קיינער איז נישט מחולק אז לערנען סייענס אויף א מהלך פון כפירה איז א פראבלעם,קיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:31 amאביסל אנגעהויבן זוכן וועגן דעם... געטראפן אז דא אליין אויף דעם 'אשכול' שוין גווארן ברייט אויסגעשמועסט [פון זייט 156 בערך] אבער דער סך הכל איז אז אמאל סייענס איז געווען אבי געזונט... די וועטער און אנדערע טבעיים... די רעגירונג האט דאס 'קיינמאל נישט געזוכט צו אינפארסירן... און בלויז אויף געציילטע ראפארט קארדס פון תש"י ביז תשל"ט איז עס דא... און יעדער האט געוויסט אז אין סאטמאר [און אויך אנדערע חסידישע מוסדות...] קען מען און לערנט מען ענגליש א מכה... און ווען דו האסט גערדעט פון 'סייענס'.. האט נדאס געקאסט א שמייכל..צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 1:24 am ר’ מאיר וועבערמאן ארויף ר’ מאיר וועבערמאן אראפ די מציאות איז מ'האט אייביג געלעררנט סייענס
מען ברויך נישט מער ווי די עדות פון האדמו"ר מסאטמאר זעלבסט [שוין אראפגעברענגט דא און אויך אויבן אין דעם אשכול] אז די רעגירונג פארלאנגט נישט מער ווי 'כתב ולשון'!
און דאס האט מען אויך געקענט א 'מכה'...
משא"כ היינט איז קלאר אז די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען נייע 12 סטאנדארטן וואס מען האט נישט געלערנט און זיכער נישט 'אינפארסירט'... והא ראי' אז 'יאפעד' און די רעגירונג 'זענען נישט צופרידן ווי אזוי מען האט 'געלערנט און געקענט ביז איצט'!... און מיר האבן קיינמאל אין אמעריקע געהאט בדוגמתה אז די רעגירונג פארלייגט זיך מיט אלע כוחות אריינצוברענגן און נאכקוקן, באשטעטיגן, און 'סטראשן' מיט געלטער אויף נייע לימודים!
דערפאר, איז דער פארגליייך פון אמאל ביז היינט ממש נישטאמאל קיין משל... ווען די רעגירונג און יאפעד זענען דא 'אונז אויסצומענטשלן'...
אט דא האב איך געפונען [שוין אויך אראפגעברענגט געווארן דערפון אויבן..] א ביסל א בליק אויף דעם חילוק פון אמאל ביז היינט...
Screenshot 2025-04-03 001218.png
Screenshot 2025-04-03 001331.png
Screenshot 2025-04-03 001430.png
די נושא איז געווען צו סייענס 'בעצם' איז שוין א הכרח אז מ'לערנט זאכן וואס דער רבי האט נישט געלאזט, און אויף דעם איז דער תירוץ געווען אז מ'האט יא געלערנט ווי מ'זעט אויף רעפארט קארדס און אין ר' מאיר וועבערמאן'ס צעטלעך.
וואס ברענגט אונז צום קומענדיגן נקודה אז כתב לשון וחשבון איז לאו דוקא א שטאלענער כלל דמינה לא תזוע.
נישט אז יעצט קען מען וועגן דעם לערנען וואס מ'וויל, ס'איז סייווי דא א תורה.