אן אריינגיין אינעם עצם דיון צי דא איז עס גוט אדער נישט, ווען אמעריקע האט אוועקגעלייגט אסאמא בין לאדין, האסטו אויך געצווייפלט אז אפשר וועט יעצט גאר ארגער ווערן?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 9:17 pmכ'ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער נאסראלא האט נישט געגרינדעט כיזבאלא. דער פריערדיגער פירער איז אומגעברענגט געווארן דורך מדנ"י אין א באמבאדירונג מיט יארן צוריק (דאכצעך ביי איינע פון די לבמון מלחמות) און אויף זיין פלאץ איז געקומען דער בלוטדארשטיגער נאסראלא, א כיטרער פאליטיקאנט, און אויפגעבויט כיזבאלא ווי קיינמאל בעפאר.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:06 pm נישט נאסראללא, און נישט סינוואר והנייה קענען ערזעצט ווערן. איינער וואס האט אויפגעבויעט א זאך מיט הארץ און לעבן איז זייער שווער צו ערזעצן. אודאי גייען זיי אויפנעמען איינער וואס זאל פראבירן ווייטער צו פירן, אבער אנצופילן דעם חלל איז כמעט נישט מעגליך. און יא, מיט'ן פטור ווערן פון די דריי רשעים ימח שמם, איז די כח פון די טעראריסטן אפגעשוואכט לעולמי עד.
אלזא ווען דו רעדסט פון די לאנג-טערם עפעקט וואס אזא אקציע האט אויף א טעראר גרופע, קען גאר זיין אז דאס זאל ברענגען אז זיי זאלן זיך פיל בעסער אויפבויען. ביי אל-קאידע איז עס געלונגען, און ביי כיזבאלא מיט יארן צוריק איז עס דורכגעפאלן. ס'קען זיכער נישט באטראכט ווערן אלס א פארזיכערטע טויט קלאפ פאר כיזבאלא.
אידישע [קנאי'שע] הרגשים
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
גראדע האב איך בשעתו אויך געגלייבט געוויסע קאנספיראציע טעאריעס.
נישט ממש געגלייבט, אבער קאנסידערט א מעגליכקייט.
באט דעטס נאט די פוינט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4601
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13754
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער:
---נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:06 pm אודאי גייען זיי אויפנעמען איינער וואס זאל פראבירן ווייטער צו פירן, אבער אנצופילן דעם חלל איז כמעט נישט מעגליך. און יא, מיט'ן פטור ווערן פון די דריי רשעים ימח שמם, איז די כח פון די טעראריסטן אפגעשוואכט לעולמי עד.
כ'ווייס נישט וואס אל-קאידא'ס צושטאנד איז דעמאלטס געווען. דאכצעך אז זיי זענען שוין געווען היבש אפגעשוואכט דעמאלטס, און מ'האט נאר געדארפט אפהאקן די קאפ פונעם שלאנג, און עס איז - גאנץ זיכער - פארטיג.
דא רעדסטו פון א געהעריג אויפגעבויטע מיליטער מיט פארגעשריטענע מעגליכקייטן. ס'איז נישט ווי א טעראר גרופע וואס אפערירט אויף אונטערגעלייגטע באמבעס און טעראר אטאקעס וואס דארף דער 'קאפ' וואס זאל דאס אלעס אויספלאנירן און צאמברענגען. אוודאי דארפן זיי א פירער, אבער דער סטרוקטור איז שוין אוועקגעשטעלט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1784
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4726
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
חאמאס יוכיח. פון וואנעט ווייסטו וואס די פלאן פון מדינת ישראל איז כלפי חיזבאללא? אויב איז די פלאן טאקע נאר צו האקן די קעפ, און נישט צו פארניכטען די עצם גרופע, דאן ביסטו גערעכט. אבער אויב זאלן זיי טוהן מיט חיזבאללא וואס זיי האבן געטוהן מיט חאמאס, איז בכלל דא א ספק אז די מהלך איז א מהלך? מען פארניכטעט זייערע טונעלן און עמיוניציע, מען הרג'עט צענליגע טויזענטער פון זייערע קעמפער. מען ווישט אפ אלע שרי אלפים, שרי מאות, שרי חמשים, ושרי עשרות. מען האקט אפ די גרעניץ פון צו קענען אריינברענגען פרישע וואפן. בדרך הטבע איז די זאך פארטיג. זיי זענען פארוואנדעט לעולמי עד. חאמאס שטייט יעצט ערגער ווי אל-קאידא איז געשטאנען. לאמיר זיך נישט נער'ן.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 21, 2024 2:20 pmאיך האב זיך באצויגן צו די ווערטער:---נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:06 pm אודאי גייען זיי אויפנעמען איינער וואס זאל פראבירן ווייטער צו פירן, אבער אנצופילן דעם חלל איז כמעט נישט מעגליך. און יא, מיט'ן פטור ווערן פון די דריי רשעים ימח שמם, איז די כח פון די טעראריסטן אפגעשוואכט לעולמי עד.כ'ווייס נישט וואס אל-קאידא'ס צושטאנד איז דעמאלטס געווען. דאכצעך אז זיי זענען שוין געווען היבש אפגעשוואכט דעמאלטס, און מ'האט נאר געדארפט אפהאקן די קאפ פונעם שלאנג, און עס איז - גאנץ זיכער - פארטיג.
