עקסקלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

נייעס אין אונזער קווארטאל
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

עקסקלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

בס"ד
שלום וברכה
איך בין נישט זיכער אז איך שרייב מיין מעסעדזש אויפ'ן ריכטיגן פלאץ, עס איז אפשר אויסגעקומען לענגער ווי כ'האב זיך געראכטן און ווייניגער פון וויפיל כ'וואלט אפשר געדארפט שרייבן, און אויב עס פעלט אויס ביטע פירט עס אריבער צו א אנדערן אשכול.
*

קודם א דיסקלעימער: אני הקטן בין שוין דא אויף אידטיש פאר א תקופה פון אפאר חדשים, כ'שרייב נישט עכט, איך גלייך נישט צו שרייבן אנאנים, אבער כ'שפיר אז אפשר איז דא דער פלאץ ארויסצוברענגען א נקודה וואס טוט וויי פאר אסאך משפחות אין קרית יואל און אין נאך היימישע געגענטער.

לאמיר רופן דעם נושא "עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקערעדזש" ווען עס קומט צו מאכן א מארגעדזש ביי די נייע גרעסערע דעוועלאפמענטס.

כ'וועל עס פרובירן מסביר צו זיין אין קורצן און כ'האף אז דער עולם וועט עס פארשטיין.

לכאו' פארשטייט יעדער אז רוב רובם פונעם ציבור וואס קויפט א דירה/הויז האט נישט געניג געלט אראפצולייגן קיין 6-7-8 הונדערט טויזענט דאלער פאר א דירה/הויז, נאר מען געבט א down payment, צווישן 5 און 20 פראצענט, און אויף די איבריגע נעמט מען ארויס א מארגעדזש פון די באנק.

א מארגעדזש איז א הלואה וואס דער באנק טוט שענקן פאר א קליענט וואס ווערט א לוה, און מען ניצט דעם דירה/הויז וואס מען גייט יעצט קויפן אלס א משכון קעגן דעם סכום געלט וואס דער באנק געבט ארויס אלס הלואה. די הלואה צאלט מען צוריק מיט פראצענטן, געוואנדן אין די rate וואס די באנק רעכענט, יעדער מארגעדזש איז מיט דעם אנדערש, און יעדער מענטש אנדערש, און פארשטייט זיך יעדע תקופה איז אנדערש וויפיל דער rate וועט זיין. געווענליך צאלט מען מיט א טערמין פון 30 יאר.

צו באקומען א מארגעדזש טוט מען נארמאל איינע פון די צוויי זאכן, אדער גייט מען אריין אין באנק, למשל ביי chase אדער TD וכו', און מען בעט אז מען וויל מאכן א מארגעדזש, און מען וועט אייך געבן א "מארגעדזש בענקער" וואס וועט אייך העלפן אפלייען דערפאר.

דער צווייטער מהלך איז אז מען גייט צו א "מארגעדזש בראוקער", וואס דער בראוקער האנדעלט מיט מערערע "האלסעיל בענק", בענק וואס וועלן נישט ארבייטן מיטן קליענט, נאר וועלן אלעס טון נאר דורך א בראוקער. דער בראוקער וועט זיין אין א געוויסן זין במקום דער "מארגעדזש לענדער", נאר ער איז נישט דער באנק אליין, א זאך וואס האט מעלות און חסרונות, אן אריינגיין יעצט אין פרטים דערוועגן.

דער בראוקער דארף האבן לייסענס מיט די סטעיט פון וואו ער ארבייט, אין אונזער פאל דארף מען זיין לייסענסד ביי די NYS Department of Financial Services. עס איז נישט קיין גאר גרינגע זאך צו מאכן די לייסענס, און מען דארף עס באנייען יעדע יאר. א בראוקער ארבייט אסאך און געבט אויס אפאר דאלער איידער ער קען באקומען זיין לייסענס, וואס איז NYS נעמט עס אסאך מאל גאנצע זעקס חדשים צו באקומען.

אונזער היימישער עולם ניצט מער ווייניגער די צווייטע אפציע. ס'איז דא אסאך סיבות, איין סיבה איז ווייל היות עס זענען דא היינט קע"ה אסאך היימישע בראוקערס, איז א שאד נישט צו נעמען א אייגענעם וואס מען קען, און וואס וועט, אלס היימישער חסידישער איד מיט בארד און פאות און א גראדער גמרא קאפ טון א בעסערע ארבייט ווי סיי וועם.

