די קאונטי פלעגט רעכענען 400 גאלאן פער טאג. וויאזוי האט עס קרית יואל אראפגעריקט?בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm דו מאכסט דעם חשבון לויט ק"י 350 גפד, דערווייל מיט די ווילידזש באנוץ פון 2023 פער יוניט איז עס געווען 225 גפד, קאן זיין אז די נומבער איז ווייל עס איז נאך דא גוים וואס וואוינען דא און נוצן ווייניגער אדער דער פאקט אז עס איז דא גאר ווייניג קאמערציעלע בנינים דא ווס. ק"י אבער דאס זענען די נומבערס אין 2023 וואס מיינט 626 דירות (מיין נומבער פון 2023 איז 177,000 גאלאן אוועילעבל, 786 דירות).
ווייל זיי האבן געמאכט א "לייוו טעסטינג" אין שכונת ויואל משה, מ'האט געליינט די וואסער מיטער'ס, און אויפגעוויזן אז די סכום איז נאר בערך 350 פער דירה (באמת גייט עס לויט די צאל בעדרום'ס, אבער אין קורצן איז עס קלארער אין דעם עוורידזש, 350 פער דירה).
סוי, אידן אין סאוט בלומינגראוו נוצן נישט ווייניגער וואסער און סוער ווי אידן אין שכונת ויואל משה... אויב עפעס, מער, ביי די ברייטערע סעמי פריוועט דירות מיט מער טוילעטס וכו'. ווייניגער זיכער נישט.
יא, קען זיין אז די גויים נוצן ווייניגער. אולי. דאס העלפט נישט פאר אונזער חשבון פאר איבער טויזנט אידישע דירות...
ס'איז דא נאך. די זאל וואס מ'בויט ביי סליפ אין האטעל, די ת"ת ויואל משה בנין לאנדא, און אפשר נאך.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm לע"ע איז דא לפי ידיעתי 2 קאמערציעלע בנינים וואס זענען נאכנישט גרייט אריינצומופן, איינס די איילענד טיים גראסערי און איינס די עקזעקיוטיוו סירקל אפיס בילדינג, איך זעע נישט פארוואס אזעלכע בנינים זאלן פארנוצן אזויפיל מער סוער ווי א הויז וואו מען וואוינט 24/7 און מען קאכט/באקט/באדט.
קוק נאך די וואסער מיטערס ביי קאמערשל בנינים וועסטו זען אז ס'נעמט אוועק אסאך קעפעסעטי. מען נוצט דארט וואסער לרחצה, טוילעט'ס, קלינינגס, ווער רעדט נאך פון מקוואות.
כ'ווייס טאקע נישט גענוי, אבער זאג דו, וויפיל סוער האט דער גוי גענוצט אין זיין קליינע טונקעלע הויז... ווען אויף דעם פלאץ קומט ארויף 4 אידישע משפחות.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm נאך א זאך וואס איר לאזט אויס איז אז די 750 דירות פערמיטס זענען בערך 180 בנינים (4 פער בילדינג) וואס א גרויס חלק ריפלעיסן עקזעסטירנדע הייזער, איך ווייס נישט וויפיל דאס נעמט אראפ אבער דאס מיינט א חלק סלאטס וואס זענען שוין אינעם יעצטיגן usage.
אבער נאכמער. אויב פארשטיי איך גוט: אויב דער הויז איז יעצט ליידיג, האט עס "גארנישט" גענוצט ביים יעצטיגן דעצעמבער שאצונג. סוי ס'קומט גארנישט צו פאר די אלטע הויז.
איך וועל דיר באלד ווייזן די דאקומענטן, מ'האט אזוי פארקויפט, דער וואכנשריפט מיט די שטימע האבן אזוי קלאר געשריבן אז ס'איז סוער פאר אלע 1,200 דירות און ס'וועט אויך העלפן ארומיגע פראדזשעקטס, אבער דער DEC פערמיט איז עס בפירוש שולל, און זאגט אז ס'איז "נאר" פאר קלאוו-וואוד, און "נאר" פאר די הויפט 600 דירות, נישט די עטעטשט איבריגע 600, ווייל פאר 600 דירות רעכענען זיי אז ס'וועט דארפן בערך 250,000 גפ"ד, און דאס גייט זיין דער "לימיט" פונעם פלענט.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm לגבי קלאוו וואוד איז עס שוין "אפיציעל" 1,200 דירות (איינע פון די טענות פון די קלעגער קעגן די DEC) זינט בשעת'ן גיבן די אפראוועלס האט מען שוין געהאט געטוישט די זאונינג צו דופלעקסעס (600 סטרוקטורן), זייער פלאן פארן סוער פלענט איז קלאר געווען עפעס וואס קען פארנעמען דעם גאנצן פאטענציעלן דעוועלאפמענט + פראספעקט, א חשבון פון איבער 5,000 דירות.
