א''כ הרב ר' אי”ג, און סיי ווער עס קוקט זיך צו צו די מאורעות און האבן פארשידענע טענות, זה בכה וזה בכה.
איך וויל אויסקלארן אפאר נקודות:
א. עס איז דא א באקאנטע ווארט אז יושר איז שוין לאנג געשטארבן, דאס ווערט גענוצט באופן וואס מחמת איזה צורך דארף געטוען ווערן א אומ'יושר'דיגע זאך, און מען טענה'עט אז עס איז שלא ביושר, איז דער תי' אז יושר לעבט שוין נישט, נעמליך מען קען נישט פארלאנגען צו גיין ביושר ווען יושר לעבט שוין נישט, וואלט ווען געווען א יושר'דיגע וועלט, יעדע פעולה פון איינעם צום צווייטן וואלט ווען געווען יושר'דיג וואלט מען ווען טאקע געדארפט מעסטן יעדע זאך מיט א יושר'דיגע מעסטער, אבער אין א וועלט ווי יושר טוט נישט דאמענירען און עוולות ווערן געטוען פון אלע זייטן, מוז אמאל געטוען ווערן א עוולה, ווייל אנדערש קען מען נישט, מען קען נישט צוגיין צו א אומ'יושר'דיגען מענטש אויף א יושר'דיגע שטייגער, מען קען נישט בלייבן דער איינציגסטער יושר'דיגער אויף דער וועלט, ווייל דאן ליידט מען אלע עוולות פון יעדן.
כלפי מה דברים אמורים, עס איז קיינעמס נישט כבוד אריין צו גיין אין פרטים פון יושר דאהי אין דעם געשיכטע, בכל אופן האט איר טענות אז מען באהאנדעלט אייך נישט יושר'דיג, וועל איך אייך ענפערן לשיטתכם, דא איז געווען א מקום וואס האט זיך גערופן ''לב טהור'' די פלאץ איז געווען ווייט פון יושר כרחוק מזרח ממערב, דארט זענען געטוען געווארן עוולות קעגן יעדן יחיד נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, דארט האט מען מבזה געווען מענטשן אויף א רוטינע פארנעם אויף אלע מינע אופנים, דורך דרשות
(מיר האבן געהערט אייערע דרשות קעגן די מורדים מיט נעמען און מיט שיינע טיטלען און מיט חשדות אשר אין בהם אמת א שטייגער ווי הר''ר ח' ע' א' שיחי' האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן ז''ל, ווי אויכעט האבן מיר געהערט אייערע רעדעס אויף היברו (זאג נישט אויס פאר קיינעם אבער איך קען די שפראך און איך בין נישט קיין יחיד אין דעם... פארפאלן...), אנטשולדיגט פארן הערן...) דורך צעטליך, דורך פאקטישע בזיונות א שטייגער ווי הייסן יעדן אדורכגיין שפייען, וכו' וכו', איך פארשטיי אז איך שרייב ליגענט און עס איז נישט קיין יושר, אבער יושר איז שוין לאנג געשטארבן.
דאס איז מוסכם ביי כלל ישראל אז די דאזיגע פלאץ האט געדארפט פארמאכט ווערן 'בכל מחיר', יעצט וואלט ווען געווען א יושר'דיגע אופריכטיגע פלאץ וואס וואלט ווען געדארפט פארמאכט ווערן וואלט מען דאס ווען געטוען מיט יושר, עס וואלטן נאר באשמיצט געווארן די וועלכע עס קומט זיך זיי, עס וואלטן נאר געלייגט געווארן קלאגעס אויף די וואס זענען זיך ווערד דאס געלט, און גראדע אויפריכטיגערהייט וואלטן זיי ווען איינגעזען אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס, און זיי וואלטן געווען אויפריכטיג מיט'ן ציבור און הויעך אויסגערופן 'אין לי' איך קען אייך נישט העלפן, זאל יעדער טוען וואס ער פארשטייט, וואלט ווען אזוי געווען וואלט די פלאץ געווען פארמאכט שוין יארן צוריק ביים אנקומען קיין בבל און זען אז מען קען נישט צושטעלן קיין נארמאלע'ן לעבנ'ס שטייגער פאר'ן עולם וואס דאס איז די גרעסטע עוולה קעגן דעם ציבור ברוחניות ובגשמיות אז מען האט נישט אויפגעגעבן אין אזאלעכע אומשטענדן, און אפי' שפעטער לכה''פ נאך די איבערפאל וואלט מען - אנשטאט איינרעדן דעם עולם אז אלעס וועט זיין גוט - געזאגט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס און יעדער זאל טוען ווי ער פארשטייט, וואלט מען ווען נישט געלייגט קיין קלאגעס אויף קיינעם, וואלט ווען נישט געווען קיין דרשות חוה''מ, נישט קיין בראשורן און נישט קיין אידטיש,
אזוי וואלט ווען אויסגעזעהן א יושר'דיגע וועלט.
