הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך דער ידען »

הרה"ק רבי צבי הירש פון נאדבורנה זי"ע איז געבוירן אין יאר ת"ק, צו זיין טאטע רבי שלום זעליג זצ"ל.
יונגערהייט איז ער געווען ביים הייליגען בעל שם טוב הקדוש, און ער האט אים געבענטש ער זאל זיין א מנהיג ישראל.

רבי צבי הירש איז געווען א תלמיד פונעם הייליגען מגיד פון מעזריטש זי"ע,
אבער זיין רבו המובהק איז געווען הרה"ק רבי יחיאל מעכיל פון זלאטשוב זי"ע, און רבי מעכיל'ע האט אים ארויסגעוויזן געוואלדיגע ליבשאפט.

ער איז געווען רב אין דאלינא (מקום שכיהן רבי משה שהם) - מיט די צייט איז ער אריבער קיין נאדבורנה ווי ער האט געפערט א תל תלפיות.

ער האט מחבר געווען די הייליגע ספר "צמח ה' לצבי".

ער איז נסתלק געווארן כ' סיון תקס"ב - ומנו"כ אין נאבורנה

זי"ע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן בשנת ת"ק, צו זיין טאטן הרה"ק רבי שלום זעליג בעל דברי שלום זי"ע, מגזע הגה"ק רבי שאול וואהל זי"ע,

אלס יונג קינד האט ער געהאט די זכי' צו זיין מיט זיין גרויסן טאטן ביים בעש"ט זי"ע, און דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט דעם קינד גענומען אויפן שויס, און זיך משתעשע געווען מיטן קינד, און האט דעם קינד געבענטשט אז ער זאל אויפוואקסן א מנהיג ישראל,

ער איז געווען א גאון מופלג און א קדוש ישראל, בקי בנגלה ובנסתר, אויך איז ער געווען א גאון אין חכמת הקבלה און אויך אין חכמת הטבע, וכל רז לא אניס ליה, ער איז געווען צווישן די גאונים וואס האבן באלויכטן די אויגן פון כלל ישראל מיט זיין בקיאות וחריפות בתורה שבכתב און תורה שבעל פה, ער איז געווען דער גרויסער מגיד מנאדבורנא, און פון אלע שטעט זענען אידן געקומען צו דעם צדיק הערן זיינע הייליגע ריידט, אויך איז מען געקומען מיט האלטן זיין הייליגע עבודה, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת צפורה דבורה ע"ה,
בת הרה"ק רבי אלימלך הורושבסקי מגיד מישרים בדראהביטש זי"ע,
מגזע הגה"ק רבי שאול וואהל זי"ע,

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי דוב בער המגיד הגדול ממזריטש זי"ע, און פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע,

אין די יונגערע יארן האט זיך דער צדיק שוין אויסגעצייכנט מיט זיין שטארקע כוח התורה, ער האט שוין דאן איבער געשטיגן זיינע חברים וואס זענען געווען עלטער ווי אים מיט תורה וקדושה, ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג ש"ס ופוסקים, אויך אין חכמת הקבלה איז ער שוין דאן געווען א בקי, ער איז דאן שוין געווען פון די גרעסטע תלמידים פונעם גרויסן מגיד ממזריטש זי"ע,

ביים הסתלקות פונעם מגיד ממזריטש זי"ע, האט ער דאן גאר שטארק משתוקק געווען צו באדינען דעם צדיק וקדוש רבי מיכל'ע מזלוטשוב זי"ע, אבער וויבאלד ער האט דאן געלעבט אין א שרעקליכע דחקות, האט דער צדיק נישט געהאט קיין געלט אויף שפעזן צו פארן קיין זלוטשוב, ער האט זיך דאן פארדינגען אלס מלמד ביי א איד אין שטוב,

איין טאג האט מען מן השמים צו געפירט אז דער בעל הבית, ביי וועם ער האט געדינט אלס מלמד, האט חתונה געמאכט א קינד אין שטאט זלוטשוב, און ער האט מיט גענומען דעם צדיק רבי צבי הירש קיין זלוטשוב, און דאן האט ער זיך מדבק געווען צום צדיק דער מגיד מזלוטשוב זי"ע, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם מגיד מזלוטשוב זי"ע,