אבער דער הויפט סיבה איז ווייל רוב מענטשן, (נישט נאר היימישע אידן, אין אמעריקא זענען דא 4460 בענק וואס זענען wholesale בענק און נישט דוקא פאר היימישע אידן...) וועלן נישט קענען באקומען א מארגעדזש ביי די באנק גלייך, צו ווייל דער בראוקער וועט נישט מיטארבייטן מיט אים אזוי פערזענליך, צו ווייל די באנק וועט נישט וויסן אפצושאצן די אמת'ע ווערד פון א דירה/הויז אין די היימישע געגענטער, און נאך אסאך סיבות וואס ס'איז נישט דא דער פלאץ אויסצורעכענען.

דער מארגעדזש בראוקער באקומט זיין באצאלט גלייך פון די באנק און עס איז געוואנדן לויט ווי גרויס דער מארגעדזש איז. עס ווענדט זיך אויך אין די באנק, געוויס בענק האבן זיך זייערע משוגעת'ן ווען עס קומט צו לייגן limits אויף בראוקערס וויפיל זיי מעגן מאכןץ. עס לויפט בערך צווישן 2.25 און 2.75 פונעם סכום פון די הלואה, וואס נאכן קלאוזן שיקט עס דער באנק אריין פאר מארגעדזש בראוקער.

מיינט נישט אז עס איז גרינג געלט, דער בראוקער ארבייט זייער שווער פאר זיין געלט, און אויסער דאס וואס ער מאכט נישט קיין געהאלט, און ער פארדינט נאר אויב ער מאכט א מארגעדזש, מאכט זיך אפט אז מען קען ארבייטן שעות על גבי שעות, און אין די ענדע מאכט זיך א פאנטשער און עס קלאוזט נישט. אבער נישט זיך אפצורעדן, יעדער קען בראוקערס וואס זענען ב"ה גוטע בעלי פרנסה פון מארגעזשעס, דער באשעפער זאל ווייטער העלפן.

אבער דער עיקר ווען א בראוקער קען מאכן גוט פרנסה פון מארגעדזשעס איז ווען נאכן זיך פלאגן צו ברענגען פאר א קליענט א לאון, וואס אסאך מאל נעמט עס אריין איבערגיין מיטן קליענט'ס אקאונטענט שעות אויף שעות זיין טעקס רעטורין וכו', אדער ארויפברענגען יענעמ'ס קרעדיט וכו' וכו', וועט דער קליענט צוריק קומען מיט א פרישער לאון, דאס רופט מען א recurring client. דאס איז א שטיקל הזורעים בדמעה יקצורו בחינה, וואס יעדער בראוקער קוקט ארויס צו האבן מערערע אזאליכע קליענט'ן.

יעצט צו אונזער ענין.

די גרעסטע היימישע דעוועלאפערס, און איך רעדט יעצט בעיקר פון קרית יואל אבער אין אנדערע געגענטער איז עס ליידער אויך דא, לאזן נישט גיין צו קיין מארגעדזש בראוקער וואס מען וועלט זיך אויס, אפי' ווען דו ביזט שוין יענעמ'ס קליענט פאר אסאך יארן, נאר מען מאכט אזא זאך וואס רופט זיך "עקסלוסיוו", אז דו מוזט ניצן מיין בראוקער, אז נישט קום איך נישט צום קלאוזן.

אויסער וואס דאס איז שטארק שטארק נישט לעגאל, איז עס א עוולה קעגן די אלע מארגעדזש בראוקערס וואס ארבייטן מיט א קליענט שוין אפאר יאר, און מיטאמאל מוז ער גיין מאכן א מארגעדזש ביי א צווייטן, ווייל זיין דעוועלאפער צווינגט אים דערצו.

עס איז אויף אומבאקוועם פאר א קליענט וואס נאך וואס ער האט א בראוקער וואס קען זיין פייל, ארבייט שוין מיט אים אויף אנדערע זאכן, און דארף נישט אנהייבן אלעס פונדאסניי, דארף ער יעצט אנהייבן א ניי בלעטל מיט א נייע בראוקער בלית ברירה, ווייל אז נישט קלאוזט מען נישט.

איך אליין האב עס מיטגעהאלטן אסאך מאל, ס'איז א שטארקע עגמ"נ, איבערהויפט אין א צייט וואס דער מארגעדזש מארקעט פלאגט זיך, און יעדער זוכט יעדע ביסל ביזנעס, און ווען מען פארלירט א קליענט צו א דעוועלאפער וואס "צווינגט" שפירט מען זיך שטארק בעוולה'ט.

*

יעצט פארוואס טוט עס דער דעוועלאפער?

זאגן זאגט ער אז דער בראוקער וואס איז עקסלוסיוו גרייט אן א ספעציעלער שטאב פאר זיינע קליענטן וכו', און ס'איז פשוט בלויז פראקטיש. אבער ווען דאס וואלט ווען געווען אמת וואלט עס נישט געווען אזוי שטרענג, ווייל ווען איינער קומט אן צום דעוועלאפר אז איך האב 10-15 חברים וואס קויפן ביי דיר, און זיי זענען אלע מיינע מענטשן, און איך וועל זיי מאכן די לאון וכו', איז דער דעוועלאפער נישט מסכים.

