אידישע [קנאי'שע] הרגשים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 659

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:59 am
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:12 am
נו, וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?

מרשעים יצא רשע זאגט די גמרא,

דא האסטו אויך פון על הגאולה ווי דער רבי זאגט אז אפי' ס'איז געשען ניסים איז עס אבער ניסים פון שטן און ברענגט נאר צרות ווייל מרשעים יצא רשע
דו האסט געזאגט אז עס איז זיכער, ווייז איך דיר גדולים וואס האבן אנדערש געהאלטן.
וואס ווילסטו מיט דעם כל הגאולה?
שיטת הרה"ק מסאטמאר איז באקאנט.
וואס האלט ער אנדערש? ער גייט בכלל נישט אריין אין די נושא

ער זאגט אז דער עולם זאגט אז ס'איז געווען ניסים דורך זיי (ס'קוקט אויס אז ער אליין האלט נישט אזוי, 'מה שלדעתם הי' כאן דוקא ניסים'), ברענג איך אז סאטמארער רב שרייבט אויך אז ס'קען זיין ניסים דורכ'ן שטן, אבער נאך אלעם מרשעים יצא רשע
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 388

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:36 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:59 am
נו, וואס ברענגסטו ארויס דערמיט?

מרשעים יצא רשע זאגט די גמרא,

דא האסטו אויך פון על הגאולה ווי דער רבי זאגט אז אפי' ס'איז געשען ניסים איז עס אבער ניסים פון שטן און ברענגט נאר צרות ווייל מרשעים יצא רשע
דו האסט געזאגט אז עס איז זיכער, ווייז איך דיר גדולים וואס האבן אנדערש געהאלטן.
וואס ווילסטו מיט דעם כל הגאולה?
שיטת הרה"ק מסאטמאר איז באקאנט.
וואס האלט ער אנדערש? ער גייט בכלל נישט אריין אין די נושא

ער זאגט אז דער עולם זאגט אז ס'איז געווען ניסים דורך זיי (ס'קוקט אויס אז ער אליין האלט נישט אזוי, 'מה שלדעתם הי' כאן דוקא ניסים'), ברענג איך אז סאטמארער רב שרייבט אויך אז ס'קען זיין ניסים דורכ'ן שטן, אבער נאך אלעם מרשעים יצא רשע
נו נו, אויב דאס איז וואס איר זעהט דארט יהי לך אשר לך.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 659

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 1:22 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:36 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm

דו האסט געזאגט אז עס איז זיכער, ווייז איך דיר גדולים וואס האבן אנדערש געהאלטן.
וואס ווילסטו מיט דעם כל הגאולה?
שיטת הרה"ק מסאטמאר איז באקאנט.
וואס האלט ער אנדערש? ער גייט בכלל נישט אריין אין די נושא

ער זאגט אז דער עולם זאגט אז ס'איז געווען ניסים דורך זיי (ס'קוקט אויס אז ער אליין האלט נישט אזוי, 'מה שלדעתם הי' כאן דוקא ניסים'), ברענג איך אז סאטמארער רב שרייבט אויך אז ס'קען זיין ניסים דורכ'ן שטן, אבער נאך אלעם מרשעים יצא רשע
נו נו, אויב דאס איז וואס איר זעהט דארט יהי לך אשר לך.
נישט אזא פאסיגער פסוק...

דאס האט עשיו גע'טענה'ט, יש לי רב, איך האב אויך א רב... אלע רבנים האלטן ווי מיר... יהי לך אשר לך, האלט דיר מיט דיינע..
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 487

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מהודר »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm פעקט טשעקער #1

בנימין נתניהו האט עטליכע יאר צוריק געגעסן אין א טריפה'נע רעסטוראנט אין אייראפע, ס'איז געווען דעמאלס ברייט באריכטעט, אבער איך גיי עס יעצט נישט אפירזוכן.

פעקט טשעקער #2

בנימין נתניהו פארט מיט א קאר יעדן שבת, טרעט אפילו אויף פאר די מידיע אום שבת.

פעקט טשעקער #3

ס'דא חרדישע אידן וואס ווילן נעבעך פארדעקן א מומר להכעיס אלס איד ווייל ער גייט יו"כ אין א שול. אבער ציונות איז שוין געשטארבן....
#1
בנימין נתניהו איז אייביג מקפיד צי עסן נאר כשר! ווייל ס'האט זיך געמאכט אמאל אז ער איז דורכגעפאלן מיינט עס נאך נישט אז ער איז אפציעל אן אוכל נבילה.

#2
בנימין נתניהו טרעט כמעט קיינמאל נישט אויף פאר די מידע אום שבת קודש, כאטש אפילו ער איז ליידער נישט קיין אפציעלע שומר שבת.

