על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1769

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

שכוח טראמפ פאר דיין קליינע שמוציגע ביל. עה.... גרויסע הערליכע
פיילס
Screenshot 2026-02-24 185538.png
Screenshot 2026-02-24 185538.png (10.96 KiB) געזען געווארן 1416 מאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1769

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

אכטונג. G&G און אויך GB זענען יעצט צוריק צו די נארמאלע פרייזן. נאך שושן פורים גייען צוריק ארויף די 25% טאריפס פאר'ן קויפן נישט אין צייט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5916

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Think and Thank »

דריידל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:37 am
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:23 am
ויצא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 20, 2026 2:42 pm
סגייט שוין אן אויף די פלאץ אזוי די לעצטע 70 יאר
70 יאר?! די פלאץ איז אפן קנאפע 25 יאר
ווען אין די היסטאריע האט מען אפגעחוזקט פון א אייגענע רבי?
די היינטיגע בחורים ווייסן נישט אז דאס האט מען געניצט אויף זייער רבי. זיי מיינען אז נאר די קאמפעני האט מען אזוי אידענטיפיצירט.

או יאמר אז זיי זענען שטאלץ מיט וויאזוי זייער רבי האט רעאגירט ווען מען האט אים באטיטלט מיט דעם טיטל, און פון דעם אליין געמאכט א מין מאטא. א בחינה ווי דער שטריימל.

דאס נאכמאכן תנועות פון אנדערע מענטשן האט נישט קיין היתר בעולם (אן יענעמ'ס רשות) אפילוט ווען יענער איז נישט קיין רבי אדער מנהיג פון א קהילה, משא"כ בנוגע די טיטל איז דא א שטארקע מקום צו קלערן אז איז נישט קיין חוזק, בפרט פון די קוק ווינקל פון די אידן פון וועם עס דארף צו זיין א חוזק.
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 469

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:10 pm אכטונג. G&G און אויך GB זענען יעצט צוריק צו די נארמאלע פרייזן. נאך שושן פורים גייען צוריק ארויף די 25% טאריפס פאר'ן קויפן נישט אין צייט.
זיי מסביר, סדא א סעיל יעצט?
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1769

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:25 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:10 pm אכטונג. G&G און אויך GB זענען יעצט צוריק צו די נארמאלע פרייזן. נאך שושן פורים גייען צוריק ארויף די 25% טאריפס פאר'ן קויפן נישט אין צייט.
זיי מסביר, סדא א סעיל יעצט?
יא יא, כרגיל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7036

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שמח »

1000454848.jpg
1000454848.jpg (216.44 KiB) געזען געווארן 1233 מאל
1000454849.jpg
1000454849.jpg (298.68 KiB) געזען געווארן 1233 מאל
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 219
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 175

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שכל הישר »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:19 pm
דריידל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:37 am
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:23 am
70 יאר?! די פלאץ איז אפן קנאפע 25 יאר
ווען אין די היסטאריע האט מען אפגעחוזקט פון א אייגענע רבי?
די היינטיגע בחורים ווייסן נישט אז דאס האט מען געניצט אויף זייער רבי. זיי מיינען אז נאר די קאמפעני האט מען אזוי אידענטיפיצירט.

או יאמר אז זיי זענען שטאלץ מיט וויאזוי זייער רבי האט רעאגירט ווען מען האט אים באטיטלט מיט דעם טיטל, און פון דעם אליין געמאכט א מין מאטא. א בחינה ווי דער שטריימל.

דאס נאכמאכן תנועות פון אנדערע מענטשן האט נישט קיין היתר בעולם (אן יענעמ'ס רשות) אפילוט ווען יענער איז נישט קיין רבי אדער מנהיג פון א קהילה, משא"כ בנוגע די טיטל איז דא א שטארקע מקום צו קלערן אז איז נישט קיין חוזק, בפרט פון די קוק ווינקל פון די אידן פון וועם עס דארף צו זיין א חוזק.
כ"ק מהר"ם מבילגעריי זיע"א זייענדיג א בחורל האט אמאל נאכן מקוה זיך געשטעלט אין בית המדרש זאגן ברכת התורה נאכמאכענדיג זיין הייליגע טאטע כ"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א תניעות וכו'
פלוצלינג האט די טאטע אריינשפאצירט, און בילגערייע רב האט זיך דערשראקן... האט אים די טאטע געזאגט, זייער גוט, זאלסט מיר שטענדיג נאכמאכן...

