אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@מיטב הגיון דו מאכסט עס פאר א גאנצע טיפע סוגיא וואס מ'דארף גיין פרעגן א לויער... די מהלך איז זיס אבער נישט אמת. ס'איז אלעס אפענע קארטן. יעדער דא קען ליינען אלע אויסצוגן אין די שיינע שמועסן ביז אהער. און זיך איבערצייגן אז מ'האט איבערגעקערט א שטאט, א האטליין, א תורתינו, אויף דמיון. א נארישע זאך דאס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10141

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

און איך האב געמיינט אז די צרות פון די קאמאן קאר עקסטרעמיסטן וועט ברענגען צו פארשטיין אז דער עולם גלייכט ענדערשט אמת.

#דיסאפוינטינג
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מיטב הגיון האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:17 pm either way איז די פעלדער געזעץ א שטארקע ביין אין האלז און א דעמעדזשינג פאקטאר.

וואס וואלט געווען אהן דעם? אפען פאר שפאקולאציע.
איר זענט באוואוסטזיניג אז דער איין ריכטער וואס האט געאורטיילט אז ריבא'ס אורטייל זאל פארבלייבן אין קראפט איז באזירט אויפן פעלדער געזעץ, איא?
איר זענט באוואוסטזיניג אז אייזיק דאסקאל האט שטאנדהאפטיג דערקלערט אז דעם ריכטער'ס מיינונג גייט שפילן א שטארקע ראלע אינעם אפיעל, איא?

איך רעד שויניש אז פעלדער ווערט ניטאמאל באנוצט אלץ תנא דמסייע אין דעם אורטייל...
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:56 pm

אהא, ווען ס'שמעקט האט דאס שוין יא מיט פעלדער, און נישט סתם נאר גאר א דאנק פעלדער הרב @דער תהילים איד איר האט נאך אויגן צו פארלאנגען?

הרב לאקס, דער מאיאריטעט זאגט אז מען דארף לאזן די גיידליינס צוליב די פעלדער געזעץ, קומט די דיסענט און זאגט אז טראץ די פעלדער געזעץ איז די גיידליינס נאך אלץ נישט לעגאל צוליב וואס עס געט א פענעלטי, און טראץ וואס פעלדער געזעץ האט צוגעלייגט אויטאריטעט אויפ'ן סקול, און לויטן דיסענט איז דאס געווען דער גאנצער גורם צו די גיידליינס, האט עס אבער נישט אויטארזירט קיין קאנסעקווענצן פאר פריוואטע סקולס.

אבער אהן פעלדער איז קשיא מעיקרא ליתיה!

טוט א קוק אויף די לשון פון דיסענט:

The Education
Law has consistently placed the burden of ensuring that children receive an appropriate
education upon their parents and guardians – not schools – and the statutory amendments
which eventually led to the regulations at issue here did not authorize consequences
for
nonpublic schools that are deemed to provide less than a substantially equivalent
education. Now it may be that the Education Law should be changed, but the right way to
do this is for the Legislature to amend the Education Law to authorize direct
consequences for the nonpublic schools. It has not done so. The Commissioner's efforts
to impose those consequences via regulatory fiat therefore lack statutory authorization,
and this Court does not have the power "to 'correct' a legislative enactment to make it
correspond to respondents' belief as to what the Legislature probably meant"

א מין פארדרייעניש דאס, דער דיסענט שפייט אים אין פנים מיט קלארע ווערטער ברחל בתך הקטנה איבערן חורבן פונם פעלדער אמענדמענט, און דער שרייט גאר אז עס איז גשמי ברכה.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@מיטב הגיון איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט אזעלכע שנעלע מסקנות בעפאר'ן טראכטן און נעמען א מינוט צו אפטייטשן ווערטער. אזוי וועסטו נישט קענען ווערן א לויער... לאקס זאגט דא בעצם זייער גוט. "לשיטתך" אז פעלדער איז דער גורם פאר'ן מעדזשארעטי צו גיין אנטי ריבא'ס פסק, איז פונקט אזוי פעלדער דער גורם פאר'ן דיסענט צו גיין פרא ריבא'ס פסק. קענסט נישט זאגן אויף די ערשטע האלב אז זיי מיינען צו זאגן אז אלעס איז "נאר אדאנק פעלדער", און ווידער ביים דיסענט זאגסטו אז ער מיינט צו זאגן אז ס'איז יא גוט "טראץ פעלדער". דאס הייסט געטאנצן פאלש אויף צווי חתונות.

יעצט וואס איז דער אמת? פשוט! ביידע, סיי דער מעדזשארעטי און סיי דער דיסענט באצען זיך צו פעלדער אלס מראה מקום, ווייל דאס איז דער יעצטיגער געזעץ אויף וואס די גיידליינס זענען אפיציעל געמאכט געווארן. וואלט נישט געווען קיין פעלדער געזעץ, וואלטן די גיידליינס געווען אויף די עצם געזעץ (און ס'וואלט העכסט ווארשיינליך געווען נאך ארגער), און די ריכטער וואלטן געשריבן די זעלבע (אדער הארבערע) פסק, באזירט אויפן עצם געזעץ.