אנפאג האט דער צדיק זיך געפירט מיט א מורא'דיגע באהאלטענקייט און געלעבט אין דחקות, איין נאכט ווען דער צדיק איז אהיים געקומען נאך א טאג פון עוסק זיין בתורה ועובדה און געווען אויסגעטון פון עולם הזה, איז ביי אים אין שטוב געווען איין שטיקל ברויט, ער האט נישט געוויסט וואס ער זאל טון, אדער זאל ער עסן דעם ברויט כדי ער זאל האבן כח צו דינען דעם באשעפער דעם קומענדיגען טאג, אדער זאל ער דאס איבערלאזן פאר די קינדער וואס הונגערן אזוי שטארק,

האט דער צדיק אפגעמאכט אז ער וועט דאס ברויט צוטיילן אויף האלב, און איין האלב וועט ער עסן און דאס איבעריגע וועט בלייבן פאר די קינדער, בשעת דער צדיק האט געגעסן דעם האלבן ברויט, האט ער געלאזט צוויי טרערן אויף דעם מצב הפרנסה ביי זיך אין שטוב, און פון די גרויס צער וואס ער האט, אז ער קען נישט געבן דאס ביסל עסן פאר זיינע טייערע קינדער,

יענעם נאכט האט מען דעם צדיק מגלה געווען פון הימל, אז עס איז געקומען די ענדע פון זיין נסיון העוני, און פון יעצט און ווייטער וועט אים גרינגער ווערן די מצב הפרנסה אין שטוב, אבער ער זאל וויסן אז אויב ער וואלט נישט געלאזט די צוויי טרערן אויף זיין מצב, וואלט ער זוכה געווען צו א גאר הויכע מדרגה, און ער וואלט זוכה געווען צו זיין אין די בחינה פון משיח פון זיין דור, ווי עס איז באוויסט ביי צדיקים, אז אין יעדע דור איז דא איין צדיק, וואס איז אין די בחינה פון משיח צדקנו,

אבער וויבאלד ער האט געלאזט די צוויי טרערן, האט ער פארלוירן די זכי' צו דעם מדרגה, אבער די נסיון פון ארימקייט וועט בטל ווערן און ער וועט נספרסם ווערן אין די וועלט, כך הוה פון דאן האבן טויזנטער אידן אנגעהויבן קומען זיך מסתופף זיין בצלו, און ער איז באוויסט געווארן אלס א איש קדוש מאוד און א גרויסע פועל ישועות,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך ניקל »

גאנץ אנפאנג האט ער משמש געווען אלס מגיד מישרים אין שטאט דאלינא אין גאליציא, דארט האט ער אסאך אידן געהאלפן מיט ברכות און ישועות, ער האט הונדערטער אידן מקרב געווען מיט זיינע הייליגע ריידט צום גרויסן באשעפער, ורבים השיב מעון,

בשנת תקמ"ו האט מען אים אויף גענומען אלס מגיד מישרים אונעם גרויסע שטאט נאדבורנא, וואס איז דאן געווען א עיר ואם בישראל, דארט אין שטאט האט ער מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים און בעלי בתים וואס זענען געקומען לשמוע את דבר השם,

דאס עבודה שבלב זו תפלה פונ'ם מגיד איז געווען מיט א אויסערגעווענליכע התלהבות, ווען ער האט נאך געוואוינט אין דאלינא פלעגט ער אליין דאווענען פאר'ן עמוד, יו"ט סוכות פלעגט ער מיט די תלמידים דאווענען אין די סוכה, און כאטש עס איז געווען א געוואלדיגער געדרענג, זיין תלמיד רבי ירוחם חיים הלוי בעל בית הלוי זי"ע, וואס האט געוואוינט אין דאלינא און איז דארט שטארק נתקרב געווארן צום מגיד און אים משמש געווען, שרייבט בזה"ל, "היה נס והיו עומדים צפופים ומשתחוים רווחים". אויך פלעגט דער מגיד לאנג מאריך זיין ביים תורה זאגן,

ער האט אויף געשטעלט אסאך תלמידים גאונים בתורה און צדיקי הדור, ובתוכם הרה"ק רבי מנחם מענדל בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע וואס איז געווען זיין תלמיד מובהק, ער האט געלערנט ביים מגיד פאר 12 יאר, ער פלעגט זיין דער בעל תפילה אינעם מגיד'ס ביהמ"ד, דער מגיד האט דעם תלמיד גאר אסאך געלערנט בתורה און עבודת השם, עס האט זיך גאר אסאך געמאכט, אז דער תלמיד איז אנגעקומען צו כלות הנפש ממש, דער תלמיד דער אהבת שלום מקאסוב זי"ע האט אמאל געזאגט אויף זיין רבי דער מגיד, "אז ער איז געווען די רבי פון אלע רבי'ס",