(נאר א ווערטל די ציגלייך...)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 5:19 pm
דריידל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:37 am
ChatGPT האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:23 am
70 יאר?! די פלאץ איז אפן קנאפע 25 יאר
ווען אין די היסטאריע האט מען אפגעחוזקט פון א אייגענע רבי?
די היינטיגע בחורים ווייסן נישט אז דאס האט מען געניצט אויף זייער רבי. זיי מיינען אז נאר די קאמפעני האט מען אזוי אידענטיפיצירט.

או יאמר אז זיי זענען שטאלץ מיט וויאזוי זייער רבי האט רעאגירט ווען מען האט אים באטיטלט מיט דעם טיטל, און פון דעם אליין געמאכט א מין מאטא. א בחינה ווי דער שטריימל.

דאס נאכמאכן תנועות פון אנדערע מענטשן האט נישט קיין היתר בעולם (אן יענעמ'ס רשות) אפילוט ווען יענער איז נישט קיין רבי אדער מנהיג פון א קהילה, משא"כ בנוגע די טיטל איז דא א שטארקע מקום צו קלערן אז איז נישט קיין חוזק, בפרט פון די קוק ווינקל פון די אידן פון וועם עס דארף צו זיין א חוזק.
איך מיין אז נאכמאכן א פאפולערע מענטש איז נישט א פראבלעם
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 206
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 749

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך זלמעלע »

טאטע אין הימל עושה חדשות בעל מלחמות
אתה החילות להראות את עבדך את גדלך ואת ידך החזקה
מיטן באגראבן דעם כאמנאי מיט אלע זיינע חברים און איידימיער וכו'
יעצט ביטע
אם על המלך טוב ינתן לי מחר
מעק אויס די שמייכל פון די ביבי'ס פנים
בלי שום צער ונזק פאר יידישע קינדער
און דעמאלט'ס וועלן מיר האבן א שלימות'דיגע פריילאכן לוסטיגן פורים
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3435
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11061

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

סא ס'דא די נייע ביליגע שיך געשעפטן, א מחי', א ווירטשאפט, ביליגע שיך, דעלישעס.

וואס טו איך אבער אז מ'באשטעלט אויפן וועבסייט און ס'קומען אן שיך מיט פלעקן, קענטליך עטוואס גענוצט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5941
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 46892

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 14, 2026 11:41 pm סא ס'דא די נייע ביליגע שיך געשעפטן, א מחי', א ווירטשאפט, ביליגע שיך, דעלישעס.

וואס טו איך אבער אז מ'באשטעלט אויפן וועבסייט און ס'קומען אן שיך מיט פלעקן, קענטליך עטוואס גענוצט?
געהאט פאריגע וואך אויף עמעזאן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הדסים »

חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 14, 2026 11:51 pm
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 14, 2026 11:41 pm סא ס'דא די נייע ביליגע שיך געשעפטן, א מחי', א ווירטשאפט, ביליגע שיך, דעלישעס.

וואס טו איך אבער אז מ'באשטעלט אויפן וועבסייט און ס'קומען אן שיך מיט פלעקן, קענטליך עטוואס גענוצט?
געהאט פאריגע וואך אויף עמעזאן.
אויף עמעזאן קענסטו צוריק שיקן, דארט אויך?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הדסים »

באראנדזש דזשוס תעשה מלחמה

כך מפגינים

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

איך טרעף נישט די ספעציעלע טעמע צו ממשיך זיין א שמועס
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 10:32 am
אסרוחג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:46 am לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דיין החלטה אז ס'איז נישט מעגליך אז די ציונים זענען אזעלכע רשעים אז זיי זענען געווען גרייט מיליאנען אידן זאלן גע'הרג'ט ווערן אבי צוצוקומען צו זייער ציל

איינער פון די הויפטן בימים ההם האבן געזאגט עפעס א מין מיאוס'ן אויסדרוק, איין קו אין א"י איז מער ווערט ווי..... עפ"ל

אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס אפילירט מיט עפעס וואס האט שייכות מיט די מדינה, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.