אדער ווען איינער קומט אז ער האט א בראוקער וואס האט אים שוין געקלאוזט, וואס איז זיכער אז ער קען די מלאכה, און ער האט פאר דעם קליענט געקלאוזט, מילא איז עס דער גרינגסטער צו גיין צו יענעם, וועט דער דעוועלאפער נאך אלס נישט מסכים זיין. (און מיינט נישט, דער בראוקער וואס נעמט דעם פייל רופט אן דעם בראוקער פון וועם מ'נעמט עס אוועק בעטן הילף, און יא, מי כעמך ישראל, ווייטאג ארויף ווייטאג אראפ העלפט מען יענעם מאכן געלט וואס דו האסט אזוי ארויסגעקוקט צו מאכן.)

פארוואס נישט? זענען דען נישט דא געניג גרויסע דעוועלאפמענטס אין די גרויסע אמעריקא וואס יעדער קען ניצן זיין אייגענעם בראוקער? איז עפעס 2-3 הונדערט מארגעדזשעס אין אפאר חדשים אזא גרויסע מספר וואס די היימישע בראוקער אין קרית יואל קענען נישט אקאמאדירן?

נאך מער, אין די היימישע מארקעט אליין זענען דא דעוועלאפער וואס מאכן בשו"א נישט קיין עקסלוסיוו, און די סיבה דערפון איז ווייל זיי זוכן צו מאכן געלט אויפ'ן בויען, און נישט פון יענעמ'ס ארבייט.

אבער ליידער אין קרית יואל זענען א גרויס חלק פון די נייע דעוועלאפמענטס "עקסלוסיוו", און אסאך אסאך היימישע אינגעלייט וואס פלאגן זיך אויף פרנסה, בפרט אין די לעצטע צוויי יאר מיט די שווערע מארגעדזש מארקעט, האבן נישט קיין צוטריט צו יענע מארגעדזשעס, און די אמת'ע סיבה איז ווייל די דעוועלאפער בעטן א "ויחזור ויתן" איינגאבע פונעם בראוקער, וואס איז רוב מאל א גאנצער פוינט, ס'הייסט פון א 600 טויזענט דאלער מארגעדזש דארף מען צוריק געבן ששת אלפים גרינע דאלערס פארן בונה ומקים פון די דירות, ווייל ער איז ידו על העליונה, ער קען דיר צווינגען דערפאר, און אזוי טוט ער.

איך גיי נישט ארויפלייגן א קאפי פון א קאנטראקט, כ'האלט נישט אז מ'מעג, קוים וואס מ'מעג שרייבן אויף א פובליק פארום איבער א זאך וואס מ'טוט ליידער נישט אויסגעהאלטן על פי דינא דמלכותא, און זיכער נישט עטיש על פי דיני מענטשליכקייט. אבער דעם וויי געשריי פון אסאך קרית יואל'ע משפחות שריי איך דא אויס. אני הקטן האב מיטגעהאלטן אסאך עגמ"נ פון דעם, און ס'איז א עוולה צו טון עפעס בלויז צו קענען מאכן נאך אפאר דאלער, אויפ'ן חשבון פארהאקן דעם טיר פון פרנסה פאר אזויפיל אנדערע.

*

דאס איז אגב אויסער דעם מציאות אז קליענטן זענען נישט אזוי שטארק צופרידן מיט די סערוויס פונעם עקסלוסיוו בראוקער. והוא הנותנת, דער בראוקער דארף אראפגעבן א שיינעם סכום פון זיין איינגאבע, ער ארבייט פאר אסאך ביליגער, און ווען מען פארדינט ביליגער ארבייט מען ביליגער, עס פעלט דעם געפיל פארן קליענט. אויסער וואס עס קומען אן צום בראוקער אויף איינמאל א גרעסערע סכום פון לאונס וואס ער קען נישט געניג שנעל און געניט האנדלען דערמיט, און ער האט דאך נישט מורא פון פארלירן א קליענט צו א צווייטן, ווייל יענער "מוז" דאך במילא קומען צו דיר. ס'איז מעשים בכל יום. (כ'האב לעצטנס מיטגעהאלטן פון א עקסלוסיוו בראוקער וואס האט געבעטן פונעם קליענט אין די זייט געלט, מיט די טענה אז "איך האב זייער שווער געארבייט פאר דיין לאון און כ'מוז מאכן מער געלט דערויף." דאס פאסירט כמובן נאר ווייל מ'דארף אראפגעבן א גאנצער פוינט כהנ"ל.)