ווען דער מגיד איז אויף די עלטערע יארן נישט געזונט געווארן, האט ער דאן מסמיך געווען דעם תלמיד דער אהבת שלום מקאסוב זי"ע אלס זיין ממלא מקום, דער תלמיד האט דאן גענעכטיגט נעבן זיין גרויסן רבין, און יעדע נאכט נאך חצות האט דער רבי געלערנט מיטן תלמיד דברים גבוהים, אויך האט דער אהבת שלום מעיד געווען, אז יעדע נאכט פלעגן קומען נשמות מעולם העליון בעטן א תיקן פונעם צדיק וקדוש דער מגיד מנאדבורנא זי"ע,

אויך האט ער געהאט נאך אסאך תלמידים גדולים גאונים בתורה וצדיקי הדור ובתוכם,

הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק לאנדמאן אב"ד וויזניצא זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם דוד בעל דעת קדושים מבוטשאטש זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש גראסמאן מדעליטין זי"ע,
הגה"ק המקובל רבי משולם נתן מרגליות מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי פנחס בן דוד בעל פרדס המלך מסטאניסלאב זי"ע,
הרה"ק רבי חיים ירוחם הלוי בעל בית הלוי מדאלינא זי"ע,

גדולי הדור האבן מעיד געווען אויף זיין גדלות, ובתוכם זיין רבו מובהק הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע וואס האט מעיד געווען בזה"ל "זכיתי לשישים גבורים, תלמידים צדיקים, והגדול שבכולן הוא תלמידי הק' רבי צבי הירש, שאליהו הנביא זל"ט חפץ בקרבתו",

און ווי הרה"ק רבי פייבוש מזבאריז זי"ע איז מעיד אין זיין ספר יושר דברי אמת שרייבט ער בזה"ל "תלמיד מן הרה"ק רבי דוב בער זי"ע, החכם השלם המופלג החריף מו"ה צבי הירש שהוא לעת עתה מגיד מישרים בק"ק דאליני", און ווי הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות בעל בית אפרים זי"ע שרייבט אונעם הסכמה אויפן ספר צמח ד' לצבי, בזה"ל, "בעודנו חי הוצק חן בשפתותיו, ישא מדברותיו בתורת אמת, ורבים השיב מעון",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך ניקל »

פארציילט הרה"ק רבי ישכר בערטשע לייפער מנדבורנא זי"ע, אז נאכדעם וואס דער צדיק הרה"ק רבי צבי הירש זי"ע איז אנגעקומען קיין נאדבורנא, האט רבי ישכר בערטשע זיך געפירט צו גיין יעדן טאג אין דעם מקו' ווי דער צדיק פלעגט זיך טובל'ן, און במשך די נאכט פלעגט מען דעם מקו' צודעקן מיט א האלץ כדי עס זאל בלייבן ריין,

אבער יעדן אינדערפרי גאר פרי, ווען ער איז געקומען אויפשפארן דעם מקו', איז די מקו' שוין געווען אויפגעדעקט, אפילו ווען די טיר איז געווען פארשלאסן דורך די נאכט, און עס איז געווען מקובל אז דער צדיק רבי צבי הירש האט ממשיך געווען נשמות קדושת מעולם העליון, וואס האבן געברויכט א מקו' און זיי זענען געקומען זיך טובל'ן אונעם מקו'.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע דברי תורה און חידושים,

ספר מילי דאבות, דברי מוסר,
ספר שפתי קדושים, על ספר תהילים,
ספר אלפא ביתא, דברי מוסר,
ספר צמח ד' לצבי, על התורה, בדרך פרד"ס מתוק מאוד,
ספר צמח ד' לצבי, על הגדה של פסח,