דא רעדסטו פון א געהעריג אויפגעבויטע מיליטער מיט פארגעשריטענע מעגליכקייטן. ס'איז נישט ווי א טעראר גרופע וואס אפערירט אויף אונטערגעלייגטע באמבעס און טעראר אטאקעס וואס דארף דער 'קאפ' וואס זאל דאס אלעס אויספלאנירן און צאמברענגען. אוודאי דארפן זיי א פירער, אבער דער סטרוקטור איז שוין אוועקגעשטעלט.
אויב די מעריב וועלט גייט דאס צולאזן אויפן ויהי ממחרת שאלה? זיכער נישט. אבער אויב נאכדעם באווייזט חאמאס זיך צוריק צו בויען, איז דאס נישט וויבאלד מדינת ישראל האט נישט גענומען די גוטע דירעקציע, נאר די מעריב וועלט איז די פראבלעם. די מהלך וואס מדינת ישראל נעמט, איז די איינציגע מהלך וואס האט א שאנס צו ארבעטן בדרך הטבע. פארגעס נישט ווי מאכטפול אייסיס איז געווען ביז נישט לאנג צוריק. דארט איז נאר נישט געווען קיין מעריב וועלט וואס האט פארפירט נאך יעדע ציווילע טויט.
און איך פרעג נאכאמאל. די אלע וואס האלטן אז הרג'ענען די פירער מאכט די סכנה גרעסער, וואס האלטן זיי? אז לאזן לעבן און אנגיין ווייטער איז נישט קיין סכנה? אפשר איז די גאנצע מלחמה איבריג, און בעצם דארף מען פארהאנדלען איבער די משכונות און נאכגעבן פאר חאמאס אלעס? קאם אן, ריאליסטיש גערעדט, איז אין אזא פאל די סכנה קלענער?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1784
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4726
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
אמת, אן אלטע פראבלעם מיינער אז איך ברענג מיך נישט קלאר ארויס. @Azoi Tzi Zugen אודאי און אודאי איז מיין ציל נישט געווען צו פארגלייכן די פארלוסט פון א גדול בישראל, צו די פארלוסט פון א גוי, א רוצח ושופך דמים, און ערל הלב. און איך האף אויך אז דו האסט נישט עכט אזוי פארשטאנען מיינע ווערטער, אפילו איך האב מיך נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט.פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:14 pmדו האסט קענטליך נישט גוט ארויסגעהאט זיין פוינט געהעריג.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:49 pm @נקודות טובות ערשטנס מוז איך קריגן אויף דיין להבדיל אא"ה. דאס מדמה זיין די געברויך פאר א ממלא מקום אויף א רבי ביז א א ממלא מקום אויף א טעראר פירער איז קיין פארגלייך נישט, אפילו נישט מיט א להבדיל, און אפילו נישט אלס משל, עס איז ווי צוגלייכן אז רויטע טאמעיטא איז זיכער גרין, והא ראי' פעפער איז. ווען מען רעדט פון א רוחניות'דיגע מנהיג, א אבידשה פון תשל"ט, איז עס עפעס וואס איז נישט פארהיילבאר. דער כח הרוחני איז נישטא מער, ס'איז א דור שפעטער, די אמאליגע צדיקים זענען נישטא מער, אין לך אלא כהן שבימיך אבער דער כהן פון לעצטן דור איז נישטא.
