פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6556

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך פופציגער »

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:25 pm ביידען:
איך האב נאך נישט געהערט א פרעזידענט זאגן אז אונז זעמיר די ערגסטע קאנטרי.
אונז זעמיר א שטארקע קאנטרי
יעדער רעספעקטירט אונז
גוט געזאגט!

כאטש עפעס א גוטע ליין...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1335

דער פרעזידענטליכע דעבאטע

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

מיין פערזענליכע מיינונג איבער'ן דעבאטע.

די צוויי גרעסטע פראבלעמען וואס די דעמאקראטן האבן געהאט, מיט'ן שטעלן ביידען אויף א דעבאטע איז.

#1 טראמפ איז א קעמפער, און ער לאזט זיך נישט פון קיין נישט אמתדיגע ענטפערס.
אין קורצן, ער שפילט נישט קיין פאליטיק, נאר ער שפילט די ריעל געים וויאזוי מען דארף שפילן, אן קיין טראפ פון די מחלה, וואס רופט זיך דשענטל, אדער ווי די פאליטיקאנטן רופן עס אן, 'ער רעדט נישט אויף די וואשינגטאן שפראך'

דערפאר האט טראמפ, (גאר אינטערעסאנט גראדע) טיף אריין געשניטן מיט אכט יאר צוריק אין הילארי קלינטאן ווי באקאנט.

ביידען פון די אנדערע זייט, האבן די דעמאקראטן געוויסט, גייט דארפן שפילן די געם, און זיי האבן שטארק מורא געהאט.

#2 די צווייטע גרויסע, און עיקר פראבלעם איז געווען, אז ביידען איז דאך ביידען, און ער ליידט אויף פארשידענע זאכן וואס מאכן אים פארגעסן, און ווערן צומישט אין אנגעצויגענע צייטן.


צוליב דעם, האבן די דעמאקראטן נישט געוואלט, אז טראמפ און ביידען זאלן האבן א דעבאטע, זיי האבן זיך פראבירט צו פארהוילן די ווארט דעבאטע פון די נייעס קוועלער, און געציטערט אז טראמפ גייט שרייען, אז ער דארף א דעבאטע.

איין טאג האט טראמפ געמאכט א סטעיטמענט, וואס האט אויפגעלאכטן אין די אויגן פון די דעמאקראטן.

טראמפ האט געזאגט זייער שארף, אז מען גייט זיך נישט אראפ זעצן מיט ביידען פאר א דעבאטע.
וויבאלד ער גייט זיך נישט אונטערגעבן פאר די קארופטירטע מידיע, און קארופטירטע ליבעראלן, וואס ווילן אים אינטערברענגען.

אין אנפאנג האבן די הויכע חברה אין די דעמאקראטישע פארטיי, זיך שטארק געפריידט.

עס האט זיך אבער געשאפן א נייע פראבלעם.
די פאלק האט געשריגן אז אויב טראמפ וויל נישט א דעבאטע, מיינט עס אז מען דארף עס יא מאכן.
קען זיין זיי האבן באמת געטראכט, אז טראמפ גייט נישט קענען מאכן די דעבאטע, און קען זיין, אז זיי האבן געהאלטן, אז וואס טראמפ זאגט, זאגן אונז פארקערט.
איך גיי נישט אריין גיין אין דעם.

סיי ווי אזוי, איז עס געווען א פעין אין די נעק, פאר די הויכע חברה אינעם פארטיי.

ווען די דריק אין די מידיע פאר א דעבאטע, האט זיך געהעכערט, האבן זיי אנגעהויבן מיט שפילן, און געהאפט אז טראמפ וועט זיך האלטן שטארק מיט דאס וואס ער האט געזאגט.

ווען די מידיע האט געזעהן, אז די פאליטישע שישקעס קומען אין שפאן מיט זיי, האבן זיי געלייגט נאך מער דרוק.....

און......

טראמפ האט מסכים געווען......

דא האבן די דעמאקראטן, צוריק באקומען זייערע אלטע זארגן וואס זיי האבן געהאט, און זיי האבן געזוכט לעזונגען פון אינטערן טיש...

זיי האבן געטראפן!!!

