לאקאלע נייעס פון ניו יארק

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך וואוילער »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:31 pm
שרגא האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:49 pm ספיד לימיטס אין ניו יארק סיטי גייען מעגליך גענידערט ווערן אויף פולע גאסן, נאכדעם וואס האוקול האט ענדגילטיג אינטערגעשריבן א נייע געזעץ:
די געזעץ געט אויך ערלויבעניש אראפ צו גיין ביז אזוי נידריג ווי 10 מייל א שעה אויף א צאל גאסן, אין צייט וואס אויף גאסן פון דריי אדער מער ליניעס אינדרויסן פון מאנהעטן דארף עס בלייבן ביי 25 מייל א שעה. די געזעץ הייסט אויפ'ן נאמען פן א 12 יעריג קינד וועלכע איז געשטארבן פון אן עקסידענט דורך א שנעל-פארענדע דרייווער, און איר משפחה האט נאכדעם אינטערגענומען א קאמפיין צוזאמען מיט אנדערע עלטערן צושטאנד צו ברענגן דעם געזעץ.
ימח שמם פון די גאווענער מיט די משפחה וואס האט דאס צוגעברענגט לידי מעשה. דער דרייווער וואס האט געהארגעט זייער קינד און אזוי אויך אלע אנדערע ווילדע דרייווער'ס וועלן ווייטער פארן שנעל און זיי טוען גארנישט אויף א חוץ רודפן די מענטשהייט!
מיינסט צו זאגן, די קינדער וואס לויפן אריין אין קארס וועל'ן ווייטער אריינלויפן.
טייערער נוי יארק! גיב זיך אפ מיט'ן אויסלערנען פאר קינדער אז מ'לויפט נישט אריין אין די גאס, ס'איז זייער וויכיטג פאר די ענוייערמענט!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:07 am

יאיא. די אמבולאנסן נוצן אסאך געז און די טרעפיק וואס זיי מאכן אן שעדיגט אויך די אוזאון
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3589

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

מייקעל קאהן געוועזענער אדוואקאט פאר געוועזענער פרעזידענט טראמפ, גייט היינט אויפטרעטן צום צווייטן טאג מיט עדות'שאפט קעגן טראמפ, אין די יעצטיגע טראמפ "האש מאוני" טרייעל.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3589

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:28 am מייקעל קאהן געוועזענער אדוואקאט פאר געוועזענער פרעזידענט טראמפ, גייט היינט אויפטרעטן צום צווייטן טאג מיט עדות'שאפט קעגן טראמפ, אין די יעצטיגע טראמפ "האש מאוני" טרייעל.
מייקעל קאהן האט יעצט געענדיגט 8 שעה פון עדות'שאפט און די קאורט איז געגאנגען אויף ריסעס. נאך ריסעס קומט די קראוס עקזעמינעישאן פון די טראמפ לויערס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3728

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:07 am
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:31 pm
שרגא האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:49 pm ספיד לימיטס אין ניו יארק סיטי גייען מעגליך גענידערט ווערן אויף פולע גאסן, נאכדעם וואס האוקול האט ענדגילטיג אינטערגעשריבן א נייע געזעץ:
די געזעץ געט אויך ערלויבעניש אראפ צו גיין ביז אזוי נידריג ווי 10 מייל א שעה אויף א צאל גאסן, אין צייט וואס אויף גאסן פון דריי אדער מער ליניעס אינדרויסן פון מאנהעטן דארף עס בלייבן ביי 25 מייל א שעה. די געזעץ הייסט אויפ'ן נאמען פן א 12 יעריג קינד וועלכע איז געשטארבן פון אן עקסידענט דורך א שנעל-פארענדע דרייווער, און איר משפחה האט נאכדעם אינטערגענומען א קאמפיין צוזאמען מיט אנדערע עלטערן צושטאנד צו ברענגן דעם געזעץ.
ימח שמם פון די גאווענער מיט די משפחה וואס האט דאס צוגעברענגט לידי מעשה. דער דרייווער וואס האט געהארגעט זייער קינד און אזוי אויך אלע אנדערע ווילדע דרייווער'ס וועלן ווייטער פארן שנעל און זיי טוען גארנישט אויף א חוץ רודפן די מענטשהייט!
מיינסט צו זאגן, די קינדער וואס לויפן אריין אין קארס וועל'ן ווייטער אריינלויפן.
טייערער נוי יארק! גיב זיך אפ מיט'ן אויסלערנען פאר קינדער אז מ'לויפט נישט אריין אין די גאס, ס'איז זייער וויכיטג פאר די ענוייערמענט!
לאמיר זיך אבער נישט נער'ן. קינדער זענען קינדער און עס מאכט זיך אז זיי כאפן זיך נישט. בפרט ווען מען לויפט נאך די באלי. אויב וועט צען מייל א שעה פארמינערען די ריזיקע, הנני מוכן ומזומן. צען מייל א שעה איז נאכאלץ שנעלער און באקוועמער ווי צו וואקן.