סאו, צו פארדעקן די פארלוסט אין קאורט מיט דאס ווארט פעלדער, איז פאלש און קלעבט נישט פאר געווענליכע בעלי דעת ומחשבה. ס'לוינט נישט לדעתי צו געווינען א פלוידעריי א בעטל און פארלירן טראסט ביי בעלי דעת.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:32 pm @מיטב הגיון איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט אזעלכע שנעלע מסקנות בעפאר'ן טראכטן און נעמען א מינוט צו אפטייטשן ווערטער. אזוי וועסטו נישט קענען ווערן א לויער... לאקס זאגט דא בעצם זייער גוט. "לשיטתך" אז פעלדער איז דער גורם פאר'ן מעדזשארעטי צו גיין אנטי ריבא'ס פסק, איז פונקט אזוי פעלדער דער גורם פאר'ן דיסענט צו גיין פרא ריבא'ס פסק. קענסט נישט זאגן אויף די ערשטע האלב אז זיי מיינען צו זאגן אז אלעס איז "נאר אדאנק פעלדער", און ווידער ביים דיסענט זאגסטו אז ער מיינט צו זאגן אז ס'איז יא גוט "טראץ פעלדער". דאס הייסט געטאנצן פאלש אויף צווי חתונות.

קאסט נישט קיין געלט, מחשבה, פאקטן, אמת'דיגקייט, צו שרייבן וואס דו שרייבסט, סאו א שאד זיך טענה'ן, יעדער קען אריינקוקן אינעווייניג און עס זעהן, יעדער קען עס נעמען צו סיי וועלכען לאיער, מיטן שרייבן אז עס קלעבט נישט ווערט דאס נאכנישט דער מציאות, אבער גיי אהן.

דאס איז וואס שטייט אינם פסק, קען זיין אז דער קאורט האט האט עס טאקע וועגן דעם געשריבן, כדי צו געבן עפעס צו פארדעקן א פארלוסט, ווי נישט ווי עפעס קאנעקשאנס איז אונז נאך איבערגעבליבן פון באראש'ס צייטן, און מען האט ארלעידיגט מיט קאנעקשאנס אז די קאורט זאל אנלייגן די פארלוסט אויף פעלדער.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איימסארי מיטב, איך גלייך נישט די סארט דעבאטעס פון דעמאגאגישע פארמעסטן ווער עס קען קוועטשן בעסערע קנעפלעך... איך בין פון די אלטמאדישע ווען קאמאן סענס פלעגט שפילן א ראלע. יעדער וואס קען די קעיס, אדער אפילו נישט, נאר פשוט ער ליינט דעם פסק מיט נארמאלע אויגן, און ער קען גוט ענגליש, פארשטייט אז צו באשולדיגן פעלדער איז א נישט אמת'ע קאווער אפ.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:32 pm @מיטב הגיון איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט אזעלכע שנעלע מסקנות בעפאר'ן טראכטן און נעמען א מינוט צו אפטייטשן ווערטער. אזוי וועסטו נישט קענען ווערן א לויער... לאקס זאגט דא בעצם זייער גוט. "לשיטתך" אז פעלדער איז דער גורם פאר'ן מעדזשארעטי צו גיין אנטי ריבא'ס פסק, איז פונקט אזוי פעלדער דער גורם פאר'ן דיסענט צו גיין פרא ריבא'ס פסק. קענסט נישט זאגן אויף די ערשטע האלב אז זיי מיינען צו זאגן אז אלעס איז "נאר אדאנק פעלדער", און ווידער ביים דיסענט זאגסטו אז ער מיינט צו זאגן אז ס'איז יא גוט "טראץ פעלדער". דאס הייסט געטאנצן פאלש אויף צווי חתונות.
עס איז נישט לאקס קעגן הגיון עס איז לאקס קעגן די ריכטער, דאס איז דער מציאות וואס זיי שרייבן "אויף די ערשטע האלב אז זיי מיינען צו זאגן אז אלעס איז "נאר אדאנק פעלדער", און ווידער ביים דיסענט זאגסטו אז ער מיינט צו זאגן אז ס'איז יא גוט "טראץ פעלדער"."

אויב עס קען נישט זיין אזא זאך במציאות, עס איז נישט מעגליך, און עס איז געטאנצען אויף פאלש אויף צוויי חתונות (גיי ווייס פארוואס), עס מאכט נישט קיין טראפ סענס אז דער מאיאריטעט זאל זאגן אז די גיידלייס איז גוט צוליב פעלדער און דער דיסענט זאל זאגן אז עס נישט גוט טראץ פעלדער, עס איז ממש אפגעפרעגט מיניה וביה, וועט עס זיין א גוט שטיקל אין אפיעלס, ווייל דאס איז גענוי וואס שטייט אויף דעם פסק.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מען האט דיר געבעטן מראי מקומות וואו עס שטייט אינעם פסק, האט גבערענגט האלבע שטיקלעך, און לאקס האט צוריקגעלייגט די גאנצע. בסך הכל איז געווארן קלאר אז אין פסק שטייט עס נישט. סוי פון דארט און ווייטער רופט זיך שוין דעמאגאגיע... איך מיין נישט דיר נאר די פוינט.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 2:05 pm מען האט דיר געבעטן מראי מקומות וואו עס שטייט אינעם פסק, האט גבערענגט האלבע שטיקלעך, און לאקס האט צוריקגעלייגט די גאנצע. בסך הכל איז געווארן קלאר אז אין פסק שטייט עס נישט. סוי פון דארט און ווייטער רופט זיך שוין דעמאגאגיע... איך מיין נישט דיר נאר די פוינט.
איך האב געברענגט, און ער האט געברענגט עפעס וואס שטייט נישט דאס וואס ער זאגט.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:32 pm @מי

יעצט וואס איז דער אמת? פשוט! ביידע, סיי דער מעדזשארעטי און סיי דער דיסענט באצען זיך צו פעלדער אלס מראה מקום, ווייל דאס איז דער יעצטיגער געזעץ אויף וואס די גיידליינס זענען אפיציעל געמאכט געווארן. וואלט נישט געווען קיין פעלדער געזעץ, וואלטן די גיידליינס געווען אויף די עצם געזעץ (און ס'וואלט העכסט ווארשיינליך געווען נאך ארגער), און די ריכטער וואלטן געשריבן די זעלבע (אדער הארבערע) פסק, באזירט אויפן עצם געזעץ.

