק אין די הייליגע תנא רשב"י, ער פלעגט כסדר פארען אויף מירון כאטש אפילו עס איז נישט געווען גרינג אין יענע טעג, ער האט געהאט א מנהג זיך אראפ צו לייגען שלאפן אויף א באנק לעבן די ציון, און אונטער לייגען די זעקל קוויטלעך אונטער זיין קאפ, און אזוי אויס בעטען פאר די אידען א ישועה, אין זיין גמרא מסכת ביצה פרק יו"ט ווי עס שטייט "כל מזונותיו של אדם קצובין מר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאות בניו לת"ת" האט ער צו געשריבן וחוץ מנסיעות למירון.
סוף ימיו ווען דער צדיק איז געווען גאר שוואך און האט זיך נישט געקענט אליין א עצה געבן, האט מען געוואלט לייגן א בעל וואס דער צדיק זאל קענען מיט דעם קלינגען אויב ער ברויך עפעס, האט דער צדיק נישט מסכים געווען און געזאגט, חלילה איך זאל באמיטשענען א אנדערן איד, איך האב דאך א גרויסע טאטע אין הימל, און אויב ברויך איך עפעס קען איך אים בעטן און ער וועט מיך נישט פארלאזן,
עס איז געווען אין די שווערער מלחמה יארן אין ירושלים, און דער צדיק וקדוש רבי שלמה'קע מזוויהעל זי"ע וויל אבער באקן ערב פסח מצות לכבוד דעם יו"ט, אבער עס האט זיך נישט געטראפן קיין אידן אויף די גאס, ווייל יעדער איז דאך פון גרויס פחד געווען באהאלטן און מורא געהאט ארויס צו גיין, אבער דער צדיק וויל נישט מוותר זיין אויף ערב פסח מצות,
שטעלט זיך דער צדיק ארויס אויפן גאס און ווארט, פלוצלונג זעט דער צדיק א איד דורך גיין אויפן גאס, לויפט דער צדיק צו מיט איין שמחה צו דעם איד, און בעט זיך ביי דעם איד אז ער זאל אריין קומען העלפן באקן מצות, "רבי ריפט זיך דער איד אן צו רבי שלמה'קע, איך וואלט זייער גערן געהאלפן דעם רבין באקן מצות, אבער וואס זאל איך טון אז מיין האנט איז רח"ל געלעמט וואס ערמעגליכט מיך נישט צו באקן קיין מצות",
אבער דער צדיק גיבט נישט אויף, נאר זאגט פאר דעם איד, קום פארט אריין העלפן באקן מצות, דער איד קומט טאקע אריין צום רבין אין שטוב, און שטעלט זיך צום ארבעט טישל, און לפלא וואונדערליך איבער וואונדערליך האבן די געלעמטע הענט פון דעם איד אנגעהויבן ארבעטן כאחד אדם, אלעס מיטן גרויסן כח פון דעם צדיק וקדוש און זיין מסירת נפש פאר א מצוה,

שוין פון קינדווייז אן, זייענדיג א קינד פון זיין גרויסן פאטער הרה"ק רבי מרדכי'לע מזוועהיל זי"ע, האט מען שוין געזען אויף אים גדולות ונצורות, זאכן וואס מען זעט נישט ביי געווענליכע קינדער, אויף זיינע קינדערישע יארן לאזט זיך זאגן דאס וואס זיין זוהן, הרה"ק רבי גדליה משה מזוועהיל זי"ע האט מעיד געווען אויפן טאטן, "זינט איך קען דעם טאטע'ן האט ער זיך נישט געטוישט, איך בין געבוירן געווארן וועט דער טאטע איז געווען זעכצן יאר, ביי די דריי יאר האב איך שוין פארשטאנען אן ענין און זינט דאן איז ער די זעלבע, ער האט זיך גארנישט געטוישט",
חסידים דערציילן אז פון אלס קינד האט ער זיך שוין אויפגעפירט ווי א רבי, געטאן פאר אידישקייט, געפראוועט מופתים, ממש ווי א געהעריגע רבי, אויב איז א חסיד אמאל אריין געקומען צו זיין פאטער אין שטוב מיט א צרה, און דער רבי האט זיך דאן נישט געפינען אינדערהיים, האט דער קליינער שלמה'קע געענטפערט אנשטאט דעם פאטער, געגעבן עצות און רפואה, חינוך וכדומה, און די מופתים האבן גע'ארבעט ווי ביי די גרויסע רבי'ס.