@אלטערנעסייד פארקינג טויזענטער מענטשען איבער'ן לאנד וואס זענען נישט קאנסידערד ווילדע דרייווערס האבן שוין אראפגעקלאפט אנדערע מענטשען. מיט'ן מאכן די ספיד לימיט ווייניגער, פארדמייד מען טויט פעלער. ווילדע דרייווערס וועלן אייביג זיין, און מען דארף טאקע מער ספידינג קעמרעס און מער פאליציי אויף די גאסן. איך האב צוגעזאגט די טאג וואס איך האב געמאכט מיין דרייווערס לייסענס אז איך וועל נישט פארגעסן ווי אזוי עס שפירט א פיס גייער, און ב''ה איך האב טאקע נישט פארגעסן. איך בין שטארק אין שטיצע פון אלע טרעפיק געזעצן חוץ פון @אלטערנעסייד פארקינג...

מענטשען זענען אום אחריות'דיג, מען כאפט נישט אז א קאר איז א טויטליכע וואפען וואס קען אין א מילי סקונדע דיסטרויען אדער גאר אפשאפען דאס לעבן פון אן אומשולדיגער ציווילער.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3589

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:13 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:28 am מייקעל קאהן געוועזענער אדוואקאט פאר געוועזענער פרעזידענט טראמפ, גייט היינט אויפטרעטן צום צווייטן טאג מיט עדות'שאפט קעגן טראמפ, אין די יעצטיגע טראמפ "האש מאוני" טרייעל.
מייקעל קאהן האט יעצט געענדיגט 8 שעה פון עדות'שאפט און די קאורט איז געגאנגען אויף ריסעס. נאך ריסעס קומט די קראוס עקזעמינעישאן פון די טראמפ לויערס.
ספיקער מייק דזשאנסאן איז היינט מיטגעקומען מיט טראמפ צום געריכט זאל. ער האט אויך געגעבן א פרעס קאנפרענץ ווי ער האט אראפגעריסן די פראסיקיאוטער און דעם ריכטער אלס פארטייאיש.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

סיטי קאונסיל ספּיקער עדריען עדעמס שטופּט פאראויס א נייע געזעץ וואס וועט פארלאנגען פונעם ניו יארק סיטי מעיאר צו באקומען ערלויבעניש און באשטעטיגונג פון הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע, וואס זענען פּאזיציעס וועלכע האבן ביז היינט נישט געדארפט באקומען קיין שום באשטעטיגונג פונעם סיטי קאונסיל. דאס געזעץ, אויב עס וועט אריבערגיין, וועט שטעלן נייע צוימונגען אויפן מעיאר, אז ער וועט נישט קענען סתם אזוי אליינס אויפנעמען סיי וועמען ער וויל פאר א צאל הויכע פּאזיציעס
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1325
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3589

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 9:28 am מייקעל קאהן געוועזענער אדוואקאט פאר געוועזענער פרעזידענט טראמפ, גייט היינט אויפטרעטן צום צווייטן טאג מיט עדות'שאפט קעגן טראמפ, אין די יעצטיגע טראמפ "האש מאוני" טרייעל.
היינט טוען די טראמפ לויערס פארזעצן זייער קרייץ פארהער אויף מייקל קאהן.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פארשוין זיך אונטערגעגעבן פאר די פאליציי עטליכע שעה נאכ'ן ארויפקריכן אויפן דזשארדזש וואשינגטאן בריק‎

SmartSelect_20240518_233424_Yiddish24.jpg
SmartSelect_20240518_233424_Yiddish24.jpg (175.36 KiB) געזען געווארן 705 מאל
די פאליציי זאגן אז דער פארשוין האט אנגעהויבן ארויפקריכן אויף די דרום זייט מאנהעטן טאוער פון די בריק היינט אינמיטן טאג, און מען האט אוועקגעשטעלט פאליציי קארס און אנדערע עמורדזשענסי יוניטס אויפן גאנצן בריק. דער אינצידענט האט אפעקטירט טראפיק פאר עטליכע שעה, און אפאר שעה שפעטער האט דער פארשוין זיך אונטערגעגעבן פאר די פאליציי אן קיין אינצידענט, און ער איז אפגעפירט געווארן צום קאלאמביע שפיטאל וואו ער ווערט אצינד אונטערגעזוכט.

