אידישע [קנאי'שע] הרגשים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1239
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3482

אידישע [קנאי'שע] הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

יא.. זעהט דעם קעפל. אויב האלט איר אנדערש ווי די קנאים דאן עסט אייך נישט אויף מיט דעם טעמע. איר מוזט עס נישט ליינען.

ובזה החלי:
וואו איז געווען די אחריות פון די מדינה גרינדער? ענק ווייסן נישט אז עטץ שלעפטס אהין אידן צו אן אומפאסיבל פלאץ??! דאס נערות און קינדערישע היציגקייט האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א בנין נערים סתירה! יעצט זענען 7 מיליאן אידן סטאק אין אן אימפאסיבל פלאץ! רשעים וואס עטץ זענטס! ענק האבן געשטיפט א וואגן קיין וואו??! קיין וואס??!

ענק האבן דורכגעטון די דינאמיקס וואס אן אראבער באדייט בעפארן אים צירייצן ווי א הונט? וואס האסטו געחשבונט? גארנישט??! סתם געשטיפט א וואגן ווי א בלינדע קאטשקע און עס געלאזט אויף די פיקל פון די קומענדיגע צוזאמענגעבראכענע דורות?

האסט מתחילה גערעכנט אויף א לאנד וואס אין פראקטיק מוז יעדער בירגער דינען און מיליטער און האלטן א גאן אויף די פאסיק? דאס איז וואס מיר האבן געדארפט? שוטים שבעולם! א לאנד וואס טעקסט אירע בירגער די דם התמצית און גיבט זיי גארנישט צוריק ווייל אלעס דארף גיין פאר סיקיוריטי.. דאס איז וואס מיר דארפן??!

א לאנד וואס זיצט אויף א טיקינג טיים באמבע, אט דאס איז די מדינה! פון אויבן די מאכטפולע כעזבאלא, פון אינמיטן די פארביסענע מערב ברעג מיט אירע איבער 5 מיליאן איינוואוינער און פון אינטן האסטו עזה מיט אירע 2.3 מיליאן חיות טורפות... אויף אן אקטיווע וואלקעינאו זיצט מען! האלטסט טאקע אז דו האסט עס אויסגעפיגערט??! ניין! דו האסט נישט! יעדע פאר יאר וועסטו זיין אין פאר פרישע סורפרייזעס, סאיז נאטורליך אזוי.. קרוב צו אכט מיליאן אראבער שטייען אויף און לייגן זיך מיט דעם איינעם שטרעבן, צו הארגענען א איד רח”ל! איר ווייסט וואס דאס מיינט???

א מין לאנד.. אנעקסירן די אראבישע שטחים קומט נישט אין באטראכט ווייל נאכדעם נעמען זיי איבער די גאווערנמענט מיט זייער רוב.. האלט מען עס ביי א מצב פון נישט שלינגען און נישט שפייען... גייסט נישט קיין ערגעץ און דו קומסט נישט קיין ערגעץ. מקוועטשט צוזאמען צוויי פעלקער מיט געוואלד.. און מגייט עס מאכן ארבעטן מיט געוואלד.. נו נו! זעהמיר דאך...

מצוות ישוב ארץ ישראל איז דוחה דאס לייגן די לעבן אין געפאר? איז עס דען פון די ג’ חמורות? לאז עס איבער אויף ווען ארץ ישראל וועט זיין אינטער די גוים און סוועט יא אדער נישט זיין סעיף אהינצוגיין... סאיז דען סיי וועלכע מצוה אויף דעם חשבון? אוואדע נישט!

לאמיר שוין זאגן אז די שלוש שבועות איז בלויז אגדתא און סאיז נישט מחייב און ביים בי”ד של מעלה וועט מען נישט שטראפן דערויף (על הצד)... די תורה בלייבט דאך אבער אמת. איר ווייסט דאך אויכעט אז סאיז דא א גזירת הגלות מפני חטאינו... זאגט אונז די גמרא: אני מתיר את בשרכם.. דו טריי נאר צו פייטן די גזירות הגלות... נו נו! קוק וואו דו וועסט אנקומען!