פעלדער האט גאר נישט געטוישט אדער אראפגענומען פונם אלטן געזעץ, עס האט צוגעלייגט עפעס ניי, דער אלטער געזעץ שטייט נאך במלא הודו והדרו ליידער, און דער ריכטער באציהט זיך דיקא יא צום עצם אריגענעלן געזעץ נאך פאר פעלדער, זאגנדיג: אז דער עצם געזעץ גיט נישט קיין רעכט און אויטאריטעט דירעקט אויף סקולס. (כ'קען דיר ברענגן נאר יענעם שטיקל, און וועסט קענען שרייען אז איך ברענג נאר שטיקלעך, אדער קען איך קאפיען דעם גאנצן פסק און דו וועסט קענען שרייען ווייז מיר א פונקטליכע מקור, you can pick and choose, דזשאסט זאג מיר וויאזוי דו ווילסט עס)
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מיטב הגיון האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:14 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:56 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:17 pm either way איז די פעלדער געזעץ א שטארקע ביין אין האלז און א דעמעדזשינג פאקטאר.

וואס וואלט געווען אהן דעם? אפען פאר שפאקולאציע.
איר זענט באוואוסטזיניג אז דער איין ריכטער וואס האט געאורטיילט אז ריבא'ס אורטייל זאל פארבלייבן אין קראפט איז באזירט אויפן פעלדער געזעץ, איא?
איר זענט באוואוסטזיניג אז אייזיק דאסקאל האט שטאנדהאפטיג דערקלערט אז דעם ריכטער'ס מיינונג גייט שפילן א שטארקע ראלע אינעם אפיעל, איא?

איך רעד שויניש אז פעלדער ווערט ניטאמאל באנוצט אלץ תנא דמסייע אין דעם אורטייל...
אהא, ווען ס'שמעקט האט דאס שוין יא מיט פעלדער, און נישט סתם נאר גאר א דאנק פעלדער הרב @דער תהילים איד איר האט נאך אויגן צו פארלאנגען?

הרב לאקס, דער מאיאריטעט זאגט אז מען דארף לאזן די גיידליינס צוליב די פעלדער געזעץ, קומט די דיסענט און זאגט אז טראץ די פעלדער געזעץ איז די גיידליינס נאך אלץ נישט לעגאל צוליב וואס עס געט א פענעלטי, און טראץ וואס פעלדער געזעץ האט צוגעלייגט אויטאריטעט אויפ'ן סקול, און לויטן דיסענט איז דאס געווען דער גאנצער גורם צו די גיידליינס, האט עס אבער נישט אויטארזירט קיין קאנסעקווענצן פאר פריוואטע סקולס.

אבער אהן פעלדער איז קשיא מעיקרא ליתיה!

טוט א קוק אויף די לשון פון דיסענט:

The Education
Law has consistently placed the burden of ensuring that children receive an appropriate
education upon their parents and guardians – not schools – and the statutory amendments
which eventually led to the regulations at issue here did not authorize consequences
for
nonpublic schools that are deemed to provide less than a substantially equivalent
education. Now it may be that the Education Law should be changed, but the right way to
do this is for the Legislature to amend the Education Law to authorize direct
consequences for the nonpublic schools. It has not done so. The Commissioner's efforts
to impose those consequences via regulatory fiat therefore lack statutory authorization,
and this Court does not have the power "to 'correct' a legislative enactment to make it
correspond to respondents' belief as to what the Legislature probably meant"

א מין פארדרייעניש דאס, דער דיסענט שפייט אים אין פנים מיט קלארע ווערטער ברחל בתך הקטנה איבערן חורבן פונם פעלדער אמענדמענט, און דער שרייט גאר אז עס איז גשמי ברכה.
וואס הייסט ער זאגט די חורבן? פארוואס זע איך דא אז ער זאגט פארקערט?

ווייסטע וואס? לאמיר איבערגיין די גאנצע אורטייל פון אנהויב און לאמיר זען וואס דא גייט פאר, גוט?

פאראגראף 1 זאגט אז לויט ניו יארק סטעיט'ס געזעץ מוזן "עלטערן" פארזיכערן אז די קינדער באקומען אן עדיוקעישאן, און אויב זיי קלייבן צו שיקן אין א פריוואטע שולע מוזן ווידער די "עלטערן" פארזיכערן אז די קינדער'ס לימודים איז סובסטענטשעל עקוויווילענט צו די לימודים וואס מען לערנט אין פובליק שולע.
פאראגראף 1.PNG
פאראגראף 1.PNG (95.03 KiB) געזען געווארן 843 מאל
פאראגראף 2 זאגט אז לאקאלע פובליק שולע באאמטע זענען די וואס דארפן מאכן א באשלוס אויב "שולעס" אינערהאלב זייערע גרעניצן קומען נאך די סוסטענטשעל עקוויווילענסי געזעץ, אנווייזנדיג אויפן עדיוקעישאן געזעץ "בעפאר" די פעלדער אמענדמענט וואס זאגט אז די "לאקאלע שולע באאמטע" דארפן באשטעטיגן אז א קינד וואס לערנט "נישט אין פובליק שולע" באקומט סובסטענטשעל עקוויווילענט אינסטראקשען. און לייגט צו אז די פעלדער אמענדמענט זאגט אז פאר די פעלדער מוסדות זאל די "קאמישינער" זיין דער וואס באשטעטיגט אז זייערע לימודים זענען סובסטענטשעל עקוויווילענט.
דער פאראגראף באציט זיך ווייטער צו די פרואוון פונעם קאמישינער דאס איינצופירן אן אדורכגיין די געהעריגע רעגולאציע פראצעדור, און וויאזוי א געריכט האט דאס אפגעשטעלט, און דערנאך האט זי דאס אריבערגעפירט אלץ רעגולאציעס, און געגעבן 6 פעטוועיס וויאזוי צו באשטעטיגן מען איז עקוויווילענט, און שולעס אינדרויסן פון די זעקס פעטוועיס גייען אריבער א ריוויו דורך די לאקאלע פובליק שולע באאמטע וועלכע קענען אליינס מאכן די דעטערמינעישאן אויף זיי - אבער די קאמישינער דארף עס באשטעטיגן, אדער ביי פעלדער מוסדות קענען זיי נאר מאכן א רעקאמענדאציע און די קאמישינער איז דער וואס מאכט די דעטערמינעישאן.
פאראגראף 2.png
פאראגראף 2.png (134.8 KiB) געזען געווארן 843 מאל
היוצא לנו מזה איז אז די געריכט ברענגט זיך א ראי' פונעם געזעץ (§§ 2 [12]; 3204 [2] ; 3205, 3210 [2]) אז די לאקאלע שולע באאמטע קענען באשליסן צי א שולע קומט יא אדער נישט נאך די סובסטענטשעל עקוויווילענט געזעץ, און ביי די פעלדער מוסדות איז עס די קאמישינער.
נאך א זאך וואס מען זעט איז אז די געריכט האלט אז אפילו דעטערמינעישאנס וואס די לאקאלע שולע באאמטע מאכן קען די קאמישינער איבערדרייען - דאס אלעס אפילו פאר "נישט" פעלדער מוסדות, דהיינו אז די קאמישינער איז בעה"ב איבער "אלע" שולעס אינעם סטעיט און פעלדער האט איר גארנישט געשאנקען מער מאכט וואס זי האט נישט געהאט אן דעם.

