הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך דער ידען »

בע"ה און די קומענדיגע טעג, פאלט די יארצייט פון הגאון הקדוש רבי יהודה אסאד זצ"ל, ער איז געבוירן אין יאר תקנ"ז צו זיין טאטע רבי ישראל, אין די שטאט "אסאד" וואס געפינט זיך נעבען "פעסט".

יונגערהייט האט ער געלערנט אין "ניקלשבורג" - ביי הגאון הקדוש רבי מרדכי באנעט זי"ע, און ער האט געגעסן סעודות ביי רבי מרדכי, און ער האט אים ארויסגעווזין א געוואלדיגע חביבות.

ער האט געדינט אלס רב אין די שטאט "סערדהעלי". (פאר איין יאר האט ער געדינט אלס רב אין סעמניץ).

כידוע איז ער געווען א געוואלדיגע לוחם מלחמות ה', ובפרט קעגן די מתחדשים וואס ער האט געפירט א פייערדיגע קאמף קעגן זיי.

ער איז נסתלק געוואן כ"ג סיון אין יאר תרכ"ו ומנו"כ אין סערדהעלי.

זי"ע
בן מנחם
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 45

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך בן מנחם »

הערליכע ספרים על התורה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

הגה"ק רבי יהודה ב"ר ישראל זי"ע, (אסאד), בעל דברי מהרי"א, אב"ד סערדאהעלי. ער איז געבוירן אין שטאט אסאד נעבן בודאפעסט, בשנת תקנ"ז,
צו זיין טאטע מוה"ר ישראל זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת טשארנא ע"ה,

ער איז געווען א צדיק וקדוש אלקים בוצ"ק חו"פ, ער איז געווען א גאון אדיר בתורת הנגלה והנסתר, דער גאון האט יומם ולילה עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, פון אלע תפוצות ישראל האט מען זיך געוואנדען צו דעם גאון מיט שווערע שאלות, אלע חכמי וצדיקי דורו האבן דעם גאון גאר שטארק מחבב און מעריץ געווען, ער איז געווען מפורסם אלס איינע פון די גרעסטע פוסקים בדורו, אבער מיט דעם אלעם איז דער גאון געווען א געוואלדיגע עניו, במקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גאר גרויסע פועל ישועות, ער האט זיך גאר אסאך מסגף געווען מיט סיגופים און תעניתים, ער האט יעדע נאכט אפגעראכטן תיקון חצות, און מקונן געווען אויף גלות השכינה און צרות ישראל,

זיין טאטע איז געווען א פשוטע שניידער, אבער א גאר ערליכער איד, וואס איז געווען א נהנה מיגיע כפו, און געארבעט פאר פרנסה גאר שווער, אבער האט געלעבט א באשיידען לעבן, און דאס איבעריגע געלט אוועק געגעבן פאר צדקה פאר ארימע אידן, ער איז געווען באוויסט אלס א ערליכע סוחר וואס האט אכטונג געגעבן נישט ח"ו צו נכשל ווערן מיט גניבה און געפירט דאס געשעפט מיט א מורא'דיגע ערליכקייט,

ווען דער גאון רבי יהודה איז געווען 10 יאר אלט, איז דער טאטע ליידער נפטר געווארן, און לויט די צוואה פועם טאטן האט מען דעם ארון געמאכט פונעם טיש ווי ער האט אלע יארן געארבעט, כדי דאס זאל מעיד זיין בעולם העליון אויף זיין ערליכקייט מיט וואס ער האט זיך געפירט,

דער קינד יהודה וואס איז דאן געווען 10 יאר אלט, האט געזאגט א גאר שיינע הספד אויף זיין טאטן, וואס גדולים וגאונים בתורה זענען פון דעם הספד גאר שטארק נתפעל געווארן, די אלמנה האט געהאט איין דאגה אז דער קינד זאל וואקסן אין תורה, דער קליינער יתום האט זיך טאקע אריינגעווארפן אין תורה מיט א געוואלדיגע התמדה,

ער איז דאן געפארן לערנען אין די ישיבה פון הגה"ק רבי פאלק ביכלער זי"ע, און ווען דער ראש ישיבה האט געזען דאס גאונות פון דעם קינד, האט ער אים געשיקט לערנען צו זיין ברידער הגה"ק רבי אהרן ביכלער זי"ע וואס איז דאן געווען רב אין שטאט סערדאהעלי, דארט איז דער גאון רבי יהודה געוואקסן אין תורה, ביי די 18 יאר האט ער שוין געקענט אויף אויסעווייניג פינף הונדערט בלאט גמרא און אויך די ד' חלקי שו"ע, אויך האט ער שוין אליינס פאר געלערנט דאן שיעורים,

דאן איז ער געפארן לערנען קיין ניקלשבורג אין די ישיבה פון הגה"ק רבי מרדכי בנעט זי"ע, און דארט האט זיך דער גאון משלים געווען אין תורה ועבודה, דער גאון איז דארט געזעצן על התורה ועבודה אין ביהמ"ד משבת לשבת, און רוב צייט געלערנט שטייענדיג אויף די פיס,