א קלוגער אר”י איד מאכט זיך סיטיזענשיפ אין נאך א לאנד. מדינת ישראל איז נישט קיין סטאבילע זאך! לייגן די קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה איז זייער לייכט. בס”ה פרובירט זיך אליינס צו באטראכטן מיט אן אויפריכטיגע בליק, די מדינה איז א קללה! הלואי הלואי מיר זאלן קענען האלטן א לאו פראופייל ווי יעקב אבינו בעהט זיך צו אונז: למא תתראו? דארפן קומען די פוחזים וריקים און זיך ווארפן אין די אויגן פון די וועלט מיט דעם איינעם קוואליטי: חוצפא און עזות!

סטוט וויי און סציפט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 788

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך מאטאווירט »

ציפעדיג און ריכטיג.

א פחד. די בלוט ווערט פארגליווערט אין די אדערן פון בלויז טראכטן וואו דער יעצטיגער מצב קען זיך דערקייקלען.

פארוואס?? געוואלד און געשריגן! פארוואס??? וואס פעלט דאס אויס פאר עם ישראל?? וואספארא נארישע שריט איז געווען זיך צו זעצן איבער’ן גליענדן פייער!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך כשר ישר »

נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3362
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3943

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך שמח »

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
זאל איינער צוברענגען די משל מיטן צינדער פונעם פייער וואס האט ארויסגעראטעוועט די משפחה.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1239
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3482

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך מסתמא »

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
א דמיון???! א צושטעל???! וואס אין די וועלט רעדט איר?!! דאס קומט בכלל צו אן אפס אפס אפס קצהו צו די אוממעגליכע ”מציאות” אין ארץ ישראל?

רובם ככולם לענדער זענען בימינו אלה עקסטרעם פריינטליך צו אידישע קינדער און פרובירן זיי צו שיצן און אקאמעדירן, (איה”נ אז דא דארטן כאפט מען קליינע ציפעס אבער) אין אלגעמיין שפרודלט איבעראל דאס לעבן. אדרבה, נעמט אפיר יעדע לאנד ווי אידן וואוינען זייטן קריג און זאגט אליינס פראצענטועל וואו אידן ווערן די מערסטע טעראריזירט, אטאקירט, געהארגעט און פארוואונדעט בלויז פארן זיין א איד. סאיז א שאד זיך צו טענה’ען ווען סיי איך און סיי איר ווייסט דעם ענטפער.

ווי געשריבן אנהייב, איר קענט סקיפן דעם אשכול אויב קענט איר עס נישט דערהייבן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך כשר ישר »

איך קען עס דערהייבן די ביסט דער וואס קען מיך נישט דערהייבן.
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך כשר ישר »

שמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:32 am
כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
זאל איינער צוברענגען די משל מיטן צינדער פונעם פייער וואס האט ארויסגעראטעוועט די משפחה.
א שיינער משל אבער לאו דווקא אמת
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך world champion »

אברהם רייכמאן זאגט אז כאמאס ליינט אידטיש...
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך כשר ישר »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:51 am
כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
א דמיון???! א צושטעל???! וואס אין די וועלט רעדט איר?!! דאס קומט בכלל צו אן אפס אפס אפס קצהו צו די אוממעגליכע ”מציאות” אין ארץ ישראל?

רובם ככולם לענדער זענען בימינו אלה עקסטרעם פריינטליך צו אידישע קינדער און פרובירן זיי צו שיצן און אקאמעדירן, (איה”נ אז דא דארטן כאפט מען קליינע ציפעס אבער) אין אלגעמיין שפרודלט איבעראל דאס לעבן. אדרבה, נעמט אפיר יעדע לאנד ווי אידן וואוינען זייטן קריג און זאגט אליינס פראצענטועל וואו אידן ווערן די מערסטע טעראריזירט, אטאקירט, געהארגעט און פארוואונדעט בלויז פארן זיין א איד. סאיז א שאד זיך צו טענה’ען ווען סיי איך און סיי איר ווייסט דעם ענטפער.

