דו פינטל ארום וויפיל עס גייט. פירקל נאראויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 24, 2024 2:33 pmאה.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 24, 2024 2:29 pmזייער פשוט, איך האב עטליכע מאל געזען אז דו לייגסט יא פינטלעך נאך א קעפל, האב איך דיר געוואלט אויפמערקן דערויף.
כ'האף דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט אזא הערה.
יא יא, סארי... איינע פון די טעותים וואס איך האלט אינאיין מאכן.
כאמעך שוין דערשראקן אז איך פינטל ארום איבעראל...
קאפלימענטן און הערות צו ניקס
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
@פליט קודם כל יישר כח פאר דיינע באריכטן. אבער אויב מעג איך, וויל איך בעטן אז ווען דו לייגסט א בילד זאלסטו צושרייבן די ווערטער העכערן בילד, און נישט אונטערן בילד. 1) וויבאלד איך גלייך צו ליינען פארדעם וואס איך גיי דא זעהן אויפן בילד. 2) נאך צוויי דריי גרויסע בילדער ווערן די ווערטער פון אונטען פארלוירן און איז קוים זעהבאר (אה, אז ער געבט שוין ענדליך א קאמפלעמענט, איז עס נאר מיט'ן ציל צו געבן קריטיק נאכדעם...)
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 26, 2024 10:26 am @פליט קודם כל יישר כח פאר דיינע באריכטן. אבער אויב מעג איך, וויל איך בעטן אז ווען דו לייגסט א בילד זאלסטו צושרייבן די ווערטער העכערן בילד, און נישט אונטערן בילד. 1) וויבאלד איך גלייך צו ליינען פארדעם וואס איך גיי דא זעהן אויפן בילד. 2) נאך צוויי דריי גרויסע בילדער ווערן די ווערטער פון אונטען פארלוירן און איז קוים זעהבאר (אה, אז ער געבט שוין ענדליך א קאמפלעמענט, איז עס נאר מיט'ן ציל צו געבן קריטיק נאכדעם...)
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
@נקודות טובות בין איך משוגא אז איך טראכט אז @מסתמא איז דיין צווייטע ניק? די שפראך איז עפעס די זעלבע
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
יא ביסט משוגע. און נישט סתם משוגע, נאר משוגע מיט אן עי"ן. וואו קום איך בכלל צו די קניען פון @מסתמא?
אויב איינער פרעגט מיך באלד אויב איך בין @שבת קודש זאל איך אים אויך זאגן אז ער איז משוגע, אדער צוויי ליגענטס אין איין טאג זאגט מען נישט?
בד"וו פאר נעקסטע מאל, עס איז נישט קיין גלייכע זאך צו פרעגן דא. ממה נפשך, אויב איז עס אמת שטעלסטו דאך יענעם אין א ספאט ברבים (נישט אז ביחידות איז יא גוט). און אויב איז עס לווערטל בעלמא באלאנגט דאס דא.
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
@שבת קודש איז @אנדערער... מיש נישט אויס...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 5:02 pmיא ביסט משוגע. און נישט סתם משוגע, נאר משוגע מיט אן עי"ן. וואו קום איך בכלל צו די קניען פון @מסתמא?
אויב איינער פרעגט מיך באלד אויב איך בין @שבת קודש זאל איך אים אויך זאגן אז ער איז משוגע, אדער צוויי ליגענטס אין איין טאג זאגט מען נישט?
בד"וו פאר נעקסטע מאל, עס איז נישט קיין גלייכע זאך צו פרעגן דא. ממה נפשך, אויב איז עס אמת שטעלסטו דאך יענעם אין א ספאט ברבים (נישט אז ביחידות איז יא גוט). און אויב איז עס לווערטל בעלמא באלאנגט דאס דא.
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
פלעשלייט האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 6:28 pm@שבת קודש איז @אנדערער... מיש נישט אויס...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 5:02 pmיא ביסט משוגע. און נישט סתם משוגע, נאר משוגע מיט אן עי"ן. וואו קום איך בכלל צו די קניען פון @מסתמא?
אויב איינער פרעגט מיך באלד אויב איך בין @שבת קודש זאל איך אים אויך זאגן אז ער איז משוגע, אדער צוויי ליגענטס אין איין טאג זאגט מען נישט?