דער דעבאטע פירט זיך דאך, דורך די דעמאקראטיש געשטומטע סי ען ען, און אויפן זארג, אז טראמפ גייט שרייען און פרעגן ווילד, האבן זיי אויסגעארבעט אז עס גייט געפירט ווערן, מיט אויסגעלאשענע מייקס ווען עס איז נישט די צייט פון רעדן.

אויף די פראבלעם אז ביידען ווערט צומישט, אין אנגעצויגענע צייטן, האבן זיי צום ערשטן מאל אין היסטאריע, געמאכט צוויי טוישונגען.

#1 עס גייט נישט זיין מיט אן עולם אזויווי ביז היינט, נאר עס גייט זיין לייוו.

#2 עס גייט זיין קאמערציאלע ברעיקס אינמיטן, ווי זיידי ביידען וועט זיך קענען אביסל אפריען, זיך דערכאפן דאס הארץ, און אביסל ריליעסן די פרעשור וואס דרוקט אויף אים.


צום שלוס:
מיסטער דשאו ביידען, 'די פרעזידענט פראם די פיפל, פאר די פיפל' וואס איז מיט דיר????
מען ארבעט אויס טוישונגען, ספציעל קאסטום פאר אייך.
ספעציאליסטן זענען געשטאנען און געשוויצט פאר דיר, אז די זאלסט נישט זאגן, אז עס איז דא טויזנט טריליאנערן אין אמעריקע, ווען עס איז נישט דא קיין איינס אין די גאנצע וועלט.........

פארוואס האסטו דאס געטוהן????

אן דיין רשות וועל איך מיר באנוצן מיט דיינס אן אויסדריק:

ביזט אן אנזעץ!!!
פעריאד! פעריאד! פעריאד!
(פינטל! פינטל! פינטל!)
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 594

די איי דו עה, אז וואס? כ'הער נישט, וואס זאגסטו? האסט אן איי דיע?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

ויהי ממחרת, די חתונה איז שוין פארטיג, מ'האט שוין אהיימגעטראגן דעם חתן מיט זיינע שושבינין אהיים, און איצט בלייבט איבער בלויז איין זאך, און דאס איז די איי דו עה.. וואטעווער דעט איי דו עה איז.. איך ווייס נאכנישט וואס דאס איז, אפשר ווייסט איר יא.. מר. פרעזידענט, וואטס די איי דו עה?

איך האב איבערגעהערט די דעבאטע און כ'האב נישט געקענט טרעפן איין ווארט וואס דער זקן מופלג האט געזאגט מער ווי די ווארט די איי דו עה.. נישט אויפגעהערט צו רעדן פון די איי דו עה.. וואסערע איי דו עה? אז מ'האט גענומען אן אלטן מושב זקנים זעצער און געשטעלט אויף א פרעזידענטליכע דעבאטע אן געבן א געהענגל באנאנאס אין זיין רעכטע האנט, מיט א בינטל טרויבן אין זיין לינקע האנט, און א האלבע אויפגעריסענע מעלאוינע אויף זיין קאפ, כאטשיג זאל עס זאגן א שטיקל סטעיטמענט.. אבער פאר אלע זיינע צרות, וואטס דע איי דו עה?

פיר יאר וואס די פעקט טשעקט אנטי דיסאינפערמעשאן מידיא זאגט אונז אז די אלע קליפס פון ביידן זענען געשטיקלט, צוזאמגעשטעלט, ארויסגענומען פון קאנטעקסט, פאטאשאפט, עי איי וכו' וכו'.. פיר יאר!!! איז דעס די איי דו עה פון וואס ער רעדט? קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס אין די וועלט ס'איז בכלל דא א מידיע? ברויכ'ן זיי נישט זיי דער וואס ברעכט די ערשטע די נייעס פארן פובליק אז דער פרעזידענט זעהט נישט אויס בסדר? איז נישט דעס די סיבה פארוואס ס'איז דא אזויפיל רעגולאציעס ווען ס'קומט צו מידיע? פרידעם אויף פרעס, פארוואס??? טאקע וועגן אזוינע סארט איי דו עה'ס.. צו מאכן אויפמערקזאם דעם ציבור נאך פאר סיי ווער, אז אינגערמאן נעם ארויס דעם קוגל פון אויווען ס'ברענט שוין צו.. אנשטאט וואס האבן זיי געטוהן? געוואשן די מוחות!!! פעקט טשעקט די איי דו עס און באשלאסן פה אחד כולם הודו והמליכו ואמרו אז ס'נישטא קיין פיש אין די הערינג נאר צוויבל.. סארא אידיאטן אידאס?!

