Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1920 מאל
איך וויל איך ענק מיטיילן א שרעקעדיגע איבערלעבעניש וואס איך בין אדורך מיט אפאר יאר צוריק אינמיטן איינע פון די הייסע אב טעג ביי אונז אין די היימישע קעטסקיל בערג זייענדיג א ישיבה גדולה בחור.
איך ווייס אז ענק גייען נישט גלייבן די מעשה, ווייל יעדער וואס איך פארצייל מיין איבערלעבעניש, טענה'ט אז איך לעב אין פאנטאזיע, און די מעשה איז נישט מעגליך אז עס זאל האבן פאסירט, און זיכער נישט אין די קעטסקילס, אבער די פאליציי ווען איך האב געמאכט די ריפארט האבן עס יא גענומען זייער ערנסט, און איך בין אפילו געזיצן ביי די עף בי עיי מער ווי איינמאל און מער ווי צוויי מאל, פאר אויספארשינגען איבער מיין שרעקעדיגע איבערלעבעניש וואס איך בין אדורך, איז אפילו עטס גלייבטס נישט די מעשה קענען ענק עס ליינען ווי ס'וואלט געוועהן א נאבעל...
די טאג דינסטאג פרשת עקב י"ט אב תשע"ח וועט נישט אזוי שנעל ארויס פליען פון מיין קאפ, אויף אזוי ווייט אז אפילו די גוי'אישע דאטום יולי 31 וואס איך האב געדארפט זאגן פאר די פאליציי ביים אויספילן די ריפארט ליגט מיר נאך אין די ביינער ביז יעצט, אפילו מ'האלט שוין 5 און א האלב יאר שפעטער...
אנגעהויבן האט זיך עס ווי א געהעריגע זוממער, טאג איך בין אויפגעשטאנען 6 אזייגער צופרי, צו קענען זיין אויף צייט צום פארטאג'ס סדר אין ביהמ"ד, נאך א רואיגע מקוה, און א ערליכע ברכת התורה, און פארשטייט זיך נאך א הייסע גלעזל קאווע...
עס איז געוועהן א ווארימע צופרי מילד גערעדט, ארויסקומענדיג פון מיין באנק צו גיין אין מקוה, האט מיר די זון באגריסט מיט א הייסע גוט מארגן, ווי צו זאגן בחור איך בין שוין אויף פאר דיר איך האב געדאווענט אין די ותיקין מנין, איך האב נישט געפילט אז עפעס עקסטרע גייט היינט געשעהן, וואס גייט מיך איבער לאזן מיט א רושם אויף מיין גאנצע לעבן, איך האב שפאצירט צום מקוה ווען איך קוק זיך צו די באשעפער'ס ווינדערליכע בריאה, די גראז איז נאך געוועהן נאס פון די טוי וואס האט קוים באנעצט די גארז מיט אפאר שעה צוריק, די פייגלעך האבן אזוי שיין געטשיפטשעט צווישן זיך,די זון האט געהאלטן אינמיטן זיך ארויף דראפענען העכער און העכער צום הימל, ס'איז געוועהן ממש הערליך, 6:30 בין איך ארויס געקומען פון מקוה, איך האב שפאצירט צום ביהמ"ד זיך געמאכט א קאווע, און געשטעלט זאגן ברכת התורה מיט אן ערענסקייט...
נאך ברכת התורה האב איך גענומען א גמרא און זיך געזעצט לערנען ביי א פיקניק טעבל אביסל אריין אין וואלד, אריין צו כאפן דעם דף היומי פאר מיין פארטאג'ס חברותא קומט אן, דף היומי האט שוין געהאלטן ביי זבחים דף קט, א שפאן אוועק פון מסיים זיין די שווערע מסכת, און איך האב נישט געוואלט ארויס פאלן ווען מ'האלט שוין ביים סוף, האב איך אריין געכאפט יעדע פרייע מינוט (וואס ס'איז נישט געוועהן אזוי סאך) צו לערנען דעם דף, און וויבאלד ס'איז געוועהן א שווערע בלאט וואס רעדט זיך פון די סוגיא פון פיגול, בין איך אריין אביסל אין וואלד ווי ס'איז געוועהן צוגעשטעלט פיקניק טעבל'ס, וואס ס'איז ע"פ רוב געוועהן ליידיג, אזוי אז איך זאל קענען גוט אדורך טוהן די סוגיא מיט א ישוב הדעת...