בד"וו פאר נעקסטע מאל, עס איז נישט קיין גלייכע זאך צו פרעגן דא. ממה נפשך, אויב איז עס אמת שטעלסטו דאך יענעם אין א ספאט ברבים (נישט אז ביחידות איז יא גוט). און אויב איז עס לווערטל בעלמא באלאנגט דאס דא.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
גיי צו משמחי לב און ר' אברהם לויפער, בעט זיי די ליסטעס. דו מיינסט אז RCCS האט א הונדערט פראצענט סוקסעס רעיט? הלואי! דאס איז נישט די מציאות! קיינער איז נישט פארזיכערט! וויפיל פראצענט זענען געשטארבען פון קאר עקסידענטס, און וויפיל פון קענסער און הארץ פראבלעמען? די פראצענטען זענען אינו דומה!שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:07 pm ר' יונתן קומט יעצט ארויס מיט א שטארקע קאמפיין אז יעדער מוז קויפן לייף אינשוראנס נאכדעם וואס זיין שוואגער איז יעצט ל''ע אוועק אין עלטער פון 39 יאר איבערלאזנדיג 9 קינדער אין שטוב ואין בידם לפורטה אפילו שוה פרוטה, ר' יונתן זאגט אז ס'איז א חיוב גמור פאר יעדעם צו האבן לייף אינשוראנס
יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז זייער וויכטיג צו האבן לייף אינשוראנס איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ס'איז ממש א חיוב, בערך איין פארצענט מענטשען גייען ל''ע אוועק גאר יונג איבערלאזענדיג א שטוב מיט יונגע קינדער ה''י איז ווער זאגט אז א מענטש מוז חושש זיין אויף א זאך וואס איז נאר איין פארצענט, אויב מוז מען חייש זיין דעמאלטס זאל מען אויך נישט טארן פארן מיט קיין קאר וואס א געוויסע פארצענט מענטשען שטארבן ל''ע יערליך אין קאר עקסידענטס, איך פרעג ווייל איך וויל פשוט פארשטיין.
עס איז היינט אין סטייל ווען מען רעדט און שרייבט ברבים צו זאגן איך באקומם טעגליך הונדערטער מעסידזשעס... שקר וכזב! ס'איז א מארקעטינג סטראטעגיע! ווען עס קומט צו די ציפירען פון אלמנות ויתומים איז ליידער ליידער, און נאכאמאל ליידער דא הארטע דעקונג אויף דעם! דאס איז פאבליק אינפארמעישן! די בילד פאטשט אין פנים! יעדער וואס דרייט זיך אין בית המדרש קען כאטש צוואנציג מענטשן וואס זענען געגאנגען לעולם האמת איבערלאזנדיג א גאנצע געזונדל זיך צו ספראווענען!
איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער ווען מען קומט אין די יארן פון חתונה מאכן קינדער און מען געבט זיך א קוק ארום פון די אייגענע חברים מיט וועמען מען איז אויפגעוואקסן און געלערנט אין ישיבה וויפיל עס זענען שוין נישט בעלמא הדין... די מצב איז ביטער! עס איז שווער צו זאגן פונקטלעך די פראצענט וואס מאכן עס נישט צו די זעכציג, אבער מער ווי איינס פון הונדערט... עס כאפט א פחד טראכטענדיג ווי אזוי זייערע אלמנות געבן זיך אן עצה! די לעבן קאסט שוין נישט היינט 50 טויזנט דאלער א יאר. מען רעדט פון סיריעס מאני אן חתונה עקספענעס! ניין, איין פראצענט איז נישט ריכטיג, און ווייט פון ריכטיג!
איך גיי נישט אריין צו ע"פ תורה איז דא א חיוב השתדלות פאר נאכן שטארבן, אדער פארקערט אפשר איז דאס חסרון אין בטחון. דו פרעגסט לאגיש פארוואס א מענטש זאל זיך זארגן? קוק ארום! פרעג דיך נאך! כאפ א שמועס! שלא תמות כדרך שמת פלוני! ער איז געשטארבן אן לייף אינשורענס, טו עס נישט נאך! וויפיל קאסט דען א טירם פאלעסי? מיט 75 דאלער א חודש האט מען מער דעקונג ווי א סוקסעספולע קרן יתומים קאמפיין! עס איז גארנישט קיין חשש רחוק! די פראצענטען זענען בבחינת מיעוט המצוי! נאר וואס? קיינער וויל נישט טראכטן פון טויט! עה... איך גיי נישט שטארבן... ביי די הונדערט און פופציג גיי איך וואקן אן א שטעקן... אבער ווייסט וואס? איינמאל דער דאקטער שיקט שוין פאר טעסטינג קען מען קיין אישורענס שוין נישט מאכן! און יא, עט די ענד אף די געים שטארבט יעדער! איינער פריער און איינער שפעטער, קיינער איז נישט דא פאר אייביג! מען מעג טראכטן פון טויט!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4023
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
פאר 75 איז דא אינשורנס פלענס? וויפיל ווערט מען געדעקט?
