נייעס אין אמעריקע
נייעס אין אמעריקע
די גאווענער פון אילינוי האט אונטערגעשריבן א ביל וועלכע וועט ערלויבן אומלעגאלע אימיגראנטן צו זיין פאליציי אפיצירן.
די ביל וועט אריינגיין אין קראפט אנהייב קומענדיגע יאר.
די ביל וועט אריינגיין אין קראפט אנהייב קומענדיגע יאר.
Re: נייעס אין אמעריקע
א נייע נוקלעארע ענערגיע סטאנציע איז פארענדיקט געווארען אין אגוסטא דשארדשיא , דאס איז די ערשטע מאל אין דרייסיג יאר וואס א נייע אזא סטאנציע ווערט פארענדיגט אין אמעריקע.
די פראיעקט האט געקאסט איבער דרייסיג ביליאן דאלאר דאפלט פון די ארגינעלע פלאן און איז פארענדיקט געווארען זיבן יאר שפעט, די פראיעקט האט גענומען 14 יאר.
יעצט איז פארענדיקט געווארען די פערטע רעאקטאר און מיט דעם פארענדיגט די פראיעקט, אבער דריי פון די רעקטארן זענען שוין געשטאנען פאר עטליכע יאר צושטעלנדיג עלעקטריסעטעט פאר 2.6 מיליאן איינוואוינער אין די געגנט.
די רעאקטאר גיבט ארויס 1,100 מעגא-וואטס גענוג פאר א האלב מיליאן הייזער.

ניו דזשורסי'ס לויטענענט גאווערנער, וועלכע סערווירט אלץ עקטינג גאווערנער וויבאלד מורפי געפונט זיך אינדרויסן פון די סטעיט, איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
די 71-יעריגע אליווער קען צוליב דעם נישט אויספירן אירע פליכטן אלץ גאווערנער, דעריבער איז די אויפגאבע פונעם גאווערנער'ס פאזיציע אריבער צום סטעיט סענאט פרעזידענט ניקאליס סקוטארי.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/88557
אינטערעסאנט ווער ס'באקומט עס נעקסט אין די רייע.
און וואס ניקאליס קעו יעצט טון אלס גאווערנער.

א פאניק איז אנטשטאנען אין די סענאט געביידע אין וואשינגטאן ווען איינער האט אריינגערופן איבער א אקטיווע שיסער אין די געביידע.
די ראסל סענאט אפיס געביידע איז אוועקואירט געווארן.
די סי פאליציי זאגן אז ס'איז געווען א פאלטשע רוף.
די ראסל סענאט אפיס געביידע איז אוועקואירט געווארן.
די סי פאליציי זאגן אז ס'איז געווען א פאלטשע רוף.
Re: נייעס אין אמעריקע
די פענטעגאן גייט אהיים רופן 1,100 סאלדאטן וועלכע זענען פריער אין יאר געשיקט געווארן צום גרעניץ מיט מעקסיקא
Re: נייעס אין אמעריקע
אויל פרייזן אין אמעריקא זענען געשטיגן צום העכסטן שטאפל אין דריי חדשים צייט
Re: נייעס אין אמעריקע
מ'גייט זיי שיקן קיין אוקריינע...?
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: נייעס אין אמעריקע
2 אמעריקאנער נעיווי מאטראזן זענען ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיט שפיאנאזש קלאגעס פארן פרובירן צו פארקויפן מיליטערישע געהיימעניסן פאר כינע.
די נעיווי זאגט אז עס איז דערווייל נישט קלאר אויב די 2 פעלער זענען פארבינדן.
די נעיווי זאגט אז עס איז דערווייל נישט קלאר אויב די 2 פעלער זענען פארבינדן.
- farshlufen
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 14
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
- x 28
Re: נייעס אין אמעריקע
מיין איך זיי ווערן געקלאגט מיט 2 קלאגעסfarshlufen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:02 pmאינטערסאנט. וואס איז היינט די שטראף פאר דעם?
אויב ווערן זיי געפונען שולדיג איז עס א מאקסימום פון 20 יארע און חד גדיא
Re: נייעס אין אמעריקע
ריזן סטרייק אין לאס אנדזשעלעס
לאס אנדזשעלעס גייט היינט אריין אין א 24 שעה סטרייק וואס די שטאט האט נישט געזען אין לאנגע יארן
די סטרייק נעמט אריין פולע סיטי ארבייטער, צווישן זיי טראפיק אפיצירן, מעכאניקער, לייף גארדס און אינדזשענירן. די יוניאן וועלכע פארטרעט די 7 טויזנט ארבייטער אויף סטרייק זאגט אז די סטרייק ווערט דורכגעפירט וויבאלד די סיטי איז נישט גרייט צו פארהאנדלן געהעריג פאר בעסערע ארבייטס אומשטענדן.