איך האב מיך פארטוהן אין די גמרא, און איך האב אפילו נישט באמערקט ווי די צייט פליט, פון 6:40 איז געווארן 7:00, סדר האט זיך אנגעפאנגען, מיין חברותא ווארט אויף מיר, און והילד איננו איך זיץ אין וואלד און לערן, אזוי איז אדורך געלאפן כמעט דעם גאנצן סדר, און ערשט 7:55 האב איך געגעבן א בליק אויף מיין זייגער און איך זעה אז איך האב מיך פארלערנט דורך אויס כמעט דעם גאנצן פארטאג'ס סדר, האב איך אפגעמאכט ס'איז שוין סיי ווי סיי סוף סדר, און סתם אריין גיין יעצט לערנען פאר 5 מינוט האט נישט קיין פשט, נאר איך וועל שוין בלייבן לערנען דא ביז שחרית וואס איז 8:10, און ערשט דעמאלס וועל איך אריין גיין אין ביהמ"ד, איך האב געגעבן צוריק א טאנץ אריין אינעם ים התלמיד, און מה עשה הקב"ה איך האב מיך נאכאמאל פארלערנט ביז 9:00, ווען איך האב באמערקט די זייגער...
ווען איך האב באמערקט אז ס'איז שוין 9:00, האב איך געטראכט אז זיך מיט כאפן מיטן מנין שחרית איז שוין נישט קיין אפציע, ווייל מ'האלט שוין לכאורה ביי שמונה עשרה, און איך וועל היטשן צו איינע פון די מנינים סענטער'ס אין געגנט, איך בין אריין אין ביהמ"ד נעמען מיין תפילין, און פארשטייט זיך האט מיר די משגיח פארגעהאלטן ווי איך בין געוועהן, און אז מיין חברותא האט געווארט אויף מיר גאנץ סדר, און איך האב איהם מסביר געוועהן וואס ס'איז געשעהן, ער האט מיר געגלייבט, ווייל ער האט מיר געזעהן אריין גיין אין וואלד לערנען פאר סדר און ער קען מיר, איך האב מיר ארויס געלאזט צום ראוד נעבן קעמפ מיטן האפענונג צו כאפן א רייד ווי שנעלער צו איינע פון די דערנעבנדיגע קאלאניס...
אזוי ווארטנדיג 10 מינוט מיט מיין גראבע פינגער ארויסגשטעקט אז וראו כל עמי הארץ אז איך זיך א היטש יעצט, האט זיך א איד אפגעשטעלט און ער האט מיר געפרעגט ווי איך וויל גיין, איך האב איהם געזאגט, און ער האט מיר געזאגט אז ער קען מיר נעמען א האלבע וועג, האט איך באשלאסן קודם וועל איך גיין מיט איהם און פון דארט וועל איך מיך שוין אן עצה גיבן...
זיצנדיג אין קאר אין די קעטקיל'ס פאר א היטש, האט ער ווי די מנהג איז ביי אונז היימישע אידןווען מ'גיבט א היטש פאר איינעם אויסצופילן א רעזמעי, און ער האט מיר אויסגעפרעגט ווער איך בין און פון ווי איך קום, און ס'האט זיך ווי געווענטליך ארויס געשטעלט, אז אונז זענען צוויי מאל קאזנ'ס, און דריי מאל מחותנים, און אז מיין עלטער באבע פלעגט וואוינען נעבן זיין טאטע מאמע, און נאכמער אז זיין פעטער איז געוועהן אנגעטראגן פאר מיין באבע...