#3
רוב רובם פון די חרדישע אידענטום וויל גארנישט פארדעקן אויב עפעס איז דא א קומץ קטן פון אזויגערופנע חרדים וואס זוכן ארויפצישמירען עבירות אויף אנדערע אידען ,

ציונות גייט אן מיט א שטארקייט כאטש קעגן וואס ס'איז געווען פאר 50-70 יאר צוריק איז עס כמעט ווי געשטארבן ,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמייכלדיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:23 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:32 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:56 pm
און איך ווייס נאך נישט צי ער האט עס בכלל געזאגט... און אויב יא צי האט ער עס טאקע אזוי געזאגט, צי גאר מיט א פארקערטע משמעות. אז דאס ווארט האט באקומען א לעדערנע רוקן איז עס נאכנישט תורה מסיני.

ביי מיר איז מער באגלייבט דאס וואס דער רבי זי"ע האט דערציילט אז דער בריסקער רב האט אים געזאגט אז ער האלט מיט אלעם אינגאנצן ווי אים.
נישט קיין שאלה וואס בריסקער רב האט געהאלטן, סיי וואס ער האט געזאגט פאר סאטמאר רב און סיי וואס ער האט געזאגט פאר אנדערע.

נאר ווען איינער קומט מיט עפעס א מימרא וואס וויל אינגאנצן אויסדרייען דעם דאשיק, האלט איך בשיטה פון נישט אפענטפערן ''עה, ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט". אוודאי איז עס די גרינגסטע וועג פון ענטפערן, אבער אויך די שווערסטע, ווייל עס ווערט די גאנצע טענה'ריי אויב ער האט עס יא אדער נישט געזאגט, וואס אויב זאל ער עס האבן געזאגט האסטו א פראבלעם דערמיט.

איך האלט פון גיין אז אפילו ער האט עס געזאגט, דארסטו עס אפלערנען און פארשטיין וואס, פארוואס און איבער וואס ער האט עס געזאגט.

והיינו טעמא דבעלזער רב זי''ע מיט כל מיני מימרות וואס מ'זאגט און זיין נאמען איבער מדינת ישראל או לימוד זכות אויף רשעים. די גרינגסטע און די שווערסטע וועג איז צו זאגן ''עה, ס'קען נישט זיין אז ער זאל עס האבן געזאגט".

זיי דיר מיישב, לערן אפ דרכו ושיטתו של הרה''ק מבעלזא זי''ע (עוד בחיים חיותו של אביו הקדוש המהרי''ד זי''ע). נאכדעם קען אלעס שטימען אז ער זאל האבן געזאגט די מימרות. (אודאי האט הרה''ק מסאטמאר זי''ע נישט מסכים געווען מיט אים, אבער ס'מיינט נאכנישט אז ער האט נישט געזאגט)
דעם רבינ'ס מהלך איז אבער געווען אז מעשיות איז בחזקת שקר און קודם מאכט מען עס אוועק..
יא יא, יעדע מעשה וואס שטימט נישט מיט דיין אגענדע דארף מען אוועקמאכן. מען האט יעדן פארנערט וכדו'....
איך האב פראבירט אפיר צו זוכן די מימרא אבער דערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפן, אבער די ספר עובדות ונהגות לבית בריסק דארף צו הייסן זייער קראנט. דאס האט ארויסגעגעבן איינער פון די תלמידי ר' משולם דוד סאלווייטשיק און די מקור פון די מימרא איז ר' דוד זעלבסט! (כפי זכרוני...)
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 659

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:25 pm

ס'דא איין אמת, ברור כשמש בצהרים, ואפילו אליהו בא אין שומעין לו. יעצט אז דו קומסט מיט א קשיא אויף א מעשה, איז מסתבר און בעסער צו זאגן אז ס'איז נישט אמת, געמיינט עפעס אנדערש וכו', ווייל אויב יא וועט מען מען מוזן זאגן שטעה, אבער דאס טוט מען נאר אין א נויטפאל.

דאס איז נישט קיין אגענדע, דאס איז דער אמת'ער און קלארער דעת תורה.

וכעין זה עיין בעל הגאולה וויאזוי דער רבי איז מבאר די גמרא לגבי ניסים פון די עבודה זרה, אז לכתחילה מאכט מען עס אוועק, בלית ברירה מוז מען זאגן אז זיי האבן א כח.

--
לעצם פון די מעשה וואס מ'האט גערעדט איז - אפי' ס'איז אמת - א פארנעפעלטער מימרא, און איך ווייס נישט וואס ס'מיינט אויף למעשה, און ס'ברענגט נישט אונטער די יסודות השיטה, און ס'קען נאך אלץ שטימען מיט וואס ס'איז אנגענומען ביי אונז אז ער איז געווען אינגאנצן מיטן רבינ'ס שיטה, נאר זייער דרך איז נישט געווען צו ארויסגיין בחוצות.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 659

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

מהודר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm פעקט טשעקער #1

בנימין נתניהו האט עטליכע יאר צוריק געגעסן אין א טריפה'נע רעסטוראנט אין אייראפע, ס'איז געווען דעמאלס ברייט באריכטעט, אבער איך גיי עס יעצט נישט אפירזוכן.

פעקט טשעקער #2

בנימין נתניהו פארט מיט א קאר יעדן שבת, טרעט אפילו אויף פאר די מידיע אום שבת.