ווי געשריבן אנהייב, איר קענט סקיפן דעם אשכול אויב קענט איר עס נישט דערהייבן.
אמת א אוממעגליכע מציאות און אין אנדערע פלעצער באקומט מען נאר קליינע ציפעס
אבער רוב פון די מענטשן וואס זענען אהינגעגאנגען האבן נישט געהאט ווי צי גיין און דארטן האט מען זיי אנגענומען
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 82

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך רעגנדיג »

הייליג הייליג!

ספעציעל אריינגעסיינט דאס צו לייקן.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1207

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

עס איבלט מיר צו ליינען די נייעס פון די אטאקעס. איבעראל שפריצט סימפאטיע צו די מדינה כאילו זיי היטן אונז עכט, נאר פערצופאל יעצט האבן זיי געהאט א דורכפאל. פעך.

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
דו האלטסט עכט אז הערצל ימ"ש און די אנדערע גרינדער האבן געעפנט דעם מדינה (שוין אנגעהויבן די פלענער פארן שואה) ווייל זיי האבן געזוכט אז די מיטגעמאכטע מלחמה איבערלעבער זאלן האבן א רואיג פלאץ ווי זיך צו באזעצן?? אויב יא, דעמאלטס פארוואס האבן זיי אויסגעוועלט פונקט צווישן די אראבער, ווייל דארט גייט זיין די מערסטע סעיף פאר כלל ישראל?...

איך האב פאר דיר נייעס, די אלע וואס זענען נישט מיטגעגאנגען ווי די כלל ישראל פארזארגער און האבן זיך באזעצט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, אוסטראליע אדער סייווי איבער די וועלט לעבן פיל רואיגער ווי די אידן אידן אין ארץ ישראל

#קאפ אין וואנט
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

הייליג...
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1207

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

איך פרוביר צו פארשטיין די אלע וואס ווייטאגן אזוי אויף די אידיש בלוט וואס איז פארגאסן געווארן, און יעצט פרייען זיי זיך אז מדינת ישראל באמבאדירט עזה.

איז דא איינער וואס האלט באמת אז יעצט מיטן באמבאדירן עזה גייט מען איינמאל פאר אלעמאל אפווישן די טעראריסטן פון די וועלט און ענדליך נאך 75 יאר פונעם מדינה גרינדונג גייט זיך אנהייבן א פריש בלעטל און מוועט מער נישט ליידן פון די אראבער??

מרעדט מיט אזא שמחה און מקוקט מיט אזא הנאה ווי ספלאקערט אין עזה. מיין הארץ ציטערט יעדעס מאל איך זעה אזא בילד, ווער ווייסט וואס די נקמה פאר דעם גייט זיין??

וויאזוי זאל זיך א איד קענען פרייען אז מדינת ישראל גייט אריין אין אפענסיוו מאוד, עפ"י דרך הטבע קען דאך דאס קאסטן (דער אויבערשטער זאל העלפן אז נישט) נאך אידיש בלוט ה"י. ביזט גרייט אז די מדינה זאל צוריק כאפן זייער כבוד און מאכט דורך דעם וואס - ווי די מציאות האט געוויזן אינעם עבר - גייט גיין א פאטש פאר א פאטש?
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך בן חיים »

געלייקט
איין הערה אויפן קעפל
ליידער הייסט דאס קנאי'שע הרגשים ווען דאס איז תורה'דיגע הרגשים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10294

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

זייער הייליג געזאגט @מסתמא. הייליג און ביטער. ה' ירחם.