נאך עטליכע מינוט, איז ער אנגעקומען צו ביז ווי ער האט מיר געקענט טראגן, ער האט מיר געווינטשען א שמחת תמיד, און מיך פריי געלאזט פון די קרייץ פארהער, איך האב איהם צוריק געווינטשן און איך בין ארויס פון די קאר האלבוועג'ס בשלום...
איך האב געטוהן מיין השתדלות און איך האב ארויס גשטעקט דעם באוויסטן פיגער און געווארט ביז איינער וועט זיך מרחם זיין, דא זעהט אויס האט די אייבערשטער געוואלט פריוון מיין סבלנות, און ס'איז אדורך 5 מינוט און קיינער שטעלט זיך נישט אפ, ס'גייט אדורך 10 מינוט 15 מינוט נאך 20 מינוט שטעלט זיך איינער אפ, און נאכן הערן ווי איך דארף גיין זאגט ער מיר אז ער פארט די אנדערע וועג אינגאנצן, ס'גייט אדורך נאך 10 מינוט און ס'איז שוין א האלבע שעה פון ווען איך בין אנגעקומען דא,איך בין שוין געווארן נערוועז, די זייגער האט שוין געהאלטן ביי 9:45, און איך האב נאכגעהאלטן א האלבע וועג אוועק פון ביהמ"ד, ס'איז נאכנישט געוועהן אין סטייל, אבער איך האב מיך שוין דעמאלס אזוי געפירט, איך האב געזאגט מזמור לתודה, און געבעטן דעם טאטן אז ער זאל מיך שוין שיקן א רייד, ענדליך נאך א 35 מינוט, האט זיך אפגעשטעלט א פיקאפ טראק, און די דרייווער איז געוועהן א מאדערענע איד מיט א קליינע קאפל, און ער האט מיר געפרעגט ווי איך גיי, און נאכן הערן ווי איך ציל אנצוקומען, האט ער מיר געזאגט, זיכער קום ארויף איך פאר דארט אין געגנט...
מיך האב נישט אויסגעזעהן גארנישט פארדעכטיגט, ער איז אראפ געפארן די ראוד געמאכט א רעכט'ס און נאכדעם א לינק'ס, אבער נאכדעם אנשטאט אראפ פארן גראד, האט ער געמאכט א רעכט'ס ,איך האב איהם גלייך אויף מערקזאם געמאכט אז צו די דעסטנאציע ווי איך וויל גיין, איז דאס נישט די וועג, ער האט מיך בארואיגט אז קען זיך אויס ער ווייסט ווי ער פארט, און ער פארט קודם צו זיין זוממער היים, אויפפיקן עפעס און גלייך נאכדעם וועט ער מיך אהין נעמען...
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1927 מאל
חלק ב'
פאר ער איז געגאנגען האט ער מיר געזאגט אז איך זאל נישט ארויס גיין פון די קאר ווייל ס'איז זייער גרינג זיך צו פארלירן דא און ער וויל נישט דארפן מאכן א סירטש נאך מיך, איך האב געטראכט צו מיר זיכער ווילסטו נישט אז מ'זאל מאכן א סירטש ווייל די פארכאפסט מיך, ער האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון מיינע מחשבות און ער גיבט א לעש אויס די קאר, אבער נישט פאר איך האב עספיעט צו זעהן אויף די לינקע זייט פון די סטירינג וויעל, אז זיין טאנק איז נאך האלב פיל... ער עפנט זיין סיעט בעלט און ער גייט ארויס פון די קאר און שפאנט גראד...