הרה"ק מצאנז זי"ע האט געזאגט אז יעדער איד זאל אפילו פאר'משכ'נען דעם שטריימל נאר צו קענען האבן דעם ספר צמח ד' לצבי ביי זיך אין שטוב,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מרופשיץ זי"ע האט דעם ספר צמח ד' לצבי געהאלטן אויפן טיש און כסדר געלערנט דערפון, אויך דער צדיק הרה"ק רבי אייזיק'ל בעל פירוש מהרי"א מזידיטשוב זי"ע האט אין דעם ספר געלערנט יעדן טאג,
הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע שרייבט אויפן מחבר בזה"ל, "בוצינא קדישא עילאה, איש אלקים קדוש יאמר לו".
הרה"ק בעל קדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע שרייבט אויפן צדיק בזה"ל, "הרב הגאון מופת הדור, אשר אור תורתו האירה לארץ ולדרים, ממנו ישקו העדרים",
הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נאך געזאגט פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע, אז א שטוב ווי עס געפינט זיך נישט דעם ספר צמח ד' לצבי, און די ספר אהבת שלום, טאר מען דארט נישט נעכטיגן,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי דוד אריה לייב זי"ע, חתן הרה"ק רבי מאיר בעל כתר תורה מבארדיטשוב זי"ע, בן הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי משה יחיאל מיכל זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי יצחק בעל אור יצחק מראדוויל זי"ע, בן רבו מובהק הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע,
חתנו הרה"ק רבי זאב אהרן וויינרעב זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ' סיון בשנת תקס"ב, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט נאדבורנא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך ניקל »

עס איז געווען א חסיד ר' אייזיק, וואס האט געוואוינט אין שטאט דאלינא, און ער פלעגט אסאך פארן צו זיין רבין, און קומענדיג קיין נאדבורנא האט ער געברויכט דורך גיין א וואלד וואס האט געהייסן "חאטשיס", וואס געפינט זיך נישט ווייט פון נאדבורנא, די מנהג ביים הייליגען מגיד איז געווען ביים דאווענען שחרית האט ער געדאווענט באזונדער אין זיין חדר, אבער ביי קריאת שמע האט מען געווארט אז דער מגיד זאל ענדיגען קריאת שמע,

איינמאל האט מען געווארט און געווארט אז דער מגיד זאל ענדיגן קר"ש, עס איז אריבער א פערטל שעה און דער מגיד האט נאכנישט געענדיגט, האבן די תלמידים אריין געקוקט דורכ'ן שליסל לאך צום חדר פונעם מגיד, און זיי זעהן ווי דער מגיד ליגט אויף דער ערד בפישוט ידים ורגלים און זאגט דעם פסוק, "תִּפֹּל עֲלֵיהֶם אֵימָתָה וָפַחַד" און ער האט דאס איבער געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, די תלמידים האבן פארשטאנען אז עפעס פארארבעט דער צדיק פאר איינעם פון ערגעצוואו,

נאכן דאווענען איז ר' אייזיק פון דאלינא אנגעקומען קיין נאדבורנא, און דערציילט, אז קומענדיג אהער קיין נאדבורנא, האבן אים גזלנים באפאלן אונעם וועלדל חאטשיס, און אים געוואלט הרג'ענען מיט א האק רח"ל, אבער ווען זיי האבן אויפגעהויבן דעם האק זענען זיי פארגליווערט געווארן מיטן האק אין די הענט, און זיך נישט געקענט רירן, און אזוי איז געשען עטליכע מאל, ביז זיי זענען אוועק געגאנגען, דאן האבן די תלמידים שוין פארשטאנען וואס דער הייליגער מגיד האט פארארבעט מיטן זאגן דעם פסוק, תִּפֹּל עֲלֵיהֶם אֵימָתָה וָפַחַד, און מיט דעם געראטעוועט דעם תלמיד ר' אייזיק פון די רויבער.

דער מגיד האט געהאט א איידעם הגה"ק רבי זאב אהרן וויינרעב זי"ע וואס האט געוואלט זיין א נהנה מיגיע כפו, האט ער געהאנדעלט מיטן פארקויפן וויין און ברוינפן, אבער די פרנסה איז געגאנגען זייער שווער און עס האט קוים געדינט צו קענען לעבן דאס חודש'ליכע געברויכן, און דערפאר פלעגט דער מגיד געבן יעדן חודש א סכום הגון פארן טאכטער, און מיט דעם געשטיצט דעם טאכטער און איידעם,

איינמאל א ראש חודש ווען די טאכטער איז געווען ביים טאטן, האט דער צדיק געזאגט פארן טאכטער, איך האב מער נישט קיין כח אייך צו טראגן אויף מיינע פלייצעס, גייט געזונטערהייט אהיים לחיים ולשלום, און די טאכטער איז אהיים מיט ליידיגע הענט,

אבער ווי פארוואונדערט איז זי געווען, אז ווען זי איז אנגעקומען צו זיך אין שטוב, האט זי געזען אז אלע פעסער פון די וויין און ברוינפן זענען געווען איבער געפילט און זיי רינען גאר איבער, זי איז שנעל געלאפן ברענגן ליידיגע כלים, און מען האט דאס צו געשטעלט און אויך אנגעפילט מיט די וויין וואס איז איבער גערינען, און דורך די ברכה פונעם טאטן דער צמח ד' לצבי, האט מען געזען דעם ברכת ד', און פון דאן אן האט דער טאכטער געהאט א געוואלדיגע השפעה.