סאך דעוועלאפער וואלטן נישט געטון אזאנס ווען נישט די 2-3 מארגעדזש בראוקער'ס וואס לויפן זיי נאך פאר די סארט בינזעס און טראגן זיך אן צו געבן א ויחזור'ל. בראוקערס וואס ווילן נישט טון די שווערע ארבייטן פון גיין זוכן קליענט'ן, נאר קענען ענדערש באשטיין אז מ'זאל מוזן קומען צו זיי. אבער באמת פאר די טובה פון די קליענטן, און אויך פאר די טובה פונעם דעוועלאפער וואס ווארט שוין יעדען טאג אז מ'זאל אנהייבן קלאוזן, איז בעסער אז ס'איז דא א open market אין מארגעדזשעס, אבער וואס זאל מען טון אז די פאר טויזענט דאלער פארבלענדט די אויגן פונעם דוועלעפאר.

פארוואס האב איך געשריבן? וועט עס דען עפעס טוישן? וועט עס אפי' אנקומען צו א דעוועלאפער? איך ווייס נישט, הלואי יא, אבער אז עס טוט וויי עפעס געבט מען עס ארויס.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:47 pm בס"ד

אויך לעצטענס מיטגעהאלטן אזא פאל, אין דאס איז ליידער די מציאות.

אבער נאכאלס האלט איך אז יעדער אין ביזנעס האט די רעכט צו קיקן אויף זיך פון ווי ער קען מאכן א דאלער און דארף זיך בכלל נישט רעכענען אז א צווייטער וועט נישט פארדינען

דאס וואס די שרייבסט אז די בויער דערלייגט למעשה אויפן געשעפט, קען מען דן זיין. אבער למעשה איז דאס זיין אייגענע דעסיזשען
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:56 pm

וואס הייסט אז ער דארף זיך "בכלל נישט רעכענען"? האסט געפרעגט א שאלה? מען דארף נישט זיין קיין מענטש?

ואידך, ס'איז דאך בכלל נישט דיין ביזנעס מארגעדזשעס, דיין ביזנעס איז בויען און פארקויפן, טוה עס ווייטער און לאז דעם מארגעדזש בראוקער מאכן זיין פאר דאלער.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 416

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:58 pm

וואס טוט זיך מיט עקלאסיוו’ס אין אנדערע טרעידס? ווי למשל, ריעל עסטעיט בראוקער?

לענ'ד

ער האט 2 ביזנעסער

בויען און פארקויפן
בראקער צו ברענגן דיעלס פאר א מארגעדזש בראקער און מאכן קאמישען

בנוגע זיין א מענטש, קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך קען נישט די הלכות דערפון. אבער אזויפיל ווייס איך אז די בילדערס שרייבן שוין אריין אין די שטר ביים אריינגיין אין קאנטראקט אז דאס גייט זיין די מציאות, און יעדער האט א אויסוואל ביי זיך דאס נישט צו סיינען

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:03 pm

איך קען נישט רעדן פאר ריעל עסטעיט בראוקער ווייל כ'האלט עס נישט מיט, עס קען אבער זיין אז רוב גרעסערע דעוועלאפערס ניצן נישט קיין בראוקערס, זיי האבן זייער אייגענע פארקויפער.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 416

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:03 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:58 pm

וואס הייסט אז ער דארף זיך "בכלל נישט רעכענען"? האסט געפרעגט א שאלה? מען דארף נישט זיין קיין מענטש?

ואידך, ס'איז דאך בכלל נישט דיין ביזנעס מארגעדזשעס, דיין ביזנעס איז בויען און פארקויפן, טוה עס ווייטער און לאז דעם מארגעדזש בראוקער מאכן זיין פאר דאלער.
וואס טוט זיך מיט עקלאסיוו’ס אין אנדערע טרעידס? ווי למשל, ריעל עסטעיט בראוקער?
איך קען נישט רעדן פאר ריעל עסטעיט בראוקער ווייל כ'האל עס נישט מיט, עס קען אבער זיין אז רוב גרעסערע דעוועלאפערס ניצן נישט קיין בראוקערס, זיי האבן זייער אייגענע פארקויפער.
נו פארוואס טאקע? אפלייע די זעלבע נקודות דארט אויך, אפענע מארקעט, סערוויס, וכו’

@נחל די האסט א ערענסטע פעדער, אין א מאסיווע ארטיקעל
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:04 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:58 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:56 pm
אויך לעצטענס מיטגעהאלטן אזא פאל, אין דאס איז ליידער די מציאות.