פארוואס האט נאך די מידיע נישט פארפירט איבער אינוואקן דעם 25'סטן אמענדמענט? אכט יאר צוריק ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז די 25'סטע אמענדמענט געווען יעדן טאג אין די נייעס, ווי איז די איי דו עה ווען מ'ברויך עס עכט האבן? האט שוין די עף בי איי געמאכט עפעס אן אינשורענס פאליסי אויף ביידען? פארוואס האט מען נאר פאר טראמפ געמוזט מאכן אן אינשורענס פאליסי? דו טראסט דעם אלטן סוויט פאטעיטע צו האלטן די נוקלער קאוידס? ריעלי?

די איי דו עה אז מ'האט געלאזט דעם זיידן לויפן פאר פרעזידענט, און אים נישט געגעבן א בעזעם מיט א שאוועל און געשיקט קעיר נעמען פון די האר אויף זיינע פיס, איז מיינד באגלינג!! ס'נישט אז זיי האבן נישט געקענט מאכן פריימעריס, זיי האבן פאקטיש געהאט פריימעריס, און וואלטן געקענט אריינשטעלן פאסיגע קאנדידאטן וואס האבן נישט אזויפיל טריליאן פעטענאל טויטע אין איין טאג אין בוזששעששעבעששששעעשעוחחחכשששץ... געששששעעככעשעש.... (עפעס א קאויד ווארט פאר די איי דו עה.. פרעג די מידיע, זיי וועלן דיר מסביר זיין אז ס'עכט יא עפעס א ווארט..)

מר. פרעזידענט, די איי דו עה אז די דיעפ סטעיט פירט אמעריקא, און נישט די אמעריקאנע וויילער!! די איי דו עה אז די מידיע פירט דעם המון עם אין לעזאזל אריין צוזאמען מיט אמעריקא, די איידיע אז די דשזאסטעס דעפארטמענט איז קארופטירט פון אונטן ביז אויבן.. די איי דו עה אז מ'זאל קענען איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר גאנץ אמעריקא אז עכט ווייסט דער שעיר לעזאזל יא ווי צו גיין, די איי דו עה אז מ'קען זעהן ווי דער שעיר לעזאזל דוכן'ט אריין יעדע שטיק צייט, און ברענגט לעבעדיגע באריכטן פון די לבנה און די שטערנס.. די איי דו עה אז איינער חלומ'ט אז מ'גייט נישט טוישן דעם דעמאקראטישן טיקעט מיט א צווייטע נאמען אנשטאט ביידען.. די איי דו עה פון טראגן אמעריקא אין די אדמה אריין מיט נעקסט דעי עיר עקספרעס, דעטס די איי דו עה!!!
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 594

Re: די איי דו עה, אז וואס? כ'הער נישט, וואס זאגסטו? האסט אן איי דיע?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

GRIhUWyW8AE1AmE.jpeg
GRIhUWyW8AE1AmE.jpeg (116.54 KiB) געזען געווארן 494 מאל
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 80

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך גליק »

יישר כח פאר אלע באריכטער + @ניקל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך ניקל »

סענעטאר פעטערמאן מאכט אוועק די פאניק ביי די דעמאקראטן
Screenshot_20240628_132153.jpg
Screenshot_20240628_132153.jpg (207.74 KiB) געזען געווארן 779 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ביידענס קאמפיין זאגט אז ער איז גרייט פאר נאך א דעבאטע.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3585

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

הוהא א מעכטיגע ארבעט דא. איך פיל ווי כ'בין דארט געווען און כ'האב ארויס וואס ס'איז פארגעקומען. יישר כח אלע פון אייך! ספעציעל @ניקל @מיילעך פריילעך און @שאינו יודע לשאול @מסתמא, און אויך @אויסגעשארפטע בליי פאר דיין שיינע אנאליז און @מאניש בנבנשתי פאר דיין תגובה... טענקס טענקס כהאב הנאה געהאט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6556

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך פופציגער »

א יישר כח פאר אלע באריכטער!