אויך אין חדר איז ער געווען א רבי. זיין ווארט איז געווען שטארק ביי אלע קינדער און ער האט אנגעפירט די אקטיוויטעטן צווישן די קינדער, אז שלמה'קע האט געזען אין חדר א יונגל פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, האט ער באפוילן אז קיינער זאל מיט אים נישט רעדן, כדאי אז יענער זאל זיך מאכן א חשבון-הנפש און אנהויבן ווערן וואויל. אז די עצה האט געהאלפן און יענער איז בעסער געווארן, איז שלמה'קע געווען דער ערשטער וואס האט האט דעם קינד מקרב געווען, און געזען דערצו אז אלע קינדער זאלן זיך מיט אים ווייטער חבר'ן.
אין שטעטל זוועהיל איז געווען א פרוי וועמען מען האט אנגערופן "יענטע די שניידערן". ליידער האט זי נישט זוכה געווען צו האלטן אן אייגענע קינד אין אירע הענט, און זי האט זיך שטארק מצער געווען דערויף. איז זי געקומען צו רבי שלמה'קע זיך אויסוויינען אויף איר צרה, נאכן איר אויס הערן האט רבי שלמה'קע געהייסן פאר די פרוי, אז זי זאל אין שטוב אריין נעמען א יתום און אויף ציען ווי איר קינד, און איר צו געזאגט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא,
די ברכה פון צדיק איז טאקע מקוים געווארן און צום יאר האט זי געהאט א בן זכר, אבער עטליכע חדשים נאכן געבורט, איז די פרוי געקומען מיט א בהלה צום רבי'ן, אז דאס קינד נעמט נישט אריין אין מויל גארנישט און עס איז פאראן א גרויסע סכנה פארן עקזיסטענץ פונעם קינד,
דער רבי האט דאן ארויס גענומען א ספר משנה-תורה, און געהייסן אז מען זאל געבן פארן קינד א רויע איי. די פרוי האט זיך אבער אפגערעדט אז דאס קינד קען נישט אריין נעמען אין מויל גארנישט, און ווי אזוי קען מען אים געבן א רויע איי.
הערנדיג דאס האט דער רבי באפוילן אז מען זאל ברענגען דאס קינד צו אים, ער האט דאן גענומען פיטערן דעם קינד א טראפ נאך א טראפ, ביז דער קינד האט אויפגעגעסן א גאנצע איי, איבריג צו זאגן אז דער קינד האט געהאט א גאנצע ישועה און געזונט געווארן כאחד האדם.

פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2802
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6125
Re: הרה"ק ר' שלמה ב"ר מרדכי זי"ע, ר' שלומקע זוועהילער - כ"ו אייר תש"ה
די מעשה איז געווען מיט מיר אליינס.
כ’בין געפארען א שיינע פאר יאר צירוק אויף ל"ג בעומר פאר זש"ק, (נאך א קלארע הוראה פון מיין רבין - איך בין ב"ה א סאטמאר [תלמיד, הלוואי])
עניוועי, הגם איך בין א אינטערסאנטע מענטש (ס’איז אקעי #נישט זארגען) מיענינג איך טוה זאכען וואס מיין קישקע זאגט מיר אן עפעס א מויראדיגע הסבר, האב איך מיטגענומען 2 ספרים, 1 על הגאולה, 2, סיפורים פון הצדיק הנ"ל אלס שמירה. מיטן קבלה בל"נ צו לערנען אפאר שורות יעדע טאג וואס כ’בין אין א"י.
עניוועי, געהאט אפאר אינטערסאנטע עפיזאדען, כאנישקינאנוג פארוואס איך פארצייל עס און פארוואס כ’האב מיר פינקט יעצט דערמאנט,
1. כ’בין איינגעשטאנען אין צפת עיה"ק אויף א נאכט (טייערע דירה - די קענסט די סקעם אמעריקאנע סטייל,) צופרי אויפשטייענדיג, באמערקען מיר אזא כמו שלאנג ביים בעט, האמיר מקיים געווען וביערת הרע טרעטענדיג אויפן קאפ כמבואר בספרים.