קרעדיט: אידיש 24
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

טראמפ האט ענדגילטיג באשלאסן נישט אויפצוטרעטן ביי זיין סטעיט פראצעס אין ניו יארק, און זיינע אדוואקאטן האבן צוגעפארטיגט אראפ לייגן זייער קעיס
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

די רעפּובליקאנער ניו יארק קאנגרעספרוי עליס סטעפאניק האט אריינגעגעבן אן "עטיקס קאמפּלעינט" נעכטן קעגן ריכטער הואן מערטשען וועלכער פארפיגט אויפ'ן ביזנעס שווינדל פּראצעס פון דאנאלד טראמפּ. קאנגרעספרוי סטעפאניק, וועלכע איז געקומען פאריגע וואך אין געריכט ארויסצייגן סאלידאריטעט פאר טראמפּ, האט באשולדיגט אז ריכטער מערטשען האט א "קאנפליקט אוו אינטערעסט" צוליב וואס זיין פאמיליע איז רייך געווארן דורך אנטי-טראמפּ פאנדרעיזינג
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

היינט עפענט זיך די שליסונג ארגומענטן אין די ניו יארק סטעיט קרימינאלע קעיס אקעגן פרעזידענט טראמפ
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גאווערנער האקול האט ארויפגעברענגט א געזעץ פארשלאג וואס וועט פארבאטן פאר פאבליק סקול סטודענטן צו פארמאגן א סמארטפאון אין סקול. זי זאגט אז אויב וועט מען דארפן וויכטיג קאמוניוקירן מיטן סטודענט קען יענער ברענגען א פליפ פאון אן אינטערנעט עקסעס.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3313

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך ווער »

די ניו יארק סטעיט פאליציי האט היינט געלאזט אין גאנג די אזוי גערופענע 'ספיד וואך' קאמפיין, צילענדיג אקעגן דרייווער וועלכע ספידן אדער פארן ווילד
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4928

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך Spa 42 »

א קליינע פליגער אויפן וועג צו מאנטריאל האט געקראכט אין אפסטעיט אומברעגענדיג די פיילאט.
פיילס
YFEkir9e.jpeg
YFEkir9e.jpeg (90.53 KiB) געזען געווארן 433 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12219

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די עם טי עי האט געהעכערט די באס לעין אינפארסמענט אין ניו יארק סיטי,
דורכן לייגן קעמרעס אויף פערצן באס רוטס,
די קעמרעס וועלן אויטאמאטיש געבן טיקעטס פאר קארס וואס בלאקירן באס ליניעס און באס סטאפס,
די טיקעטס וועלן זיין פונקט ווי א דאבל פארקד טיקעט.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12219

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

א מיסטעריעזע פאל האט פאסירט היינט אין א פארקינג גאראדזש אין די בראנקס, וואו א קאר האט געטראסקעט פון די דאך גאנצע צוואנציג פיס אראפ צו די ערד, אן וואס קיינער זאל געשעדיגט ווערן דערין.

די קאר איז געווען פארקירט אויפן דאך פון א בי דזשעיס געשעפט אויף וועסט 235 סטריט, מיטאמאל האט די וואנט זיך אפגעבראכן און די קאר האט זיך איבערגעדרייט אראפפאלנדיג צו די זייט אויף א ליידיגע שטח. קיינער איז נישט געווען אין די קאר און אויך נישט אויפן פלאץ וואו עס איז געפאלן, און די בילדינג דעפארטמענט האט געעפנט א אויספארשונג דערויף.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך אנדערער »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 8:56 pm א מיסטעריעזע פאל האט פאסירט היינט אין א פארקינג גאראדזש אין די בראנקס, וואו א קאר האט געטראסקעט פון די דאך גאנצע צוואנציג פיס אראפ צו די ערד, אן וואס קיינער זאל געשעדיגט ווערן דערין.