איך האב פארשטאנען אז צו באקומען מער קאוורידזש פון ערבים ברויך מען צאלן עטליכע הונדערט א חודש
איך האב פארשטאנען אז צו באקומען מער קאוורידזש פון ערבים ברויך מען צאלן עטליכע הונדערט א חודש
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
איך האב נישט די ציפערען אבער ביי אונז אין ק''י א שטאט פון אריבער 8000 תושבים איז אפשר דא 20 אלמנות אונטער 60 ליידער, נישט צופיל מער ב''הנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 4:39 pmעס איז היינט אין סטייל ווען מען רעדט און שרייבט ברבים צו זאגן איך באקומם טעגליך הונדערטער מעסידזשעס... שקר וכזב! ס'איז א מארקעטינג סטראטעגיע! ווען עס קומט צו די ציפירען פון אלמנות ויתומים איז ליידער ליידער, און נאכאמאל ליידער דא הארטע דעקונג אויף דעם! דאס איז פאבליק אינפארמעישן! די בילד פאטשט אין פנים! יעדער וואס דרייט זיך אין בית המדרש קען כאטש צוואנציג מענטשן וואס זענען געגאנגען לעולם האמת איבערלאזנדיג א גאנצע געזונדל זיך צו ספראווענען!שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:07 pm ר' יונתן קומט יעצט ארויס מיט א שטארקע קאמפיין אז יעדער מוז קויפן לייף אינשוראנס נאכדעם וואס זיין שוואגער איז יעצט ל''ע אוועק אין עלטער פון 39 יאר איבערלאזנדיג 9 קינדער אין שטוב ואין בידם לפורטה אפילו שוה פרוטה, ר' יונתן זאגט אז ס'איז א חיוב גמור פאר יעדעם צו האבן לייף אינשוראנס
יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז זייער וויכטיג צו האבן לייף אינשוראנס איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ס'איז ממש א חיוב, בערך איין פארצענט מענטשען גייען ל''ע אוועק גאר יונג איבערלאזענדיג א שטוב מיט יונגע קינדער ה''י איז ווער זאגט אז א מענטש מוז חושש זיין אויף א זאך וואס איז נאר איין פארצענט, אויב מוז מען חייש זיין דעמאלטס זאל מען אויך נישט טארן פארן מיט קיין קאר וואס א געוויסע פארצענט מענטשען שטארבן ל''ע יערליך אין קאר עקסידענטס, איך פרעג ווייל איך וויל פשוט פארשטיין.
נאכאמאל אוודאי איז אינשוראנס זייער א וויכטיגע זאך קיינער איז נישט פארזיכערט, די שאלה איז צו איינער וואס מאכט נישט צו ער הייסט א אומאחריות'דיגע מענטש
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
ס'איז דא אישורענס פאר ווייניגער ווי 75 א חודש.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 5:03 pm פאר 75 איז דא אינשורנס פלענס? וויפיל ווערט מען געדעקט?
איך האב פארשטאנען אז צו באקומען מער קאוורידזש פון ערבים ברויך מען צאלן עטליכע הונדערט א חודש
לגבי ערבים, די מאקסימום וואס זיי טשארדזן א חודש איז $42, און דאס קען גיין פון מעות מעשר.
ביז קאוויד פלעגט די סכום זיין מאקסימום $28, דעמאלטס האבן זיי געמאכט א וואוט אויב מ'זאל עס הייבן.
און דאס איז אויך נישט איעדע חודש, נאר אויב ס'דא א נפטר רח״ל
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז ווער ס'טוט נישט קיין אנדערע אינוועסטמענט, זאל מאכן א Whole life אינשורענס, א קלענערע פרימיום און כאטש 95% אווערפאנדעד.
ווער ס'האט יא אנדערע זאכן, זאל נעמען א טורם אינשורענס.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1278
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5013
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
עקסטערע טעמע אלערט!!!וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 12:04 amס'איז דא אישורענס פאר ווייניגער ווי 75 א חודש.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 5:03 pm פאר 75 איז דא אינשורנס פלענס? וויפיל ווערט מען געדעקט?