ווען דער גאון רבי יהודה איז אנגעקומען צום ישיבה פון הגה"ק רבי מרדכי בנעט זי"ע, האט דער גאון רבי מרדכי אויסגעלויבט דאס גדלות און חריפות פון זיין תלמיד, און ער האט אים געהאלטן צווישן זיינע חשוב'סטע תלמידים, און געזאגט אויף דעם תלמיד בזה"ל, "בקי בטריפות כרבי יוחנן, וכרבי נחמן בדינא",

דער גאון האט יעדע נאכט אפ געראכטן תיקון חצות, און הרה"ק רבי יוסף צבי דושינסקי גאב"ד ירושלים זי"ע האט דערציילט, אז עס איז געווען באוויסט, אז די וואס האבן זיך געברויכט שטעלן צו די מיליטער, זענען אריין צו דעם גאון רבי יהודה אסאד זי"ע צו נעמען א ברכה,

און דער גאון האט פאר יעדן פון זיי געגעבן צו טרינקען פון א באטל וואס ער האט דארט געהאט, און מען האט דערציילט אז דאס איז געווען פון די טרערן וואס דער גאון האט פארלאזט, אפרעכטענדיג תיקון חצות, און הונדערטער אידן זענען ניצל געווארן פון מיליטער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ער האט חתונה געהאט מיט הצדקת מרת אסתר ע"ה,
בת הגה"ק רבי מאיר אבאנני זי"ע,

ער איז שוין דאן אפילו זייענדיג אזוי יונג ווי 18 יאר, געווען מקושר צום גאון וקדוש הגה"ק החתם סופר זי"ע, און באלד נאך זיין חתונה איז ער געווארן דיין אין שטאט סערדאהעלי בעצתו פונעם הייליגען חתם סופר זי"ע,

דער חתם סופר האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויסע שבחים אויף דעם גאון, און שפעטער איז ער געווען רב אין שטאט רעטה, און דערנאך אין שטאט סעמניץ, און שפעטער איז ער געווארן רב אין שטאט סערדאהעלי ווי ער איז געבליבן ביז צו זיין פטירה,

דארט אין סערדאהעלי האט דער גאון אויף געשטעלט זיין גרויסע ישיבה פון ווי עס זענען ארויס געקומען הונדערטער תלמידים גאונים בתורה, דאן איז ער באוויסט געווארן אלס איינע פון די גרעסטע פוסקים בדורו אין אונגארן, ער האט זיך אסאך געשריבען אין תורה מיטן הייליגען חתם סופר זי"ע, מען האט ביי דעם צדיק געזען ממש אפענע זאכן, ווי אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות,

הגה"ק פוסק הדור רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי זי"ע האט געזאגט, אז עס איז געווען מקובל איש מפי איש אויף הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע, אז איינמאל איז א איד אריינגעקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק און דער צדיק האט דעם איד געהייסן ארויסגיין ווייל ער האט נישט געלייגט קיין תפילין יענעם טאג,

ווען דער צדיק האט געזען, ווי דער עולם וואונדערט זיך פון ווי ער ווייסט דאס, האט ער מיט זיין גרויס עניוות מסביר געווען, אז ווען א איד לייגט תפילין און דאווענט, קען מען זעהן אויף זיין פנים דעם גאנצן טאג א שמחה דקדושה, אבער דער איד ווען ער איז אריינגעקומען, האב איך אויף אים נישט געזען דעם שמחה, אדרבה ער האט געהאט א עצבות אויפן פנים, אזוי האב איך געוויסט אז ער האט נישט געלייגט קיין תפילין,

דער צדיק האט לוחם געווען קעגן די משכילים בדורו און די רעפארמער ר"ל, צוזאמען מיט זיין רבי הגה"ק רבי מרדכי בנעט מניקלשבורג זי"ע, און הגה"ק החתם סופר זי"ע, און אסאך אידן האט ער געראטעוועט פון ווערן פארכאפט דורך די משכילים וואס האבן ליידער געוואלט אראפ פירן כלל ישראל פונעם אידישען וועג,

דערציילט מען אז רבי יהודה אסאד זי"ע איז דאן געגאנגען מיט אסאך גאונים זיך טרעפן מיט דעם קיסר פראנץ יוזף צו שתדלען פאר אחינו בני ישראל, אז מען זאל קענען אויף שטעלן א ביהמ"ד אין שטאט, ווי נאר ערליכע אידן זאלן דארט דאווענען, און נאך אסאך אנדערע זאכן וואס מען האט געברויכט פון די ממשלה,