כ'האב נישט קיין צייט דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול, אבער איך האב אסאך געליינט פון די מלחמה און אסאך געהערט, לאו דוקא פון סאטמארע, און יא! ליידער ליידער! די ציונים האבן געהאט א גרויסן יד - נאך פאר איך רעד פון דעם עונש מן השמים וואס די רבי ז"ל שרייבט אין ויואל משה וועגן אני מתיר את בשרכם - מען רעדט פון מציאות וואס זיי האבן סיי אנגערייצט דעם רשע מיטן בויקיאטירן, און סיי אקטיוו געשטערט די הצלה
צוויי נקודות.
1) איידער איר אטאקירט (זאג מיר נישט אז דו האסט נישט אטאקירט, ווייל דו האסט יא) זייט מוחל און קוקט וועמען איר אטאקירט. און אויב קענט איר נישט דעם ציבור דא, דאן זייט מוחל שטייט און די זייט און האלט זיך גענצליך איין פון קאמענטירן. @הדסים איז א סעמפל פון א לאגישע טראכטער, אן קיין הנחות קדומות. עס איז א געשמאק צו פירען מיט אים א שמועס אפגעזעהן צו ער האלט ווי דיר אדער גענצליך להיפך. ליין איבער אלע פאוסטס וואס ער האט געשריבן אין די טעמע, און זאג דו מיר אויב דיין פאוסט איז אין פלאץ.

2) שרייבן אין א טעמע וויסענדיג אז מען האט נישט געליינט די פריערדיגע 8 בלעטער, איז א געוואלדיגע דיסריספעקט צו די ליינער און שרייבער. איינער וואס האט געליינט און האט וואס צו מוסיף זיין איז מאר דען וועלקאם, אבער סתם אריינווארפן אפאר נקודות וואס זענען שוין ברייט אויסגעשמועסט און צענומען געווארן אין די פריערדיגע בלעטער אלעס ווייל מען האט נישט קיין נערווען (צייט האט מען גענוג, די נערווען צו ליינען יענעמס שרייבעריי און זיך דארפן רעכענען דערמיט האט מען נישט) צו ליינען די פריערדיגע בלעטער, איז א דיסריספעקט.
1) בעצם ביסטו גערעכט. איך האב 2 מאל איבערגעקוקט צו איך האב עפעס פארפאסט ווייל די ענטפער האט מיר נישט געקלעבט צו @הדסים

אבער עס קוקט אויס פון די פאוסט וואס @אסרוחג ציטירט אז @הדסים זאגט אז א סאטמערער קען נישט האבן א מיינונג. איך בין געווען אביסל סורפרייזד פון @הדסים'ס פאוסט

2) אויך אמת. אבער מען קען נישט ערווארטן יעדער זאל מוזן ליינען אלע בלעטער צו קענען אריינרעדן אין א שמועס

אויך ווערט א שמועס אסאך מאל געפירט איז א וועג וואס דער וואס קען די בעסטע חישן האט די אויבערהאנט. מיט אנהייבן פון אנהייב און גראד שטעלן די יסודות קען אמאל די גאנצע הין און צוריק טענהריי אוועקפאלן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1686

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך צווייטער »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:57 am באראנדזש דזשוס תעשה מלחמה

כך מפגינים

מיר איז ענדערש א פלא אז א באטל אראנדזש דזשוס זאל טרעפן דאס פלאץ אין 770, דארטן באלאנגט נאר סמירנאף...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:10 am
הדסים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:57 am באראנדזש דזשוס תעשה מלחמה

כך מפגינים

מיר איז ענדערש א פלא אז א באטל אראנדזש דזשוס זאל טרעפן דאס פלאץ אין 770, דארטן באלאנגט נאר סמירנאף...
אזא ווידעא באלאנגט בכלל דא?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הדסים »

ווייס איך נישט וואו צו שרייבן, ס'הערשט אן אנגענומענע מיינונג ביים ברייטן פרומען ציבור אז כשר לפסח באגעטס, פיצא, צי ברויט גאר, זענען דברים מאוסים, עפעס וואס פאסט נישט. בפרט פאר דעם חסידיש'ן איד.