איך בין מסופק געווען אין אנדערן אשכול צו יעצט איז שוין די צייט צו רעדן אפענע ווערטער. נאר וואס, אויב איז שוין קול בחצרות ביזי מיט וועלכע רבי ס'האט ברוח קדשו פארגעזאגט די מלחמה ביי די הושענא רבה דרשה, ועוד שטותים כהנה, מעג מען לכאורה רעדן עפעס ערנסטע ווערטער אויך.
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 617

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך הר ההר »

דאס מציאות איז אז ביז נאך די צווייטע וועלט קריג איז געווען דם ישראל נשפך כמים בכל קצוי תבל. לא היה לך יום שלא היתה קללתה מרובה מחברתה. א פאגראם דא, א גירוש דארט. אין איין שטאט סתם רדיפות, א צווייטער שטאט טאר מען נישט ארויסשטעלן א פיס פונעם קווארטאל אן אן אויפציעלער ערלויבעניש. די אידן טארן נישט האנדלען מיט דעם, די אידן טארן נישט ארויסגיין נאך א געוויסע זייגער ביינאכט. אזוי כהנה וכהנה, עס איז פשוט נישט די פלאץ דא אריינצוגיין אין די אלע תלאות אין פלאגענישען וואס אידן זענען אריבער.

דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.

די מזרחים וועלן טענה'ען קלאר אז דאס איז אלעס נאר צוליב די מדינה, דאס אז אנטעסעמיטיזם איז היינט קאנטראלירט, איז נאר צו קרעדיטען די מדינה. פאר די מדינה האט עקזעסטירט איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אננעמען פאר כלל ישראל. משא''כ יעצט, איז דא אן אויפציעלער מדינה וואס פארטיידיגט די רעכטן פונעם אידישען פאלק.
און דאס איז וואס די מזרחים האבן געוואלט בימים ההם, זיי האבן מיטגעמאכט די אלע רדיפות, און זיי האבן געוואלט פרייהייט. דאס אז איינער זאל קומען היינט און פרעגן מה הועילו חכמים בתקנתן, איז פשוט א חסרון ידיעה.

און יא, דאס האבן זיי אפילו לשיטת הקנאים באוואזיען אויסצופירען. אין מדינות ישראל איז נישא דא היינט אזא דערהער אז א איד זאל מיט עפעס נישט קענען האנדלען, א איד זאל נישט קענען גיין אויפן גאס, א איד זאל ווערן סתם נאכגעשריגען, וכו', וכו', וכו'.

דאס זאגן אז די מדינה איז היינט א מקום סכנה, איז פשוט פארדרייעט פאקטען. דאס מציאות איז אז וואוינען היינט אין אזא שטאט ווי בית שמש אדער בני ברק. איז מער פארזיכערט ווי וואוינען אין בארא פארק, וויליאמסבורג. אפשר קרית יואל איז אויפן זעלבען לעוועל.

בנוגע די מושבים וואס דארט דארף מען וואוינען מיט שטענדיגע סעקיורעטי, צוליב דעם וואס זיי זענען געבויט אוי סכנותדיגע שטחים, האט שוין גארנישט צוטוהן מיט דאס וואס די מיסדי המדינה האבן געוואלט, נאר דאס האבן זיי אליינס זיך אויסגעוועלט, און עס איז מנהג אבותם בידם. ביי זיי איז דעם רק בדם תיהיה לנו הארץ א מצוות עשה דאורייתא וואס איז דוחה כל מצוות עשה ולא תעשה שבתורה.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1638
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1814

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך שבת קודש »

הר ההר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:06 pm דאס מציאות איז אז ביז נאך די צווייטע וועלט קריג איז געווען דם ישראל נשפך כמים בכל קצוי תבל. לא היה לך יום שלא היתה קללתה מרובה מחברתה. א פאגראם דא, א גירוש דארט. אין איין שטאט סתם רדיפות, א צווייטער שטאט טאר מען נישט ארויסשטעלן א פיס פונעם קווארטאל אן אן אויפציעלער ערלויבעניש. די אידן טארן נישט האנדלען מיט דעם, די אידן טארן נישט ארויסגיין נאך א געוויסע זייגער ביינאכט. אזוי כהנה וכהנה, עס איז פשוט נישט די פלאץ דא אריינצוגיין אין די אלע תלאות אין פלאגענישען וואס אידן זענען אריבער.

דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.

