רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9973

דער מגיד רבי יחזקאל ווייס שליט"א האט ביי א דרשה די וואך געשניטן שטיקער אין די וואס מיינען אז מ'קען אפטון כל עבירות, און ראש השנה פארט מען קיין אומאן און פארטיג. רבי נחמן וועט ארויסשלעפן פון גיהנום!...
"וואו וועט ער דיר לייגן?!" שרייט ער.... "ביסט דאך א שאול תחתית'ניק! א צדיק קען דיר נישט טראגן צום גן עדן! אויב ביסט א גיהנום'ניק"....
"קענסט פארן קיין אומאן, אבער תשובה העלפט עניוועי, און אן תשובה וועסטו גארנישט האבן פון קיין אומאן!"
https://www.dropbox.com/scl/fi/wgw93udf ... 5e25w&dl=0

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
דעיס רייסט שטיקער
שוין לאנג נישט געהערט אזעלכע'ס, ער רעדט עפעס נורא נוראות

- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
אה, לעכטיגער רבי יחזקאל... שארף ווי א מעסער כדרכו... אבער צום פינטל.
זיין גרעסטע מעלה איז אז ער מיינט עס ערנסט. ער שפילט נישט און זוכט נישט צו געפעלן קיינעם, נאר ער זאגט וואס ער שפירט און וואס ער האלט, אן קיין פילטערס! פון הארץ ארויס.

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
ר’ נחמן מברסלב האלט אויך אזוי ער האט מבטיח געווען ארויסצושלעפן וכו’ אבער בתנאי ”שלא ישוב לאוולתו”..... משום מה זענען געוויסע משמיט די ווערטער....
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
איך פארשטיי נישט פונקטליך די גאנצע עסק, און איך בין נישט זיכער אז עס איז טאקע דא דאקומענטירט אזא הבטחה בכלל (מען רעדט דאך אין אנדערע אשכולות אז דאס גאנצע פארן אהין נאך די הסתלקות איז נישט קיין דבר מוסכם, איז דאך א כ"ש אז די סארט מימרות זענען מוטל בספק גדול)
דער גאנצער ענין אז מען קען א טובה טון פאר א נשמה בעולם העליון איז דאך מרפסין איגרא, עס איז דאך אית דין ואית דיין, כל האומר הקב"ה וותרן וכו', און תשובה טון נאכן שטארבן העלפט דאך נישט. פארט איז דאך מבואר אז עס ארבעט, און נישט סתם אפצוהיטן פון ארום בלאנזשען אין עולם הדמיון, נאר ארויס צו ראטעווען מדינה של גיהנם ממש ווי מען זעהט דאך פונעם סאמע ערשטן מקור אין די נושא - די מעשה פון ר'"ע מיט די אמן יהא שמי' רבה.
ממילא אלע שטארקע קושיות אין א זייט געלייגט, הלכה למעשה געפונט מען אזא מושג אז געוויסע ענינים קען ארויסהעלפן מציל צו זיין מדינה של גיהנם. פארשטייט זיך אז די זעלבע סארט בעלי דרשנים קענען שרייען מיט פאטאס אויף דעם איד וואס קויפט זיך איין זכותים אויף יענע וועלט אז ער איז א שאול תחתית'ניק און ______ (פיל אין די בלענקס, אפשר רבי עקיבא פון די מעשה) קען דיר נישט טראגן אין גן עדן, און ער וועט האבן שטארקע לאגישע הוכחות, פארט - ווי געזאגט - ווייסן מיר ממקורות חז"ל אז דאס איז נישט ריכטיג.