כ’האב נאוטיפייד די בעל הדירה, פשוט געטראכט, ער זאל קעיר נעמען אז די קומענדיגע אורח זאל נישט האבען קיין עגמת נפש, קומט ער אריבער אין זאגט מיר.. די ווייסט.. דעיס איז געווען א גיפטיגס.. די ברויכסט דאנקען און לויבען..
2. רעדענדיג מיטן בעל הדירה, פרעג איך איהם צו ער ווייסט אפשר פון א קאר סערוויס, כ’זיך א וועג קיין טבריה פאר א סטאפ, און דערנאך קיין ירושלים. אבער איך דארף א איידעלער, ס’זאל מיר נישט זיין קיין גועל נפש, (רילעקס, כ’בין נישט קיין ראסיסט) טראגט ער מיר אן איינעם, סאו געקאלט, אפגערעדט, (פארשטייט זיך ער איז אנגעקומען מיט אן אורחיש קאר, נישט זיכער ס’געווען עיר קאנדישען,) אבער העיקר א וואוילער ברסלב’ר אינגערמאן..
יאלא ויסעו.
אזוי פארענדיג האב איך געוואלט מאכען באקוועם די דרייווער, סוכ"ס גיי מיר דא פארברענגען א שיינע פאר שעה, פרעג איך איהם וויאזוי ער הייסט, אין דא האמיר געכאפט די צווייטער קיצעל, ער הייסט יואל ...... גארנישט מיט סאטמאר, אבער פירט זיך לכבוד שמו וואס איז על שם פון רבינו מ’סאטמאר, מיטן נישט גיין צו בחירות, רעדן די טמאנע שפראך וכו’... אין צו די קרים אויף די פיי, זאגט ער אז ס’איז נישט זיין קאר, אין עכט איז ער נישט קיין קאר סערוויס דרייווער, נאר היות ס’האט זיך איהם געמאכט א גרעסערע עקספענס, האט ער געבארגט זיין שווער’ס קאר צו טוהן זיין חלק השתדלות.. אין ער האט עניוועי שוין געוואלט פארען קיין ירושלים צו צוריק געבען די קאר פאר זיין שווער נאך א שוואכע וואך, ער האט נישט געהאט געהעריג קיין הצלחה. צום סוף, וועלנדיג ברענגען א כבוד פארן צדיק, האמיר ב"ה געהאט די זכיה, פון איהם שענקען א שיינע נתינה אז די חודש זאל איהם זיין מיט א הרחבה. און ס’נאך צדקה בדרך כבוד. ב"ה. (על הגאולה אלערט)
3. אויף זונטאג האמיר גענומען א אינגערמאן פון תולדות אברהם יצחק צו ארום פארען, סוף פונעם טריפ, בעט ער מיר אז ער וויל מיר געבען א עקפיריענס מיטן ווייזען א הויז אין די אונגארישע הייזער מיט א קינדער געבענטשט שטוב וויאזוי ס’קוקט אויס, (גיי ווייס וואס ס’איז אינטערסאנט, איי געס זיי האבען א געוויסע פרייד/שטאלץ עס צו ווייזען פאר אן אמעריקאנער, וואטעווער) נאך זיכער מאכען אז ס’איז אקעי מיט זיין קרוב, אין אז די הויז איז ליידיג. גיי מיר אריין...
זעה איך אויף די טיר פון די מעסטער שלאף צימער הענגט א יישר כח צעטיל לכבוד זייערע עלטערען.
אזוי ווי שבת האט דער טאטע געלערנט ביי די סעודה, אז ר’ שלומקע זי"ע האט געזאגט, אז הוצאות צו פארען קיין מירון איז נכלל אין הוצאות שבת ויום טוב אין אזוי ווי דער טאטע איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים, אין האט זיך אנגעבארגט געלט פארדעים, ווילען זיי זאגען יישר כח פאר די ספעשיל מתנה מיטן שענקען די זכיה, אין צוענדיגנדיג מיט א ברכה אז די חשובע טאטע זאל שנעל קענען צירוק צאלען די חובות.
ס’האט מיר געטאטשט די ריינקייט אין תמימות, אין גייענדיג צום קאך, ווען קיינער האט נישט געזען, האמיר געעפנט א רענדאם לעדל, צאמגענומען פון טאש אלע געלט וואס כ’האב נאך פארמאגט אין אהין געלייגט.