אבער נאכאלס האלט איך אז יעדער אין ביזנעס האט די רעכט צו קיקן אויף זיך פון ווי ער קען מאכן א דאלער און דארף זיך בכלל נישט רעכענען אז א צווייטער וועט נישט פארדינען

דאס וואס די שרייבסט אז די בויער דערלייגט למעשה אויפן געשעפט, קען מען דן זיין. אבער למעשה איז דאס זיין אייגענע דעסיזשען
וואס הייסט אז ער דארף זיך "בכלל נישט רעכענען"? האסט געפרעגט א שאלה? מען דארף נישט זיין קיין מענטש?

ואידך, ס'איז דאך בכלל נישט דיין ביזנעס מארגעדזשעס, דיין ביזנעס איז בויען און פארקויפן, טוה עס ווייטער און לאז דעם מארגעדזש בראוקער מאכן זיין פאר דאלער.
לענ'ד

ער האט 2 ביזנעסער

בויען און פארקויפן
בראקער צו ברענגן דיעלס פאר א מארגעדזש בראקער און מאכן קאמישען

בנוגע זיין א מענטש, קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך קען נישט די הלכות דערפון. אבער אזויפיל ווייס איך אז די בילדערס שרייבן שוין אריין אין די שטר ביים אריינגיין אין קאנטראקט אז דאס גייט זיין די מציאות, און יעדער האט א אויסוואל ביי זיך דאס נישט צו סיינען
ער האט א ביזנעס פון מארגעדזשעס? שטעל זיך פאר אז ער זאגט אז דו קענסט נאר נעמען אפלייענסעס ביי וועם ער הייסט דיר, און ער האט א וועג עס צו ענפארסן, ווערט עס א חלק פון זיין ביזנעס?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:03 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:58 pm

וואס הייסט אז ער דארף זיך "בכלל נישט רעכענען"? האסט געפרעגט א שאלה? מען דארף נישט זיין קיין מענטש?

ואידך, ס'איז דאך בכלל נישט דיין ביזנעס מארגעדזשעס, דיין ביזנעס איז בויען און פארקויפן, טוה עס ווייטער און לאז דעם מארגעדזש בראוקער מאכן זיין פאר דאלער.
וואס טוט זיך מיט עקלאסיוו’ס אין אנדערע טרעידס? ווי למשל, ריעל עסטעיט בראוקער?
איך קען נישט רעדן פאר ריעל עסטעיט בראוקער ווייל כ'האל עס נישט מיט, עס קען אבער זיין אז רוב גרעסערע דעוועלאפערס ניצן נישט קיין בראוקערס, זיי האבן זייער אייגענע פארקויפער.
די זעלבע האבן זיי אייגענע מארגידזש בראקערס

וואס איז די חילוק?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:08 pm
ער האט א ביזנעס פון מארגעדזשעס? שטעל זיך פאר אז ער זאגט אז דו קענסט נאר נעמען אפלייענסעס ביי וועם ער הייסט דיר, און ער האט א וועג עס צו ענפארסן, ווערט עס א חלק פון זיין ביזנעס?
יא. פארוואס נישט?

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:08 pm @נחל די האסט א ערענסטע פעדער, אין א מאסיווע ארטיקעל
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:09 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:03 pm

וואס טוט זיך מיט עקלאסיוו’ס אין אנדערע טרעידס? ווי למשל, ריעל עסטעיט בראוקער?
איך קען נישט רעדן פאר ריעל עסטעיט בראוקער ווייל כ'האל עס נישט מיט, עס קען אבער זיין אז רוב גרעסערע דעוועלאפערס ניצן נישט קיין בראוקערס, זיי האבן זייער אייגענע פארקויפער.
די זעלבע האבן זיי אייגענע מארגידזש בראקערס

וואס איז די חילוק?
ניין, ער האט נישט זיין אייגענע בראוקער, ער נעמט נישט אויף קיין ארבייטער, ער פארלאנגט א שטויס אויף צוריק, ס'איז אינגאנצן א אנדערע זאך.
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:10 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:08 pm
ער האט א ביזנעס פון מארגעדזשעס? שטעל זיך פאר אז ער זאגט אז דו קענסט נאר נעמען אפלייענסעס ביי וועם ער הייסט דיר, און ער האט א וועג עס צו ענפארסן, ווערט עס א חלק פון זיין ביזנעס?
יא. פארוואס נישט?
אויב דו פרעגסט פארוואס נישט פארשטייסטו נישט וואס קאפיטיליזים מיינט...
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 416

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ביסיידס די פאונט, איך מיין האסט אביסעל צאמגעשמאלצען קאמערציעל בראוקערידזש צו רעזידענטעל, א רעזידענטעל איז נישט עכט א ריקורינג קלייענט ס’איז א 30 יאר לאון, אויב איז עס א רעזידענטעל נישט פריימערי, דאן האט מען שוין געהערט אזא זאך. לענ"ד.

