אינגערמאן האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 10:20 am
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 10:07 pm
אינגערמאן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 8:52 pm
ווען זיי וועלן ענדיגן ארויסקומען שטיצן ר' יחזקאל'ס ארגאניזאציע דאן וועלן זיי ווארשיינליך דאס טון.
דערווייל האלטן זיי
ליידער נאך נישט דארט.
מען גיבט אזא מאך אוועק מיט די האנט אלע גרויסע רבנים אין מאנסי.
ברודער, דעת תורה הפיך דעת בעה''ב.
זיי ווייסן וואס זיי טוען.
דו ביסט געווען דער וואס האט צוזאם געשטעלט מחאה אויף מחללי שבתות מיטן שטיצן ר' יחזקאל'ס ארגאנעזאציע [וואס האט געראדע א נאמען
מצילי אש אויב די האסט נישט געוואוסט], סך הכל האט מען געפרעגט אויב די רבנים גייען מוחה זיין דעראויף.
לדעתי דארפן נישט די רבנים מוחה זיין אויף יעדע איינציגסטע פעולה פון די פייער דעפארטמענט, ווען יא וואלטן זיי ווען געקענט רעדן דעפון מידי שבוע בשבוע, דערפאר דער וואס האט שוין מוחה געווען דעראויף וואס נאך זאל ער טוען?
אויב די געדענקסט נישט, די צעטל איז שוין געברענגט געווארן אויבן:
געוויסע רבנים רבנים האלטן אז זייער רבנות נעמט נאר אריין זייער ביהמ"ד און זייער ד' אמות, און ס'נישט זייער אחריות פירצות וואס קומען פאר אין שטאט, און דערפאר וועלן זיי זיך צוריק האלטן פון מוחה זיין אויף א שטאטישע פריצה.
סך הכל איז דא איין קהילה וואס זייער רבי האלט יא אז ער דארף מוחה זיין אויף שטאטישע פירצות, און ער האט מוחה געווען אויף די ארגאנעזציע מצילי אש, און נישט געפילט פאר וויכטיג מוחה צו זיין אויף ברוער.
אויב פאר דיין גוטע געפיל ווילסטו אריינלייגן דעת תורה היפוך דעת בעל הבית, האב איך נישט קיין שום פראבלעם. אבער לדעתי דארף מען נישט צוקומען צו אזא דוחק, און נאך מאכן א מחלוקת הפוסקים וואס די דעת תורה האמיתי איז, אויב וועסטו קוקן אויפן קליפ בייגעלייגט, וועסטו זען א אינגערמאן וואס האט אפענע טיר ביי דעם רבי'ן, און אויב שאול המלך און דוד המלך האבן געקענט מקבל זיין לשון הרע און ליגנט, האלט איך נישט די רבי העכער דערפון, און די אינגערמאן מיט די הילף פון נאך עטליכע [איינער פון זיי א שטוב מענטש באצאלט פון די פ"ד], פיטערן דעם רבי'ן מיט שקרים, און מיסאינפארמאציע, וד"ב.