צווישן די גדולים איז געווען הגה"ק רבי אברהם שמואל בנימין בעל כתב סופר זי"ע, און הגה"ק רבי ירמיהו לעוו בעל דברי ירמיהו מאוהעל זי"ע, הגה"ק רבי ישעיהו בנעט מקאליב זי"ע, הגה"ק רבי מנחם א"ש מאונגוואר זי"ע, הגה"ק רבי מנחם כ"ץ אב"ד צעהלים זי"ע, הגה"ק רבי חיים בעל מחנה חיים סופר זי"ע,

ווען זיי זענען אנגעקומען צום קיסר ארויפגייענדיג זענען די ווענט געווען ארימגענומען מיט שפיגלען, דער גאון האט געזען זיין צורה אינעם שפיגעל, אבער וויבאלד דער גאון האט דאך קיינמאל נישט געקוקט אין קיין שפיגעל, האט דער גאון זיך אנגערופען צו די גדולים, אז ער איז בטוח אז זיי וועלן מצליח זיין, ווייל א מלאך ד' באגלייט זיי, נישט כאפענדיג אז דאס איז געווען זיין אייגענע צורה,

אויך דערציילט מען אז ווען ער איז דורך דעם גאס זענען די קינדער פונעם שטאט געשטאנען אין א שורה, צו קענען כאפן א בליק אויף די צורה און קושען זיין הייליגע הענט, און דער גאון האט אמאל געזאגט פאר די הייליגע קינדער, "הלוואי זאל פון מיר זיך אנקלעבן אויף ענק קדושה, אזוי ווי עס קלעבט זיך אן אין מיר פון ענק ווען עטץ קישט מיך".

ער האט א גרויס חלק פון זיין לעבן מקדיש געווען צו מלחמה האלטן מיט די משכילים וואס האבן אריינגעברענגט נייע מנהגים, ער האט נישט אריינגעטרעטן אין קיין ביהמ"ד ווי עס איז נישט געווען קיין אויסגעהאלטענע מחיצה, אויך האט ער לוחם געווען קעגן די לימודי חול וואס מען האט דאן געוואלט אריין ברענגען אין תלמיד תורה,

דער גאון האט געשריגען אז עס איז נישט דא אזא זאך ׳נאכגעבן׳, אפילו אויף עפעס וואס איז נאר א מנהג, ווייל אויב הייבט מען אן ׳נאכגעבן׳ וועט מען אויך ׳אויפגעבן׳ אויף די גאנצע תורה, שפעטער ווען די אלע וואס האבן זיך געלאזט פירן פון די משכילים זענען ליידער אראפ פונעם אידישן וועג, האט מען געזען דעם ווייטן בליק פון דעם צדיק וקדוש, און כמה גדולים דברי חכמים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

ער האט איבער געלאזט זיינע דברי תורה,
ספר שו"ת יהודה יעלה, על ד' חלקי שו"ע,
ספר חידושי מהרי"א, על פרקי אבות,
ספר דברי מהרי"א,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הגה"ק רבי אהרן שמואל אסאד מסערדאהעלי זי"ע,
בתו הצדקת מרת ביילא ע"ה, אשת הגה"ק רבי לייב שיינמאן זי"ע,
בתו הצדקת מרת הינדל ע"ה, אשת הגה"ק רבי יונה רייכהארד אב"ד קאלטהא זי"ע,
בתו הצדקת מרת טשארנה ע"ה, אשת הגה"ק רבי מרדכי בישיץ זי"ע,
בתו הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת הגה"ק רבי משה הלוי וואזנר זי"ע,
בתו הצדקת מרת פרומט ע"ה, אשת הגה"ק רבי חיים ליב וויינער זי"ע,
בתו הצדקת מרת סעריל ע"ה, אשת הגה"ק רבי אהרן ביכלער אב"ד יאסברני זי"ע,
בנו רבי משה יצחק זי"ע, נפטר בחי' אביו,
בנו רבי מרדכי זי"ע, נפטר בחי' אביו.

דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן האט נאך דער גאון געגעבן שיעורים פאר זיינע תלמידים אבער מקצר געווען און צוגענדיגט דעם מסכת וואס ער האט געהאלטן דאן אינמיטן לערנען, יענע נאכט האט ער נאך געענטפערט אויף מכתבים וואס אידן האבן צו אים געשיקט מיט שאלות, די לעצטע בריוון וואס ער האט געשריבן, איז געווען צו הגה"ק רבי אליעזר זוסמאן סופר מפאקש בעל ילקוט אליעזר זי"ע, הגה"ק רבי עזריאל הילדסהיימר אב"ד אייזנשטאט זי"ע, און הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,

נאך חצות שרייבענדיג א תשובה פאר הגה"ק רבי ירמיה לעוו מאוהל בעל דברי ירמיהו זי"ע, איז די פעדער ארויס געפאלן פון זיינע הענט, דאן האט דער גאון געזאגט מיט א התרגשות בזה"ל, "עד כאן תחום שבת", א האלבע שעה שפעטער האט דער צדיק מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה,

ווען די ידוע פונעם הסתלקות איז אנגעקומען צו הרה"ק מצאנז זי"ע האט ער געזאגט "דער מרביץ תורה פון אונגארן, וואס האט געלערנט תורה לשמה איז אויך נסתלק געווארן", דער צאנזער רב האט געשריבען אויף דעם גאון בזה"ל, "הרב הגאון הגדול המובהק הצדיק המפורסם מופת הדור",

אויך האט הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע געשריבען אויף דעם גאון בזה"ל, "הגאון הגדול המובהק החו"ב העצום המפורסם בעולם צדיק יסוד עולם, האיר פני תבל באור תורתו ועל ישראל זרח אור שמשו".