איך האב פארשטאנען אז צו באקומען מער קאוורידזש פון ערבים ברויך מען צאלן עטליכע הונדערט א חודש
לגבי ערבים, די מאקסימום וואס זיי טשארדזן א חודש איז $42, און דאס קען גיין פון מעות מעשר.
ביז קאוויד פלעגט די סכום זיין מאקסימום $28, דעמאלטס האבן זיי געמאכט א וואוט אויב מ'זאל עס הייבן.
און דאס איז אויך נישט איעדע חודש, נאר אויב ס'דא א נפטר רח״ל
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז ווער ס'טוט נישט קיין אנדערע אינוועסטמענט, זאל מאכן א Whole life אינשורענס, א קלענערע פרימיום און כאטש 95% אווערפאנדעד.
ווער ס'האט יא אנדערע זאכן, זאל נעמען א טורם אינשורענס.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
סטאטיסטקיס קען מען נישט מאכן אויף דעם אופן. 8,000 נעמט אריין אין זיך לכאורה ארום 2,000 אינגעלייט פון שנה ראשונה ביז די דרייסיג, וואס נישט די יארגאנג איז די טריגער פאר לייף אינשורענס. און ווי אויך רעכענט דאס אריין אידן וואס זענען עלטער ווי זעכציג וואס די אלמנות פון זייער יארגאנג רעכענסטו שוין נישט אריין אין די פראצענט אינגע אלמנות. און אפילו די אידן פון די דריסיג ביז די זעכציג ביסטו נישט זיכער מי יחיה ומי ימות. עס איז נישט שייך צו מאכן קיין סטאטיסטיקס. די איינציגע וועג ווי אזוי מען קען דאס רעכענען איז ווען מען האט ליסטעס פון אידן העכער די זעכציג און מען זעהט בחוש וויפיל פראצענט עס מאכן עס.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:36 pmאיך האב נישט די ציפערען אבער ביי אונז אין ק''י א שטאט פון אריבער 8000 תושבים איז אפשר דא 20 אלמנות אונטער 60 ליידער, נישט צופיל מער ב''הנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 4:39 pmעס איז היינט אין סטייל ווען מען רעדט און שרייבט ברבים צו זאגן איך באקומם טעגליך הונדערטער מעסידזשעס... שקר וכזב! ס'איז א מארקעטינג סטראטעגיע! ווען עס קומט צו די ציפירען פון אלמנות ויתומים איז ליידער ליידער, און נאכאמאל ליידער דא הארטע דעקונג אויף דעם! דאס איז פאבליק אינפארמעישן! די בילד פאטשט אין פנים! יעדער וואס דרייט זיך אין בית המדרש קען כאטש צוואנציג מענטשן וואס זענען געגאנגען לעולם האמת איבערלאזנדיג א גאנצע געזונדל זיך צו ספראווענען!שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:07 pm ר' יונתן קומט יעצט ארויס מיט א שטארקע קאמפיין אז יעדער מוז קויפן לייף אינשוראנס נאכדעם וואס זיין שוואגער איז יעצט ל''ע אוועק אין עלטער פון 39 יאר איבערלאזנדיג 9 קינדער אין שטוב ואין בידם לפורטה אפילו שוה פרוטה, ר' יונתן זאגט אז ס'איז א חיוב גמור פאר יעדעם צו האבן לייף אינשוראנס
יעדע בר דעת פארשטייט אז ס'איז זייער וויכטיג צו האבן לייף אינשוראנס איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ס'איז ממש א חיוב, בערך איין פארצענט מענטשען גייען ל''ע אוועק גאר יונג איבערלאזענדיג א שטוב מיט יונגע קינדער ה''י איז ווער זאגט אז א מענטש מוז חושש זיין אויף א זאך וואס איז נאר איין פארצענט, אויב מוז מען חייש זיין דעמאלטס זאל מען אויך נישט טארן פארן מיט קיין קאר וואס א געוויסע פארצענט מענטשען שטארבן ל''ע יערליך אין קאר עקסידענטס, איך פרעג ווייל איך וויל פשוט פארשטיין.
