בלאט 1 פון 2

פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:39 pm
דורך שינאווער
ב״ה

דער מעקסיקאנער פרעזידענט פרוי שיינבוים זאגט אז מעקסיקאו האט אריינגענומען דורכאויס די לעצטיגע טעג העכער 4,000 אימיגראנטן וואס זענען דעפארטירט געווארן פון אמעריקא, אלס חלק פון טראמפ'ס מאסן-דעפארטאציעס, און א מערהייט דערפון זענען געווען נישט-מעקסיקאנער בירגער.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:40 pm
דורך Glass

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm
דורך שינאווער
א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:46 pm
דורך שינאווער
באריכטן געבן אן אז פילע פאבליק שולעס העלפן אומלעגאלע סטודענטן זיך אויסבאהאלטן פון פעדעראלע דעפארטאציע אגענטן.

פרעזידענט טראמפ האט געגעבן די אגענטורן ערלויבעניש אריין צו גיין אין שולעס, אנדערש ווי ביז יעצט ווען זיי האבן נישט געמעגט.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 7:05 pm
דורך שינאווער
טראמפ'ס גרעניץ צאר טאם האמען, האט רעאגירט צו א ווידיא פון א באקאנטע אקטיאר און זינגער וואס קלאגט אויפ'ן שיקזאל פון אומלעגאלע אימיגראנטן, זאגנדיג אז "ער טוט זיך נישט אנטשולדיגן פאר וואס ער טוט און וועט ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט צו העלפן פארזיכערן אמעריקא."

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:48 am
דורך מיילעך פריילעך

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:15 am
דורך משה רבינו
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירה

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:04 pm
דורך שינאווער
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:15 am
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירה
בעצם ביסטו גערעכט, אבער יעצט האבן די אייס כברה געמאלדן אז זיי וועלן זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן א קרימינאלע רעקארד.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 30, 2025 4:25 pm
דורך שינאווער
זינט טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירן האט די ICE אגענטור שוין ארעסטירט איבער פינף טויזנט אומלעגאלער אימיגראנטן, וואס קומט אויס צו ארום 750 אימיגראנטן פער-טאג. די נומערן זענען ערווארטעט צו שטייגן וויבאלד לויט ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס בלויז די אנהייב פון א ברייטערע מאסן-דעפארטאציע פלאן.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 30, 2025 6:23 pm
דורך שינאווער
אן אינטערעסאנטער אנעקדאט וואס פרעזידענט טראמפ מערקט אן אין א פאקס ניוז אינטערוויו, אז, ווענעזועלע'ס קרימינאלע ראטע איז געפאלן מיט איבער 70 פראצענט אין די לעצטע פאר יאר, דאס איז - ווי ער זאגט - צוליב די מאסן אריינוואנדערונג פון ווענעזועלע גענג'ס און פארברעכער אריין קיין אמעריקע אונטער די ביידן אדמיניסטראציע'ס אפענע גרעניצן.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 30, 2025 6:48 pm
דורך שינאווער
אזוי אויך זאגט ער, אז די טורמעס אין "קאנגא" זענען אויסגעליידיגט געווארן, און זייערע קרימינאלן דרייען זיך ביי אונז אין לאנד פראנק און פריי.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 31, 2025 12:26 pm
דורך שינאווער
היינט איז באקאנט געווארן אז עף-בי-איי 'ספעשעל עידזשענטס' אין שפיץ פון די לאנד'ס 55 פעלד אפיסעס ארבייטן נאכצויאגן ווילדע אימיגראנטן קרימינאלן.
זיי ארבייטן אויף פארשידענע וועגן, סיי מיט זאמלן אינפארמאציע און סיי מיט טאקטישע הילף נאכצויאגן קרימינאלן. עקטינג עף-בי-איי דירעקטער ברייען דריסקאל זאגט אז צום ביישפיל אין ניו יארק האט די אגענטור געהאלפן מיט קלארמאכן די פריאריטעטן צו כאפן צוערשט די ארגסטע פון די ארגסטע, און א דאנק דעם זענען צענדליגער מענטשען שוין אינטער ארעסט.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 1:50 pm
דורך שינאווער
די דראג אינפארסירונג אדמיניסטראציע (DEA) זאגט אז זינט דינסטאג האבן זיי ארעסטירט 75 אומלעגאלע אימיגראנטן, אין ניו-יארק סיטי אליין.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 1:53 pm
דורך שינאווער
די פעדעראלע רעגירונג סטראשעט אז זיי וועלן מעגליך אנקלאגן באאמטע אין די טאמפקינס קאונטי שעריף אפיס, נאך וואס זיי האבן ארויסגעלאזט אן אימיגראנט מיט א פעדעראלע ארעסט אורטייל אויף זיך, איידער פעדעראלע אגענטן האבן אים געקענט איבער נעמען.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 6:53 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ווענעזועלע איז איינגעגאנגן צוריק צו נעמען אלע ווענעזועלער אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען פארהאלטן געווארן.

טראמפ'ס מעלדונג קומט נאך א זיצונג צווישן דער אמעריקאנער פארשטייער ריטשערד גרענעל און דער ווענעזועלער פירער ניקאליס מעדורא, וואס האט זיך געענדיגט מיט דעם אז גרענעל האט זיך צוריק געקערט קיין אמעריקא מיט 6 אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן זיך דארט געפונען אינטער ארעסט.
דער פרעזידענט זאגט אז נאך פילע לענדער זענען איינגעגאנגן צוריק צו נעמען זייערע אומלעגאלא אימיגראנטן, און עווענטועל גייט אמעריקא פארשיקן א רעקארד צאל אימיגראנטן.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: זונטאג פעברואר 02, 2025 6:54 pm
דורך שינאווער
teamiceofficerschicagoillinois97652004_0__575396429.jpg
teamiceofficerschicagoillinois97652004_0__575396429.jpg (367.86 KiB) געזען געווארן 725 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 7:46 pm
דורך שינאווער
די האיטי טיימס דערציילט פון א ניו יארק טעקסי דרייווער אין א געגנט פון פילע האיטי אימיגראנטן, אז זיינע פארדינסטן זענען שטארק געפאלן לעצטנס.