וועגען סערוויס, געווענליך אזא בראוקער האט דאס קדחת פארן דיוועלאפער, זאל נאר די דעוועלאפער הערן קאמפלעינס פארלירט ער א ערענסטע ביינדעל ביים קומענדיגען.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:11 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:09 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:05 pm

איך קען נישט רעדן פאר ריעל עסטעיט בראוקער ווייל כ'האל עס נישט מיט, עס קען אבער זיין אז רוב גרעסערע דעוועלאפערס ניצן נישט קיין בראוקערס, זיי האבן זייער אייגענע פארקויפער.
די זעלבע האבן זיי אייגענע מארגידזש בראקערס

וואס איז די חילוק?
ניין, ער האט נישט זיין אייגענע בראוקער, ער נעמט נישט אויף קיין ארבייטער, ער פארלאנגט א שטויס אויף צוריק, ס'איז אינגאנצן א אנדערע זאך.
איך פשוטע מענטש זעה נישט קיין שום חילוק צווישן די 2
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:10 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:08 pm
ער האט א ביזנעס פון מארגעדזשעס? שטעל זיך פאר אז ער זאגט אז דו קענסט נאר נעמען אפלייענסעס ביי וועם ער הייסט דיר, און ער האט א וועג עס צו ענפארסן, ווערט עס א חלק פון זיין ביזנעס?
יא. פארוואס נישט?
אויב דו פרעגסט פארוואס נישט פארשטייסטו נישט וואס קאפיטיליזים מיינט...
מסכים אז איך פארשטיי נישט, במילא?

א געוויסע דיוועלאפער האט אריינגעשטעלט זיין זון צו זיין די קאנדא אויף די דיוועלאפמענט, ער מעג נישט?
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נחל »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm ביסיידס די פאונט, איך מיין האסט אביסעל צאמגעשמאלצען קאמערציעל בראוקערידזש צו רעזידענטעל, א רעזידענטעל איז נישט עכט א ריקורינג קלייענט ס’איז א 30 יאר לאון, אויב איז עס א רעזידענטעל נישט פריימערי, דאן האט מען שוין געהערט אזא זאך. לענ"ד.

וועגען סערוויס, געווענליך אזא בראוקער האט דאס קדחת פארן דיוועלאפער, זאל נאר די דעוועלאפער הערן קאמפלעינס פארלירט ער א ערענסטע ביינדעל ביים קומענדיגען.
אוודאי זענען דא קליענטן וואס קומען צוריק אין רעזידענטעל, צו מען קויפט א נייע דירה, צו מען מאכט אן אינוועסטמענט. קאמערציעל מיינט אין די מארגעדזש ביזנעס גרעסערע פראיעקטן, א גרויסע מולטי פעמילי אפארטמענט הויז, א שאפינג סענטער וכו'.

אזא בראוקער האט וואס פונעם דעוועלאפער? פארוואס גענוי גייט דעם דעוועלאפער אן צו דער קליענט באקומט סערוויס צו נישט? דער דעוועלאפער האט גארנישט מיט'ן מארגעדזש פראסעס אויסער די איין פוינט וואס ער נעמט אפ, מען גייט נישט האבן קיין טענות צו אים אויב דער בראוקער טוט א שוואכע ארבייט, די שוואכע ארבייט גייט אויפ'ן בראוקערס חשבון.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 416

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:10 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:08 pm
ער האט א ביזנעס פון מארגעדזשעס? שטעל זיך פאר אז ער זאגט אז דו קענסט נאר נעמען אפלייענסעס ביי וועם ער הייסט דיר, און ער האט א וועג עס צו ענפארסן, ווערט עס א חלק פון זיין ביזנעס?
יא. פארוואס נישט?
אויב דו פרעגסט פארוואס נישט פארשטייסטו נישט וואס קאפיטיליזים מיינט...
קודם האב מיר עסטעבלישט אז מ’רעדן מיר דא עפעס אנדערשט ווי הלכה, מ’ניצט הלכה פאר אייגענע ווייטאג, (בתוך שאר אלע פראבלעמען, בתוך שאר כלל ישרא’) והשנית, אפפליענסעס אויב איז ער סאפיסטיקירט וואלט ער בייקאט די אפפלייענסעס געשעפט עז וועל. אזא אקאונט איז א געהעריגע קאמערציעל ארדער, נאר וואס דען, שיין וועט ער אויסקוקען זיך אפצוגעבן מיט יעדעמס פארשידארטיגע געברויכען, ווי קאלירען, מאדעלס וכו’
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:15 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:10 pm

יא. פארוואס נישט?
אויב דו פרעגסט פארוואס נישט פארשטייסטו נישט וואס קאפיטיליזים מיינט...
מסכים אז איך פארשטיי נישט, במילא?