אין דא איז די פאנטש ליין, אפאר וואכען דערנאך קלינגט מיר עפעס א רענדאם אינטערנעשענעל נומער, כ’הייב אויף און עפעס איינער רעדט דארט עפעס אהער און אהין, יו נאו.. קומענדיג צום ווארט.. פרעגט ער.. איר זענט געווען ביי מיר און שטוב אין איבערגעלאזט געלט אין קיך? ער וויל זיכער מאכען אז ס’איז נישט געווען א טעות בלאבלאבלא, פארציילט ער אז ער גייט צו הקדוש ר’ גדלי’ משה און ר’ שלומקע ציון יעדע ליל ששי צו מתפלל זיין.
און נאכן באדאנקען/ווינטשען, פרעגט ער מיר בדרך אגב, איר האט געהאט א געוויסע כוונה פארוואס דייקא די סכום? זאגט ער, ס’איז געווען אויפן האר די זעלבע סכום פון די קאסט פון די נסיעה. מה רבו מעשיך השם.!!
זכותם וזכות כל הצדיקים יגן עלינו ועכי"א

דער צדיק רבי שלמה'קע זי"ע ביי זיין פטירה האט מען געזען דאס וואס עס שטייט אין ספרים, אז א צדיק איידער ער ווערט נסתלק מאכט ער א סך-הכל אויף זיין גאנצן לעבן. ביי רבי שלמה'קע האט מען דאס געזען ממש מיט אן אפנקייט, ווי אזוי ער האט אינזינען געהאט אז דער וועלט זאל ווייטער געניסן פון זיין צדקות און מופתים, אפילו ער וועט זיך נישט געפינען בעלמא הדין,
עס לאזט זיך זאגן אז פון די גאנצע גדלות פון רבי שלמה'קע, איז דער נקודה דער מערסעטע ווינדערליך, ווי אזוי ער האט דאס געטאן בחיים חיותו און זיכער געמאכט שלא ייבוש המעיין ולא יפסק האילן, כל ימיו האט דער צדיק זיך אויפגעפירט בקדושה ובצניעות, נישט ארויסווייזנדיג קיין שום מאס פון שררה און הנהגה. דאס איז בכלל נישט געווען זיין מהות און רצון, פארקערט, ער האט ממאס געווען דערין בכל התכלית המיאוס און אנטלאפן דערפון כמטחווי קשת,
אבער די לעצטע יאר פון זיין לעבן עלי אדמות, האט ר' שלמה'קע אנגעהויבן טון און בויען א ישיבה, א זאך וואס איז לגמרי נישט געווען זיין מהות. קיינער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס עס ברענט דעם רבי'ן א ישיבה און דער ציל פארוואס ער וויל אויף שטעלן מוסדות, פאר עטליכע מקרבים האט זיך ר' שלמה'קע דאן אויס געדרוקט בזה"ל, "מיין ברען, מיין רצון, מיין הארץ איז א ישיבה",
עס זענען פאראן פיל צדיקים וואס טוען אויף פאר אידישקייט און בויען אהלה של תורה, ישיבות און מוסדות פאר אידישע קינדער. אבער ווער עס האט געקענט ר' שלמה'קע האט פארשטאנען אז דאס איז נישט זיין מהות, זיינע ארומיגע האבן פארשטאנען אז די גאנצע ישיבה אין וואס ער האט זיך אריינגעלייגט איז העכערע זאכן אין וואס מיר קענען נישט פארשטיין,
בכלל איז דאס געווען דעמאלס פון די ערשטע ישיבות אין ירושלים, עס איז נאכנישט געווען א דעהערבארע זאך וואס מענטשן זאלן פארשטיין און דער הערן די וויכטיגקייט דערפון, און קיינער האט עס נישט פארשטאנען וואס איז דער ציל פון רבי שלמ'קע, עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און רבי שלמה'קע איז קראנק געווארן, בשעת אידן האבן אנגעהויבן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו, דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט און וואס א טאג שפעטער איז עס געווארן קריטישער און קריטישער.