און א יישר כח @אויסגעשארפטע בליי און דער קעניג אין די הומאר וועלט @מאניש בנבנשתי פאר די אנאליזן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 899

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:55 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:51 pm געוועזענע טראמפ'ס פרעסע סעקרעטאר ספייסער זאגט זיין מיינונג,

טראמפ זאל פרעגן ביידן ער זאל אויסרעכענען אלע מיטגלידער פון זיין קאבינעט אין שוין....
ביידן וועט אים צוריק פרעגן אויב ער קען אויסרעכענען 5 פון זיין קאבינעט וואס זענען דארט געווען פון אנפאנג ביזן סוף.
למעשה האט טראמפ עס גענוצט פאר א טענה אויף ביידען
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 899

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:01 pm א יישר כח פאר אלע באריכטער!

און א יישר כח @אויסגעשארפטע בליי און דער קעניג אין די הומאר וועלט @מאניש בנבנשתי פאר די אנאליזן!
גא”מ
דער @אויסגעשארפטע בליי קומט אריין פיין אויסגעשארפט, און @מאניש בנבנשתי כדרכו מיט א שאייגאוווו געשריי,

דרך אגב @מאניש בנבנשתי ביסט אפשר א קרוב מיט @ירחמיאל מאניש ?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1199
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3234

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מסתמא »

א גוטע ליין פון יאססי געשטענער: ווילסט וויסן ווי ווייט איז די לינקע פראפעגאנדע איז געגאנגען די לעצטע 4 יאר? ווי שטארק איר איינדרוק איז געווען אויף דיר? אזוי שטארק ווי די מאסיווע שאק וואס די פארגאנגענע דעבאטע האט געברענגט!

היתכן דו ביסט אין שאק? נארוואסדען, פארשטיי וואס די מעינסטריעם מידיע איז און טוט מיט דיר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1095

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 3:48 pm א גוטע ליין פון יאססי געשטענער: ווילסט וויסן ווי ווייט איז די לינקע פראפעגאנדע איז געגאנגען די לעצטע 4 יאר? ווי שטארק איר איינדרוק איז געווען אויף דיר? אזוי שטארק ווי די מאסיווע שאק וואס די פארגאנגענע דעבאטע האט געברענגט!

היתכן דו ביסט אין שאק? נארוואסדען, פארשטיי וואס די מעינסטריעם מידיע איז און טוט.
👌
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

א גוטע ליין פון שרגי שטערן אויף קולמע.

ביידען האט צוזאמגעברענגט באחדות די גאנצע לאנד..
אז ער זאל אפטרעטן..
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1199
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3234

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מסתמא »

טראמפ איז ביים דעבאטע געווען אויסנאם שארף און קלאר, ער האט געמאכט זיין קעיס פארוואס ”ער” טראמפ מיט סטאביליטעט גייט סינאנעמעס און פארוואס ביידען מיט כאאס גייט סינאנעמעס.

די מידיע קען נישט געבן פאר טראמפ דאס מינדעסטע קרעדיט מחמת זייער קולטיסטישע שנאה צו טראמפ דעריבער זענען זיי גרייט צו רעדן ווי שלעכט ביידען איז געווען אנשטאטן דארפן רעדן פון טראמפס מאסיווע ארבעט פון אראפשטעלן זיין קעיס און אימעדזש אלץ אמעריקעס מציל ומושיע.

דאס פאלק האט עס געזעהן!
טראמפ האט הונדערט פראצענט איבערצייגט א שיינע צאל וואקלדיגע וויילער אים צו געבן נאך א טשענס צו מאכן סדר און סטאביליטעט דא אין לאנד!

דאס איז דער עיקר טעיק עוועי! און דאס אז די מידיע איז ביזי ספינען און פארקויפן שטותים אז ביידען מיט זיין מאמבל ראמבל לוחש לחשים איז סאם האו געווען בעסער אויף פאליסי ווי טראמפ און האט כאילו זאגאר געזאגט דעם אמת.... דאס איז אין איר דעפיניציע; געז לייטינג!!!! שטותים! אט האט איר די זעלבע מידיע וואס אייך געמאכט אריינגיין אין שאק פון דעם פארגאנגענעם דעבאטע, צוליב אייער פאלטשע איינדרוק אויף ביידען אז ער איז כאילו אין די כלים, אלעס פאראורזאכט דורך די מידיע.

ניין! ביידען איז נישט געווען בעסער אויף פאליסי!
ניין! ביידען האט נישט געזאגט דעם אמת!