פעקט טשעקער #3

ס'דא חרדישע אידן וואס ווילן נעבעך פארדעקן א מומר להכעיס אלס איד ווייל ער גייט יו"כ אין א שול. אבער ציונות איז שוין געשטארבן....
#1
בנימין נתניהו איז אייביג מקפיד צי עסן נאר כשר! ווייל ס'האט זיך געמאכט אמאל אז ער איז דורכגעפאלן מיינט עס נאך נישט אז ער איז אפציעל אן אוכל נבילה.

#2
בנימין נתניהו טרעט כמעט קיינמאל נישט אויף פאר די מידע אום שבת קודש, כאטש אפילו ער איז ליידער נישט קיין אפציעלע שומר שבת.

#3
רוב רובם פון די חרדישע אידענטום וויל גארנישט פארדעקן אויב עפעס איז דא א קומץ קטן פון אזויגערופנע חרדים וואס זוכן ארויפצישמירען עבירות אויף אנדערע אידען ,

ציונות גייט אן מיט א שטארקייט כאטש קעגן וואס ס'איז געווען פאר 50-70 יאר צוריק איז עס כמעט ווי געשטארבן ,
די חזיר האט אויך א כשר פיסל, ס'נעמט נישט אוועק פונעם חזיר... דער חזיר גייט נישט באקומען קיין שכר פאר זיין כשר פיסל..

מהודר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:10 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:02 pm
מהודר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:47 am

פעקט טשעקער
בנימין נתניהו איז א איד וואס איז מקפיד נישט צי עסן אן א הכשר חס ושלום, און ער האלט יום כיפור כידוע לכל.
איך זאגט נישט אז ער איז א צדיק גמור, אבער סתם מוצא לע"ז זיין אויף א איד אז ער עסט טריפות און איז מחלל יו"כ פעלט נישט אויס.
א צדיק שאינו גמור איז ער יא?...

נתניהו איז א כופר באלקי ישראל וואס האט שוין כמה פעמים מחרף ומגדף געווען כלפי שמיא, ומצוה לשנאתו וללמד חובה עליו

צי ער עסט יא צי נישט יום כיפור ווען מ'זעהט... איז נישט קיין נפק"מ
די הייליגע צאנזע רב דאכט זיך האט געזאגט אז ער האט נישט ליב דיע מינע מצוות וואס מענטשן זאגן עם איז א מצווה פיינט צי האבן, און עם איז א מצווה צי טשעפענען.
נישט דאס מיינט עס
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 487

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מהודר »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:19 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:18 pm פעקט טשעקער #1

בנימין נתניהו האט עטליכע יאר צוריק געגעסן אין א טריפה'נע רעסטוראנט אין אייראפע, ס'איז געווען דעמאלס ברייט באריכטעט, אבער איך גיי עס יעצט נישט אפירזוכן.

פעקט טשעקער #2

בנימין נתניהו פארט מיט א קאר יעדן שבת, טרעט אפילו אויף פאר די מידיע אום שבת.

פעקט טשעקער #3

ס'דא חרדישע אידן וואס ווילן נעבעך פארדעקן א מומר להכעיס אלס איד ווייל ער גייט יו"כ אין א שול. אבער ציונות איז שוין געשטארבן....
#1
בנימין נתניהו איז אייביג מקפיד צי עסן נאר כשר! ווייל ס'האט זיך געמאכט אמאל אז ער איז דורכגעפאלן מיינט עס נאך נישט אז ער איז אפציעל אן אוכל נבילה.

#2
בנימין נתניהו טרעט כמעט קיינמאל נישט אויף פאר די מידע אום שבת קודש, כאטש אפילו ער איז ליידער נישט קיין אפציעלע שומר שבת.

#3
רוב רובם פון די חרדישע אידענטום וויל גארנישט פארדעקן אויב עפעס איז דא א קומץ קטן פון אזויגערופנע חרדים וואס זוכן ארויפצישמירען עבירות אויף אנדערע אידען ,

ציונות גייט אן מיט א שטארקייט כאטש קעגן וואס ס'איז געווען פאר 50-70 יאר צוריק איז עס כמעט ווי געשטארבן ,
די חזיר האט אויך א כשר פיסל, ס'נעמט נישט אוועק פונעם חזיר... דער חזיר גייט נישט באקומען קיין שכר פאר זיין כשר פיסל..
כ'האב הנאה צי פאברענגען דא מיט א איד וואס האלט זיך אויף די דרגה פון א שופט אין דעם בית דין של מעלה...

ערנסט גערעדט ווייס איך נישט פון ווי איר נעמט אייער מעסטער, די הייליגע חזון איש האט שוין גע'פסקנט אז די פרייע היינט אין א"י האבן א דין ווי תינוקות שנושבו בין העכו"ם , איז פון ווי ווייסט איר וועמענ'ס מצוות און עבירות איז חשובער אויבן אין הימל? ווער האט אייך מגלה געווען אז אייערע נסיוניות וואס איר און אייערע חברים פאלן צימאל דורך איז חשוב'ער אין הימל ווי זייערע ???
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:08 pm @העלדיש דא האסטו אלס א דוגמא מרן המהרש"ב פון ליובאוויטש, צוויי ציטאטן, וואס ביידע טעמים זענען קאי וקיים כהיום הזה!