הארט איידער רבי שלמה'קע איז נסתלק געווארן מעלמא הדין, האט ער אפ געשריבן א בריוו, וואס האט געזאלט דינען אלס צוואה פאר כלל-ישראל, אין דעם בריוו האט רבי שלמה'קע געשריבן אזוי, "אהיה להם למליץ טוב, לכל מי שיסייע למוסדותי, בעולם הזה ובעולם הבא",
נאך זיין פטירה האבן אידן אין ארץ-ישראל בכלל און די אנהענגער פון רבי שלמה'קע בפרט, פארשטאנען די כוונה פון רבי שלמה'קע מיטן אויף שטעלן מוסדות, א זאך וואס האט לגמרי נישט געשטימט מיט זיין איידעלע התנהגות און צוגאנג, ווייל ירושלמ'ער אידן האבן זיך געפילט פאר'יתומ'ט נאך וואס דער גרויסער צדיק איז נסתלק געווארן לבית עולמו, מענטשן וואס האבן געוואלט זיך דורכרעדן געוויסע ענינים, עצות און ברכות, האבן זיך געפינען אין א פארלעגנהייט, וויבאלד זייער רבי און מנהיג איז שוין נישטא געווען,
אבער מיט די צוואה פון רבי שלמה'קע האבן אידן געשפירט א טרייסט. אידן האבן אנגעהויבן זען אפענע ישועות דורכ'ן שטיצן די מוסדות פון רבי שלמה'קע, די ישיבה און די כולל. אין ירושלים איז שטארק אן גענומען די סגולה פון געבן געלט פאר רבי שלמה'קעס מוסדות און דורך דעם זען ישועות למעלה מדרך הטבע.
אינעם טאג פון כ"ו אייר בשנת תש"ה לפ"ק איז נסתלק געווארן דער צדיק וקדוש, רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע, בשעת די הסתלקות זענען געווען דארט פארזאמלט רבנים און פון די חשוב'סטע אידן אין ירושלים. צווישן זיי איז אויך געווען הגה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע, אינמיטן האט ער הויך אויסגעשריגן צו אלע פארזאמלטע, "אלע אנוועזנדע זאלן שנעל מהרהר זיין בתשובה שלימה, ווייל דער זלאטשובער מגיד מיט די גאנצע פמליא געפינען זיך יעצט דא",
הארט איידער יציאת נשמה, האט רבי שלמה'קע זיך גראד געמאכט די פיאות און די בארד, כאילו ער גרייט זיך אויף עפעס. דאן האט ער צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרו, בשעת די טהרה האט זיך געפינען אויפן ארט הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און האט געפרעגט די אנוועזנדע צי זיי שפירן א ריח פון בשמים. יעדער איינער וואס האט זיך דארט געפינען האט דאן געשמעקט א ריח פון בשמים.

הרה"ק רבי שלמה'קע מזוויהעל זי"ע פלעגט אסאך מאל דערציילן עובדות פון ערליכע אידן אן געבן א נאמען וואס מען קען דערפון ארויס נעמען א מוסר השכל אויף עבדות ד', אבער די מקורבים פלעגן שוין וויסן אז די מעשה האט גאר פאסירט ביי אים אליין נאר מחמת גודל ענוותנותו האט ער דאס פארציילט אויף א צווייטן,
איינמאל האט ער דערציילט אז ער האט געקענט א איד וועלכער איז געווען א גרויסער בעל בטחון, און גלייבנדיג אין דעם מאמר חז"ל אז הקב"ה זאגט "לוו עלי ואני פורע", אז מ'קען בארגן אויף הוצאות שבת אויפ'ן אויבערשטנס חשבון און השי"ת איז מבטיח דאס צו באצאלן, האט ער זיך אנגעבארגט אסאך געלט אן קיין חשבון פון וואו צו באצאלן, און ער האט דאס אויסגעטיילט פאר ארימעלייט אויף צרכי שבת, און השי"ת האט אים טאקע מזמין געווען דאס געלט צו באצאלן,
פארמאגנדיג א געוואלדיגע אמונה, האט ער כסדר אלס מער און מער זיך אנגעבארגט פון וואך צו וואך ביז ער האט שוין אויסגעטיילט צרכי שבת פאר עטליכע הונדערט משפחות, און השי"ת האט אים אלעמאל מזמין געווען געלט דאס צו באצאלן.