יא! טראמפ איז געווען סאליד אויף פאליסי! ער האט נישט געזאגט קיין סאבסטענשעל ליגנטס!
יא! טראמפ האט געמאכט זיין קעיס פאר די אמעריקאנער וויילער אז ”ער” איז דער קאנדידאט וואס גייט בדרך הטבע ברענגען פרידן, סטאביליטעט, שלום און דעמאקראטיע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1199
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3234

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מסתמא »

בנוגע די מאדערעיטארס, פילע נערישע רעפובליקאנער רעדן מיט עקסטאז ווי יושר'דיג זיי זענען געווען, דאס איז נאר ווייל מ'האט ערווארטעט אז זיי וועלן זיין אזוי אפן בייעסד, און וויבאלד דאס האט נישט פאסירט הייסט עס עס גאר יושר'דיג... wow, טאקע אימפרעסיוו...

לאמיר אבער זען דעם אמת איבער זייער א”ג יושר ביים דעבאטע:

1 דער איינציגסטער קאנדידאט וואס איז געפרעגט געווארן וועגן רודפ'ן פאליטישע אפאנענטן, איז געווען דאנעלד טראמפ

2 דער איינציגסטער קאנדידאט וואס איז געפרעגט געווארן וועגן פאליטישע וויילענס, איז געווען דאנעלד טראמפ. טראצדעם וואס די איינמאליגע יאנואר 6 ראיאטן איז א וויץ קעגן די איבערקערענישן וואס די דעמאקראטן האבן אנגעמאכט די לעצטע 8 יאר.

3 ווען מ'האט גערעדט וועגן עידזש, איז עס געפרעגט געווארן פון ביידע צוגלייך, ווי כאילו וויילער זענען ערנסט באזארגט איבער טראמפ'ס אלטקייט..

4 און אפילו לגבי עקסעפטן די וואלן רעזולטאטן, וואלט מען עס אויך געמעגט פרעגן ביידען, ווען יעדער בר דעת פארשטייט ווי גרינג דעמאקראטן וועלן אננעמען א טראמפ געוואונס...

הדא הוא דכתיב ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה... מיט אזא אומבייעס ווער דארף נאך בייעס...

אבער טראץ דעם אלעס האט טראמפ ערנסט איבערראשט דעם ציבור, נישטא וואס צו רעדן. א שאד נאר אז די שטורעם איבער ביידען נעמט אוועק די ספאטלייט פון טראמפס איבערראשענדע פערפארמענס. אייגענטליך, מן יימר א שאד? אפשר איז עס טאקע בכוונה תחילה... ענדערש רעדן ווי שלעכט ביידען איז געווען ווי איידער אנערקענען טראמפס מאסיווע פערפארמענס. מדיעל מיר דאך דא מיט א מידיע וואס לאזט אונז הערשט יעצט וויסן ביידען’ס מצב... נו נו... טראמפס יכולת לייקענען זיי נאך... און מיר דארפן זיי אויסהערן.


(קרעדיט @רעגענדיג)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לענ"ד א קלוגשאפט פון טראמפ.
ווען די מאדערעיטער פרעגט אים א בייסיגע קשיא (ינואר 6 ועוד), אנשטאט ענטפערן די תירוץ וואס ער האט זיך אנגעגרייט, הייבט ער אן פארדרייען די שמועס און רייסט אראפ ביידען, און די דריטע מאל ענטפערט ער די תירוץ.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1199
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3234

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מסתמא »

די געלינקטע מידיע וואס איז ביזי אז טראמפ האט כסדר געזאגט ליגנטס און ביידען נישט... פאר א שווארץ קאפל, פון וועלכע ליגנטס רעדסטו? אפשר עפעס ספעסיפיקס? וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן... אפשר די ביליענס ענד ביליענס וכדומה לזה... קיין שום סאבסטענשעל ליגנט וואס טוישט די ארגיומענט! דריי נישט קיין קאפ! די בלענקעט ליגנט באשולדיגונג אויף טראמפ זאל זיך דא סטאפן. אז דו האסט עפעס ספעציפיש, העמיר דעמאלטס רעדן. אבער דו האסט נישט!

