דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:16 pm בד"ה. הרה"ח ר' חיים שמואל ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן ע"ה (פיש סטאר) איז נפטר געווארן אין קרית יואל, נאכ'ן זיך אפמוטשען מיט די ביטערע מחלה א לענגערע צייט אויף א שווערן אופן.
קרית יואל'ע אידן געדענקען זיין שטענדיגע גיין נאך געלט, אפילו נאך ממש לעצטנס אין די שווערסטע מצבים. זיינע נאנטע געדענקען די דברי תורה ושעשועי אורייתא מיט וואס ער איז אלס פארנומען געווען, ליגנדיג אין ספרי חסידות מיט שיינע חלידושים און רמזים און גמטריאות כסדר. אלעמאל האט ער געהאט אין טאש אפגעשריבענע חידושים צו מהנה זיין גוטע פריינט.
די יציאת נשמה אין געווען יעצט ביי אים אין שטוב נאכדעם וואס די דאקטוירין האבן אים ליידער לעצטע וואך אהיימגעשיקט אן קיין האפענונג.
די לוי' וואס ארויסגיין היינט נאכמיטאג.
יהא זכרו ברוך.
בילד?