די קאר איז געווען פארקירט אויפן דאך פון א בי דזשעיס געשעפט אויף וועסט 235 סטריט, מיטאמאל האט די וואנט זיך אפגעבראכן און די קאר האט זיך איבערגעדרייט אראפפאלנדיג צו די זייט אויף א ליידיגע שטח. קיינער איז נישט געווען אין די קאר און אויך נישט אויפן פלאץ וואו עס איז געפאלן, און די בילדינג דעפארטמענט האט געעפנט א אויספארשונג דערויף.
שרעקעדיג. חדשים צוריק איז א שטיקל פון די באקאנטע ַהאום דיפאט פארקינג לאט אראפגעפאלן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 1:26 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:07 am
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:31 pm

ימח שמם פון די גאווענער מיט די משפחה וואס האט דאס צוגעברענגט לידי מעשה. דער דרייווער וואס האט געהארגעט זייער קינד און אזוי אויך אלע אנדערע ווילדע דרייווער'ס וועלן ווייטער פארן שנעל און זיי טוען גארנישט אויף א חוץ רודפן די מענטשהייט!
מיינסט צו זאגן, די קינדער וואס לויפן אריין אין קארס וועל'ן ווייטער אריינלויפן.
טייערער נוי יארק! גיב זיך אפ מיט'ן אויסלערנען פאר קינדער אז מ'לויפט נישט אריין אין די גאס, ס'איז זייער וויכיטג פאר די ענוייערמענט!
לאמיר זיך אבער נישט נער'ן. קינדער זענען קינדער און עס מאכט זיך אז זיי כאפן זיך נישט. בפרט ווען מען לויפט נאך די באלי. אויב וועט צען מייל א שעה פארמינערען די ריזיקע, הנני מוכן ומזומן. צען מייל א שעה איז נאכאלץ שנעלער און באקוועמער ווי צו וואקן.

@אלטערנעסייד פארקינג טויזענטער מענטשען איבער'ן לאנד וואס זענען נישט קאנסידערד ווילדע דרייווערס האבן שוין אראפגעקלאפט אנדערע מענטשען. מיט'ן מאכן די ספיד לימיט ווייניגער, פארדמייד מען טויט פעלער. ווילדע דרייווערס וועלן אייביג זיין, און מען דארף טאקע מער ספידינג קעמרעס און מער פאליציי אויף די גאסן. איך האב צוגעזאגט די טאג וואס איך האב געמאכט מיין דרייווערס לייסענס אז איך וועל נישט פארגעסן ווי אזוי עס שפירט א פיס גייער, און ב''ה איך האב טאקע נישט פארגעסן. איך בין שטארק אין שטיצע פון אלע טרעפיק געזעצן חוץ פון @אלטערנעסייד פארקינג...

מענטשען זענען אום אחריות'דיג, מען כאפט נישט אז א קאר איז א טויטליכע וואפען וואס קען אין א מילי סקונדע דיסטרויען אדער גאר אפשאפען דאס לעבן פון אן אומשולדיגער ציווילער.
אלעמאל טראכט ער אנדערש ווי דער טיפישער חסידישער איד..
עפעס איז ראונג געווייערט אין דיין קאפ...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:24 pm

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:36 pm ס'דא וואס האבן מורא צו טראכטן אנדערש ווי ציגעוואוינט. אנדערע האבן מורא צו טראכטן אזוי ווי די נאראטיוו...
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4928

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך Spa 42 »

א געביידע איז היינט איינגעפאלן אין Syracuse ווי 11 מענטשן אריינגערעכנט קינדער זענען פארוואונדעט געווארן.
פיילס
AP24170855405594-699x420 (1).jpg
AP24170855405594-699x420 (1).jpg (102.1 KiB) געזען געווארן 361 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א פארשוין האט ארויסגעווארפן אביעקטן פון די העכסטע שטאק פון א הויכן בנין.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 7:01 pm א פארשוין האט ארויסגעווארפן אביעקטן פון די העכסטע שטאק פון א הויכן בנין.
איין אביעקט זע איך דארט שטיין אויבן און פאכען מיט די הענט. יענס האט ער נישט געווארפן?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4031
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12219

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ניו יארק סיטי פאליס דעפארטמענט לוטענאנט, הענרי שמיעמאן, וועלכער איז דערשאסן און געהרגעט געווארן מיט 50 יאר צוריק, האט היינט צו זיין עהרע באקומען א גאס אויף זיין נאמען אין קווינס אלץ א אנדענק צו פאראייביגן זיין נאמען.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א לייכטע ערדציטערניש האט היינט פארטאגס געטרייסלט אין די פאקיפסי געגנט אין אפסטעיט ניו יארק, קיין שאדן איז נישט באריכטעט געווארן, און אויך האבן די ארטיגע איינוואוינער כמעט גארנישט געשפירט.

די ערדציטערניש געשאצט צו זיין 2.1 אויף די ריכטער וואג, איז אויפגעכאפט געווארן דורך די ספעציעלע איינהייט וואס האלט א אויג אויף אזעלכע סארט פאסירונגען, עס איז פארגעקומען צוויי מינוט נאך דריי פארטאגס אין א באגרעניצטע זאנע פון עטליכע גאסן.

JDN
שרייב פאוסט