ממילא, פאר א ברסלב'ער (אדער 'ברסלב געשטימט' ע"ע סאטמאר) וואס נעמט אן אז די מימרא איז קראנט האט נישט קיין פשט אים צו פארשרייען מיט אזאלכע סארט טענות. אוודאי איז נישט קיין שאלה אז ווי ווייניגער עבירות און ווי מער מצוות א מענטש האט אלס בעסער שטייט ער, און דאס איז אוודאי דער עיקר, פארט האט נישט קיין זין אוועק צו מאכן די סארט זייטיגע הילף וואס א מענטש קען האבן וואס איז אויסגעבויט מפי ספרים וסופרים.
(וואס איך וואונדער זיך נאר איז, צי עס האט א פשט דער - אמאליגער קוריאז וואס איז שוין היינט א נארמע צווישן די סארט עולם, דער - איינפיר צו האבן בדווקא לאנגע און דיקע פיאות אין קאנטראסט מיטן קורצן שיטערן בערדל אויב בכלל, רבי נחמן קען דיר דען נישט ארויס שלעפן מיט קליינינקע פאה'קעלעך פון גיהנם? אויב דו ביסט באזארגט און דו ווילסט אים 'צוהעלפן' מיט דער ארבעט, ענדערש טו מער מצוות און ווייניגער עבירות, דאס וועט זיכער גרינגער מאכן...)
אינטערעסאנט אז די אמאליגע מתנגדים פון רבי נחמן האבן געהאט ענליכע טענות איבער דעם גאנצן גילוי פון תיקון הכללי, זיי האבן גע'טענה'ט אז דאס מאכט מענטשן זינדיגן אויפן חשבון פון דעם תיקון. פארשטייט זיך אז ברסלב'ער חסידים האבן אפגעענטפערט אז דאס איז נישט א בלענק טשעק צו טון וואס מען וויל און איז נאר געמאכט בדיעבד צי באונס וכו', הגם צווישן זיך - באופן פנימי - האבן די שארפע חסידים געוויסט צו זאגן אז העלפן העלפט דאס בכל אופן שהוא.

ער זאגט זייער קלאר וואס ער מיינט.
ער רעפערירט צו די וואס לעבן אויף שוואוילטאג און שאול תחתית, און זיי וועלן נישט זאגן קיין תהלים הושענא רבה ביינאכט אפילו ס'איז א טובה אויף יענע וועלט... אבער אז ס'איז א 'הוליע' שטיק כאפן זיי זיך צו, און שרייען נאך אז זיי פארן זיך אויסלייזן פון גיהנום.
א איד וואס איז ערליך, און פארט ווייל ער איז א חסיד פון רבי נתן און גלייבט אז רבי נחמן וויל אים האבן ראש השנה, פון אים רעדט ער אודאי נישט.
ער רעפערירט צו די וואס לעבן אויף שוואוילטאג און שאול תחתית, און זיי וועלן נישט זאגן קיין תהלים הושענא רבה ביינאכט אפילו ס'איז א טובה אויף יענע וועלט... אבער אז ס'איז א 'הוליע' שטיק כאפן זיי זיך צו, און שרייען נאך אז זיי פארן זיך אויסלייזן פון גיהנום.
א איד וואס איז ערליך, און פארט ווייל ער איז א חסיד פון רבי נתן און גלייבט אז רבי נחמן וויל אים האבן ראש השנה, פון אים רעדט ער אודאי נישט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
נישט ריכטיג - הער עס איבער.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
- Location: Williamsburg
- x 42
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
זיך קריגן מיט ר' נחמן קען מען נישט!! מקען אפילו האבן זאכליכע טענות, איך גיי נישט אריין אז רוב טענות קען מען אפענטפערן געוויסע טענות זענען געבויט אויף לשון הרע און שקרים, אבער אפילו אזוי איז קיינער בימינו נישט ר' נחמן'ס בר פלוגתא
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9973
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
דו מיינסט דאס וואס ער זאגט שארף אז ער מוז נישט פארענטפערן רבי נחמן?
דאס זאגט ער על סמך אויב זאל זיין אמת אז רבי נחמן האט געזאגט אז ער וועט ארויסשלעפן "אן תשובה".