נסתלק לגנזי מרומים כ"ג סיון בשנת תרכ"ו, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין סערדאהעלי, און די ציון פון דעם גאון איז א פלאץ ווי טויזנטער אידן קומען אויספויעלען ישועות,

הגה"ק רבי משה ניישלאס אב"ד סקווירא זי"ע האט דערציילט אז ער איז איינמאל געגאנגען צו הגה"ק מביקסאד זי"ע, און ער האט אים געגעבן א קוויטל וואס דארט איז געשטאנען אז ער קומט פון שטאט סערדאהעלי, האט ער אים געבעטן אז ער זאל אים גיין מזכיר זיין ביים ציון פונעם גאון רבי יהודה אסאד זי"ע,

און געזאגט אז ער זאל צו דעם ציון נישט גיין מאנטאג אדער דאנערשטאג, ווייל דער גאון רבי יהודה אסאד זי"ע איז פון די בית דין הגדול אונעם עולם העליון, און דערפאר מאנטאג און דאנערשטאג געפונט ער זיך נישט ביי זיין ציון, און געזאגט דעם בעסטן טאג צו גיין צו זיין ציון איז עש"ק,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

מעשה!

א איד פון שטאט סערדאהעלי האט געהאט א וויין קעלער, פון ווי ער האט פארקויפט וויין פאר די אידן פונעם שטאט, איין טאג איז א גוי פונעם שטאט אריין אינעם קעלער, און ווען דער איד האט דאס געזען האט דאס אים זייער פארדראסן, ווייל אלע וויין איז יעצט געווארן יין נסך

האט ער דעם גוי געשלאגן, און דער גוי איז געפאלן א פגר, דער איד איז שנעל אריבער צום רב רבי יהודה אסאד זי"ע, און פארציילט וואס דא איז געשען, האט דער רב געזאגט זיי נישט באזארגט לאמיר צוזאמען אריבער גיין, ווען דער רב איז אנגעקומען, איז ער צו געגאנגען צו דעם פגר דער גוי, און זאגט אים "שטעל דיך אויף און גיי אהיים", דער פגר האט זיך אויפגעשטעלט און ארויס פונעם הויז פונעם איד, און אזוי ווי ער איז אנגעקומען אהיים איז ער געפאלן א פגר דארט ביי זיך אין שטוב.

פארציילט מען אז ווען מען האט געברויכט גיין צום קעניג צו שתד'לען פאר אידן, האט מען געשיקט דעם גאון ווייל ער איז געווען מפורסם מיט זיין חכמה און פקחות, און ער האט געהאט א אפען טיר ביים קעניג,

איינמאל האט ער באשטעלט א אוידיענץ ביים קעניג און מען האט אים געגעבן דעם טאג וואס איז אויסגעקומען אויף א שבת קודש, איז דער גאון געפארן בעפאר שבת צום שטאט, און שבת איז ער אריין צום קעניג, דער קעניג איז פארשטייט זיך זייער נתפעל געווארן פון זיין קליגשאפט, און דער קעניג האט אים געשאנקען א ציגארעטיל, וואס דאס איז געווען בימים ההם א גאר חשובע מתנה צו באקומען פון א קעניג,

דער גאון איז געווען אין א פארלעגנהייט, ווייל אויב ער וועט נישט פארייכערן דעם ציגארעטיל, וועט עס זיין א מרידה במלכות, אבער אויב ער וועט יא רייכערן דעם ציגארעטיל, וועט ער דאך עובר זיין אויף חילול שבת, און אפשר מעג מען דאס יא טון וועגן פיקוח נפש,

האט דער גאון מיט חכמה אריינגעלייגט דעם ציגארעטיל און זיין בגד, ווען די באדינער האבן דאס געזען זענען זיי געווארן זייער ברוגז, אז ער האט זיך נישט נוהג כבוד געווען קעגן דעם קעניג, אבער דער גאון האט געזאגט פארן קעניג, אז די סיבה פארוואס ער רייכערט נישט דעם ציגארעטיל איז, "ווייל א געשאנק פון קעניג וועל איך נישט צורויכנען" נאר ער וויל דאס אוועק לייגען פאר א זכרון, דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון זיין ענטפער.