ווערט דערציילט אז עס איז מקובל אין די משפחה, אז דער הייליגער צמח ד' לצבי זי"ע האט געגעבן א ברכה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אז ביז 10 דורות וועלן קיינע פון די קינדער נישט דינען אין מיליטער, און ביי די ערשטע וועלט מלחמה ווען מען האט גענומען אידישע קינדער צו די מיליטער, האבן די אייניקלעך פונעם צמח ד' לצבי זי"ע זייער מורא געהאט, אז מען וועט זיי נעמען אין מיליטער, האט די זיידע געזאגט, אז מען האט מקובל פונעם זיידן דער צמח ד' לצבי זי"ע, אז די אייניקלעך וועלן נישט דינען אין מיליטער, כך הוה, קיינע פון די אייניקלעך האבן נישט געדינט אין מייליטער,

ווערט דערציילט, אז איינמאל ווען דער תלמיד מובהק הרה"ק רבי מנחם מענדל בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע איז געווען ביי זיין רבין דער הייליגער צדיק רבי צבי הירש בעל צמח ד' לצבי מנדבורנא זי"ע, איז א איד געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק, ווען דער איד איז אנגעקומען אין שטוב פונעם רבין, איז דארט נישט געווען דער גבאי, דער איד האט נישט געויסט ווי אזוי צו שרייבן א קוויטל, האט ער געבעטן דעם הייליגען אהבת שלום זי"ע זאל אים שרייבן א קוויטל,

דער הייליגער אהבת שלום זי"ע האט דעם איד צוליב געטון און געשריבען א קוויטל, און דער איד איז אריין צום הייליגען צמח ד' לצבי זי"ע און זיך מזכיר געווען, אבער גלייך פרעגט אים דער צדיק, פארוואס בוסטו געקומען צו מיר, ווייזט דער איד אויפן קוויטל און זאגט פארן רבין, אז וועגן די אלע זאכן וואס שטייען אינעם קוויטל איז ער געקומען צום רבין,

האט אים דער צדיק געזאגט בזה"ל, "די ברויכסט נישט מיין ברכה, די בוסט שוין א געהאלפענער, דורך דעם וואס האט געשריבן דיין קוויטל", ווייל דער צדיק האט מרגיש געווען נאר ביים קוקען אינעם קוויטל, אז דער וואס האט דאס געשריבן איז א צדיק וקדוש, און ער האט שוין געפויעלט א ישועה פאר דעם איד,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי צבי הירש מנאדבורנא זי"ע - כ' סיון תקס"ב

פאוסט דורך ניקל »

עס ווערט דערציילט די פאלגענדע עובדא, דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע, איז אמאל איינגעשטאנען ביי זיין תלמיד, דער הייליגער צמח ד' לצבי זי"ע, און ווען עס איז אנגעקומען דער זמן פון תפלת שחרית, איז דער זלאטשובער מגיד אריינגעקומען אין בית המדרש אנגעטוען מיט די טלית ותפילין, און זיך ארומגעדרייט עטליכע מאל און צוריק געגאנגען צו זיין חדר, די תלמידים אין בית המדרש האבן זיך ארומגעקוקט מיט פארוואונדערונג, וואס איז היינט געשען אז דער רבי וויל נישט דאווענען מיט אונז,

פלוצלונג אין רבי הירש'לע בעל צמח ד' לצבי מנאדבורנא זי"ע ערשינען און געזאגט צו זיי, "איר זענט טאקע גארנישט שולדיג אבער עס געפינט זיך דא צווישן אונז א יונגערמאן, וואס איז א שורש פורה ראש ולענה, און ס'איז אין אים איינגעווארצלט אפיקורסות פון כת ש"ץ ימ"ש, און ביז ווילאנג מ'וועט נישט מקיים זיין 'ובערת הרע מקרבך' וועט דער רבי נישט דאווענען מיט אונז,

און א סימן זאלט איר האבן ווער עס איז דער אפיקורוס, ביי דעם וואס עס געפינט זיך אין זיין ארעם א ספר הזוהר, וואס איז דערין אנגעצייכנט תגין אין א געשטאלט פון שתי וערב, וואס דערמיט וויל ער מכשיל זיין די וואס לערנען אין דעם, און פארשטייען נישט מדקדק צו זיין אין די תגין, און דורכדעם וועלן זיי ח"ו נמשך ווערן צו מינות ואפיקורסות,