א געוויסע דיוועלאפער האט אריינגעשטעלט זיין זון צו זיין די קאנדא אויף די דיוועלאפמענט, ער מעג נישט?
לאמיר נעמען דעם מהלך.

ער מעג טון אלעס ווייל ס'איז לצורך פרנסה, אויב ער וויל מאכן נאך אפאר דאלער מעג ער טון וואס איז אין זיין יכולות צו קענען ארויסקוועטשן נאך אפאר דאלער אויף די דעוועלאפמענט!

מסכים.

אויך מעג יעדער מארגעדזש בראוקער וואס שפירן זיך בעוולה'ט שרייבן און לאזן וויסן דעם עולם אז יענער צווינגט מיינע קליענטן אוועק צו גיין פאר נאך אפאר דאלער.

אויך מעג מען פרובירן אויף יעדע וועג יענעם אפצושטעלן, פארשטייט זיך תורה'דיג.

אז מ'מעג מעג מען.
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:19 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:10 pm

יא. פארוואס נישט?
אויב דו פרעגסט פארוואס נישט פארשטייסטו נישט וואס קאפיטיליזים מיינט...
קודם האב מיר עסטעבלישט אז מ’רעדן מיר דא עפעס אנדערשט ווי הלכה, מ’ניצט הלכה פאר אייגענע ווייטאג, (בתוך שאר אלע פראבלעמען, בתוך שאר כלל ישרא’) והשנית, אפפליענסעס אויב איז ער סאפיסטיקירט וואלט ער בייקאט די אפפלייענסעס געשעפט עז וועל. אזא אקאונט איז א געהעריגע קאמערציעל ארדער, נאר וואס דען, שיין וועט ער אויסקוקען זיך אפצוגעבן מיט יעדעמס פארשידארטיגע געברויכען, ווי קאלירען, מאדעלס וכו’
ס'איז נישט קיין קאמערציאלער ארדער, ס'איז יעדער יחיד דארף עס אליין באשטעלן, און אויב איינער דארף נישט קיין מארגעדזש, אדער ער נעמט א hard money, וואס אסאך טון טאקע, קען מען אים נישט צוריק האלטן.

דער מארגעדזש האט גארנישט מיט'ן דעוועלאפער, ווייל ער פארקויפט נישט קיין מארגעדזש פונקט ווי ער פארקויפט נישט קיין אפלייענסעס. ס'איז נאר געווארן א גרינגע וועג צו מאכן נאך אפאר דאלער, אבער עס גייט אויפ'ן חשבון פון אנדערע.

אבער אז ער מעג טון וואס ער וויל מעג ער.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:21 pm
לאמיר נעמען דעם מהלך.

ער מעג טון אלעס ווייל ס'איז לצורך פרנסה, אויב ער וויל מאכן נאך אפאר דאלער מעג ער טון וואס איז אין זיין יכולות צו קענען ארויסקוועטשן נאך אפאר דאלער אויף די דעוועלאפמענט!

מסכים.

אויך מעג יעדער מארגעדזש בראוקער וואס שפירן זיך בעוולה'ט שרייבן און לאזן וויסן דעם עולם אז יענער צווינגט מיינע קליענטן אוועק צו גיין פאר נאך אפאר דאלער.
ארויסגעבן ווייטאג מעג ער, זאגן אז ער איז געווארן בעוולט ווען ער איז נישט געווארן זעה איך נישט פארוואס ער זאל מעגן
אויך מעג מען פרובירן אויף יעדע וועג יענעם אפצושטעלן, פארשטייט זיך תורה'דיג.
דאס יא! וכך דרכו של ביזנעס
אז מ'מעג מעג מען.
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:24 pm

פארוואס איז ער נישט געווארן בעוולה'ט? דער בראוקער האלט אז ער איז יא געוווארן בעווהל'ט.

אויב מ'מעג טון אלעס מעג מען דאך זיכער האלטן אלעס. נישט אזוי?
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך גראסערי »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:27 pm פארוואס איז ער נישט געווארן בעוולה'ט? דער בראוקער האלט אז ער איז יא געוווארן בעווהל'ט.

אויב מ'מעג טון אלעס מעג מען דאך זיכער האלטן אלעס. נישט אזוי?
דאס איז פינקט ווי דער קליינער גראסערי האט טענות אויפן גרויסען גראסערי, און די גרויסע האט טענות אויף די ריזיגען, און די ריזיגע האט טענות אויף יואלי לאנדא
איז דען נישט די מהלך פאר די גראסערי צו פארבירן צו האבן יואלי לאנדאס קיופאן ביי זיך אין סטאר?

