ווייסעריש האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 11:59 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 11:31 am
דאס איז טאקע א גוטע וועג ארויס. סוי רעד טאקע נישט פון קיין פרטים מחשש שמוץ וועש, נאר שמייס ווייטער אז קרית יואל איז פארפוילט און קריגט זיך מיט די גויים וכו'.
דער פאקט איז אז קרית יואל רירט זיך נישט אן קיין דעת תורה ביי יעדע הייקעלע זאך, און בלומינגראוו ווילעדזש פירט זיך אן קיין שום דעת תורה + אן קיין עכטע וואלן + ס'שמעקט פון בנין נערים. און די רעזולטאטן זעען זיך ליידער אן. איך באשולדיג קיינעם נישט, ס'איז נאטורן פון מענטשן.
איך פאדער נישט זאלסט עס מודה זיין, איך זאג עס נאר פאר ווער עס וויל פארשטיין וואס דא גייט פאר.
דער ערשטער האלב איז א פרעכער שקר ארויפגעלייגט אויף מיר. קיינמאל געזאגט אז קרית יואל פירערשאפט איז פארפוילט. איך האב געזאגט אז זיי קריגן זיך מיט די גויאישע שכינים און זיי האבן אלע רעכטן דערצו. זיי (פלעגן איז מסתם מער אקוראט ווייל היינט פעלט עס כמעט נישט אויס ברוך השם) טון די זעלבע זאך ווי בלומינגראוו. דו ביסט דער וואס זאגט אז אזא עסקנות מהלך איז פארפוילט נישט איך.
זיי מיר טאקע מוחל, איך האב געמיינט אז
טראציגע געפעכטן אא"וו מיינט עפעס שלעכט. נישט געכפאט אז דו שרייבסט עס למעליותא
ווייסעריש האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 11:59 am
די צווייטע האלב איז סתם איבערגעשריבן דיינע פאלשע הנחות פון די פארגאנגענע הונדערט בלעטער. קרית יואל ווילעדש איז געפירט דורך איין איינציגער מענטש היינט צו טאג וואס האט גארנישט מיט דעת תורה. איבער בלומינגראוו ווייס איך נישט און עס קען זיין אז זיי האבן טאקע אויך נישט קיין דעת תורה. אבער דו ווייסט דאס אויך נישט.
דער דעת תורה פון קרית יואל ווילעדזש לעבט ב"ה, און ווער עס וויל קען גרינג געוואויר ווערן אז "יעדע איינציגע" ערנסטע שריט, ספעציעל מיט שכנים (און ששש, אפילו מיט די סעווען ספרינגס שכנים לאוסוט) ווערט אדורכגעשמועסט מיט'ן דעת תורה.
ווידער דער דעת תורה פון די בלומינגראוו ווילעדזש, לאז איך איבער פאר דיר אויסצופירן.
#אין עוד מלבדו
ווייסעריש האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 11:59 am
דער דריטער + איבער בנין נערים ביזטו געווארן ביי דעם שמועס איבערגעוויזן אז אין פאקט האבן זיי גארנישט געטון זיך צו רייצן מיט קיינעם. עס צו שרייבן אלץ פאקט איז זייער נישט מענטשליך און איז סתם גערעדט מיאוס אויף היימישע אידן. זיכער אז זיי מאכן טעותים און מעגליך אז דער וואס גייט קומען נאך זיי וועט זיין בעסער. אבער אויפן מינוט זענען זיי דא און אפי’ זייערע מעטאדן מעגן ווערן אויסגעשמועסט דורך די מענטשן וואס זענען באקאנט מיט די פרטים. איז נישט דא קיין שום סיבה אז מענטשן מיט א שנאה פשוט אלץ שכן אנע אינטערעסע אינעם וואוילזיין פונעם געגענט זאלן זיין באקוועם צו באטיטולן ברודער מיט מגושמים נערים און ענליכע צונעמען.
איך האב געשריבן אז בנין נערים איז מיין געפיל, און דער געפיל פון יעדן וואס האלט מיט די אנטוויקלונגען. קען זיין ס'נישט אמת. קען זיין אז דער קליפ מיט ניוס12 איז געווען א בנין זקנים. קען זיין אז דער מהלך פון אויספאפן סקופיס מיט פאלשע בעלאטס איז געווען א בנין זקנים, קען זיין אז דאס נישט אינדארסירן האקול אפאר טעג נאכ'ן ערהאלטן פון איר א ריזן טובה פאר די געגנט איז געווען א בנין זקנים, קען זיין.
ווייסעריש האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 21, 2024 11:59 am
מיטן מיטלסטן + האסטו מיר געמאכט שמייכלן. א יישר כח פארן לייכטער מאכן די לופט דאהי.
ב"ה