די מזרחים וועלן טענה'ען קלאר אז דאס איז אלעס נאר צוליב די מדינה, דאס אז אנטעסעמיטיזם איז היינט קאנטראלירט, איז נאר צו קרעדיטען די מדינה. פאר די מדינה האט עקזעסטירט איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אננעמען פאר כלל ישראל. משא''כ יעצט, איז דא אן אויפציעלער מדינה וואס פארטיידיגט די רעכטן פונעם אידישען פאלק.
און דאס איז וואס די מזרחים האבן געוואלט בימים ההם, זיי האבן מיטגעמאכט די אלע רדיפות, און זיי האבן געוואלט פרייהייט. דאס אז איינער זאל קומען היינט און פרעגן מה הועילו חכמים בתקנתן, איז פשוט א חסרון ידיעה.

און יא, דאס האבן זיי אפילו לשיטת הקנאים באוואזיען אויסצופירען. אין מדינות ישראל איז נישא דא היינט אזא דערהער אז א איד זאל מיט עפעס נישט קענען האנדלען, א איד זאל נישט קענען גיין אויפן גאס, א איד זאל ווערן סתם נאכגעשריגען, וכו', וכו', וכו'.

דאס זאגן אז די מדינה איז היינט א מקום סכנה, איז פשוט פארדרייעט פאקטען. דאס מציאות איז אז וואוינען היינט אין אזא שטאט ווי בית שמש אדער בני ברק. איז מער פארזיכערט ווי וואוינען אין בארא פארק, וויליאמסבורג. אפשר קרית יואל איז אויפן זעלבען לעוועל.

בנוגע די מושבים וואס דארט דארף מען וואוינען מיט שטענדיגע סעקיורעטי, צוליב דעם וואס זיי זענען געבויט אוי סכנותדיגע שטחים, האט שוין גארנישט צוטוהן מיט דאס וואס די מיסדי המדינה האבן געוואלט, נאר דאס האבן זיי אליינס זיך אויסגעוועלט, און עס איז מנהג אבותם בידם. ביי זיי איז דעם רק בדם תיהיה לנו הארץ א מצוות עשה דאורייתא וואס איז דוחה כל מצוות עשה ולא תעשה שבתורה.
הייסט אז די פרייהייט אין אמעריקא קומט נאר צוליב מדינת ישראל, נישט צוליב וואס אמעריקא איז א פרייע מדינה? ממש נישט מסתבר אזוי צו זאגן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5411
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10294

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הר ההר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:06 pm דאס מציאות איז אז ביז נאך די צווייטע וועלט קריג איז געווען דם ישראל נשפך כמים בכל קצוי תבל.
נישט ריכטיג. ס'איז אלעמאל געווען זמנים כך וכך, און די לעצטע 75 יאר איז פון די רואיגע ב"ה, אזוי ווי ס'איז געווען אסאך תקופות אין פילע הונדערטער יארן פריער. דער אויבערשטער זאל ווייטער היטן... אבער נאר ער היט אונז די 75 יאר.

הר ההר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:06 pm אין איין שטאט סתם רדיפות, א צווייטער שטאט טאר מען נישט ארויסשטעלן א פיס פונעם קווארטאל אן אן אויפציעלער ערלויבעניש. די אידן טארן נישט האנדלען מיט דעם, די אידן טארן נישט ארויסגיין נאך א געוויסע זייגער ביינאכט. אזוי כהנה וכהנה, עס איז פשוט נישט די פלאץ דא אריינצוגיין אין די אלע תלאות אין פלאגענישען וואס אידן זענען אריבער.

דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.
לייג צו: און די שווארצע זענען געווען "קנעכט"! פשוטו כמשמעו! ביסט שווארץ? ביסט א קנעכט!

דרייענדיג די זייגער מיט זיבעציג יאר, איז נישטא אזא דערהער בכלל. די שאלה איז פארוואס.

די ענטפער איז, ווייל די וועלט איז מאדערנעזירט געווארן צו דעמאקראטיע, און אפענע אנטיסעמיטיזם און ראסיזם איז געווארן אפגעפרעגט. און די גרעסטע סיבה פארוואס מ'קען נאך יא שטיצן טעראר קעגן אידן, איז צוליב די תירוץ פון "מדינת ישראל אקופאציע" וגו'.