ומעת חסרנו כל אלה... האט מען נישט אויפגעגעבן נאכן פארטריבען ווערן פון קאנאדע! נאכן אנקומען קיין גוואטאמאלא פון איין פלאץ צום צווייטען! נאכ'ן אנטלויפן פון איין עק וועלט צום צווייטען על לא דבר און צוריקקומען צו א פארקויפטע בבל! נאכן וואוינען אין א דרוקעריי אן די מינעמאלע פריוואטקייט וואס איז א סימבאל פון די עכטע אידן כאמור מפי בלעם! און נאכן צונעמען די קינדער חדשים לאנג ועדיין לא נושענו, פרובירט מען ווייטער צו אנהאלטן וואס מען קען שוין נאכ'ן איינזען בד''כ אז דא זענען באגאנגען געווארן טעותים וכו'!
(ווי דער שר העסקנים הרב ריי''ה בלום שליט''א האט זיך אויסגעדרוקט אויף א אויסדריק אינעם בעפארשטייענדען מאמענט אינטערוויו וועלכער צייגט אן עטליכע טעותים וואס האבן גורם געווען דאס צוזאמפאל פונעם פלאץ, אז מען דארף צולייגן המשך יבוא... מען באגייט נאך טעותים וואס וועלן נאך טייער קאסטן), און מען ארבעט ווייטער אויף סמארטפונס פאר די קינדער אאו''ו!
רבי לעבן, דאס איז נישט קיין אויפריכטיגע צוגאנג.
ממילא קומט נישט טענה'ען יושר, כל זמן איר טוט זיך אידענטעפעצירן מיט די דאזיגע אומ'יושר'דיגע פלאץ, יא עס איז דא א מלחמה! און א מלחמה קען נישט גיין לויט די מלחמה געזעצן ווען דער צד השני האלט עס נישט איין (ע''ע רוסלאנד אוקריינא, איזראייל כאמאס)...
ב. איר דרייט זיך ארום מיט א טענה היתכן מען שווייגט ווען אייער בלוט ווערט פארגאסן,
(און איר מיינט מיט דעם די אידן וואס האלטן אז מען טוט אן עוולה קעגן אייך), וואס האט איר געטוען ווען מען האט בא'עוול'ט אידן אין לב טהור על לא עוול בכפם, צוגענומען זייערע ווייבער און קינדער, און פארטריבן,
האט איר עפעס געטוען אפצוהאלטן דאס ברוטאליטעט קעגן אייער איידעם הרה''ח ר' יואל מארקוס שיחי'? אדער זענט איר גאר מיטגעשטאנען מיט דעם, מיר האבן אלע געהערט די געשיכטע מיט ר' יואל וויאזוי זיין ווייב האט שפיאנירט קעגן אים, און געארבעט אים צו פארווארפן אויף א אופן וואס מען קען 'קיינמאל' נישט פאררעכטן, וואס האט איר געטוען דערצו? וואס? איך מיין אז עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך איין ווארט.
כו''ח
א שטאלצע נאצי
(אנשולדיגט שטאלץ צו זיין ארגער ווי א נאצי און א ציוני)