דאס זאגן זיי באזירט אויף א חלק פונעם עדיוקעישאן געזעץ וואס זיי טייטשן אזוי אויס, וואס דער דיססענטינג ריכטער נוצט עס אלץ ראי' אויף פארקערט, ווי מיר וועלן בעז"ה שפעטער צוקומען.

פאראגראף 3 ציטירט פון די רעגולאציעס אז א "שולע" וואס ווערט געטראפן דורך די "לאקאלע שולע באאמטע" אלץ "נישט עקוויווילענט" איז די שולע מער נישט קיין שולע, עלטערן ווערן געצווינגען צו שיקן זייערע קינדער אין אן אנדערע שולע וואס קומט יא נאך די געזעץ, און אלע געלטער ווערן אפגעשטעלט פאר די שולע.

פאראגראף 4 ברענגט די קלאגע דערקעגן, די סטעיט'ס פרואוון צו זאגן אז די ישיבות האבן נישט קיין סטענדינג, און אז ריכטערין ריבא האט ארויס געווארפן אלע טענות פון די ישיבות, אבער אויסגעשטראכן געוויסע שורות פון די רעגולאציעס, און די עדיוקעישאן דעפט האט דאס אפעלירט.

פאראגראף 5 און 6 זאגט די געריכט אז די ישיבות פארמאגן יא סטענדינג.
פאראגראף 3, 4, 5, 6.png
פאראגראף 3, 4, 5, 6.png (338.02 KiB) געזען געווארן 843 מאל
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פאראגראף 7 זאגט אז די קלעגער פראבירן צו זאגן אז די קאמישינער פארמאגט נישט די רעכט צו פארזיכערן אז די "קינדער" באקומען א בעיסיק עדיוקעישאן, און גייט ווייטער צו זאגן אז כאטש עלטערן קענען אויסוועלן וועלכע סארט חינוך זיי ווילן געבן פאר זייערע קינדער, פארמאגט אבער די רעגירונג יא א רעכט צו פארזיכערן אז די קינדער ווערן ערצויגן געהעריג.
פאראגראף 7.PNG
פאראגראף 7.PNG (109.79 KiB) געזען געווארן 810 מאל
פאראגראף 8 לערנען די ריכטער פשט אינעם אריגינעלן עדיוקעישאן געזעץ אז אויב גייט א קינד נישט אין פובליק שולע נאר אין א פריוואטע שולע מוז די קינד באקומען סובסטענשטעל עקוויווילענט אינסטראקשען אין די "פריוואטע שולע", און די קאמישינער איז די אטאריטעט צו באשליסן ווער עס קומט נאך די געזעץ - וואס זיי טייטשן דאס אויס אז די קאמישינער איז דער וואס דארף באשליסן אויב די "פריוואטע שולע" קומט נאך די סובסטענטשעל עקוויווילענט פארלאנג.
דערנאך לייגן זיי צו אז די פעלדער אמענדמענט האט געטוישט אז געוויסע פריוואטע שולעס היפט מען איבער די לאקאלע שולע באאמטע און עס גייט "דירעקט" צום קאמישינער פאר א באשלוס, און זאגט קלאר ארויס אז די "קאמישנער" (נישט די לאקאלע שולע באאמטע) זאל מאכן די דעטערמינעישאן אויף די שולעס.
פאראגראף 8.png
פאראגראף 8.png (84.52 KiB) געזען געווארן 810 מאל
עס שטייט דא זייער קלאר ארויס אז זיי האלטן אז די רעכטן צו רעגולירן שולעס ליגט אינעם אריגינעלן געזעץ - ווי זיי האבן שוין געשריבן אויבן אין פאראגראף 2