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 72
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
- Location: Williamsburg
- x 42
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
דרך החסידות לערענט אז א צדיק האט גאר א גרויסן כח מתקן צו זיין די וואס זענען זיך מדבק און מבטל צו זיי, די הייליגער נועם אלימלך שרייבט אז צדיקים זענען די מדת הרחמים פונעם באשעפער
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
ער רעדט דאך אזוי צום פוינט
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
@Programming די הבטחה איז קלאר דאקומענטירט מיט צוויי עדות צו קומען אויף זיין קבר, גראדע האט עס גארנישט מיט ראש השנה, ר”ה האט ר’ נחמן פשוט גהייסן זיינע תלמידים קומען אויף ר”ה, און פארשטייט זיך זיי גלייבן אז דאס ברענגט השפעות ברו”ג.
די ענין פון צדיקים זאלן העלפן א מענטש בעלמא דאתי און ארויסנעמען א מענטש פון גהינום איז א זאך וואס שטייט גאר אסאך אין חז”ל און ספה”ק, איך גלייב ער מיינט בעיקר דע פוינט אז דאס מיינט נישט לעבן שוואויל טאג ווייל אית דין ודיין, און ווי געשריבן ר’ נחמן האט גערעדט פון תשובה טון און ער וועט מתקן זיין די עבר,
און אזוי איז די מציאות ווי צענדליגע טויזענטע וואשן דארטן אויס זייער נשמות יערליך, יעדער וואס האט אמאל דארט געווען קען דאס מעיד זיין אז מען זעהט נישט אזא רוח תשובה אין די וועלט, אבער עס איז אייביג דא מענטשן וואס רשעים יכשלו בה וכו’
די ענין פון צדיקים זאלן העלפן א מענטש בעלמא דאתי און ארויסנעמען א מענטש פון גהינום איז א זאך וואס שטייט גאר אסאך אין חז”ל און ספה”ק, איך גלייב ער מיינט בעיקר דע פוינט אז דאס מיינט נישט לעבן שוואויל טאג ווייל אית דין ודיין, און ווי געשריבן ר’ נחמן האט גערעדט פון תשובה טון און ער וועט מתקן זיין די עבר,
און אזוי איז די מציאות ווי צענדליגע טויזענטע וואשן דארטן אויס זייער נשמות יערליך, יעדער וואס האט אמאל דארט געווען קען דאס מעיד זיין אז מען זעהט נישט אזא רוח תשובה אין די וועלט, אבער עס איז אייביג דא מענטשן וואס רשעים יכשלו בה וכו’
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
איך פערזענדליך האב נישט געהערט די דרשה ווייל איך פערזענליך האב מורא אז עס איז אפשר מעגליך דא זלזול צדיקים בתוה”ד.
גראדע געווענדליך די מופקרים וואס פארן קיין אומאן קומען נישט פון ברסלב נאר פירות פון אנדערע פלעצער, קומט אויס אז דאס בארעדט בעצם נישט ר’ נחמן, אבער כשפיר אז א זלזול איז עס.

- פאוסטס: 1211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4048
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
ר' פראגרעמינג ברענגט עס גוט ארויס
עס איז קלאר אז צדיקים האבן א כח פון מתקן זיין נשמות, אונז ווייסן נישט וואס עס מיינט, אבער זענען נישטא גענוג מעשיות ווי נשמות זענען געקומען צו א תיקון דורך א צדיק, נישט בלויז דורך גהינם און שאול תחתית? די מעשה מיט די מגילה מיט ספינקער רבי, די נשמה וואס האט געשפילט ביים חוזה'ס חתונה, דעם בעש"ט עבודה ערב שבת ביי מנחה
נאר וואס'זשע דען? מען ברויך תשובה טוהן! מען טאר נישט טוהן קיין עבירות! און מען דארף תשובה טוהן ווען מען ווערט חלילה נכשל! אבער די צדיקים האבן געהאט א כח צו מאכן די דרך תשובה גרינגער און שנעלער לויט אונזערע שוואכע כוחות און מוחות.