די מקורבים און משפחה האבן אבער געוואוסט אז נישט קיין אנדערער פון ר' שלמה'קע פלעגט וועכנטליך אויסטיילן אן א שיעור צדקה און צרכי שבת פאר הונדערטער נויטבאדערפטיגע משפחות, און קיינער האט נישט געוואוסט פון וואו ער האט דאס געלט, ער פלעגט זאגן אז ער האט איינער וואס גיבט אים דאס געלט, נישט אויסזאגנדיג אז דער איינער איז דער אחד יחיד ומיוחד הקב"ה.
אין רוסלאנד אינטער די קאמניסטן האט רבי שלמה'קע זי"ע געפירט א תלמוד תורה פאר קינדער וואו מען האט געלערנט אידישקייט, ווי באקאנט איז דאס געווען פארעכנט ביי די מלכות הרשעה אלס א עוון פלילי וואס מען האט פאר א גרינגן עונש געקריגן לעבנס לענגליכע סיביר אדער טויט רח"ל,
איין טאג שפאצירט אריין נישט קיין צווייטער ווי איינער פון די רוסישע אגענטן אין די ת"ת, געווען איז דאן דארט דעם רבינ'ס זון רבי גדליה משה, וועלכער איז געווארן ווייס ווי די וואנט וויסנדיג אז מען האט אים געכאפט ביי די מעשה און ס'איז רח"ל דערנאך, אבער רבי שלמה'קע זי"ע שפאצירט אריין, און מיט א דרייסטקייט גיט ער א פרעג, וועגן די תלמוד תורה איז ער געקומען, און גייט צי צו דעם פארשוין, אן קיין מורא כאפט ער אים אן ביים האלז, ווילנדיג אים ממש דערווערגן,
דער זון רבי גדליה משה האט אוועק געציטערט, וויסנדיג וואס די שפיל וועט נאך קאסטן, אבער רבי שלמה'קע איז גארנישט דערשראקן, ער האלט אזוי אן דעם פארשוין ביים האלז, ביז יענער האט געמוזט אפפיצן כל עוד נשמתו בו, און מער האט מען נישט געהערט פון יענעם, ווייל אז מען פירט זיך בקדושה ובטהרה, איז מען שולט אויף די יצירה, וראו כל עמי הארץ כי שם ד' נקרא עליך ויראו ממך,
א געוויסער פאבריקאנט פון תל אביב וואס האט זיך באשעפטיגט מיטן באשטעלן סחורה פון ענגלאנד, איינמאל האט דער איד באשטעלט סחורה, און ער האט דאן געהערט אז די מארקעט גייט זייער פאלן און לויט זיין חשבון האט ער צו אסאך סחורה באשטעלט, איז דער איד אריבער געפארן קיין ירושלים צום צדיק וקדוש רבי שלמה'קע מזוויהעל זי"ע און אנגעפרעגט דעם צדיק וואס ער זאל טון,
לפלא זאגט אים דער צדיק רבי שלמה'קע זי"ע אז ער זאל באשטעלן אפילו נאך אסאך מער ווי ער האט יעצט באשטעלט, דער איד איז געווען א אמתע מאמין אינעם צדיק, און ער האט געטון ווי דער צדיק האט געהייסן, לפלא ווען עס איז געקומען די סיזאן האט זיך די מארקעט גאר שטארק געטוישט, עס איז ארויף די ווערט פון די סחורה וואס דער איד האט זיך באשעפטיגט, און דער איד האט אין זכות פון דעם צדיק גאר שטארק מצליח געווען, ווייל אז צדיק גוזר, דאן הקב"ה מקיים,

דער הייליגער צדיק רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע האט געוואוינט אין ירושלים עיה''ק אין די שווערע צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה. די פרנסה איז דאן געווען זייער שווער, אידן אין ירושלים האבן נישט געהאט וואס צו עסן. דער הייליגער זוועהילער פלעגט שאפן פאר זיי אויף צו עסן. ער פלעגט גיין צו סוחרים און בעטן אז זיי זאלן אויף שרייבן פאר די ארימעלייט אויף זיין חשבון, און האט פון צייט צו צייט אלעס אפ געצאלט דעם חוב,
ויהי היום, די מצב האט אנגעהויבן שווערער צו ווערן, און די סוחר האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער קען שוין נישט געבן אויפ'ן חשבון ווייל ער דארף האבן געלט, אבער די רבי זאגט אים אז ער זאל זיך נישט זארגן און ביז אפאר טאג וועט ער אלעס האבן פאר אים, די סוחר האט דעם רבי'ן געגלייבט און האט ווייטער פארשריבן אויפ'ן חשבון,