אין פאראגראף 9 זאגן זיי אז דעריבער שטעלן זיי צוריק די אריגינעלע רעגולאציעס און ווארפן ארויס רייבא'ס אורטייל ווייל זיי האלטן אז די געזעץ פארלאנגט יא קלאר אז קינדער וואס לערנען אין "פריוואטע שולעס" דארפן יוצא זיין די סובסטענטשעל עקוויווילענט געזעץ מיט די לימודים אינעם "שולע", און אויס די לימודים אינעם "שולע" קומען נישט נאך די פארלאנגען הייסט עס אז די קינדער גייען נישט בכלל אין שולע.
פאראגראף 9.PNG
פאראגראף 9.PNG (157.2 KiB) געזען געווארן 810 מאל
איי מיט וואס פאר א רעכט קען די רעגירונג אריין רעדן איבער שולעס ווען די גאנצע סובסטענטשעל עקוויווילענסי ליגט בלויז אויף די עלטערן און נישט אויף די שולעס?
די געריכט ענטפערט נישט אז די פעלדער געזעץ האט דאס געטוישט.... וואס יא? ווארט א מינוט..
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פ. לאקס איך מוז דיר איבערהאקן און גראטולירן דיין נעקסט לעוול קלארקייט.
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פאראגראף 10 ברענגט די טענה פון די קלעגער אז אזא דעטערמינעישאן אויף א "שולע" באדייט אז מען באשטראפט די שולע - א זאך וואס די געזעץ ערלויבט נישט, זינט די געזעץ ערלויבט נאר צו באשטראפן עלטערן.
פאראגראף 10.png
פאראגראף 10.png (74.78 KiB) געזען געווארן 774 מאל
אין פאראגראף 11 זאגט די געריכט ניין, איך באשטראף נישט די שולע, איך זאג פשוט אז די שולע קומט נישט נאך די סובסטענטשעל עקוויווילענסי געזעץ, און דאס אז די שולע פארלירט די געלטער און די רעגירונג צווינגט די עלטערן ארויס צו נעמען די קינדער פון דארט הייסט נישט באשטראפט די שולע, עס איז פשוט די שכל'דיגע רעזולטאט פון דעם אז די שולע איז נישט קיין שולע.
און היות "עלטערן" זענען יא פארפליכטעט צום געזעץ, איז די דעטערמינעישאן פון די קאמישינער אז א שולע איז מער נישט קיין שולע נישט מער ווי אן "עדווייזערי" צו לאזן וויסן פאר די עלטערן אז מיטן שיקן אין דעם שולע קומען זיי נישט נאך די געזעץ און זיי דארפן שיקן צו אן אנדערע שולע.
פאראגראף 11.PNG
פאראגראף 11.PNG (81.04 KiB) געזען געווארן 774 מאל
פאראגראף 12 איז די אינטערעסאנטסטע און מערסט מאדנע חלק פונעם גאנצן אורטייל, און אדרבה, איך זוך איינער וואס קען מיר ארויס העלפן קלאר מאכן פונקטליך וואס זיי שרייבן דא, עס איז באמת שווער צו פארשטיין.

אין קורצן ווילן זיי אפווארפן די טענות פון די קלעגער אז דאס הייסט פארמאכט די שולע, טענה'ן זיי אז דאס הייסט נישט פארמאכט די שולע ווייל טעכניש קען די שולע ווייטער פארבלייבן אפן, און עלטערן קענען ווייטער אהין שיקן זייערע קינדער, אבער נישט בתורת שולע, נאר אויב די קינדער גייען אין עפעס אן אנדערע שולע וואס לערנט נאר אין די נאכט שעות וכדומה אדער אויב די שולעס מאדיפיצירן אביסל זייערע שעות אז די קינדער זאלן קענען קומען נאך אדער בעפאר זייער אנדערע "אנערקענטע" שולע קענען זיי געהעריג ווייטער לערנען אין די פריוואטע שולעס, סך הכל קען דאס נישט זיין זייער אפיציעלע שולע מיט וואס זיי קומען נאך די געזעץ, דעריבער הייסט דאס נישט פארמאכט.

אבער דער דיסססענטינג ריכטער האט יא אנגענומען די טענה אז דאס הייסט פארמאכט א שולע, דעריבער זאגן זיי האלא, דארפסט נעמען אין אכט אז די שולעס וואס מען באהאנדלט דא האבן א פולע טאג פון לימודי קודש - ווי מען זעט אינעם פעלדער געזעץ אז אין די שולעס לערנט מען א גאנצן טאג - דעריבער איז פשוט נישט דא ווען משלים צו זיין די לימודים.
פאראגראף 12.PNG
פאראגראף 12.PNG (146.08 KiB) געזען געווארן 774 מאל
דאס איז זייער אינטערעסאנט פון אפאר אספעקטן.