איינמאל חנוכה איז דער מושל פון שטאט פרעשבורג געקומען קיין סערדהעלי, און וויבאלד דער גאון רבי יהודה אסאד זי"ע איז געווען מפורסם אפילו ביי די גוים אויך מיט זיין געוואלדיגע חכמה און קלוגשאפט, איז ער אריין באזוכען דעם רב, די רעבעצין האט געוואלט מכבד זין דעם גרויסן גאסט דער מושל, אבער עס איז אין שטוב פונעם גאון נישט געווען קיין פרוכט,

איז די רעבעצין געקומען און שטילערהייט געזאגט פארן גאון, אז זי האט נישט מיט וואס צו מכבד זיין דעם גאסט דער מושל, האט זיך דער גאון אנגעריפן און געזאגט, איך וועל ברענגען פירות צו מכבד זיין דעם גאסט, און דער גאון איז צו געגאנגען צום קעסטל ווי די פרוכט פלעגט ליגן, און לפלא האט דער גאון ארויס גענומען פון דארט צוויי פרישע פרוכט וואס האבן אויס געזען כאילו מען האט דאס יעצט ממש אראפ גענומען פונעם בוים, און דער מושל איז ממש ארויס פון התפעלות, ווייל יענע צייט אין יאר איז נישט געווען במציאות צו אפילו טרעפן די פרוכט,

הרה"צ רבי יחזקאל טויסיג זי"ע האט דערציילט א מעשה נורא, איינע פון די תלמידים פונעם גאון וקדוש רבי יהודה אסאד זי"ע איז אמאל געפארן אויפן וועג, ער איז דורך געפארן א וואלד, פלוצלונג האט אים באפאלן א רוצח א גזלן, און ער האט געסטראשעט דעם תלמיד אז ער גייט אים רח"ל הרג'נען,

דער תלמיד האט זיך פראבירט איינצובעטן ביים רוצח אז ער זאל אים לאזן גיין, אבער עס האט אים גארנישט געהאלפן, האט דער תלמיד געבעטן פונעם רוצח, אז ער זאל אים כאטש לאזן זאגן קריאת שמע דאס לעצטע מאל אין לעבן, נאך שטארקע געבעטן האט דער רוצח אים נאך געגעבן, און געזאגט אז ער האט 15 מינוט צו ליינען קריאת שמע,

פארשטייט זיך אז דער תלמיד האט געליינט א קריאת שמע וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געליינט אין לעבן, און ער האט געזאגט וידוי מיט בכיות נוראות, דאן האט דער תלמיד אויף געמאכט זיינע אויגן גרייטענדיג צו אום קומען על קידוש השם, אבער ווי פארוואונדערט איז דער תלמיד געווארן, ווען דער רוצח איז נעלם געווארן, פארשטייט זיך אז דער תלמיד האט זיך אויף געהויבן און בשלום אנגעקומען צו זיין גרויסן רבין, רבי יהודה אסאד,

דער תלמיד קומט אריין צו זיין רבין, און וויל אנהייבן דערציילן דעם נס וואס איז יעצט געשען מיט אים, אבער ווי פארוואונדערט איז דער תלמיד געווארן, ווען זיין הייליגע רבי ר' יהודה אסאד זי"ע הייבט גלייך אן זאגן פארן תלמיד, "זאג מיר דעם אמת, האסטו שוין אמאל געליינט קר"ש מיט אזא התלהבות, וויסן זאלסטו אז פון הימל האט מען דיר געוואלט לערנען, ווי אזוי מען ברויך ליינען קר"ש, מען ברויך אין דעם אריין לייגען אזא כוח, כאילו עס איז דאס לעצטע קר"ש וואס מען ליינט אין לעבן",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

עס איז געווען אין יאר תר"ח ווען איבער אידישע קעפ איז געהאנגען ביטערע גזירות ה"י, גרויזאמע פאגראמען זענען אויס געפירט געווארן איבער אידישע קהילות, אונטער די אנפירערשאפט פונעם צורר הורבאן ימ"ש, די רציחות האבן נעבעך איבער געלאזט מאסן אומגעקומענע קדושים, און גאנצע אידישע שטעט זענען דאן געווארן אפגעמעקט,

אין שטאט סעמניץ האט דאן געוואוינט רבי יהודה אסאד זי"ע, ער איז געווען רב אין שטאט, אבער זיין נאמען האט גע'שמ'ט ווייט אוועק, איבער די גאנצע וועלט האט מען געוואוסט פון זיין גדלות, און פון אלע עקן פון אירופה האט מען אנגעפרעגט שווערע שאלות פון דעם גאון עולם, אויך די גוים האבן זיך געפארכטן פון אים,

אין יענע תקופה האבן די אידן פון סעמניץ געוואוסט אז ס'וועט נישט לאנג דויערן, און די באנדעס וועלן אויך זיי איבערפאלן, לאנג האט נישט גענומען און די שפורן פון זיי האבן אנגעהויבן זיך אנזען אין שטאט, עס איז געווען פאר פסח און שמועות האבן זיך גענומען פארשפרייטן אז אין סאמע נאכט פון פסח, דער ליל שמורים וועלן די רוצחים זיך ווארפן איבער די אידישע הייזער ה"י,