הציונות מסוכנת יותר ממהשכלה וההתבוללות, משום שהמחזיקים בה רואים את עצמם כיהודים כשרים, ורוצים לשנות את המסורת היהודית, על פי ש"כל דתם היא לאומיות".
און דאס גייט אן רח"ל, בגדול. בפני כל העולם. יא, ס'איז נישט נאר א פלאן נאר ס'שוין אפילו א פאקט! ביבי נתניהו פארופט זיך אלס פארטרעטער פון "ישראל"! אוכלי נבילה ומחללי יום הקדוש זענען די פאנטרעגער פון די אידישע פאלק, און... מיט די הילף פון חרדישע אידן ליידער! אלע אומות ווייסן אז די חרדים זענען א טייל דערפון! זיי זענען א חלק פון די קאאליציע גאר! זיי האבן גאר מיינונגען איבער מלחמות! דאס איז דאך א חילול השם איום ונורא. לא היתה כזאת מאז היתה ישראל לגוי.

גם השלמים עם ה' ותורתו בהָגלות הזה, עלינו לצפות לגאולתנו וישועתינו של הקב"ה, שלא ע"י בשר ודם וכל שכן בכוחות ובתחבולות גשמיים, דהיינו לצאת מהגלות בכח הזרוע, אין אנו רשאים
הערסט? אין אנו רשאים. נישט לכתחילה און נישט בדיעבד... ס'איז א חפץ של איסור! נישט לויט סאטמאר רב, נאר לויט ליובאוויטש!
קיינער קריגט זיך נישט מיט דעם.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שמח »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מחמת חיבה צו די דיבורים, טייפ איך עס אראפ. ר' שרגא נ"י רעדט דאס אין די פינף און דרייסיגסטער שיעור אויף צורכי הנפש.

איך האב געוואלט אביסל ארומרעדן וועגן די מצב אין ארץ ישראל, און די מצב אין די וועלט היינט, די אלע ענגזייעטיס וואס מענטשן האבן, די ענגזייעטיס דארף מען צו וויסן אז ווי מער א מענטש ווייסט אז דאס איז דער אייבערשטער וואס איז דא אין אלעם, און ער פירט אלעס. יעדע מענטש בפרטיות איז אוועקגעלייגט וואס ער דארף האבן.

ס'איז א טיפע סוד.

א יודן דארף וויסן אז די גאנצע עסק וואס טוט זיך היינט אפ, די גאנצע מצב אין ארץ ישראל, סיי יודן אין חוץ לארץ, און סיי אין ארץ ישראל וואס זענען אויך אין גלות, דארף מען וויסן אז דאס איז א טיפער סוד, די סוד פון די גאולה העתידה. (ער מיינט צו זאגן די בירור וואס געשעט דורך דעם)

ס'איז א אינטערעסאנטע זאך. איך האב געזען ברענגען, ס'איז געווען א גרויסע גאון וואס האט דורכגעלעבט די צווייטע מלחמה, א מתנגד געווען גראדע, נישט קיין חסיד, אבער ער איז געווען א גרויסער גאון, דער חזון איש האט זייער געהאלטן פון אים, ר' מאטיל פאגראמאנסי זצ"ל, ער האט געוואוינט אין פראנקרייך נאך די מלחמה, און נאך וואס די מדינה איז אויפגעשטאנען האט מען אים געפרעגט: ס'איז א פלא'דיגע זאך, אזוי ווי די חז"ל רעדן אסאך זאכן וואס עס גייט זיין פאר משיח וועט קומען, דאס וועט זיין, און יענץ וועט זיין, און זיי האבן אין ערגעץ נישט דערמאנט אז ס'גייט זיין א מדינה.

א אינטערעסאנטע זאך. וואס איז דאס?

האט ער געענטפערט א אינטערעסאנטע תירוץ. ער האט געענטפערט "א זאך וואס קומט בנסיון פאר'ן דור, איז מען נישט מודיע פאראויס. ווייל אז מ'וועט מודיע זיין וועט מען דאך זיין צוגעגרייט. מ'איז מודיע נסיונות, אבער נישט בפרטיות. און וויבאלד דאס איז די גרעסטע נסיון פאר משיח וועט קומען, איז ממילא האט מען דאס נישט מודיע געווען. דאס איז א סודות'דיגע זאך.

אין אנדערע ווערטער: דאס איז א חלק פונעם סוד פון ביאת המשיח.