1) וואסערע טענה איז דאס? ממה נפשך, אויב ערלויבט די געזעץ אז מען זאל לערנען א טייל פון די לימודים אין איין ארט און משלים זיין די איבריגע אינדערהיים (אזויווי די ריכטער האבן שוין פריער געשריבן אז עס ערלויבט "נישט") דאן וואס א חילוק ווי לאנג די שולע לערנט? וואס א נפק"מ וואס די שולע טוט? דו קענסט נישט זאגן אז נאר א שולע וואס איז אפן ביז 3:30 מעג מען לערנען טייל לימודים אינדערהיים, אבער אויב עס איז אפן ביז 4:00 נישט, אז האסט א טענה אז עס איז נישטא גענוג צייט נאכצוקומען די פארלאנגטע לימודים זיי מוחל קלינג אן די עלטערן פרעגן וויאזוי זיי ענדיגן אלע לימודים, אבער וויאזוי קען דאס זיי געבן מער רעכט אויף א שולע?
עס קוקט אויס דערפון ווי אויב זיי באשליסן אז עס איז דא גענוג צייט צו לערנען די פארלאנגטע לימודים נאך שולע ווערט די שולע יא פאררעכנט אלץ א שולע, אבער אויב איז נישט דא גענוג צייט איז עס נישט קיין שולע - כאטש וואס אין ביידע דערפון לערנט מען נישט די פארלאנגטע לימודים, בקיצור, עס אזי זייער מאדנע. אדרבה, אז איינער קען ביטע מיר עס אויסקלארן.
2) פון וואו נעמט די געריכט אן מיט א פשטות אז מען לערנט "גארנישט" קיין לימודי חול אין די צייט? אפשר לערנט מען 98% פון די פארלאנגטע לימודי חול, און די ביסל צייט ווען מען קומט אהיים פון שולע איז גענוג משלים צו זיין די איבריגע 2% לימודים?
זיי נוצן די לשון אז א קינד וואס לערנט א גאנצן טאג אין שולע אבער באקומט נישט קיין "סובסטענטשעל עקוויווילענט" אינסטראקשען אין די "בעיסיקס" קען דאס נישט משלים זיין, ווער זאגט? אפשר באקומען זיי די אינסטראקשען "כמעט" סובסטענטשעל עקוויווילענט און מען דארף נאר משלים זיין אביסל?
3) ביים זיך אויסדרוקן וואס מען לערנט נישט אין די שולעס רעכענען די ריכטער נאר אויס די 4 סובדשעקטס וואס ווערט דערמאנט אינעם פעלדער געזעץ - און צייכנט צום צום פעלדער געזעץ אז דאס דארפן די שולעס לערנען, און זיי דערמאנען נישט אלע 12 סובדשעקטס וואס ווערט פארלאנגט אין די גיידליינס, באדייט דאס אז זיי זאגן אז די פעלדער מוסדות דארפן נאר לערנען די 4 סובדשעקטס? און זייער סיבה פארן פסל'ען די שולעס איז ווייל ניטאמאל די 4 סובדשעקטס לערנט מען?

אז איינער קען מיר דאס קלארשטעלן דארבה ואדרבה, אבער גיימיר ווייטער.
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

דעריבער פארענדיגן זיי אז זיי דרייען איבער רייבא'ס אורטייל, און זיי זאגן אז די רעגולאציעס זענען יא אויסגעהאלטן...
פאראגראף 13.png
פאראגראף 13.png (40.33 KiB) געזען געווארן 769 מאל

אצינד צום דיססענט
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

דער דיסענט ריכטער הייבט אן אז ער האלט פארקערט און ער וואלט יא געלאזט די רייבא אורטייל אין קראפט.
דיסענט 1.PNG
דיסענט 1.PNG (64.34 KiB) געזען געווארן 736 מאל
ער איז מודה אז עלטערן קענען נישט יוצא זיין זייער התחייבות צום קינד בלויז מיט שיקן צו א שולע אויב די שולע לערנט נישט סובסטענטשעל עקוויווילענט לימודים צום פובליק שולע, אבער די געזעץ לייגט נישט קיין שום שטראף אויף א שולע וואס פארפעלט דאס צו לערנען, נאר בלויז אויף די עלטערן.
דערנאך ברענגט ער א כלל אין די יורדישע סיסטעם אז א געריכט קען נישט געבן א געוויסע מאכט אויב עס איז דא א נארמאלע סיבה צו טראכטן אז די געזעץ האט בכוונה נישט ארויס געשריבן די געוויסע מאכט, דעריבער היות אינעם געזעץ שטייט נישט קיין ווארט איבער באשטראפן א שולע - און אפילו ווען מען האט געמאכט די פעלדער אמענדמענט האט מען אבער נישט צוגעלייגט קיין שום שטראף אויף א מוסד וואס באקומט א דעטערמינעישאן אז זי קומט נישט נאך די סובסטענטשעל עקוויווילענסי געזעץ, דעריבער קען נישט די געריכט געבן אזא רעכט פארן קאמישינער.
דיסענט 2.PNG
דיסענט 2.PNG (182.03 KiB) געזען געווארן 736 מאל
והשנית וזה העיקר, ער זאגט אז ער איז מחולק אויף זייער גאנצע אריין טייטשונג אינעם געזעץ, און די מחלוקת גייט זיך שטעלן אויף די ווארט "ערגעץ אנדערש" (ELSWHERE) וואס שטייט אינעם געזעץ.

קודם וואס ער זאגט,
חידוש 1) וואס ער זאגט איז א עס שטייט נישט אין ערגעץ אינעם געזעץ די לימיט אז "אלע לימודים מוזן פארקומען אין די פריוואטע שולע" וואס די מאיאריטעט ריכטער האבן אזוי געלערנט פשט, און דעריבער זאגט ער איז קלאר אז די לימודים מעגן יא פארקומען צעטיילט אין עטליכע ערטער, און אפילו א שולע וואו מען לערנט נאר א טייל פון די לימודים ווערט געהעריג אריין גערעכנט אינעם חשבון, טענה'נדיג אז אינעם געזעץ שטייט קלאר ארויס אז מען קען לערנען די לימודים אין א פריוואטע שולע אדער "ערגעץ אנדערש", און דער ריכטער לערנט פשט אז דאס מיינט אז מען קען נוצן א פריוואטע שולע, היים שולע אדער "א געמיש פון ביידע" - וואס דאס איז אקוראט וואס מען רעדט יעצט דא, אז אפילו א פריוואטע שולע וואס מען לערנט נאר א טייל פון די פארלאנגטע לימודים ווערט אינעם געזעץ אנגערופן "שולע" און עס שטייט אויך אז מען קען לערנען אין א "געמיש פון ביידע", דאס הייסט אין שולע, און משלים זיין די איבריגע אינדערהיים.