ווידער ווען מען רעדט להבדיל פון טעראר פירער, איז בכלל נישט שייך די גאנצע זאך, עס קען רואיג אויפשטיין א פירער וואס שטייגט איבער דעם פריערדיגער. היטלער ימ"ש וואלט געהעריג געקענט פארטרעטן ווערן דורך זיינע שותפים, כאטש ער איז געווען דער ממציא השיטות והשחיטות. נאר אז זיין גאנצע פארטיי און ארמיי איז געווארן באזיגט, איז עס געווארן אויס אפילו מיט אים ביים לעבן. זיין טוויט איז שוין געווען דער עונש. ווידער ווען מען רעדט פונעם "נעווער עגעין" באוועגונג וואס האט זיך ליידער בידים אויפגעבויט א ענדלאזע קריג מיט מיליאנען צולאזטע אראבישע רוצחים וועלכע וואקסן אויף מיט א שנאה כבושה צו אידן און אודאי צו מדינת ישראל זינט הקמת המדינה, איז נאריש און זינלאז צו טראכטן אז די מדינה ווערט מער זיכער. אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
צו עס איז א גוטע געפיל אז אזא רשע איז א פייגער? אויסדרוקליך יא. נאכדערצו ווען די פגירה האט נישט געהויבן די כוחי ועוצם ידי נאר פארקערט, עס האט געוויזן ווי דורכגעפאלן זייער שפיאנאזש קען זיין אפילו ביים שפיץ טארגעט אינעם שפיץ שטח המלחמה. די געפיל איז זייער פיין. אבער אז דאס מאכט די לאנד מער זיכער? מער ווי ווען? מער ווי 3 יאר צוריק? אדער ווי 6? אדער ווי א חודש צוריק? ווער וואו וואס ווען?
די פוינט איז אז אפווישן א פירער איז א גרויסע זאך. צי יעצט איז שוין רואיג? ניין. אבער אוועקמאכן כאילו ס’ממש גארנישט אנדערש ווי פריער, איז לדבריו א בת היענה’שקייט
לאמיר דיר פרעגן, איר האלט טאקע אז כ"ו אב האבן טויזענטער אידן באוויינט נאר די כח הרוחני וואס איז אוועקגענומען געווארן? אודאי דאס אויך, אבער איז דאס דען די סיבה פארוואס טויזענטער אידן האבן געוויינט אן אויפהער פאר טעג און נעכט? האט מען דען אויף די סטראפקאווע רב אויך אזוי געוויינט? און פארוואס האבן די סאטמארע נישט אזוי געוויינט ווען רבי אהרן קאטלער איז אוועק? אויב איז די סיבה פארוואס מען וויינט וויבאלד מען באוויינט די כח הרוחני, איז דאך ר' אהרן קאטלער געווען דער גרעסטער כח הרוחני ביים ליטווישן קרייז.
די אמת'ע געוויין כ"ו אב איז געווען אז טויזענטער אידן האבן פארלוירן זייער טאטע, מאמע, און רבי. ווען אידן זענען געקומען קיין אמעריקע נאכן קריג שבור ורצוץ, און די סאטמאר רבי ז"ל האט פאר יעדן געזארגט ווי אן אייגען קינד און באוויזען אוועקצושטעלן אזא עדה קדושה דא על אדמת אמעריקע. יעדע נערישע שאלה וואס מען האט געהאט האט מען דעם רבי'ן געפרעגט, און מיט יעדע שמחה האט זיך די רבי מיטגעפריידט. און דאס איז געקומען צו אן אפשטעל אין תשכ"ח, און שפעטער גענצליך איבערגעריסן געווארן אין יאר תשל"ט. אויף דעם האבן סאטמארע חסידים געוויינט.