ביאת המשיח איז א גרויסע טיפע סוד, און דאס גאנצע עסק מיט די מדינה, אז ס'האט זיך אויפגעשטעלט א מדינה, איז א טיפער העכערער סוד. א נסיון, א טיפע סודות'דיגער נסיון אויף כלל ישראל. דארף מען זיך אזוי מבטל זיין צו דעם. (לכאורה מיינט ער צו זאגן אז אפילו אויב ס'איז שווער צו חזר'ן די גנות פון די מדינה, און אז מ'טאר נישט האבן שייכות דערמיט, דארף מען וויסן אז אזוי האט השי"ת אנגעשטעלט די בריאה, אז ס'זאל דאס אויך קענען געשען. ווייל עס איז סך גרינגער אוועקצונעמען די נסיון, צי דורך זאגן אז ס'איז אזוי מעג עס זיין, אדער דורך אנדערע וועגן וויאזוי אוועקצונעמען פון די זיך די נסיון)

איך זע נישט אז איינער רעדט פון דעם, און איך ווייס נישט פארוואס. מ'איז כסדר פארנומען אז מ'דארף מתפלל זיין פאר יודישע קינדער זאלן ניצול ווערן, אוודאי אזוי, ס'איז א גרויסע צער פאר כלל ישראל אז יודן אין ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט אויך מיט די אנטיסעמיטיזם, ובפרט אין ארץ ישראל, יודן זענען אונטער אזא סכנה, מ'דארף זען זייער שטארק מתפלל זיין אז זיי זאלן ארויסגיין בהרחבה, סיי בגוף, סיי בנפש, אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום יוד. אונז ווייס מיר נישט וויאזוי דאס וועט זיין, לכאורה נאר דורך משיח וועט דאס זיין, ווייל ס'איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי דאס זאל זיך אפשטילן דארט אין ארץ ישראל.

דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט אז די מדינה זאל בלייבן אזוי. "אה, ס'איז א מדינה, אונז זעמיר רואיג, אונז האב מיר שוין" , ס'איז נישטא אזא זאך. דער אייבערשטער האט ארומגענומען די מדינה מיט שונאים פון אלע זייטן, צו ווייזן ניין, עטץ קענטס נישט מאכן אליין די גאולה, נישטא אזא זאך.

וואס עטץ וועטס טון וועט זיך נישט האלטן, און דאס איז דער אמת. און עס וועט זיך נישט האלטן.

אבער וויאזוי דאס וועט נתבטל ווערן, דארף זיך דער אייבערשטער מרחם זיין, דאס זאל קומען דורך משיח צדקינו. אונז זאג מיר: ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים', 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב', וואס איז דאס 'ברחמים' ? וואס איז נישט גוט אז מ'זאגט 'ולירושלים עירך תשוב'? נאר 'ברחמים' דייקא. ווייל זעט אויס אז ס'וועט זיין א גרויסע דין ווען משיח וועט קומען, און דער אייבערשטער וועט צוריקגיין צו ירושלים, איז וועט ס'וועט זיין ותחזינה עינינו 'בשובך לציון', וועט זיין א פראגע, צי ס'זאל זיין ברחמים, צי ח"ו... דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע יודן. און דאס דארף מען מתפלל זיין, אז ס'זאל זיין ברחמים.

און ברחמים וועט דאס נאר זיין דורך משיח צדקינו.

איך וויל דא צולייגן א נקודה.

אוודאי דארף מען מתפלל זיין.

אבער מ'דארף אביסל מתבונן זיין. יעדע צרה וואס קומט אויף כלל ישראל, איז מען מתפלל אויף די צרה. אבער יעדע צרה האט דאך א סיבה פאר די צרה. אלעס וואס מיר רעדן דאך ביז היינט איז אז די טבע איז נישט די סיבה פאר'ן זאך וואס דארף געשען. זאכן דארפן געשען, און צו דעם איז דא א טבע. מ'זעט אז די טבע איז א סיבה, אבער ס'איז נישט קיין סיבה.

אונז קוק מיר דאס אן אז אזוי איז די וועלט. די שנאת ישראל, אז די אראבער, זיי זענען די סיבה צום גאנצן פראבלעם. און דער אמת איז אז ניין, ס'איז נישט אמת. על פי תורה איז נישט אזוי. די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם איז די מדינה. די מדינה איז וואס איז מעורר קטרוגים. אז ס'איז דא יודן וואס פילן מיט מיט די מדינה. דאס איז א גרויסע נסיון דאס. אפילו יודן וואס זיי זענען נישט ממש איינס להדיא מיט די מדינה. אבער נאך אלץ, מ'האט הנאה, מ'קלאפט זיך "אה, זיי זענען שטארק, א מדינת ישראל מיליטער..." און דאס - ר' מאטיל האט געזאגט אז ס'איז א נסיון פאר משיח וועט קומען - איז מעין די נסיון פונעם עץ הדעת, און פונעם עגל, באלד נאך מתן תורה איז געווען א גרויסע נסיון.

דער זעלבער נסיון איז פאר די גאולה העתידה, א גרויסע נסיון.

און פונקט אזוי ווי משה רבינו איז אראפגעקומען פון הימעל און דן געווען כלל ישראל ביים עגל, דער וואס האט אין הארץ געהאט פאר'ן עגל, יעדער האט געהאט זיין אייגענע דין, אזוי וועט משיח קומען און ער וועט מבטל זיין די מדינה, און ער וועט דן זיין כלל ישראל,

און דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך.