למען האמת האב איך אויך אזוי געהאלטן, געהאלטן? געשפירט, כ'האב עס קיינמאל נישט דורכגעטון.

אבער לאור וואס איינער האט עס דערמאנט דא איז מיר שווער געווארן, וואס איז עס אנדערש פון פסח'דיגע קעיק? כ'רעד נישט פון היימישע קעיק, די געקויפטע, ס'איז דא געהעריגע קאלער קעיק ווי א גאנץ יאר.

איך עס עס אוודאי נישט אום פסח, ניטאמאל אחרון, אבער עפעס יענץ קוקט מען נישט אן אזוי מופרך, אזוי רחוק, קצה המחנה'דיג. וואס איז פשט?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5941
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 46892

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:12 am ווייס איך נישט וואו צו שרייבן, ס'הערשט אן אנגענומענע מיינונג ביים ברייטן פרומען ציבור אז כשר לפסח באגעטס, פיצא, צי ברויט גאר, זענען עפעס דברים מאוסים, עפעס וואס פאסט נישט. בפרט פאר דעם חסידיש'ן איד.

למען האמת האב איך אויך אזוי געהאלטן, געהאלטן? געשפירט, כ'האב עס קיינמאל נישט דורכגעטון.

אבער לאור וואס איינער האט עס דערמאנט דא איז מיר שווער געווארן, וואס איז עס אנדערש פון פסח'דיגע קעיק? כ'רעד נישט פון היימישע קעיק, די געקויפטע, ס'איז דא געהעריגע קאלער קעיק ווי א גאנץ יאר.

איך עס עס אוודאי נישט אום פסח, ניטאמאל אחרון, אבער עפעס יענץ קוקט מען נישט אן אזוי מופרך, אזוי רחוק, קצה המחנה'דיג. וואס איז פשט?
כ'ווייס אויך נישט. למעשה ווען איך האב געהאט א צוויי יאריגס וואס האט נאר געגעסן ברויט א גאנץ יאר, האב איך געקויפט די אלע כשר לפסח זאכענעס.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 281

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אגד »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:12 am ווייס איך נישט וואו צו שרייבן, ס'הערשט אן אנגענומענע מיינונג ביים ברייטן פרומען ציבור אז כשר לפסח באגעטס, פיצא, צי ברויט גאר, זענען עפעס דברים מאוסים, עפעס וואס פאסט נישט. בפרט פאר דעם חסידיש'ן איד.

למען האמת האב איך אויך אזוי געהאלטן, געהאלטן? געשפירט, כ'האב עס קיינמאל נישט דורכגעטון.

אבער לאור וואס איינער האט עס דערמאנט דא איז מיר שווער געווארן, וואס איז עס אנדערש פון פסח'דיגע קעיק? כ'רעד נישט פון היימישע קעיק, די געקויפטע, ס'איז דא געהעריגע קאלער קעיק ווי א גאנץ יאר.

איך עס עס אוודאי נישט אום פסח, ניטאמאל אחרון, אבער עפעס יענץ קוקט מען נישט אן אזוי מופרך, אזוי רחוק, קצה המחנה'דיג. וואס איז פשט?
די קאלער קעיקס זענען קוים עפעס מעל א גאנץ יאר.

די אנדערע זאכן סימבאליזירט חמץ.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 9:12 am אבער לאור וואס איינער האט עס דערמאנט דא איז מיר שווער געווארן, וואס איז עס אנדערש פון פסח'דיגע קעיק? כ'רעד נישט פון היימישע קעיק, די געקויפטע, ס'איז דא געהעריגע קאלער קעיק ווי א גאנץ יאר.
טאקע אויך עקלדיג. עס נעמט אוועק די צביון פון די יום טוב

@אגד זאגט אויך דברים של טעם וואס קען זיין א שטיקל לימוד זכות

שרייב פאוסט