ווען מען זעהט יונגע קינדער באוויינען א טאטע ביי א לויה, וועט דען איינער צוגיין צו די קינדער זאגן זארג דיך נישט, דיין מאמע וועט נאכאמאל חתונה האבן און דו וועסט האבן אן אנדערע טאטע וואס וועט פאר דיר זארגן? דו זעלבע האט מען פאר א איד אין יאר תשל"ט נישט געקענט זאגן זארג נישט, מען וועט אויפנעמען א ממלא מקום. אודאי אויף צום גיין ווייטער דארף מען אויפנעמען א ממלא מקום, אבער די צער און פארלוירענקייט ווערט נישט וויניגער דורך דעם. נישט נאר וויבאלד די מדובר איז פון א צדיק פון א דור שפעטער, נאר וויבאלד ווען מען פארלירט א טאטע טרייסט מען זיך נישט אז עס קומט א נייע טאטע. ווען מען פארלירט א טאטע איז אויס וועלט כלשון ר' עזריאל. און יעדער וויינט אויף זיין טאטע. דער סאטמארער וויינט אויף זיין טאטע, און דער ליטוואק אויף זיין טאטע. און דער ספרדי וויינט אויף הרב עבדיה יוסף וואס איז געווען זיין טאטע.
די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען אז ווען עס ווערט גע'הרג'עט א טעראר פירער, איז דאס גענצליך אנדערש ווי ווען א פרעזידענט ווערט גע'הרג'ט. ווען א פרעזידענט אין אמעריקע ווערט גע'הרגע'ט אין אמט, איז די כאאס טאקע זייער גרויס. אבער אויב שטארבט ער צען יאר נאכן ענדיגן זיין טערמין, אינטערעסירט עס קיינעם נישט. צא ולמד פון דזשימי קארטער... א פרעזידענט איז בבחינת דור הולך ודור בא, יעדע פיר/אכט יאר ווערט ממילא די פריזידענט ערזעצט דורך א צווייטען, און האט נישט קיין עכטע משמעות פאר'ן לאנד נאכן אפדינען. אנדערש איז קים פון צפון קאעריע וואס ווען ער איז געשטארבען, האט מען אים באמת באוויינט. נישט ווייל ווער עס האט נישט געוויינט האט באקומען א קויל אין קאפ, נאר ער האט געמיינט פאר זיין לאנד מער ווי פרעזידענט ראנאלד רעיגען האט געמיינט פאר אמעריקע. דאס איז די מציאות, די פארלוסט איז אסאך גרעסער. מיר שטייען דאך אין די חודש פון אלע משלים מיט'ן מלך, נאסראללא איז זיכער נענטער צו א מלך, ווי ראנאלד רעיגען.
עכ"פ, מיים פוינט איז, אפילו נניח חאמאס איז א שיטה, און נישט קיין מיליטער. דארפן זיי נאכאלץ א פירער, און ווען זייער פירער ווערט גע'הרג'ט איז דאס א גאר שטארקע מאראלישע קלאפ. זעהסט דאך וויפיל זיי שימפען און שעלטן און סטראשענען נאך יעדע הויכראנגיגע פירער וואס ווערט עלימענירט. זיי פארשטייען גאנץ פיין אז יעדע פירער איז א פרישע טויט קלאפ. און די ראיה דערצו איז אז אויף דעם אופן האט אמעריקע באוויזען אונטערצוברענגען עטליכע טעראר גרופעס, כאטש וואס די אלע האבן אויך געפירט אן אזוי גערופענע מלחמת קודש. נאר וואס, דאס איז זיכער אז נאר הרג'ענען די פירער און נישט זיך קענצעטרירן אויף די עצם מעגליכקייטן פונעם גרופע, איז ריזיקאליש. אבער דאס איז נישט די מציאות אין דעם פאל.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5783
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12172
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
עס איז זייער ווייטאגליך אז "דרשו" זאל אזאנס לייגן אין זייער בראשור (אין אר"י).
אנגעהויבן פון די עצם שאלה פון חרדישע סאלדאטן צו מאכן אן עירוב מיט די טאנקען אין עזה און אין לבנון, און געענדיגט ביים רעפערירן צום רע-בנות הראשות לישראל, וכו'.
אנגעהויבן פון די עצם שאלה פון חרדישע סאלדאטן צו מאכן אן עירוב מיט די טאנקען אין עזה און אין לבנון, און געענדיגט ביים רעפערירן צום רע-בנות הראשות לישראל, וכו'.