מ'וועט דן זיין כלל ישראל, זייער אסאך, לויט דעם וויאזוי מ'האט געלעבט. בכלל וויאזוי מ'האט געלעבט מיט כוחי ועוצם ידי, אבער די מדינה איז דאך ממש דער סימבאל פון דעם כוחי ועוצם ידי, פון דעם גאנצן פאלשן, א כלליות'דיגע כלל ישראל'דיגע כוחי ועוצם ידי, ס'איז נישט שייך קיין ערגערע זאך ווי מיטצופילן און מיטצוטאנצן מיט דעם. און דאס איז מעורר שטארקע קטרוגים אויף כלל ישראל.

דארף מען וויסן אז דאס איז די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם. אז יודן זענען אין א סכנה צוליב דער מדינה. נישט אז די מדינה איז א הצלה. פונקט פארקערט. און במילא אז מענטשן זענען מתפלל נאר אז מ'זאל געראטעוועט ווערן, און מ'איז נישט מתפלל אויף די עצם סיבה, אויפן חטא אליין זאל אוועקגיין. מ'דארף תשובה טון אויפן חטא, מ'דארף נישט הנאה האבן פונעם גאנצן מציאות. אז כאילו ס'איז אזוי שטארק וואס זיי טוען, מ'טאר נישט מיטפילן מיט דעם, מ'טאר זיך נישט מיטפרייען מיט דעם.

מ'דארף אבער מתפלל זיין אויף דעם אז די מדינה זאל בטל ווערן.

די זעלבע צייט ממש וואס מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז די מדינה זאל בטל ווערן. פאר 'ועל הצדיקים', זענען מיר מתפלל 'ולמלשינים', דאס איז דאך דער עיקר. מיר קענען נישט מתפלל אז אלע צדיקים זאלן געראטעוועט ווערן, אויב מ'איז נישט מתפלל קודם אויף ולמלשינים.

און דאס איז דאך די גאנצע סיבה וואס ברענגט אלע צרות אויף כלל ישראל (לא עלינו)

און במילא מיט דעם ווייזט מען - כביכול - פאר'ן אייבערשטען אז מ'איז מכיר וואס די סיבה איז. און דעמאלטס האט מען א רעכט צו מתפלל זיין אז יודן זאל געהאלפן ווערן. מ'דארף מתפלל זיין אז יודן זאלן געהאלפן ווערן. נישטא וואס צו רעדן. און נישט געבן עצות פאר'ן אייבערשטן, וויאזוי, וואס, און ווען. זיכער נאר דורך משיח. מ'זאל נישט געהאלפן ווערן דורך דעם מדינת ישראל מיליטער. קיינמאל נישט

אבער מ'זאל געהאלפן ווערן דורך משיח צדקינו, דער אייבערשטער זאל העלפן בקרוב ממש, אז מיר זאלן דאס זוכה זיין דאס צו זען. אבער מ'דארף מתפלל זיין אויף דעם אז די סיבת הקטרוג, וואס די גאנצע פראבלעם איז דאס, זאל נתבטל ווערן.

און דעמאלטס איז די תפילה אז יודן זאלן געהאלפן א אמת'ע תפילה. און ס'האט א סגולה אז מ'זאל דאס אננעמען למעלה. אז יודן פארשטייען וואס די סיבה איז, און אז מ'איז מתפלל אויף דעם אויך. אז יעדעס מאל מ'איז מתפלל ביי 'ולמלשינים', ביי 'ולמלכות הרשעה', ומלכות זדון, דארף מען מתפלל זיין אויף דער מדינה, ומלכות זדון מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכניעם, אז ס'זאל נישט איבערבליין קיין זכר פון דעם רע. דאס איז די שפיץ רע, מימות העולם איז נאכנישט געווען אזא שפיץ רע, אזא מרידה אינעם אייבערשטן, בפלטין של מלך, און נאך ליידער איז דא ערליכע וואס האבן א חלק אין דעם, און שפילן מיט מיט דעם, און ס'איז דא גרויסע קטרוגים אויף דעם.

ס'איז אלעס בשוגג, קיינער מיינט נישט גארנישט, קיינער וויל נישט ח"ו, אלע ווילן דעם אייבערשטן. ערליכע יודן מיינען דעם אייבערשטן, אבער מ'ווערט אריינגעשלעפט אין דעם נסיון, און דאס איז א גרויסע קטרוג, און מ'דארף אויף דעם מתפלל זיין, פונקט אזוי ווי מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטוועט ווערן.

אסאך זענען מתפלל אז יודן זאלן געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון דעם צרה, פון דעם רע.

און דער אייבערשטער זאל העלפן טאקע אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו. וואס זאל משפט'ן די וועלט, און אז ס'זאל אראפקומען א רחמים אויף דער וועלט, און אלע השפעות טובות אויף כלל ישראל, און אז מ'זאל זוכה זיין צו זען בכבוד ה' עליך יראה אויף כלל ישראל, און אויף די גאנצע וועלט במהרה בימינו אמן.
קרעדיט:
בילד
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 312

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

שוין, האמער דא קנאי'שע הרגשים פון אונזער נאדלער'ן
פיילס
נאדלער.png
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1222

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

מהודר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:13 pm
► Show Spoiler
#1
בנימין נתניהו איז אייביג מקפיד צי עסן נאר כשר! ווייל ס'האט זיך געמאכט אמאל אז ער איז דורכגעפאלן מיינט עס נאך נישט אז ער איז אפציעל אן אוכל נבילה.