יעצט צו ביידען; הוי האט ער ליגנט געזאגט! און נאך ווי! ביי זאכן וואס מאכן יא א חילוק אין די ארגיומענטן!
1 ביידען האט געשניטן סאושעל סעקיוריטי/מעדיקעיד עדווענטעדזש!
(אייגענטליך ביידען האט געהאלפן שרייבן און געשטימט פאר דאס געזעץ אלץ קאנגרעסמאן צו קענען ארויסבארגן (ליין:ארויסנעמען) געלט פון די סאושעל סעקיוריטי קאסע און דעקן דערמיט די פעדעראלע באדזשעט)
2 סאלדאטן זענען יא געשטארבן אינטער זיין זייגער!
3 די גרעניץ איז ”נישט” סעקיור!
4 די מיטל מזרח איז אין פייער!
5 אינפלעישאן איז געווארן און איז נאכאלץ צושפילט אינטער ביידענס זייגער!

אבער ווי גייט די ניגון? אויף פאליסי איז ביידען גוט געווען און ער האט געזאגט דעם אמת....

שקר!!! וועיק אפ ענד סמעל די קאפי!!!

בעיסיקלי, ווען א דעמאקראט דיסעגריעט אויף עפעס רופט ער עס אן; א ליגנט. די דעמאקראטן ווערן פארבלענדעט פון זייערע אייגענע ליגנטס. סאיז פעינפול אבער סאיז אמת. אט די פאלגענדע זענען די טראמפ א”ג ליגנטס; זיינע פאליסיס און וועלט אויסקוק אויף וועלכע דו דעמאקראט דיסעגריעסט, אבער דאס איז קיין ליגנט מיין פריינט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מיין טעגליכע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:53 pm
x 850

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מיין טעגליכע »

לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 288
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 566

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך לך לך »

לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 7:49 pm ווייס איך נישט פארוואס, אבער איך בין נאכאלטס ביי די מיינונג אז קיין דעבאטעס גייען נישט פארקומען...

#קאנספיראציע
זע איך אז איך בין גערעכט געווען, עס איז געווען א לצנות, ניטאמאל טראמפ האט געקענט פארשטיין וואס ביידן זאגט.

הער איז די דיעל, אויב ביידן פארלאזט די פארמעסט האבן די דעמאקראטן א גרויסע טשאנס צו געווינען, אבער אויך א גרויסע טשאנס צו פארלירן אויב די קאנוועשען ווערט א אינערלעכע פייט...
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 11:32 am ביידענס קאמפיין זאגט אז ער איז גרייט פאר נאך א דעבאטע.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
מיין טעגליכע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:53 pm
x 850

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מיין טעגליכע »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 11:32 am ביידענס קאמפיין זאגט אז ער איז גרייט פאר נאך א דעבאטע.
ער האט עס נאר געזאגט צו אויפרעגן דו דאמיקראט'ס
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אויף ווען איז נאר געסקעדזשעלט די 2'טע דעבאטע??

...CAN'T WAIT
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך ניקל »

פרעזידענט ביידען באשולדיגט זיין ארום רייזן איבער די וועלט און די 2 וואכן בעפארן דעבאטע,
ער זאגט אז ער איז כמעט איינגעשלאפן אויפן סטעידזש, וויבאלד ער האט אזויפיל ארומגערייזט איבער די וועלט ווי איבעראל טוישט זיך זייגער, נאכט און טאג,
איך בין נישט געווען קלוג זאגט די פרעזידענט!
איך בין ארומגעפארן איבער די וועלט ארום די זייגער,
דאס איז נישט קיין תירוץ נאר א ערקלערונג.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10885

Re: פרעזידענטליכע דעבאטעס - 2024

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 12:27 am פרעזידענט ביידען באשולדיגט זיין ארום רייזן איבער די וועלט און די 2 וואכן בעפארן דעבאטע,
ער זאגט אז ער איז כמעט איינגעשלאפן אויפן סטעידזש, וויבאלד ער האט אזויפיל ארומגערייזט איבער די וועלט ווי איבעראל טוישט זיך זייגער, נאכט און טאג,
איך בין נישט געווען קלוג זאגט די פרעזידענט!
איך בין ארומגעפארן איבער די וועלט ארום די זייגער,
דאס איז נישט קיין תירוץ נאר א ערקלערונג.
דאכצעך מיר אז ער איז געווען א וואך אין קעמפ דעוויד בעפאר די דעבאטע... טראמפ איז נאך ארומגעלאפן אזויפיל ווי אים.
שרייב פאוסט