הר ההר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:06 pm און יא, דאס האבן זיי אפילו לשיטת הקנאים באוואזיען אויסצופירען. אין מדינות ישראל איז נישא דא היינט אזא דערהער אז א איד זאל מיט עפעס נישט קענען האנדלען, א איד זאל נישט קענען גיין אויפן גאס, א איד זאל ווערן סתם נאכגעשריגען, וכו', וכו', וכו'.
ולא עוד, נאר אפילו אין פאקיסטאן אויך!

און אפילו א מוסולמענער וואס וואוינט אין בראזיל, אויך!

האט נישט גארנישט מיט מדינת ישראל און אודאי נישט מיט מזרחי... קאמאן.

הר ההר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:06 pm דאס זאגן אז די מדינה איז היינט א מקום סכנה, איז פשוט פארדרייעט פאקטען. דאס מציאות איז אז וואוינען היינט אין אזא שטאט ווי בית שמש אדער בני ברק. איז מער פארזיכערט ווי וואוינען אין בארא פארק, וויליאמסבורג. אפשר קרית יואל איז אויפן זעלבען לעוועל.
דו ווייסט אפשר וועגן ראקעטן אין ירושלים?

דו ווייסט אפשר וועגן באס טעראר אטאקעס?

דו ווייסט אפשר וועגן טעראריסטישע קאר-איבערפארונגען אין סאמע היימישע געגנטער?

דו ביסט פאר ריעל????
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1207

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

זאגסט אז די סיבה פארוואס אמעריקע, קאנאדע און אין אלע דעמאקראטישע לענדער איז אנטיסימיטיזם פארבאטן צוליב מדינת ישראל?

כווייס נישט צו די מדינה איז א מקום סכנה, סאיז אבער זיכער אז דארט ווערן געהרג'עט מער אידן ווי אין סיי וועלכע לאנד איבער די וועלט. ווילסט מעסטן יעדע שטעטל עקסטער? נאו פראבלעם. אמעריקע האט בערך צען אידישע שטעט, איך מיין מקען ציילן אויף איין האנט די אנטיסימיטע טויטפעלער, דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט ווייטער. ארץ ישראל זאגסטו אז בית שמש אדער בני ברק זענען סעיף, ירושלים און אשדוד זענען נישט געבויט אויף סכנותדיגע שטחים. איך דארף דיך אויסרעכענען ווי אין ארץ ישראל סאיז שוין אלס פארגעקומען אטאקעס אויף אידן?

הייסט הערצל ימ"ש און די אנדערע גרינדער מחללי שבתים האבן אינזין געהאט די מצוות עשה דאורייתא וואס איז דוחה כל מצוות עשה ולא תעשה שבתורה? און למשל ביבי אדער לפיד האבן אויך דעם ציל פאר די אויגן?

--
מהאקט אין גרויסן.
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 10

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך כשר ישר »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:12 pm עס איבלט מיר צו ליינען די נייעס פון די אטאקעס. איבעראל שפריצט סימפאטיע צו די מדינה כאילו זיי היטן אונז עכט, נאר פערצופאל יעצט האבן זיי געהאט א דורכפאל. פעך.

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
דו האלטסט עכט אז הערצל ימ"ש און די אנדערע גרינדער האבן געעפנט דעם מדינה (שוין אנגעהויבן די פלענער פארן שואה) ווייל זיי האבן געזוכט אז די מיטגעמאכטע מלחמה איבערלעבער זאלן האבן א רואיג פלאץ ווי זיך צו באזעצן?? אויב יא, דעמאלטס פארוואס האבן זיי אויסגעוועלט פונקט צווישן די אראבער, ווייל דארט גייט זיין די מערסטע סעיף פאר כלל ישראל?...

איך האב פאר דיר נייעס, די אלע וואס זענען נישט מיטגעגאנגען ווי די כלל ישראל פארזארגער און האבן זיך באזעצט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, אוסטראליע אדער סייווי איבער די וועלט לעבן פיל רואיגער ווי די אידן אידן אין ארץ ישראל

#קאפ אין וואנט
מיר לעבן אין א איבלדיגן וועלט. מיך איבלט למשל ווען אידן שטעלן זיך צוזאמען מיט איראן און אנדערע אנטיסעמיטן.