#2
בנימין נתניהו טרעט כמעט קיינמאל נישט אויף פאר די מידע אום שבת קודש, כאטש אפילו ער איז ליידער נישט קיין אפציעלע שומר שבת.

#3
רוב רובם פון די חרדישע אידענטום וויל גארנישט פארדעקן אויב עפעס איז דא א קומץ קטן פון אזויגערופנע חרדים וואס זוכן ארויפצישמירען עבירות אויף אנדערע אידען ,

ציונות גייט אן מיט א שטארקייט כאטש קעגן וואס ס'איז געווען פאר 50-70 יאר צוריק איז עס כמעט ווי געשטארבן ,
איך טריי צו פארשטיין וואס דו זאגסט. פארוואס טרעט ער נישט אויף פאר די מידיע שבת, ווייל ער וויל היטן אויפן שבת?
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 312

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:30 pm שוין, האמער דא קנאי'שע הרגשים פון אונזער נאדלער'ן
או יאמר...
דער האט א נאנדערע מהלך בשיטת האדמו''ר מסטמר זצ''ל

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=o ... nwD1b7sLCC
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2120

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

שוין דא איבער 100 אומגעקומענע אידישע זעלנער רח''ל און ס'איז שטיל נישט דא קיין יום תפלה'ס וכדו'

פארוואס שמח''ת איז יעדער געווען טיף שאקירט אז אידן זענען אומגעקומען און דא שטארבן יעדן טאג אידישע קינדער און קיינעם גייט עס ניטמאל אן

זעהט אויס אז די פראבלעם פון שמח''ת איז געווען די שרעקליכע דורכפאל פון די מדינה און נישט די אומקום פון אידישע קינדער

דא איז נישט דא קיין 'אהבת ישראל' נאר 'אהבת מדינת ישראל'
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:51 pm שוין דא איבער 100 אומגעקומענע אידישע זעלנער רח''ל און ס'איז שטיל נישט דא קיין יום תפלה'ס וכדו'

יא יא, און פארדעם האבן ביידע סאטמארע רבי'ס פארארדענט יום תפילה'ס נאר נאך שמחת תורה און נישט יעצט...
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2120

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:09 pm

אין סאטמאר איז נאך די איינציגסעטע פלאץ ווי מען קרעכטצס נאך אויף זיי, ביי די אנדערע איז ווערד די פרייז פאר א אידישע מדינה

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:15 pm

יעדער קרעכצט, און עס טוט יעדעם וויי. חס ושלום אזוי צו רעדן! קודם הויבסטו אן אז ס'איז נישטא מער קיין יום תפילות, און ווען איך זאג דיר אז אין סאטמאר איז אויך נישטא ענפערסטו אז אין סאטמאר אבער ווייטאגט מען משא''כ אנדערע...
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2120

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

וועם ס'טוט וויי א אומגעקומענע אידיש נפש דער האפט אויף א מלחמה שטילשטאנד

ווער ס'וויל אז מען זאל אנלערנען כאמאס ביי אים איז די תאות כבוד המדינה וויכטיגער ווי א אידיש נפש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:34 pm וועם ס'טוט וויי א אומגעקומענע אידיש נפש דער האפט אויף א מלחמה שטילשטאנד

בזמן שהיו ישראל שרויים על אדמתם בזמן בית שני, האט כלל ישראל כסדר געפירט מלחמות, און ליידער זענען גע'הר'געט געווארן פילצאליגע אידן. איז אויך געווען די טענה אז מען דארף שוין מאכן א פייער אפשטעל? זיכער אז נישט! יעדער האט פארשטאנען אז מלחמה קאסט א פרייז, טאקע זייער זייער ווייטאגלעך, אבער ההכרח לא יגונה. וה''ה דא אויך.

איך זאג נישט אז די מלחמה איז די זעלבע דרגה ווי די מלחמות בזמן הבית. אבער דאס אנקוקען מלחמה אלץ א נישט אידישע מיטל איז נישט ריכטיג. אידן האבן אלע יארן געפירט מלחמות אפי' עס האט ליידער געקאסט טויזענטער אידישע נפשות.

וואס איך זאג איז, אז ווען איינער האלט אז מען דארף צושמעטערן חאמאס אפי' עס זאל חלילה קאסטען אידישע נפשות איז נך נישט קיין ציוני!