חידוש 2) אריין לערנען פשט אינעם געזעץ אז עס ערלויבט נאר אדער אינגאנצן אלע לימודים אין שולע, אדער אינגאנצן אלע לימודים אינדערהיים, קען אויפברענגען הארבע קאנסטיטוציאנעלע פראגן אויף דעם געזעץ, ווייל די קאנסטיטוציע פארזיכערט אז עלטערן האבן די רעכט פרייוויליג צו באשליסן וויאזוי צו ערציען זייערע קינדער, דעריבער מיט וועלכע רעכט קען די געזעץ אוועק נעמען די דאזיגע קאנסטיטוציאנעלע רעכט?

דעריבער קומט ער צו צו חידוש 3) עס איז דא א יורדישע כלל אז אויב מען קען לערנען 2 פשטים אי א געזעץ, וואס איינס וועט מעגליך ברענגען דערצו אז די געזעץ זאל מעגליך דערקלערט ווערן אומקאנסטיטוציאנעל, און די צווייטע באדייט אז עס איז פולשטענדיג אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע, מוז מען לערנען אזא פשט וואס וועט פארזיכערן אז עס שטעלט נישט די קאנסטיטוציענאליטעט פונעם געזעץ אין געפאר, דעריבער היות אויב מען לערנט פשט ווי די מאיאריטעט ריכטער טוט עס אויפברענגען גערעכטע קאנסטיטוציאנעלע טענות דערקעגן, איז מען פארפליכטעט צו לערנען פשט אויף אזא וועג וואס שטעלט "נישט" די קאנסטיטוציענעליטעט אין געפאר.
דיסענט 3.png
דיסענט 3.png (190.61 KiB) געזען געווארן 736 מאל
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

אין א פוטנאוט לייגט ער צו נאכמער צו זיין דריטע שטיקל, אז דאס וואס די עדיוקעישאן דעפט. האט צוריק גע'טענה'ט אין געריכט - און די מאיאריטעט האט עס אנגענומען - אז די געזעץ ערלויבט נישט א געמיש פון געהעריגע שולע און היים שולע איז זייער קלאר שטותים און הויל ארויס געזויגן פון פינגער ווי מ'קען זען אין זייערע אייגענע רעגולאציעס אז היים שולע מעג פארקומען אין א גרופע אינאיינעם אויף ספעציפישע סובדשעקטס, און די סטעיט זאגט קלאר אז ווילאנג "נישט רוב" פון די לימודים ווערן געלערנט אין א קלאס אינאיינעם קען מען עס נאך רעכענען פאר היים שולע, דעריבער ווייזט ער דערמיט אויף אז זיי זענען אויך מודה אז מען קען צעטיילן לימודים, דעריבער זאגט ער אז דאס איז אויף אלע פעלער, נישט נאר היים שולע.
דיסענט פוטנאוט.PNG
דיסענט פוטנאוט.PNG (94.78 KiB) געזען געווארן 719 מאל
דעריבער, זאגט ער, אזויווי די קאמישינער קען זיך נישט נעמען מער רעכט ווי די געזעץ געט איר, און אין די רעגולאציעס שרייבט זי אז "אויב די שולע לערנט נישט אלע לימודים סובסטענטשעל עקוויווילענט צום פובליק שולע הייסט עס מער בכלל נישט קיין שולע" - און זי שרייבט נישט אז מען איז נישט יוצא די גאנצע חיוב פון סובסטענטשעל עקוויווילענט דארט, נאר זי שרייבט אז אפילו איין חלק קען מען נישט יוצא זיין דארט - און דערצו שרייבט זי נאך אין די רעגולאציעס אז מען צווינגט די עלטערן ארויס צו נעמען די קינדער פון די שולעס, דעריבער זאגט ער אזי זי איברעגעטרעטן איר מאכט מיט 2 זאכן.
דיסענט 4.PNG
דיסענט 4.PNG (153.35 KiB) געזען געווארן 719 מאל
כלל: די "עלטערן" זענען מחויב צו פארזיכערן אז די "קינדער" באקומען א גוטע חינוך, נישט די שולע דארף דאס פארזיכערן, און אויך דארפן די עלטערן נישט פארזיכערן אז זיי שיקן צו א "שולע" וואס קומט נאך די געזעץ, לאז ארויס די שולעס.

1) זיי קענען נישט באפעלן אז אלע לימודים מוזן פארקומען אדער אינעם פריוואטע שולע אדער אינדערהיים, נאר זיי מוזן ערלויבן א געמיש פון ביידע, זיי האבן נישט די רעכט צו באגרעניצן די ווארט "ערגעץ אנדערש" וואס די געזעץ זאגט אז מען די קינדער מעגן באקומען "סובסטענטשעל עקוויווילענט" אינסטראקשען "ערגעץ אנדערש" ווי אין פובליק סקול.
2) די רעגירונג האט נישט קיין רעכט אפצושטעלן סיי וועלכע געלטער פאר די שולעס, נאר א שולע וואס לערנט נאר טייל פון די לימודים איז א געהעריגע שולע אויב עס איז א חלק פון די מהלך וואס די עלטערן נעמען כדי דערמיט צו באפרידיגן די "סובסטענטשעל עקוויווילענסי" געזעץ.
דיסענט 5.PNG
דיסענט 5.PNG (136.56 KiB) געזען געווארן 719 מאל
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

דעריבער, פארענדיגט דער ריכטער, היות די אריגינעלע געזעץ לייגט די גאנצע פליכט פון פארזיכערןו אז די "קינדער" ווערן נתחנך אויף די "עלטערן", און די פעלדער אמענדמענט האט קלאר נישט געשריבן אז מען קען באשטראפן די "שולעס" מיט סיי וואס, דעריבער קען מען זיי טאקע נישט באשטראפן.
דיסענט 6.PNG
דיסענט 6.PNG (142.35 KiB) געזען געווארן 710 מאל
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

יעצט צום שטיקל געזעץ וואס מען קריגט זיך.