ויהי היום און עס איז אנגעקומען קיין א''י צום זוועהילער צדיק פילע זעק מיט "קאשע" צו פארטיילן פאר די עניים, אבער פון די לאנגע וועג איז עס געווארן פול מיט "מילבן" און "פליגלאך" וואס פאר אידן איז עס נישט ווערד געווען, אבער דער צדיק האט באלד אפגעשיקט די קאשע צום סוחר אויפ'ן חוב וואס ער איז שולדיג, דער סוחר האט נישט געוואוסט וואס צו טאהן מיט דעם, ווייל צו פארקויפן קען ער נישט, האט ער עס דערווייל אוועק געלייגט אין זיין אוצר,
אייניגע טעג שפעטער איז אנגעקומען קיין א''י א גרויסע גרופע סאלדאטן פון פוילישע ארמיי און זיך באזעצט נישט ווייט פון ירושלים, איז צום סוחר אריין געקומען א איד מיט א פלאן אז אזוי ווי די פוילישע האבן זייער ליב "קאשע", אז ער זאל אפ ברענען די מילבן און אונטער שמירן מיט אביסל פעטס, און מעגליך אז זיי וועלן דערפאר גוט באצאלן,
לפלא האבן די סאלדאטן גאר שטארק באוואונדערט פאר זייער הויפט, אז אזעלעכע קאשע האבן זיי קיינמאהל נישט געהאט און די הויפט איז געווען גרייט צו באצאלן א גוטן פרייז פאר די אלע זעק, און אזוי האט די סוחר נאך געהאט גענוג צו געבן אויף בארג א לאנגע צייט פאר די ארימע משפחות אין ירושלים, דאס מיינט דער פסוק וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי, אז דער צדיק זאגט קומט אריין א ברכה,
אין די שטאט זוועהיל איז איין שבת, א גוי אריין געגאנגען אין א אידיש הויז ווען אלע מענטשען פון די הויז זענען געווען אין שוהל. די גוי האט דארטן געגעסן און געטרינקען וויין און זיך אהן גע'שיכור'ט און איז דארט געשטארבן, ווען די אידן זענען אהיים געקומען און זיי האבן געזעהן וואס איז דא געשען, האבן זיי זיך זייער שטארק דערשראקען, ווייל זיי האבן מורא געהט אז די גוים גייען יעצט זאגן אז די אידן האבן גע'הרג'עט דעם גוי און זיי גייען וועגען דעם נקמה נעמען פון די אידן און ח"ו נאך רצח'נען די אידן פון שטאט,
זענען זיי געגאנגען צו דער צדיק ר' שלמה'קע מזוויהעל זי"ע, און זיי האבן איהם דערציילט וואס ס'איז געשען, האט ער זיך פארטראכט פאר אביסל, און נאכדעם האט ער זיי געגעבן א לעפל טשאלנט, און ער האט זיי געזאגט זיי זאלן זאגן פאר די גוי, אז ער זאל דאס אויפעסען, אין אויב ער עסט נישט זאלן זיי איהם זאגן, אז ר' שלמה'קע פון זוועהיל האט געהייסען אז ער זאל עס עסן,
האבן זיי טאקע אזוי געטון און געגעבען די לעפל טשאלנט ער האט עס נישט געגעסן ווייל ער האט דאך נישט געלעבט, האבן זיי געזאגט אז ר' שלמה'קע פון זוועהיל האט געהייסן ער זאל עס עסן, האט דער גוי עס אויף געגעסן, נאכדעם האט זיך דער גוי אויפגעשטעלט און צוריק לעבעדיג געווארן און ער איז אהיים געגאנגען, ווען ער איז אהיים געקומען איז ער אריין געגאנגען און בעט און ער איז דארט געשטארבן,
נאכדעם וואס די מעשה איז זייער שטארק צישפרייט געווארן ביי די אידן אין שטאט זוועהיל, און אידן האבן גערעדט פון די נס פון תחיית המתים וואס דער הייליגע צדיק ר' שלמה'קע זוועהיל'ער האט באוויזען, איז דער צדיק אוועק געפארן פון זוועהיל און געפארן קיין ארץ ישראל,
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו
וועל כל ישראל

מוראדיגע מעשיות איינס נאכן צווייטן!
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.