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 322
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דאס איז טאקע נישט מעינסטרים ביים ליטווישע ציבור אין א"י, וכ"ש ביים חסידישער ציבור, אבער דאס איז זייער זייער מעינסטרים ביים ספרדישע חרדישע ציבור אין א"י, וממילא איז גאר פארשטענדליך פארוואס זיי לייגען עס.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
בושות וחרפות פארן כוחי ועוצם ידי
מען גרייט זיך פאר א הסכם דער הסכם נעמט אריין
א פייער אפשטעל פון 6 וואכן,
מדינת ישראל מיליטער וועט זיך שטאפלווייז ארויסציען פון עזה,
600 הילף טראקס פאר עזה יעדן טאג,
30 טעראריסטן פאר יעדער ציווילער באפרייטע,
50 טעראריסטן פאר יעדע סאלדאט,
דער הסכם נעמט אריין 33 משכונות,

- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 694
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1301
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
וואס איז די בושות??שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:13 pm בושות וחרפות פארן כוחי ועוצם ידי
מען גרייט זיך פאר א הסכם דער הסכם נעמט אריין
א פייער אפשטעל פון 6 וואכן,
מדינת ישראל מיליטער וועט זיך שטאפלווייז ארויסציען פון עזה,
600 הילף טראקס פאר עזה יעדן טאג,
30 טעראריסטן פאר יעדער ציווילער באפרייטע,
50 טעראריסטן פאר יעדע סאלדאט,
דער הסכם נעמט אריין 33 משכונות,
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
אז מען דארף מאכן א אפמאך און באצאלן א טייערע פרייז פאר א גרופע וואס איז שוין לאנג געשטארבןרעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:39 pmוואס איז די בושות??שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:13 pm בושות וחרפות פארן כוחי ועוצם ידי
מען גרייט זיך פאר א הסכם דער הסכם נעמט אריין
א פייער אפשטעל פון 6 וואכן,
מדינת ישראל מיליטער וועט זיך שטאפלווייז ארויסציען פון עזה,
600 הילף טראקס פאר עזה יעדן טאג,
30 טעראריסטן פאר יעדער ציווילער באפרייטע,
50 טעראריסטן פאר יעדע סאלדאט,
דער הסכם נעמט אריין 33 משכונות,
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 694
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1301
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ווער זאגט אז די גרופע איז געשטארבן?? איך זעה נישט וואס די בושות איז.שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:53 pmאז מען דארף מאכן א אפמאך און באצאלן א טייערע פרייז פאר א גרופע וואס איז שוין לאנג געשטארבןרעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:39 pmוואס איז די בושות??שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:13 pm בושות וחרפות פארן כוחי ועוצם ידי
מען גרייט זיך פאר א הסכם דער הסכם נעמט אריין
א פייער אפשטעל פון 6 וואכן,
מדינת ישראל מיליטער וועט זיך שטאפלווייז ארויסציען פון עזה,
600 הילף טראקס פאר עזה יעדן טאג,
30 טעראריסטן פאר יעדער ציווילער באפרייטע,
50 טעראריסטן פאר יעדע סאלדאט,
דער הסכם נעמט אריין 33 משכונות,
מדנ"י האט דא געהאט צוויי צילן:
א' ארויסצונעמען די משכונות.
ב' והוא העיקר, צו אנהייבן קאנטראלירן די עזה פאס (ד.ה. אז די מדנ"י פאליציי זאלן האבן אן אנוועזנהייט) און זיך נישט פארלאזן בלויז אויף די ארטיגע פאליציי.
לויט די יעצטיגע אפמאך, גייט מדנ"י פאליציי ווייטער זיך דרייען אין עזה, אזוי ווי די לעצטע יאר צייט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5783
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12172
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ב' והוא העיקר, איז ביז לעצטנס געווען עפעס אנדערש:רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:57 pm מדנ"י האט דא געהאט צוויי צילן:
א' ארויסצונעמען די משכונות.
ב' והוא העיקר, צו אנהייבן קאנטראלירן די עזה פאס (ד.ה. אז די מדנ"י פאליציי זאלן האבן אן אנוועזנהייט) און זיך נישט פארלאזן בלויז אויף די ארטיגע פאליציי.
"עלימינירן חאמאס אחת ולתמיד"
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 694
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1301
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
עלימינירן די וואס שטערן מדנ"י צו זיך דרייען אין עזה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:12 pmב' והוא העיקר, איז ביז לעצטנס געווען עפעס אנדערש:רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:57 pm מדנ"י האט דא געהאט צוויי צילן:
א' ארויסצונעמען די משכונות.