א טויט שרעק איז געפאלן איבער יעדן אידישן איינוואוינער, די בלוטיגע נייעס פון די אנדערע שטעט ווי די רשעים האבן באזוכט, האט געווארפן א פחד אויף די סעמניצ'ער אידן, אבער רבי יהודה אסאד, דער רב, האט דאן געלאזט אויסרופן צווישן אלע אידן, אז אין נאכט פון פסח זאל יעדער איינער, קליין און גרויס, מענער און פרויען, זיך צוזאמענקומען און פראווענען דעם סדר אינאיינעם אינעם שטאט'ישן שול,

פארשטייט זיך אז יעדער האט געפאלגט און אויסגעפירט דעם הייליגן באפעל פון רב, און פסח אויפדערנאכט ווען אלע זענען געזעסן איינגעהילט אין די קיטלען און גלייכצייטיג אין טיפן אנגסט פראווענענדיג דעם סדר, האט רבי יהודה גערופן צען פון זיינע תלמידים און זיי געשיקט אינדרויסן פון שטאט געוואויר צו ווערן ווען די רוצחים גרייטן זיך צו קומען,

נישט לאנג נאך חצות-הלילה, האבן די תלמידים געהערט די טריאמפ-פירנדער מארש מיט וועלכע די באנדעס גאלאפירן אין ריכטונג פון שטאט, מיט שרעק זענען זיי באלד געלאפן אין ביהמ"ד איבערגעבן די ביטערע בשורה, א טומל האט אויס געבראכן צווישן די שטאטלייט ווען זיי האבן געהערט די נייעס.

אבער דער רב רבי יהודה אסאד האט זיי בארואיגט און געזאגט, "האט'ס נישט קיין מורא, ווארט'ס נאר און זעט'ס דעם אויבערשטנ'ס ישועה וואס ער וועט מיט אונז טון", באלד האט רבי יהודה גענומען זיין טלית, זיך דערין איינגעהילט, און גענומען זיין ראש השנה'דיגן שופר, די רשעים האבן זיך דערווייל דערנענטערט צום שטאט מיט אויס געשארפטע שווערדן,

דער הייליגער צדיק רבי יהודה האט זיך אנגעקליידט מיט גבורה, און איז ארויס איינער אליין קעגן דעם ריזיגן מיליטער, ער האט ארויסגעצויגן זיין גרויסן שופר און מיט התלהבות גענומען בלאזן א תקיעה גדולה, פונקט ווי ר"ה ביי די תקיעות, ווען די רשעים, אין שפיץ פון זייער פירער דער טיראן הורבאן ימ"ש, האבן דערזען דעם איד'ל, האט צווישן זיי אויסגעבראכן א גרויסע בהלה,

די רייטער האבן אנגעהויבן צו טרייבן די פערד און איינער האט צעטרעטן דעם אנדערן אין גרויס פאניק, אין דעם שווערן כאאס זענען געפאלן עטליכע הונדערט פון זיי, און די איבריגע זענען זיך צעלאפן פון דארט מיט גרויס שרעק, שרייענדיג אז פון הימל האלט מען מלחמה פאר די אידן.

דער צדיק רבי יהודה אסאד האט דאן א פרייליכער זיך צוריקגעקערט אין שטאט, צו ענדיגן דעם סדר און דערציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט די אידן אין יעדן דור, אויפמארגנס האט דער רשע הורבאן ערקלערט, אז א טויט שרעק איז אויף אים אנגעפאלן ווען ער האט געזען פאר זיך שטיין א מענטש וואס זיין הייך האט דערגרייכט ביז'ן הימל,

דער נצחון וואס די אידן האבן דאן געהאט האט זייער געשטאכן פאר די גוי'אישע באפעלקערונג, די שונאי ישראל האבן נישט געקענט אראפשלינגען דעם מעשה, און עס האט זיך גענומען קאכן א גרויס העצע קעגן די אידן פון סעמניץ, און איבערהויפט קעגן דעם רב פון שטאט רבי יהודה אסאד, דארט אין סעמניץ האט געוואוינט א גוי'אישע בעקער, א וויסטער שונא ישראל, וועלכער האט געלאקערט ח"ו אומצוברענגען דעם רב,

איינמאל ווען רבי יהודה איז אהיים פון שול אין באגלייטונג פון זיינע מקורבים, איז דער רשע אים אנטקעגן געקומען מיט א מעסער גרייט אויסצופירן זיין בארבארישן פלאן, א בהלה האט אויס געבראכן צווישן די אנוועזנדע, אבער רבי יהודה האט זיך בכלל נישט צו טון געמאכט, נאר ער האט רואיג פארגעזעצט זיין וועג, ווען דער רשע איז שוין געקומען גאר נאנט צו אים און ער האט אויפגעהויבן דעם מעסער, האט ער עס פלוצלינג געגעבן א לאז אראפ אויף זיין אייגענער האנט אפהאקענדיג זיין לינקער האנט,