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
צו וועם אפעלירט ר’ יחזקאל זז”ג? צו נ נח'ס? אדער צו סאטמארע אינגערלייט וואס פארן זענען על פי רוב מודה צו די יסוד פון זיינע דיבורים,
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
זייער שטארקע ווערטער.
זיין וועג פון רעדן גלייך איך סתם אזוי... קיין חילוק וואס ער זאגט און וואס ער ברענגט ארויס, דע פילטער'לאזער שפראך איז צוקער זיס

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
די גאנצע שיעור האט איינער?
@דער תהלים איד
@דער תהלים איד
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
זייער שארף און שטארק ארויסגעברענגט
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
זייער א שטארקע דרשה.. גראדע מיר קוקט דאס נישט אויס פילטערלאז, אויב איר האט באמערקט האט ער נישט אראפגעריסן די עצם פארן אויף ראש השנה, (אזוי ווי געוויסע אנדערע רעדנער טוען) ער האט בס”ה ארויסגעברענגט אז דאס איז דעפענעטלי נישט במקום תשובה.
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 368
- פארבינד זיך:
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
לפענ”ד רואים שהוא לא היה מעולם באומן ראש השנה. אם מישהו שכבר היה שמה ידבר ככה, אז היה נשמע אחרת. אבל מי שכבר היה שמה לא מדבר ככה!!!
רבי נחמן אמר פעם שהצדיקים הגדולים היה רוצים את ההתעוררות בראש השנה כמו שיש אצל אנשיו בערב ראש השנה….
אדרבה אתה יכול לבא ותבין ותרגיש בעצמך!!!
רבי נחמן אמר פעם שהצדיקים הגדולים היה רוצים את ההתעוררות בראש השנה כמו שיש אצל אנשיו בערב ראש השנה….
אדרבה אתה יכול לבא ותבין ותרגיש בעצמך!!!
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
צו פארשטיין די התנגדות איבער פארן קיין אומאן. דאס איז א דבר פשוט אז עס זענען ליידער דא ביי כלל ישראל, אסאך מענטשן וואס קענען נישט סובל זיין די צוגאנג וויאזוי מען איז ממליך דעם אייבירשטן אין אמעריקע ובתפוצות, וועגן דעם אנטלויפן זיי אוועק פון די שוהל ווי זיי זענען געוואוינט און ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן. במילא איז דא א פלאץ ווי צו אנטלויפן וד״ל.
נאך א סיבה פארוואס עס זענען דא אסאך וואס רעדן קעגן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איז באקאנט אין די וועלט ובפרט אין ברסלב אז אויף יעדע מצוה איז דא מניעות (וואס ווען מען ברעכט דאס דורך ווערן די אותיות געטוישט אויף נעימות) און אויף די זאך פון פארן אויף אומאן אויף ראש השנה ספעציעל -ווייל עס איז אזא גרויסע זאך (כלשונו מוהר״ן הק׳ ״קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאן״) - דארף זיין און עס דא דערויף גרויסע מניעות, און אסאך מאל אפילו מיט לשון הרע׳ס ומוציא שם רע׳ס וכדו׳.
און צום שלוס פאר יעצט, וויפיל הונדערטער אידן וואס פארן טאקע נישט מיט די ריכטיגע כוונה, אבער קומען אהיים אויסגעוואשן אינגאנצן מיט אזעלכע הרהורי תשובה און קבלת טובות וואס זיי האבן קיינמאל אין לעבן נישט געשפירט, ביז זיי ווערן נשתנה אינגאנצן לטובה.