אלזא, דארף מען אים אפירנעמען און צונעמען פון אים די ספרים" און פארענדיגט רבי הירש'לע ״און רעדן מיט אים ער זאל תשובה טוען, אולי בלבבו יבין ושב ורפא לו", אזוי איז טאקע געווען, די תלמידים האבן אים תיכף אפיר געזוכט, און אים נישט צורוה געלאזט ביז ער האט תשובה געטוען, און אױף זיך מקבל געווען מער נישט צו זינדיגן, ערשט דאן איז דער זלאטשובער מגיד אריינגעקומען דאווענען,

ווען מען האט פארענדיגט דאס דאווענען האט מען זיך פארזאמלט ארום רבי הירש'לע, און מיט וואונדער אים געפרעגט פארוואס ער האט ביז היינט גארנישט געטוען וועגן דעם אפיקורס, "האט מען דאס מן השמים נאר מגלה געווען ווען דער זלאטשובער מגיד איז געקומען", האט ער זיי געענטפערט, "איך האב שוין געוואוסט פון דעם אפיקורס זייט ער דאוונט ביי מיר אין ביהמ"ד",

נאר די סיבה פארוואס איך האב דאס נישט מגלה געווען ביז יעצט איז, ווייל ווען א גרויסע נשמה וואס וועט וויסן אלעס מיט רוח הקודש, קומט אראפ אויף דער וועלט, ווארנט מען אן די נשמה, זי זאל נישט מגלה זיין קיין זאכן וואס איז שייך צו די בחירה פונעם מענטש, און פונקט ווי דער וואס מאכט וויין פעסער, בינדט ארום די פעסער מיט אייזערנע קייטן, כדי דער וויין זאל נישט איבעררינען, אזוי בינדט מען צו דעם צדיק ער זאל נישט מגלה זיין וואס ער זעט און הערט, נאר ווען עס קומט אן די ריכטיגע צייט".

ווערט דערציילט, אז בעפאר זיין הסתלקות, האט דער צדיק רבי צבי הירש בעל צמח ד' לצבי מנדבורנא זי"ע געבעטן, אז מען זאל ביים גראבן זיין קבר גראבען אזוי טיף, העכער ווי די הייעך פון א מענטש, און דער אייניקעל הרה"ק רבי צבי מגיד זי"ע האט געזאגט, אז די סיבה אויף דעם איז מן הסתם געווען, דאס זעלבע סיבה ווי הרה"ק רבי שמעון אשכנזי בעל נחלת שמעון מדאברימיל זי"ע האט אויך דאס געבעטן, ווייל דער צדיק וקדוש האט געוואלט, אז נאך זיין פטירה זאל ער קענען שטיין בשעת'ן דאווענען שמונה עשרה,

דערציילט הרה"ח רבי דוד לייב שווארץ זי"ע וואס איז געווען מבני עלי' אין בני ברק, אז א איד א גרויסע חסיד פונעם צדיק, וואס איז געקומען צום לוי' פונעם צדיק, דער איד איז אהיים געקומען דאן פון טון געשעפטן, און גלייך נאכן לוי', האט דער איד געזען אז ער האט פארלוירען זיין טייסטער מיט זיין גאנצע געלט, האט זיך דער איד דאן געכאפט, אז זיכער בשעת ער האט זיך געשטיפט ביים בערדיגען דעם צדיק, איז זיכער ארויס געפאלן זיין טייסטער, און איז אריין געפאלן אין קבר,

איז ער געלאפן צום בי"ד פרעגן אויב מען מעג אויף מאכן דעם קבר צו ארויס נעמען דעם בערזל, די בי"ד האט אבער נישט געוואלט מסכים זיין דערצו ח"ו צו אויפמאכן דעם קבר, אבער דער איד האט געזאגט, אז אסאך געלט וואס ער האט דארט געהאט, איז געווען געלט פון אלמנות וואס ער האט געבארגט פאר מסחר, און ער ברויך דאס אלעס צוריק געבן פאר זיי, האט מען טאקע מתיר געווען צו עפענען דעם קבר, לפלא האט מען געזען ווי די ארון וואס מען האט ממש יעצט באגראבן ליגעדיגערהייט, האט זיך געשטעלט אויפן די אנדערע וועג, כאילו דער צדיק שטייט אויף די פיס, ויהי לפלא,
שרייב פאוסט