נאכאמאל אוודאי איז אינשוראנס זייער א וויכטיגע זאך קיינער איז נישט פארזיכערט, די שאלה איז צו איינער וואס מאכט נישט צו ער הייסט א אומאחריות'דיגע מענטש
איך בין נישט קיין קרית יואל'ער ממילא בין איך נישט צופיל באקאנט מיט די מענטשען דארט, אבער אויף די מינוט קומט מיר ארויף אלמנת הרב ליפא פרידריך (קאוויד) אלמנת הרב **** ****** (הארץ אטאקע) אלמנת הרב יואל קאהן (יענע מעשה) אלמנת הרב אברהם יצחק גאלדבערגער (יענע מעשה) והאחרון אלמנת הרב אברהם יעקב מאשקאוויטש, ואלמנת הרב יואל בלוי. און דא רעדט מען בלויז פון די לעצטע 5 יאר. איך בין זיכער אז די קרית יואל'ע אידן דא קענען צולייגן נאך.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4012
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
יא, @להגדיל הטראסק ס'איז דא. פארשטייט זיך עס ווענדט זיך אויף די געזונט צושטאנד, יארגאנג, וועלכע קאמפעני, און וויפיל קאווערידזש, 10/20/30 טירם, וכו' וכו'. אבער ווי לאנג מען איז אינג און געזונט, איז טירם לייף אינשורענס זייער זייער ביליג, און געבט אסאך אסאך מער ווי ערבים. האסט א חבר וועמען דו טראסט וואס טוט אין לייף אינשורענס? געב אים א רוף!וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 12:04 amס'איז דא אישורענס פאר ווייניגער ווי 75 א חודש.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 08, 2024 5:03 pm פאר 75 איז דא אינשורנס פלענס? וויפיל ווערט מען געדעקט?
איך האב פארשטאנען אז צו באקומען מער קאוורידזש פון ערבים ברויך מען צאלן עטליכע הונדערט א חודש
לגבי ערבים, די מאקסימום וואס זיי טשארדזן א חודש איז $42, און דאס קען גיין פון מעות מעשר.
ביז קאוויד פלעגט די סכום זיין מאקסימום $28, דעמאלטס האבן זיי געמאכט א וואוט אויב מ'זאל עס הייבן.
און דאס איז אויך נישט איעדע חודש, נאר אויב ס'דא א נפטר רח״ל
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז ווער ס'טוט נישט קיין אנדערע אינוועסטמענט, זאל מאכן א Whole life אינשורענס, א קלענערע פרימיום און כאטש 95% אווערפאנדעד.
ווער ס'האט יא אנדערע זאכן, זאל נעמען א טורם אינשורענס.
חוץ מזה, ערבים איז נישט קיין לייף אינשורענס! די צוויי זאכן צו צוזאמען שטעלן איז א טעות מעיקרא. אויף די ויהי ממחרת פראגע א טאג נאך די שבעה וואס טוט מען, איז ערבים בכלל נישט קיין תירוץ! לייף אינשורענס, און נאר לייף אינשורענס איז די ענטפער! די איינציגע סיבה פארוואס מענטשען וועלן גרינגער נעמען ערבים ווי א פשוטע טירם פאלעסי, איז ווי איך האב אויבן געשריבן, מען וויל נישט טראכטן פונעם טויט! ביי ערבים טרייסט ער זיך אז די געלט וואס ער צאלט איז מעות צדקה און ער געבט עס פון מעשר. דהיינו עס איז נישט זיין געלט סיי ווי ממילא האט ער גארנישט שאדן, און ווי אויך גייט עס נישט צו א גרויסע סטאק קאמפעני נאר צו היימישע אלמנות ויתומים. אנדערש איז ווען מען קויפט לייף אינשורענס מוז דאס קומען מיט אן החלטה גמורה אז מען קויפט דאס מיט אייגן געלט אויפן איין פראצענט טשאנס אז מען וועט שטארבן און איבערלאזן יתומים.
@וואוילער לייף אינשורענס איז נישט קיין אינוועסמענט! לייף אינשורענס איז לייף אינשורענס! ווער עס קויפט לייף אינשורענס פאר אינוועסמענט ווערט אנטוישט נאכדעם. אינוועסמענטס זענען דא סאך בעסערע! די חילוק פון קויפן האול לייף און טירם איז פונקט ווי דינגען א הויז ווירסעס קויפן. אה"נ קויפן א הויז איז א גרויסע עקספענס, אבער איינמאל עס איז אויסגעצאלט איז עס אויסגעצאלט. רענט, קאסט יעדע יאר, און נישט נאר דאס נאר עס גייט נאך ארויף יעדע יאר. מען קויפט א הויז אויף צום וואוינען און נישט אויף אינוועסמענט. אפילו אז צוואנציג יאר שפעטער גייט דאס זיין ווערט טריפעלט. א הויז איז צום וואוינען און וויפיל עס ווערט מער ווערד איז הכל ריוח. וכן ללייף אאינשורענס. דאס דארף געטוהן ווערן לויט די געברויך, נישט ווי אזוי די פראצענטן וואקסן. מען קויפט לייף אינשורענס, און פון די אנדערע זייט מאכט מען אפאר פראצענט ריוח צו די זייט אויך.