לירן אביסל היסטאריע וועסטו זעהן אז הערצל איז געווען אסאך פריער און גארנישט געהאט איינגעלייגט מיט די שואה ער איז נאר געווען דער וויזיאנער.
אידן זענען געגאנגען וואוינען קיין ארץ ישראל ווייל אנדערע לענדער האבן נישט אריינגעלאזט.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 628
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1207

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך בן תורה »

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:47 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:12 pm עס איבלט מיר צו ליינען די נייעס פון די אטאקעס. איבעראל שפריצט סימפאטיע צו די מדינה כאילו זיי היטן אונז עכט, נאר פערצופאל יעצט האבן זיי געהאט א דורכפאל. פעך.

כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
דו האלטסט עכט אז הערצל ימ"ש און די אנדערע גרינדער האבן געעפנט דעם מדינה (שוין אנגעהויבן די פלענער פארן שואה) ווייל זיי האבן געזוכט אז די מיטגעמאכטע מלחמה איבערלעבער זאלן האבן א רואיג פלאץ ווי זיך צו באזעצן?? אויב יא, דעמאלטס פארוואס האבן זיי אויסגעוועלט פונקט צווישן די אראבער, ווייל דארט גייט זיין די מערסטע סעיף פאר כלל ישראל?...

איך האב פאר דיר נייעס, די אלע וואס זענען נישט מיטגעגאנגען ווי די כלל ישראל פארזארגער און האבן זיך באזעצט אין אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, אוסטראליע אדער סייווי איבער די וועלט לעבן פיל רואיגער ווי די אידן אידן אין ארץ ישראל

#קאפ אין וואנט
מיר לעבן אין א איבלדיגן וועלט. מיך איבלט למשל ווען אידן שטעלן זיך צוזאמען מיט איראן און אנדערע אנטיסעמיטן.

לירן אביסל היסטאריע וועסטו זעהן אז הערצל איז געווען אסאך פריער און גארנישט געהאט איינגעלייגט מיט די שואה ער איז נאר געווען דער וויזיאנער.
אידן זענען געגאנגען וואוינען קיין ארץ ישראל ווייל אנדערע לענדער האבן נישט אריינגעלאזט.
מיר איבלט עס אויך און אויך איבלט מיר ווען איינער לייגט מאסטערט אין א סענדוויטש. כמיין, ווי קומט עס דא אריין?

איך ווייס אויך אז הערצל איז געווען אסאך פארדעם. איך האב עס געזאגט ארויסצוברענגען אז זיין די ציל פון די מדינה האט גארנישט געהאט מיט דעם אז אידן דארפן האבן ווי צו גיין נאכן שואה.

ווי אידן זאלן גיין? אידן האבן געוואוינט אין ארץ ישראל נאך פאר די מדינה הטמאה אויף אסאך א רואיגערע אופן ווי היינט. אידן זענען אנגעקומען איבעראל איבער די וועלט. בכלל נישט קיין תירוץ אויף די גאנצע עקזיסטענץ פון די מדינה
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:51 am
כשר ישר האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 am נישט פארגעסן אז עשיו שונא ליעקב איז גילטיג איבעראל,
ווען רוב אידן וואלטן געווען ערגעץ אנדערש וואלטן דארט אויך געווען אטאקעס.
אפילו אינעם מלכות של חסד אמעריקא קומט אויך פאר אטאקעס אויף אידן.
ווי האבן אידן געדארפט גיין נאך די ביטערע שואה?
א דמיון???! א צושטעל???! וואס אין די וועלט רעדט איר?!! דאס קומט בכלל צו אן אפס אפס אפס קצהו צו די אוממעגליכע ”מציאות” אין ארץ ישראל?