נאך א סיבה פארוואס עס זענען דא אסאך וואס רעדן קעגן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איז באקאנט אין די וועלט ובפרט אין ברסלב אז אויף יעדע מצוה איז דא מניעות (וואס ווען מען ברעכט דאס דורך ווערן די אותיות געטוישט אויף נעימות) און אויף די זאך פון פארן אויף אומאן אויף ראש השנה ספעציעל -ווייל עס איז אזא גרויסע זאך (כלשונו מוהר״ן הק׳ ״קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאן״) - דארף זיין און עס דא דערויף גרויסע מניעות, און אסאך מאל אפילו מיט לשון הרע׳ס ומוציא שם רע׳ס וכדו׳.
און צום שלוס פאר יעצט, וויפיל הונדערטער אידן וואס פארן טאקע נישט מיט די ריכטיגע כוונה, אבער קומען אהיים אויסגעוואשן אינגאנצן מיט אזעלכע הרהורי תשובה און קבלת טובות וואס זיי האבן קיינמאל אין לעבן נישט געשפירט, ביז זיי ווערן נשתנה אינגאנצן לטובה.
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
עס זעט מיר אויס ווי די עולם האט נישט געכאפט וואס ר' יחזקאל וויל דא.
ער האט נישט געהאקט אויף אידן וואס פארן קיין אומאן, נישט אויף די ברעסלעווער און נישט אויף קיינעם. ער האט געהאקט אויף א מיינדסעט, ער האט געהאקט אויף די יצר הרע וואס האט זיך באזעצט אין אפאר מענטשן און ער רעדט זיי איין אז עס איז נישט דא קיין בית דין של מעלה וואס גייט דיר אפירהאלטן אויף דיינע זינד. און אויף דעם זאגט ער קלאר אין דייטליך אז דאס איז פאלש און קעגן אונזער אמונה, ס'איז עצת היצר פון וואס מ'דארף שטיין ווייט. זהו.
ער האט נישט געהאקט אויף אידן וואס פארן קיין אומאן, נישט אויף די ברעסלעווער און נישט אויף קיינעם. ער האט געהאקט אויף א מיינדסעט, ער האט געהאקט אויף די יצר הרע וואס האט זיך באזעצט אין אפאר מענטשן און ער רעדט זיי איין אז עס איז נישט דא קיין בית דין של מעלה וואס גייט דיר אפירהאלטן אויף דיינע זינד. און אויף דעם זאגט ער קלאר אין דייטליך אז דאס איז פאלש און קעגן אונזער אמונה, ס'איז עצת היצר פון וואס מ'דארף שטיין ווייט. זהו.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9973
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
זייער גוט (געזאגט) געשריבען, און לכאורה דאס איז די נקודה וואס שטעכט פאר אסאךהעלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:55 pm עס זעט מיר אויס ווי די עולם האט נישט געכאפט וואס ר' יחזקאל וויל דא.
ער האט נישט געהאקט אויף אידן וואס פארן קיין אומאן, נישט אויף די ברעסלעווער און נישט אויף קיינעם. ער האט געהאקט אויף א מיינדסעט, ער האט געהאקט אויף די יצר הרע וואס האט זיך באזעצט אין אפאר מענטשן און ער רעדט זיי איין אז עס איז נישט דא קיין בית דין של מעלה וואס גייט דיר אפירהאלטן אויף דיינע זינד. און אויף דעם זאגט ער קלאר אין דייטליך אז דאס איז פאלש און קעגן אונזער אמונה, ס'איז עצת היצר פון וואס מ'דארף שטיין ווייט. זהו.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 273
Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...
איך קען אויך רעדן פון הארץ ארויס... אבער גיי ווערן באווארפן מיט פאשקעווילן.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:12 am אה, לעכטיגער רבי יחזקאל... שארף ווי א מעסער כדרכו... אבער צום פינטל.
זיין גרעסטע מעלה איז אז ער מיינט עס ערנסט. ער שפילט נישט און זוכט נישט צו געפעלן קיינעם, נאר ער זאגט וואס ער שפירט און וואס ער האלט, אן קיין פילטערס! פון הארץ ארויס.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.