אין ביזנעס האט יעדער די רעכט צו טון די בעסטע וואס איז גוט פאר אים, און דאס הייסט נישט בעוולט א צווייטען

די צווייטער דארף האבן איידיעס און מהלכים צו איבערשטייגן דעם ערשטן, ווייל וויינען אז מען בעוולט מיר העלפט נישט געווענדליך און מען בלייבט אינדערויסן פון די געים

די גוטע בראקער זעט וויאזוי ביזנעס ארבעט, און אויב דעס איז יעצט די טרענד, כאפ דיך ארויף און טרעף א דיוועלאפער מיט וועם די קענסט דיעלן און זיין עקסקלוסיוו
נחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:21 pm
Location: New York State
x 49

Re: "דירות" אין קרית יואל - עקסלוסיוו מארגעדזש בראוקער סיטואציע

פאוסט דורך נחל »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:32 pm
נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:27 pm פארוואס איז ער נישט געווארן בעוולה'ט? דער בראוקער האלט אז ער איז יא געוווארן בעווהל'ט.

אויב מ'מעג טון אלעס מעג מען דאך זיכער האלטן אלעס. נישט אזוי?
דאס איז פינקט ווי דער קליינער גראסערי האט טענות אויפן גרויסען גראסערי, און די גרויסע האט טענות אויף די ריזיגען, און די ריזיגע האט טענות אויף יואלי לאנדא
איז דען נישט די מהלך פאר די גראסערי צו פארבירן צו האבן יואלי לאנדאס קיופאן ביי זיך אין סטאר?

אין ביזנעס האט יעדער די רעכט צו טון די בעסטע וואס איז גוט פאר אים, און דאס הייסט נישט בעוולט א צווייטען

די צווייטער דארף האבן איידיעס און מהלכים צו איבערשטייגן דעם ערשטן, ווייל וויינען אז מען בעוולט מיר העלפט נישט געווענדליך און מען בלייבט אינדערויסן פון די געים

די גוטע בראקער זעט וויאזוי ביזנעס ארבעט, און אויב דעס איז יעצט די טרענד, כאפ דיך ארויף און טרעף א דיוועלאפער מיט וועם די קענסט דיעלן און זיין עקסקלוסיוו
איך הער דיין פוינט אבער דער גרויסע גראסערי צווינגט דיר צו קויפן ביים קליינעם און ער פארלאנגט 33 פראצענט אויף צוריק?
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 416

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נחל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:17 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:12 pm ביסיידס די פאונט, איך מיין האסט אביסעל צאמגעשמאלצען קאמערציעל בראוקערידזש צו רעזידענטעל, א רעזידענטעל איז נישט עכט א ריקורינג קלייענט ס’איז א 30 יאר לאון, אויב איז עס א רעזידענטעל נישט פריימערי, דאן האט מען שוין געהערט אזא זאך. לענ"ד.

וועגען סערוויס, געווענליך אזא בראוקער האט דאס קדחת פארן דיוועלאפער, זאל נאר די דעוועלאפער הערן קאמפלעינס פארלירט ער א ערענסטע ביינדעל ביים קומענדיגען.
אוודאי זענען דא קליענטן וואס קומען צוריק אין רעזידענטעל, צו מען קויפט א נייע דירה, צו מען מאכט אן אינוועסטמענט. קאמערציעל מיינט אין די מארגעדזש ביזנעס גרעסערע פראיעקטן, א גרויסע מולטי פעמילי אפארטמענט הויז, א שאפינג סענטער וכו'.

ביי קאמארציעל, איז וועליד די נקודה אז איינער האט א רילעשען שיפ מיט זיין בראוקער.
ביי זיין אינוועסטמענט וכו’ איז עס אן אקעינטענט ארבייט.

אזא בראוקער האט וואס פונעם דעוועלאפער? פארוואס גענוי גייט דעם דעוועלאפער אן צו דער קליענט באקומט סערוויס צו נישט? דער דעוועלאפער האט גארנישט מיט'ן מארגעדזש פראסעס אויסער די איין פוינט וואס ער נעמט אפ, מען גייט נישט האבן קיין טענות צו אים אויב דער בראוקער טוט א שוואכע ארבייט, די שוואכע ארבייט גייט אויפ'ן בראוקערס חשבון.
די בראוקער האט א ריקורינג קליענט, די דיוועלאפער.
1. פארוואס זאל עס נישט אנגיין פארן דיוועלאפער, ער איז נישט קיין שלעכטער.
2. ער דארף א גליטעשדיג טרענסעקטען, (וואס דעיס אליינס קען זיין די טריגער פארן עס געבען עקסלאסיוו, איך האף אז די פארשטייסט אז זיין הארד מאני פעימענט פאר נאך א חודש איז מער געלט ווי דעים זעקסער פונעם בראוקער.)
3. אוודאי גייט מען האבען טענות אויף איהם, ער הייסט דאך ניצען דעים בראוקער.
שרייב פאוסט