די אנדערע גויים האבן אין דער זעלבער צייט זיך שוין געהאט פארזאמלט אויסצופירן א בלוטיגער פאגראם איבער די אידן, אבער זעענדיג וואס עס האט פאסירט מיט דעם בעקער, זענען זיי אלע אנטלאפן מיט גרויס מורא, רבי יהודה איז זיך רואיג אהיים, און זינט דאן האט דער בעקער אלעמאל גערעדט מיט פארכט, וואס עס האט מיט אים פאסירט אלעס וועגן ער האט געוואלט ח"ו שעדיגען דעם הייליגען רב רבי יהודה אסאד זי"ע, און פון האט רבי יהודה געהאט אן אפען טיר ביי די ראשי המדינה און פיל גע'שתד'לט פאר די אידן פון שטאט,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

דער זוהן פונעם גאון רבי יהודה אסאד, ברענגט א מעשה וואס האט פאסירט ווען זיין טאטע האט געלערנט אין די ישיבה פון הגאון רבי מרדכי באנעט זי"ע, ווען רבי יהודה אסאד איז אנגעקומען אין די ישיבה האט ער זיך ערווארבן א נאמען אלס גאון און מתמיד, ער פלעגט אויפזיין גאנצע נעכט, און פלעגט לערנען שטייענדיג כדי נישט איינצושלאפן,

אלס גמילת חסד מיט די שוואכערע בחורים וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו צאלן געלט פאר א פריוואטע מלמד, פלעגט ער זיי צוזאמען נעמען און לערנען מיט זיי די לימודים פון ישיבה, טיילמאל האבן זיך געקענט געפונען ביי זיינע שיעורים א גוטע פערציג-פופציג בני עניים,

עטליכע אומפארגינער האבן אים זייער מקנא געווען אויף זיין גוטען נאמען אין ישיבה, ובפרט אז זייער רבי הגר"מ באנעט זי"ע האט אים מקרב געווען, האבן זיי אפגעטאן א בייזוויליגן אקט, איין שיינעם טאג ווען רבי מרדכי באנעט זי"ע איז אריין געקומען צום שיעור, עפענט ער אויף זיין גמרא ווי געווענליך, און ער טרעפט דארטן א צעטעלע, א פאשקעוויל, וואס איינער פון די בחורים האט אפגעשריבן אקעגן דעם בחור "יהודה אסאד",

דארט איז געשטאנען אויסגערעכנט דריי סיבות פארוואס מען דארף דערווייטערן דעם בחור יהודה אסאד,
1) ער האט זיך געגרינדעט א ישיבה מיט 50 בחורים און לערנט פאר שיעורים פאר זיי,
2) ער מאכט אוועק די תורות פון זיין רבי'ן הגר"מ בנעט זי"ע, זאגנדיג אז זיי זענען נישט אויס געהאלטן,
3) ער לערנט קבלה, טראצדעם וואס ער האט נאכנישט דערגרייכט די יארן דערצו,

רבי מרדכי בנעט זצ"ל האט אפגעליינט דאס צעטל שטילערהייט, ער האט אבער גוט געקענט זיין תלמיד ר' יהודה צו וויסן אז דאס זענען הוילע שקרים וכזבים וואס איינער האט פאבריצירט אויס קנאה, קענענדיג חכמת הפרצוף האט ער זיך גוט אומגעקוקט אויף די בחורים, און ער האט גלייך געכאפט וועלכער בחור האט זיך דערוואגט צו טאן אזא זאך, פארשעמען ר"י אסאד,

דאן האט דער גאון רבי מרדכי בנעט זיך אנגערופן צו ר' יהודה אסאד און געזאגט, איך וועל דיר פאר ענטפערן פון אלע דריי טענות וואס די בחורים האבן קעגן דיר,
1) דאס וואס זיי טענה'ן אז דו האסט זיך געגרינדעט א ישיבה מיט 50 בחורים, וויל איך דיר וואונטשן אז דו זאלסט מצליח זיין, און איך וועל דיר נאך אפילו צו געבן נאך 50 בחורים מיט וועמען דו זאלסט לערנען שיעורים,
2) דאס וואס זיי זאגן אז דו מאכסט אוועק מיין תורה, לויט ווי איך קען דיר, ווייס איך אז דאס איז שקר, אבער לו יהא אז דאס איז אמת, געב איך דיר רשות, אז אויב דו זעהסט אין מיינע רייד עפעס וואס איז נישט אויס געהאלטן, אז דו מעגסט דאס אוועק מאכן און זאגן אז איך האב נישט גוט אפגעלערנט די זאך,
3) און צולעצט, געב איך דיר רשות צו לערנען קבלה, טראץ דיין אינגן עלטער,