ווי ער זאגט זענען די גאסן אין די געגנט ליידיג פון מענטשן, וויבאלד די אימיגראנטן האבן מורא פאר אימיגראציע, אפילו די וואס זענען דא לעגאל.
nEv5Jb.jpeg
nEv5Jb.jpeg (96.16 KiB) געזען געווארן 643 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 1:12 am
דורך אנדערער
לעגאלע אימיגראנטן ציטערן אויך. די מידיא מאכט א גוטע דזשאב מיט זיי

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:46 pm
דורך שינאווער
דער גאווערנאר פון אריזאנע האט געמאלדן איבער א פרישע טעסק פארס וועלכע וועט זיך אפגעבן מיט פארזיכערן זייערע מדבריות, און זיכער מאכן אז אומלעגאלע אימיגראנטן שווערצן זיך נישט אריין דורך דארט קיין אמעריקע.
tYtpml.jpeg
tYtpml.jpeg (84.69 KiB) געזען געווארן 482 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:51 pm
דורך שינאווער
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאזיא קארטעז האט געשיקט א בריוו צום אטוירני דזשענערעל, פארלאנגענדיג קלארקייט אויב זי ווערט אויסגעפארשט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט פאר'ן העלפן אימיגראנטן זיך ארויסדרייען פון אימיגראציע.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג מערץ 04, 2025 12:21 pm
דורך Think and Thank
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:04 pm
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 10:15 am
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 6:42 pm א ווארטזאגער פאר די 'פראעקטאו פארוס' אימיגראנטן גרופע אין ראקלענד קאונטי, איז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק אקעגן די 'אייס' אגענטור, און זאגט אז די ארגאניזאציע ווייסט פון פעלער אין וועלכע געזעץ-איינשטימיגע אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די זעלבע אדרעס, זענען פארהאלטן געווארן אינאיינעם מיט געפארפולע פארברעכער דורך די 'אייס' אגענטור.
"געזעץ איינשטומיגע" "אומלעגאלע" איז א ר סתירה
בעצם ביסטו גערעכט, אבער יעצט האבן די אייס כברה געמאלדן אז זיי וועלן זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף אומלעגאלע אימיגראנטן וואס האבן א קרימינאלע רעקארד.

ICE האט אויך בפירוש געזאגט אז כאטש וואס זיי וועלן צילן אומלעגאלע וואס האבן געבראכן נאך געזעצן בשעת'ן זיין דאהי, וועלן זיי אויך מיטנעמען סתם אומלעגאלע וואס ווערן געכאפט ביי די רעידס. ש'כח פראיעקט פארוס פאר'ן באשטעטיגן אז זיי האלטן טאקע ווארט...

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: מיטוואך מערץ 05, 2025 3:36 pm
דורך שינאווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעשטעלט די באנוץ פון מיליטערישע עראפלאנען פאר דעפארטאציע פון די אימיגראנטן צוליב די הויעכע קאסטן.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:32 pm
דורך שינאווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פארעפענטליכט אן עפפ וואס וועט ערלויבן אימיגראנטן אין אמעריקא צו אליינס דעפארטירן פון לאנד און נישט אויסשטיין צו ווערן ארעסטירט דורך 'אייס' אגענטן אדער באקומען א טורמע אורטייל. אימיגראנטן וואס וועלן פארלאזן אמעריקא דורך די עפפ וועלן אין די צוקונפט ערמעגליכט ווערן צו לעגאל ווערן אן אמעריקאנער איינוואוינער.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:48 pm
דורך הדסים
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:32 pm די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פארעפענטליכט אן עפפ וואס וועט ערלויבן אימיגראנטן אין אמעריקא צו אליינס דעפארטירן פון לאנד און נישט אויסשטיין צו ווערן ארעסטירט דורך 'אייס' אגענטן אדער באקומען א טורמע אורטייל. אימיגראנטן וואס וועלן פארלאזן אמעריקא דורך די עפפ וועלן אין די צוקונפט ערמעגליכט ווערן צו לעגאל ווערן אן אמעריקאנער איינוואוינער.
ווי איך פארשטיי איז די עפפ מעיקרא גע'עפנט געווארן דורך די ביידען אדמיניסטראציע צו העלפן פאטענציעלע אימיגראנטן אריינקומען,
טראמפ האט עס יעצט ארומגעטוישט און אויך געסטראשעט אז ווער ס'האט זיך געהאט באנוצט מיטן עפפ ביז יעצט וועט מען אים דורך דעם קענען טרעקן און דעפארטירן, ממילא לוינט זיך בעסער אליינס צו גיין.

Re: פרעזידענט טראמפ'ס מאסן דעפארטאציעס

געפאוסט: זונטאג מערץ 23, 2025 1:28 pm
דורך שינאווער
די פעדעראלע רעגירונג האט געמאלדן אז אגענטן וועלכע זענען געווענליך פארנומען מיט אנדערע אויפגאבן, וועלן יעצט אנהויבן ארויס העלפן מיט דעפארטאציעס, כדי צו קענען כאפן מער אומלעגאלע אימיגראנטן.