שטעל דיך פאר אז אין בהמ''ד הגדול אין קרית יואל איין וואך ביים ליינען קומט אריין א ביטערע שמועה אז 150 טעראריסטן זענען ממש 2 מינוט אוועק און האבן חלילה שווארצע פלענער... און די שמש קומט אריין אין שוהל מיט 1000 מיליטערישע ביקסען און הויבט אן טיילן פארן ציבור, זיך צו קענען פארטיידיגען. וועסטו אויך זאגן אז מען דארף שוין מאכן א פייער אפשטעל ווייל א מלחמה קאסט קרבנות? חאמאס איז דא צו באפרייען פראם די ריווער טא די סי, וואס דאס מיינט חלילה אלע אידישע קינדער וואס וואוינען דארט!
.
וועמען עס טוט וויי אן אומגעקומענער אידיש נפש, האפט אויף ביאת המשיח!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2120

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:58 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:34 pm וועם ס'טוט וויי א אומגעקומענע אידיש נפש דער האפט אויף א מלחמה שטילשטאנד

ווער ס'וויל אז מען זאל אנלערנען כאמאס ביי אים איז די תאות כבוד המדינה וויכטיגער ווי א אידיש נפש
שטעל דיך פאר אז אין בהמ''ד הגדול אין קרית יואל איין וואך ביים ליינען קומט אריין א ביטערע שמועה אז 150 טעראריסטן זענען ממש 2 מינוט אוועק און האבן חלילה שווארצע פלענער... און די שמש קומט אריין אין שוהל מיט 1000 מיליטערישע ביקסען און הויבט אן טיילן פארן ציבור, זיך צו קענען פארטיידיגען. וועסטו אויך זאגן אז מען דארף שוין מאכן א פייער אפשטעל ווייל א מלחמה קאסט קרבנות? חאמאס איז דא צו באפרייען פראם די ריווער טא די סי, וואס דאס מיינט חלילה אלע אידישע קינדער וואס וואוינען דארט!
.
וועמען עס טוט וויי אן אומגעקומענער אידיש נפש, האפט אויף ביאת המשיח!
אוודאי וואלט איך געזאגט א פייער אפשטעל, א פייער אפשטעל מיינט אז ביידע הערן אויף צו שיסן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:58 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:34 pm וועם ס'טוט וויי א אומגעקומענע אידיש נפש דער האפט אויף א מלחמה שטילשטאנד

ווער ס'וויל אז מען זאל אנלערנען כאמאס ביי אים איז די תאות כבוד המדינה וויכטיגער ווי א אידיש נפש
שטעל דיך פאר אז אין בהמ''ד הגדול אין קרית יואל איין וואך ביים ליינען קומט אריין א ביטערע שמועה אז 150 טעראריסטן זענען ממש 2 מינוט אוועק און האבן חלילה שווארצע פלענער... און די שמש קומט אריין אין שוהל מיט 1000 מיליטערישע ביקסען און הויבט אן טיילן פארן ציבור, זיך צו קענען פארטיידיגען. וועסטו אויך זאגן אז מען דארף שוין מאכן א פייער אפשטעל ווייל א מלחמה קאסט קרבנות? חאמאס איז דא צו באפרייען פראם די ריווער טא די סי, וואס דאס מיינט חלילה אלע אידישע קינדער וואס וואוינען דארט!
.
וועמען עס טוט וויי אן אומגעקומענער אידיש נפש, האפט אויף ביאת המשיח!
אוודאי וואלט איך געזאגט א פייער אפשטעל, א פייער אפשטעל מיינט אז ביידע הערן אויף צו שיסן,
דו ווייסט אבער אז דאס ארבעט פאר צוויי חדשים...
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2120

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:58 pm

שטעל דיך פאר אז אין בהמ''ד הגדול אין קרית יואל איין וואך ביים ליינען קומט אריין א ביטערע שמועה אז 150 טעראריסטן זענען ממש 2 מינוט אוועק און האבן חלילה שווארצע פלענער... און די שמש קומט אריין אין שוהל מיט 1000 מיליטערישע ביקסען און הויבט אן טיילן פארן ציבור, זיך צו קענען פארטיידיגען. וועסטו אויך זאגן אז מען דארף שוין מאכן א פייער אפשטעל ווייל א מלחמה קאסט קרבנות? חאמאס איז דא צו באפרייען פראם די ריווער טא די סי, וואס דאס מיינט חלילה אלע אידישע קינדער וואס וואוינען דארט!
.
וועמען עס טוט וויי אן אומגעקומענער אידיש נפש, האפט אויף ביאת המשיח!
אוודאי וואלט איך געזאגט א פייער אפשטעל, א פייער אפשטעל מיינט אז ביידע הערן אויף צו שיסן,
דו ווייסט אבער אז דאס ארבעט פאר צוויי חדשים...
פונקט אזוי לאנג ווי מלחמה...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1784
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4726

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:08 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm
אוודאי וואלט איך געזאגט א פייער אפשטעל, א פייער אפשטעל מיינט אז ביידע הערן אויף צו שיסן,
דו ווייסט אבער אז דאס ארבעט פאר צוויי חדשים...
פונקט אזוי לאנג ווי מלחמה...
דאס קען זיין, טיים וויל טעל. אבער איינער וואס טראכט נישט אזוי איז נישט קיין ציוני!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12172

Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:12 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:08 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:05 pm

דו ווייסט אבער אז דאס ארבעט פאר צוויי חדשים...
פונקט אזוי לאנג ווי מלחמה...
דאס קען זיין, טיים וויל טעל. אבער איינער וואס טראכט נישט אזוי איז נישט קיין ציוני!
די טיים האט שוין גערעדט דאס זייניגע. האסט אים נישט אויסגעהערט איז ער נישט שולדיג...
שרייב פאוסט