רובם ככולם לענדער זענען בימינו אלה עקסטרעם פריינטליך צו אידישע קינדער און פרובירן זיי צו שיצן און אקאמעדירן, (איה”נ אז דא דארטן כאפט מען קליינע ציפעס אבער) אין אלגעמיין שפרודלט איבעראל דאס לעבן. אדרבה, נעמט אפיר יעדע לאנד ווי אידן וואוינען זייטן קריג און זאגט אליינס פראצענטועל וואו אידן ווערן די מערסטע טעראריזירט, אטאקירט, געהארגעט און פארוואונדעט בלויז פארן זיין א איד. סאיז א שאד זיך צו טענה’ען ווען סיי איך און סיי איר ווייסט דעם ענטפער.

ווי געשריבן אנהייב, איר קענט סקיפן דעם אשכול אויב קענט איר עס נישט דערהייבן.
וויפיל מיליאנען על גבי מיליאנען אידן אין אמעריקא ווייסן ניטאמאל אז זיי געהערן צום אידישע פאלק?

בכלל בין איך שטארק דערקעגן דעם פאקט אז 'ווען' 'וואלט' וכד''ו, גרויסע חכם, יעצט קען דאס יעדער זאגן..
אידן אין אייראפע זענען געווארן אין גע'שחט'ן אין געמארדעט און זיי האבן געזוכט צו אנטלויפן, זיי האבן גע'עפענט א נייע מדינה, יא, זיי האבן געפלאנט צו לעבן רואיג, די אראבער זענען נישט געווען אזוי בייז אין מערדעליך צו די אידן ביפאר און זיי האבן נישט געדארפט וויסן אז די אראבער גייען זיך אזאנס אויפרעגן און אז זיי גייען פארגיסן אידיש בלוט ווי וואסער פאר די קומענדיגע 70 יאר. קיינער האט דאס נישט געוויסט, אזוי האט די אייבערשטער געוואלט, אונז זענען נאכנישט אויסגעלייזט געווארן פון גלות און יעדער ווייסט דאס.
און בכלל דיין איבער פארזיכערקייט אין אמעריקא און אין אנדערע מערב וועלט לענדער ווי אידן וואינען איז א פאלנער סקעם, אנטיסעמעטיזים איז עפעס וואס עקזעסטירט איבעראל אין אייביג. יעדן רואיג טאג וואס אידן אין אמעריקא האבן איז א עקסטערע חסד פון בורא און ס'איז צייט אז מען זאל טאקע לויבן די רבוש''ע דערויף.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 470
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 406

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך ענותן »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 3:59 pm

צו וואוינען אין אר"י האט מען געדארפט עפענען אן אייגענע מדינה?
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך העלדיש »

די ציונים האבן געוואלט עפענען א לאנד. און יא זיי זענען פיל מיט כוחי ועוצם ידי אין אנדערע פארקרומטע שיטות, און כמעט קיין שום ערליכע איד האט זיי נישט געשטיצט, עס איז אויסדרוקליך אקעגן די אידישע השקפה. אבער צו זאגן אז זיי זענען געווען מערדער ווייל זיי האבן געמוזט זען אלע עתידות פון זיבעציג יאר פריער איז טאטאל אבסורד.

די גרעסטע פראצענט פון ערליכע אידן וואינען אין ארץ ישראל און די אייבערשטער זאל זיי שומר ומציל זיין, דיין חיוב אלץ ערליכע איד איז נישט יעצט צו ארויסקומען אין שפילן די בלעים געים, ס'איז נישט קיין אידישע מהלך. אין כוחי ועוצם ידי איז עפעס וואס עקזעסטירט איבעראל נישט נאר אין די מדינה.
Who knows
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 36

Re: קנאי’שע הרגשים

פאוסט דורך Who knows »

איך וואלט געטוישט די קעפל צו שכל'דיגע הרגשים.
גלייכבארעכטיגונג פאר אידן איז געווען היפש שטארק שוין פאר די צווייטע וועלט קריג, נאצי דייטשלאנד איז געווען א באמפ אין די ראוד, און די רואיגקייט וואס אידן געניסן איבער די וועלט וואלט אויב עפעס געווען סאך בעסער אנדעם וואס מ'זאל צוכאפן א לאנד פון איינוואוינער וואס אקופירן דאס פאר יארן
שרייב פאוסט