פארשטייט זיך אז די ווערטער פון דעם גאון וקדוש רבי מרדכי באנעט זי"ע האט געמאכט א געוואלדיגע רושם אויף זיינע תלמידים, זעענדיג ווי שטארק דער גאון האלט פון זיין חשובע תלמיד רבי יהודה אסאד, און פון דאן האט זיך שוין נישט פארגליסט פאר קיינעם צו ח"ו טשעפענען מיט דעם גאון וקדוש,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 9342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 16197

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך ניקל »

עס איז פאר געקומען א חתונה פון איינע פון די פרנסי הקהלה און דארט האבן זיך באטייליגט די גאונים פונעם דור, ובתוכם איז געווען דער הייליגער כתב סופר זי"ע און הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע,

ביים סעודה האט דער גאון דער כתב סופר געזאגט אז לכבודו פונעם פרנס הקהלה האט ער געברענגט א חשובע חפץ צו ווייזן פארן עולם, און דער גאון האט ארויסגענומען א מחצית השקל מטבע וואס איז נאך פון די בית המקדש השני, און מען האט דאס אריבער געפירט פון איינעם צום אנדערן אז יעדער זאל דאס קענען באטראכטן,

אביסל שפעטער האט מען צוריק געבעטן דעם מטבע, אבער מען האט דאס נישט געטראפן, גלייך האט מען געטראכט אז איינער פון די באטייליגט האט דאס זיכער גע'גנב'ט, האט מען געגעבן א עצה אז מען זאל יעדן הייסן אויסליידיגען די טאשן, און אזוי וועט מען זען ווער עס האט דאס גענומען,

האט דער גאון רבי יהודה אסאד זי"ע געבעטן אז מען זאל ווארטן א האלבע שעה בעפאר מען טוט דאס, צוליב דעם כבוד פונעם גאון האט מען דאס נאכגעגעבן פארן גאון, אבער ווען עס איז דורך די האלבע שעה און מען האט דאס נאכאלץ נישט געטראפן, האט דער גאון געבעטן אז מען זאל ווארטן נאך 15 מינוט, און דער גאון האט זיך געשטעלט דאווענען אין די זייט און מתפלל געווען, אז דער באשעפער זאל העלפן אז מען זאל דעם מטבע טרעפן,

דערווייל איז איינע פון די ארבעטער געקומען, און געברענגט דעם מטבע און געזאגט אז ער האט דעם מטבע געטראפן אין די מיסט, און זעהט אויס אז ווען מען האט אפגערוימט די טישן, האט מען דעם מטבע בטעות אויך אריינגעלייגט אין די מיסט, אזוי האט זיך יעדער באראויגט,

נאכדעם האט דער גאון רבי יהודה ארויס גענומען פון זיין טאש א מטבע, וואס איז געווען דאס זעלבע מטבע וואס מען האט בעפאר געזיכט, און דערציילט אז ווען מען האט אן געהויבען זיכן דעם מטבע, האט ער זיך דערמאנט אז ער האט אויך אזא מטבע ביי זיך אין טאש, און ער האט זייער מורא געהאט אז אויב וועט מען יעדן אויסליידיגען די טאשן וועט מען דאס טרעפן ביי אים אין טאש, און דאן וועט זיין א געפערליכע חילול השם, און דערפאר האט ער געבעטן ביים הייליגען באשעפער, אז מען זאל טרעפן דעם מטבע, כדי עס זאל נישט ארויסקומען קיין חילול השם דורך אים.

לערנעדיג אין ניקלשבורג ביי הגה"ק רבי מרדכי בנעט זי"ע איז איינמאל אנגעקומען א ארימאן אין שטאט אין צו געגאנגען צום בחור רבי יהודה אסאד זי"ע, און געפרעגט ווי וואוינט דער רב, רבי יהודה האט דעם ארימאן געגעבן שלום עליכם און מיט כבוד צו געפירט צום שטוב פון דעם רב,

ווי פארוואונדערט איז רבי יהודה געווען, ווען ער האט געזען דעם רב קעגן לויפן דעם ארימאן, און אים מקבל געווען מיט גרויס כבוד און זיך איינגעשפארט אין זיין שטוב פאר א שטיק צייט, ווען דער ארימאן איז אוועק געגאנגען האט דער רב צוגעריפן דעם גאון רבי יהודה אסאד זי"ע, און אים געזאגט, "האסט געהאט די זכי' צו געבן שלום פאר דעם אויף וועם עס שטייט "אַשְׁרֵי מִי שֶׁנָּתַן לוֹ שָׁלוֹם וְהֶחֱזִיר לוֹ שָׁלוֹם".

זכותו יגן עלינו
אויסגעשארפטע בליי
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 238

Re: הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע - כ"ג סיון תרכ"ו

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

Wow @ניקל , יישר כוח פאר אלע באריכטן!! אונז זענען א קליינע גרופע, אבער מיר זענען זייער דאנקבאר פאר דיר!!
א שרייבער איז א בויער. זיין בוי געצייג איז די פענע, און זיין מוח איז די אינזשעניר.
שרייב פאוסט