א פרוי איז געביסן געווארן דורך א שארק ביי די ראקוועי ביעטש אין לאנג איילענד ניו יארק.
די פרוי איז קריטיש און מ'האט פארמאכט די ביעטש פאר א שטיק צייט.
ניו יארק זעהט לעצטנס אסאך שארקס אין אירע וואסערן.
די פרוי איז קריטיש און מ'האט פארמאכט די ביעטש פאר א שטיק צייט.
ניו יארק זעהט לעצטנס אסאך שארקס אין אירע וואסערן.
Re: נייעס אין אמעריקע
מארקעטס זענען געפאלן איבער פרישע זארגן אז די פעדעראלע רעזערוו וועט העכערן די ראטעס נאכאמאל, און צוליב פלאגענישן אין די כינעזע עקאנאמיע.
Re: נייעס אין אמעריקע
אמעריקאנע בירגער'ס קרעדיט קארד חובות האבן דערגרייכט 1 טריליאן דאלאר צום ערשטן מאל און היסטאריע
Re: נייעס אין אמעריקע
טעקסעס בארדער האבן קעמרעס אויפגעכאפט א גרופע גענג מעמבער'ס מיט געווער אריינקומען
ה"י
ה"י
Re: נייעס אין אמעריקע
מאסאטשוסעטס דערקלערט א סטעיט אפ עמערזשענסי צוליב די אימיגראנטן איבערפלוס
Re: נייעס אין אמעריקע
פרייזן וועלן זיך מעגליך ווידער הייבן
ערווארטונג אז פרייזן פון פראדוקטן און שיפינג וועלן זיך הייבן אלס דירעקטע רעזולטאט פון "יעלאו טראקינג" צוזאמפאל
מיט די צוזאַמפאַל פון די יעלאָו טראָקינג קאָמפּאַני, האָט אַמעריקע פאַרלוירן אַזויפיל ווי פופצן פּראָצענט פון די געווענליכע קליינע-דעליווערי טראָקינג סערוויס, און דאָס וועט ברענגען א מאַנגל אין טראָקערס צו ליפערן פּראָדוקטן. צוליב די ערוואַרטעטע מאַנגל, קענען קאָנסומערס ערוואַרטן אַז פּראָדוקטן וועלן קאָסטן מער, וויבאַלד קאָמפּאַניס וועלן דאַרפן באַצאָלן טייערער פאַר שיפּינג.

די FBI האט דערשאסן צום טויט קרעיג דעליו ראבערטסאן, א מאן פון יוטא וועמען זיי זענען געקומען ארעסטירן נאך וואס יענער האט געמאכט אנליין סטראשונגען צו שיסן פרעזידענט ביידען ביי זיין באזוך אין יוטא די וואך, און סטראשונקעס קעגן מאנהעטן דיסטריקט אטוירני אלווין ברעג.
Re: נייעס אין אמעריקע
@ניקל נישט דא קיין ווערטער
איך בין מיך מחייה מיט דיינע באריכטן גיי אן ווייטער
שכח
איך בין מיך מחייה מיט דיינע באריכטן גיי אן ווייטער
שכח
Re: נייעס אין אמעריקע
א ליעק און א ווערהאוז און פענסילוועניע וואס האט שעדליכע כעמיקאלן האט געצווינגען די ארטיגע פאליציי צו עוואקירן איין מייל ארום
Re: נייעס אין אמעריקע
די טיעם פון וואוק פרויען סאקער שפילער וועלעכע האבן רעזעפרענטירט די פאראייניגטע שטאטן אין די אלוועלטליכע סאקער פארמעסט גערופן "ווארלד קאפ" (פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט) וואס קומט יעצט פאר אין איסטראליע, ובראשם די אנטי אמעריקען סאקער שפילער "מעגען ראפינאו" האבן פארלוירן די פארמעסט אנטקעגן שוועדן, און פאלן מיט דעם ארויס פון די פארמעסט און וועלן נישט קענען ווייטער אנטיילנעמען אין די ווייטערדיגע פאזעס פון די פארמעסט, א זאך וואס ווערט באטראכט ווי א שטארקע מאראלישע קלאפ פאר די אמעריקאנער שטאלץ נאכדעם וואס זיי האבן שוין געהאט עטליכע שטארקע געווינסן אין די לעצטערע יארן.
פרוי "מעגען ראפינאו" ראגירט צו די פארלוסט: מיר זענען שטאלץ, מיר האבן גוט געשפילט, איך פיל זייער פראוד.
טיפיקל ליבערל טאלק וואס קען נישט פארנעמען א פארלוסט און מוז אייביג פילן פראוד און מורא'דיג אפילו מ'איז חרוב ונחרב

קרעדיט: @יער פון אייוועלט...ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:06 am די טיעם פון וואוק פרויען סאקער שפילער וועלעכע האבן רעזעפרענטירט די פאראייניגטע שטאטן אין די אלוועלטליכע סאקער פארמעסט גערופן "ווארלד קאפ" (פרעג מיך נישט וואס ס'מיינט) וואס קומט יעצט פאר אין איסטראליע, ובראשם די אנטי אמעריקען סאקער שפילער "מעגען ראפינאו" האבן פארלוירן די פארמעסט אנטקעגן שוועדן, און פאלן מיט דעם ארויס פון די פארמעסט און וועלן נישט קענען ווייטער אנטיילנעמען אין די ווייטערדיגע פאזעס פון די פארמעסט, א זאך וואס ווערט באטראכט ווי א שטארקע מאראלישע קלאפ פאר די אמעריקאנער שטאלץ נאכדעם וואס זיי האבן שוין געהאט עטליכע שטארקע געווינסן אין די לעצטערע יארן.
פרוי "מעגען ראפינאו" ראגירט צו די פארלוסט: מיר זענען שטאלץ, מיר האבן גוט געשפילט, איך פיל זייער פראוד.
טיפיקל ליבערל טאלק וואס קען נישט פארנעמען א פארלוסט און מוז אייביג פילן פראוד און מורא'דיג אפילו מ'איז חרוב ונחרב
Re: נייעס אין אמעריקע
עף-טי-עקס גרינדער סעם בענקמען פריעד איז צוריק געפירט געווארן אין טורמע, נאך וואס א ריכטער האט אנגענומען די פארלאנג פון א פעדעראלער פראקוראר צו אוועקנעמען זיין בעיל צוליב אנגעבליכע קלאגעס אז ער פרובירט לייגן איינפלוסן אויף פאטענציעלע עדות.
Re: נייעס אין אמעריקע
א עראפלאן האט אויפגעריסן אינמיטן א לופט פארשטעלונג אין מישיגן און טייל פון די ברוכווארג איז געפאלען אויף א הויז.