ב' והוא העיקר, צו אנהייבן קאנטראלירן די עזה פאס (ד.ה. אז די מדנ"י פאליציי זאלן האבן אן אנוועזנהייט) און זיך נישט פארלאזן בלויז אויף די ארטיגע פאליציי.
"עלימינירן חאמאס אחת ולתמיד"
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5783
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12172
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
שיינע "נייע" פשטלעך.רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:15 pmעלימינירן די וואס שטערן מדנ"י צו זיך דרייען אין עזה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 1:12 pmב' והוא העיקר, איז ביז לעצטנס געווען עפעס אנדערש:רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:57 pm מדנ"י האט דא געהאט צוויי צילן:
א' ארויסצונעמען די משכונות.
ב' והוא העיקר, צו אנהייבן קאנטראלירן די עזה פאס (ד.ה. אז די מדנ"י פאליציי זאלן האבן אן אנוועזנהייט) און זיך נישט פארלאזן בלויז אויף די ארטיגע פאליציי.
"עלימינירן חאמאס אחת ולתמיד"
נישט דאס האט ביבי פארשפראכן!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5783
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12172
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ביבי 2 חדשים צוריק:
ביבי 5 חדשים צוריק:
ביבי 5 חדשים צוריק:
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
געווען איז אמאל א פירמע וואס האט ראקלאמירט אז זיי פארקויפן די שטערקסטע בענקלעך פאר ביליגע פרייזן.
קומט אריין ר' נתן, און קויפט א סעט הערליכע דיינינג רום בענקלעך, פאר ממש שפאט ביליגע פרייזן.
ויהי ערב ויהי בוקר, קומט שבת ביינאכט, ער מאכט קידוש מיט פארגלייזטע אויגן, און געבט זיך א זעץ אנידער אויפ'ן בענקל, און בופס! נתן זיצט אויף דער ערד מיט א גאנצן בעכער וויין אויסגעגאסן איבער זיינע שמונה בגדים, און צווישן ברוכווארג פונעם אמאליגן בענקל.
זונטאג צופרי, נתן רופט אריין דעם בענקלער מיט כעס וחימה "דיינע בענקלעך זענען שוואך ווי פאפיר! צוברעכן זיך נאך איידער מען קוקט דערויף!"
דער רעסעפשאניסט מיט רואיגקייט "איים ווערי סארי... איר זענט דער ערשטער קאסטומער מיט אזא קאמפלעין, און מיר זענען געפערליך סארי דערויף... אבער ניין, ר' נתן, איר מאכט זיכער א טעות... אונזערע בענקלעך צוברעכן זיך נישט"
"וואס הייסט נישט?! איך זע פאר מיר א גל של עצמות!"
"עפעס מוז זיין אין דער געשיכטע וואס דו פארציילסט אונז נישט... דערצייל מיר מער, וויאזוי האט זיך עס צובראכן"
"גארנישט! כ'האב זיך אראפגעזעצט, און ס'האט זיך צובראכן!"
"אה!" פירט דער רעסעפשאניסט אויס מיט עקסטאז "ביסט אליינס שולדיג!! אונזערע בענקלעך צוברעכן זיך אבסאלוטלי נישט! ווער הייסט דיר זיך אראפזעצן דערויף?! אנויבער חכם ביסטו..."
*
לענינינו... מיט עטליכע חדשים צוריק האט מען זיך אין אלע היימישע קיפקעס גע'טענה'ט איבער די איזראעלישע קאמפפן, און איבער די א.ג. זיכערקייט פאר אידן אין איזראעל.
מיט היסטאריע ביכער פון בלוטיגע מלחמות, טעראר, קרבנות, און אנגייענדע שרעק, פון די לעצטע קרוב צו הונדערט יאר, האבן די דעבאטירער פון איין זייט גע'טענה'ט אז העברת פי ה' לא תצלח... פון די רשעים קומט קיין גוטס נישט ארויס, און איזראעל איז, אנפארטשענעטלי, א פלאץ וואו אידן זענען דאס ווייניגסטע פארזיכערט פון וואו אימער אויפ'ן כדור, וואו אידן וואוינען.