די רוב ריכטער ברענגען סעקשאן 3204 פונעם געזעץ חלק 2 פאראגראף 12
Education Law §§ 2 [12].PNG
Education Law §§ 2 [12].PNG (13.18 KiB) געזען געווארן 694 מאל
דאס באדייט אז ווען עס שטייט אינעם געזעץ די ווארט "שולע אטאריטעט" מיינט עס די לאקאלע פובליק שולע באורד.

דערנאך ברענגען זיי סעקשאן 3210 חלק 2
3210 [2].PNG
3210 [2].PNG (62.45 KiB) געזען געווארן 694 מאל
אלץ ראי' אז די "לאקאלע פובליק שולע באורד" דארף באשטעטיגן די לימודים "וואס די שולע שטעלט צו" אז עס איז סובסטענטשעל עקוויווילענט.

דער דיסענט ריכטער שרייט עס שטייט נישט אזא זאך אינערגעץ, זיי קענען בלויז באשטימען אויב די "קינד" באקומט סובסטענטשעלי עקוויווילענט אינסטראקשען, און עס איז געבינדן צום "ערגעץ אנדערש" אז דאס מעג זיין אויך א געמיש פון עטליכע ערטער.

ער שרייט אז פשט גייט אנדערש, די ווערטער "אין פובליק שולע אדער ערגעץ אנדערש" באדייט אויך א געמיש פון ביידע.
3205.PNG
3205.PNG (4.28 KiB) געזען געווארן 694 מאל
דאס איז די יסודות'דיגע מחלוקת וויאזוי פשט גייט אינעם געזעץ, צי עס עקזיסטירט אזא זאך ווי האבן א טיילווייזע שולע, דהיינו עס איז א שולע איבער געוויסע נושאים, אבער איבער אנדערע נישט, הייסט דאס א שולע? דארף עס באקומען געלט? קענען די עלטערן זאגן איך שיק צו אזא שולע און איך לערן צי די איבריגע אינדערהיים?

קומט מען צוריק אז צו פארשטיין די מאיאריטעט'ס פשט אין דעם אויבנדערמאנטע פאראגראף 12 דארף מען א קאלקיולעיטאר, דער דיסענט'ס טענה פארשטיי איך קלאר.
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10141

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@פ. לאקס WOW! אזא הערליכער שיעור! צולייגט א שיעור עיון בדרך שיעור פשוט.

נאר איין הוספה וואס האסט אויסגעלאזט:

אויף פוט-נאוט 3 ביי פאראגראף 8, דער ריכטער קומט דא נאכאמאל צוריק קלארמאכן אז לויט די "ארגינעלע אלטע עדיוקעישן געזעץ" איז די עדיוקעשן דעפט. באויפטראגט אויסצופירען אלדינגס אנבלאנגט עדיוקעשן אין ניו יארק סטעיט.

Screenshot 2024-07-01 164409.png
Screenshot 2024-07-01 164409.png (218.78 KiB) געזען געווארן 654 מאל

(לאפוקי מאנכע וואס ווילן איינרעדן אז בעפאר פעלדער איז דער ועד הפועל פון די התאחות הרבנים געווען דער רעלוואנטער אויטעריטעט אויסצופירען די ני''ס עדיוקעישן לאו...)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1719
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בלעטל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:35 pm תורתינו - כי תשא תשפ"דhttps://drive.google.com/file/d/1gpWuYP ... p=drivesdk

איך בין נייגעריג אויב תורתינו גייט נאך יעצט ווייטער זאגן אז דורותינו קומט ארויס מיט א מיטארבעט פון חסידי מהר"א...
פיילס
Screenshot 2024-07-01 173012.jpg
Screenshot 2024-07-01 173012.jpg (253.84 KiB) געזען געווארן 600 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:54 pm
בלעטל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:35 pm תורתינו - כי תשא תשפ"דhttps://drive.google.com/file/d/1gpWuYP ... p=drivesdk

איך בין נייגעריג אויב תורתינו גייט נאך יעצט ווייטער זאגן אז דורותינו קומט ארויס מיט א מיטארבעט פון חסידי מהר"א...
כזעה באמת נישט פארוואס זיי זאלן טוישן... די גאנצער ציל פון דעם תורותינו שרייבער איז אז מזאל נישט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ. סשטערט אים באמת נישט אז די כאפסט אים ביי ליגענט.

די זיסע ניגון אז "מ'האט געווארענט פאראויס" וועגן די פעלדער געזעץ איז ארויף מיט א שטאפל דעם פארגאנגענעם וואך, זאגאר אז ''אדמורי''ם'' האבן פאראויס געזאגט נישט צו טון...

ער האט איינמאל געשריבן אז ''רבנים'' (שטא ווער ס'זאל לאכן...) האבן אים געהייסן ווייטער ארויסגעבן...

איי קען אָלמאָסט פּראמעסט יאָו אז קיין איין דיין, אפילו פון קהלת סאטמאר מהרי"י, וואלט נישט געזאגט אז דאס מעג ארויסקומען אויף אזא פארנעם.

מיר ווינדערט נאר, קיינער ביי מהרי"י האלט נישט קיין אויג וואס טוט זיך אין ביהמ''ד? דורותינו קענסט טרעפן אין געוויסע בית מדרשים על פי רוב אין די פלעצער ווי דער מלך גייט אליינס... תורותינו האב איך געזעהן אין בית מדרשים פון מהריי ליגן געהעריג צווישן די אפציעל גליונות אין בית המדרדש אפי' עס איז פיל מיט ליצנות און שפעט-נעמען פון רבנים וואס אפי' דורותינו שרייבט נישט אויף אזא מיאוסער פארנעם.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 482

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האלט נישט גארנישט.

וואס דער שרייבער פון דורותינו האלט, קענסטו אויך נישט וויסן, ביז דו רעדסט מיט אים אליינס.
שרייב פאוסט