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
כ'ווייס דעס זייער גוט, און כ'האב געשריבן אז ווער עס האט נישט קיין אינוועסטמענט (אדער סעווינגס מהלך לכה"פ) זאל ענדערש קויפן א האול לייף פאליסי, לויט די מהלך פון אווערפאנדן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 2:24 pm
@וואוילער לייף אינשורענס איז נישט קיין אינוועסמענט! לייף אינשורענס איז לייף אינשורענס! ווער עס קויפט לייף אינשורענס פאר אינוועסמענט ווערט אנטוישט נאכדעם. אינוועסמענטס זענען דא סאך בעסערע! די חילוק פון קויפן האול לייף און טירם איז פונקט ווי דינגען א הויז ווירסעס קויפן. אה"נ קויפן א הויז איז א גרויסע עקספענס, אבער איינמאל עס איז אויסגעצאלט איז עס אויסגעצאלט. רענט, קאסט יעדע יאר, און נישט נאר דאס נאר עס גייט נאך ארויף יעדע יאר. מען קויפט א הויז אויף צום וואוינען און נישט אויף אינוועסמענט. אפילו אז צוואנציג יאר שפעטער גייט דאס זיין ווערט טריפעלט. א הויז איז צום וואוינען און וויפיל עס ווערט מער ווערד איז הכל ריוח. וכן ללייף אאינשורענס. דאס דארף געטוהן ווערן לויט די געברויך, נישט ווי אזוי די פראצענטן וואקסן. מען קויפט לייף אינשורענס, און פון די אנדערע זייט מאכט מען אפאר פראצענט ריוח צו די זייט אויך.
כ'כאפ נישט אויב טירם אינשורענס איז אזויווי קויפן א הויז אדער דינגען.
צווייטנס, כ'וועל דיר זאגן א סוד אז גאנץ אסאך מאל מאכט זיך אז מ'קויפט יא א הויז פאר אינוועסטמענט, און נישט דוקא צו וואוינען.
ווער עס קויפט לייף אינשורענס פאר אינוועסמענט ווערט אנטוישט נאכדעם? נישט איך.
איך האב געקויפט לייף אינשורענס אין שנה ראשונה, אריינגעלייגט יעדע יאר מיין טעקס ריטורן פאר 7 יאר, קודם האב איך כאטש געסעיווט די געלט, נאך 7 יאר האב איך ארויסגענומען די גאנצע געלט וואס כ'האב אריינגעלייגט הנקרא "Cash Value" און עס גענוצט אלס א חלק פון מיין דאון פעימענט פאר א הויז.
אפי' נאכ'ן ארויסנעמען בינעך געבליבן מיט עטליכע 100 טויזנט "Dead Benefit".
נאך עטליכע יאר פון דעמאלטס האב'ך צוריק אנגעפאנגען אריינלייגן (אפילו איך מוז נישט) כדי צו בויען די "Dead Benefit"
האלט מיר דא אז כ'האב נישט געצאלט קיין דאללער און כ'האב לייף אינשורענס.
פארשטייט זיך מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, וועלכע קאמפעני און וועלכע פאליסי, אבער ס'איז נישט אוועק-צו-מאכן.
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
@חכם עתיק אידטיש איז א רואיגע פלאץ ביטע נישט מאכן פון אידטיש קיין אייוועלט
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 609
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1119
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 308
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 710
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
@שאינו יודע לשאול שכח פארן האלטן אפדעיטעט די בולעטין!!
כ'בין זיך מחי' מיט יעדע פאוסט.
ביסט קינג!!
כ'בין זיך מחי' מיט יעדע פאוסט.
ביסט קינג!!
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 308
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 710
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
געמיר א סעקאנד @שינאווער ציטירט מיר
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 308
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 710
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
עקטשעלי א באמערקונג...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10890
Re: קאפלימענטן און הערות צו ניקס
שכח ענק ביידע!