אבער פון די צווייטע זייט, שרייען די אנדערע, אז דאסמאל איז סיריעס ביזנעס... יא, מ'האט שוין אסאך מאל געזאגט אזוי, אבער יעצט, יעצט איז עס עכט, און עכט מיינט עכט, עכט עכט.
יעצט געבט מען זיי דעם טויטן קלאפ, און ווען דער מלחמה איז פארביי, שיינט א פרישער זון אויפ'ן האריזאנט. רואיגקייט, פרידן, און זיכערקייט, איבער ארצינו הקדושה.
שנעל פאראויס מיט אפאר חדשים, מ'האלט יעצט ביים פיינעל דיעל, די משכונות, און די קערפער פון משכונות, קומען צוריק אהיים... מ'האט דעם דיעל נישט געמאכט אפאר חדשים צוריק ווייל מ'איז דאך דא מיט א לאנג טערמיניגע פלאן, אבער יעצט קוקט שוין יא אויס ווי די זאך ווערט געשלאסן.
איז יעצט איזראעל טעראר פריי?... די הונדערטער בלוטיגע טעראריסטן וואס ווערן יעצט באפרייט פון די איזראעלישע טורמעס זענען געווארן ציווילע בירגער?... און די הונדערטער אינגע קעמפער וואס זענען גרייט מיט זייער בלוט און שווייס צו צוריק אוועקשטעלן די טעראר גרופעס אין עזה, זענען ממש נישטא מער?...
שטייט יעצט איזראעל טאקע ביים ענדגילטיגן באפרייאונג פון טעראר? עכט עכט עכט?
אה, ניין, יעצט איז עס טאקע נישט געלונגען, ווייל טראמפ איז שולדיג...
מיינע פריינט, ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געקענט פארן.
אלעמאל איז א צווייטער שולדיג, און אלעמאל וועט א צווייטער זיין שולדיג. דעם סך הכל אז "עס ארבעט נישט", איז אבער שווער צו קוקן אין פנים.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2114
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4982
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/121187פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:52 am אבער פון די צווייטע זייט, שרייען די אנדערע, אז דאסמאל איז סיריעס ביזנעס... יא, מ'האט שוין אסאך מאל געזאגט אזוי, אבער יעצט, יעצט איז עס עכט, און עכט מיינט עכט, עכט עכט.
יעצט געבט מען זיי דעם טויטן קלאפ, און ווען דער מלחמה איז פארביי, שיינט א פרישער זון אויפ'ן האריזאנט. רואיגקייט, פרידן, און זיכערקייט, איבער ארצינו הקדושה.
וואונדער און שאק וויאזוי כאמאס פירער מוכאמעד סינוואר האט צוריקגעבויט טעראר גרופע טראץ לאנגע קריג
א' בא פ״ה
מוכאמעד איז דער יונגערער ברודער פון יחיא סינוואר, דער געוועזענער כאמאס פירער און מייסטער קאפ פון די אקטאבער 7 אטאקעס, און יעצט שטעלט זיך מוכאמעד ארויס צו זיין א געלונגענער פירער, האבנדיג איבערגענומען נאך וואס זיין ברודער איז אומגעברענגט געווארן. אין בלויז געציילטע חדשים האט מוכאמעד צוריקגעשטעלט די קאמאנד סיסטעם און סטרוקטור פון כאמאס, מיט טויזנטער נייע רעקרוטירטע קעמפער, און דאס זעט מען יעצט ביי די פייער אפשטעל.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2114
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4982
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/121183
מדינת ישראל האט אין יאר 2024 געליטן פרעצעדענטלאזע רעקארד פון אכצן טויזנט טעראר אטאקעס
א' בא פ״ה
דער באַריכט ערווענט אַז אין לויף פונעם יאָר האָט מדינת ישראל געהאַט מער ווי אַכצן טויזנט טעראָר אַטאַקעס, וואָס האָט געברענגט 134 פאַטאַליטעטן און כמעט דרייצן הונדערט אַנדערע פאַרוואונדעטע פון די אַטאַקעס. א מערהייט פון די טעראָר אַטאַקעס זענען געווען מיסילס, ראַקעטן און דראָונס, אָבער עס זענען אויך געווען א גרויסע צאָל קאַר אַטאַקעס, שיסעריי אַטאַקעס און שטעכעריי אַטאַקעס.