זיי זאגן איינמאל און נאכאמאל אז דאס איז נאר פאר דעם ספעציפישן דעוועלאפמענט, ס'געהער בכלל נישט פאר'ן סב"ג ווילידזש נאר פאר די 600 דירות.
ווייס איך נישט צו מען טרייבט סתם שפאס פונעם עולם מיט'ן שרייבן פארקערט, אדער שרייבן עס מענטשן וואס האבן נישט קיין מושג וואס טוצעך אויפ'ן שטח.
וואס זאל איך ברענגען? אדרבה זיי מברר צו דער דיעל איז געווארן.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm לגבי די ווילידזש דיעל מיט וואדבורי קאממאנס קען איך נישט ענטפערן, אז דו האסט אינפארמאציע אז דאס איז נישט אדורך, אדרבה, ברענג עס אהער, אבער דער פאקט אז עס איז אפילו געווען אן אפפער מיינט אז זיי האבן גענוג אוועילעבל.
ביסט מסופק אינעם פאקט אז די קאונטי האט נישט קיין איבריגע סוער צו פארקויפן יעצט?
איך ווייס בכלליות פון אינוועסטארס וואס וויינען אז מ'האט זיי פארקויפט 2 יאר צוריק דעם ברוקלין בריק איבער וואס דער געגנט גייט אלס זיין ביז א יאר צוויי און זיי האבן דעריבער גענומען שריט וואס קאסט זיי יעצט טייער.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm די אינוועסטארס ווייסן ע"פ רוב זייער קלאר וואס עס איז יא דא און וואס נישט, איך האב מיטגעהאלטן עטליכע פראפערטיס וואס אינוועסטארס האבן געכאפט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז עס איז שוין דא וואסער און סוער און נאכן זיצן מיט די ווילידזש האט מען זיי געוויזן אז זיי האבן נאכנישט און זיי האבן בלית ברירה עס געפליפט פאר אנדערע וואס קענען יא ווארטן 5-10 יאר, איז געווען סורפרייזעס אויפן וועג? אוודאי, פונקט ווי ק"י מיטן פייפליין האט מען געמיינט אז די וואסער קוועלער וועלן פיל שנעלער באקומען אפראוועלס און למעשה שלעפט זיך עס אבער לע"ע איז דא 22 קוועלער וואס זענען אדער שוין געגראבן און מען ווארט אפראוועל אנציצונדען (האלב פון די קלאוו וואוד קוועלער און נאך עטליכע איבערן ווילידזש) אדער ווארט מען אויף אפראוועלס אנצוהויבן גראבן (פראספעקט, אברהם בער פראפערטי און נאך עטליכע קלענערע) וואס איינמאל זיי זענען אנליין וועט בעז"ה זיין גענוג וואסער מער וויפיל ק"י האט יעצט.
זאגסט אז נישט מיט יעדן טוט מען עס, איי העוו נאו איידיע. אבער פאר'ן ציבור הכללי גיט מען זיכער פאלשע אינפא כסדר.
איך האב טאקע דערפאר געהאט געשריבן אז איך שרייב יענע תגובה "בעפאר'ן אנפרעגן".בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 5:37 pm גראדע האב איך דיר נישט געמיינט מיטן אראפרייסן אבער אז מען רעדט שוין, דו אליין האסט מודה געווען אז דו ביזט געשפרונגען צו פרי און דער בילד איז אנדערש ווי דו האסט לכתחילה געשריבן...
נאכ'ן אנפרעגן איז עס נאר געווארן קלארער אז די סוער נייעס האט גארנישט צו זאגן פאר דירה נאה און ס'איז ס"ה געווען איינעמס גוטע ספין...