ס'איז מיר געווארן קאלט און ווארעמ'ס ער האט דאך נאך א האלבע טאנק פול, איז פארוואס זאגט ער מיר ליגנט אז אז ער גייט ברענגען נאך גאזאלין?, און אויב וויל ער מיר קידנעפן איז פארוואס לאזט ער מיך איבער דא אליינס אין זיין קאר? ער ווייסט דאך אויך אז אויב ער לאזט מיך דא אליין גיי איך אפפיצן אין די ערשטע געגלעגענהייט, און איך גלייב אז ער ווייס אז איך אז האב צוויי פוס, דעמאלס איז ער נישט קיין קידנעפער?, איז וואס זאגט ער מיר ליגנט אז ער גייט צו מיין געגנט און ער נעמט מיר ביז אינמיטן א וואלד און שטעלט זיך אפ אינמיטן די וואלד און לויפט אוועק?, איז ער יא א קידנעפער נאר איינער איז ארויף געקומען אויף זיינע שפירן און וועגן דעם האט ער געמאכט פליטה?, איך זעה דאך נישט קיין נברא אין די שפיגל פון די קאר, עפעס מאכט דא נישט קיין סענס...
האב איך אפגעמאכט אזוי, צו ער איז א קידנעפער צו נישט ווייס איך נישט, אבער וואס איך ווייס יא איז אז ער האט דא געטוהן אסאך זאכן וואס ברענגט מיך ארויף צענדליגע פראגעס, איז צו פארזיכערט קען עס נישט זיין, איז וועל איך ווארטן ביז ער איז שוין גענוג ווייט אז איך קען איהם שוין נישט זעהן, און דעמאלס וועל וועל איך מאכן א זמן פליטתינו, און איך וועל צוריק לויפן די גאנצע וועג ביז אנפאנג פון די וואלד און איך האב דאך א סעלפאון וואס דער שוטה האט מיר אליין געגעבן, און איך וועל רופן מיט דעם פאליציי, און איך האף ס'וועט טאקע נעמען 25 מינוט א האלבע שעה ביז ער קומט צוריק און דעמאלס וועל איך שוין זיין גענוג ווייט פון דא אז ער זאל מיך נישט קענען טרעפן און האפנטליך וועט שוין די פאליציי זיין דא...
א פייף האט מיר געגעבן א וועק אויף פון מיינע מחשבות, איך גיב א קוק און איך זעה ווי די לייטס פון די קאר גיבט א בלינק און די קאר פייפט נאך צוויי דריי מאל, נישט מער און נישט ווייניגער ער האט פארשפארט די קאר!, און יענע סקונדע האט זיך אויך די סעלפאון זיך געגעבן א האק אפ און א לעש אויס, איך האב פרובירט עס צוריק אנצוצינדן צו קענען רופן כאטש פאליציי אפילו איך קען נישט ארויס קומען פון די קאר אבער אן ערפאלג, די סעלפאון האט זיך נישט געהאלטן ביים אנצינדן זעהט אויס ער האט עס פארלאשן פון די ווייטנ'ס...
דא האב איך שוין געפילט ממש אובד עצות, און צוויי טרערן האבן זיך באוויזן אין מיינע אויגן, וואס וויל ער פון מיר?, דער חי' רעה בלבוש אדם וואס איך ווייס אפילו נישט ווער ער איז און וואס ער וויל פון מיר?, רבש"ע וואס האב איך מיר פארזינדיגט אז איך בין אריין געפאלן אין די מצב?, טאטע אין הימל נעם מיך ארויס פון דא! הוציאה ממסגר נפשי!, נאך וויינען פאר א מינוט צייט האב איך מיך אביסל בארואיגט, אבער נישט ווייל איך האב מיך אויסגעוויינט נאר ווייל איך האב אנגעהויבן פילן ווי איך שטיק מיך...
איך קוק ארום און איך זעה גארנישט, מיין קאפ האט מיר אנגעהויבן צו שווינדלען, איך האב אנגעהויבן צו אטעמען שווערער און שווערער, א מחשבה האט געגעבן א שריי אין מיין קאפ זעץ אויס די פענסטער!, איך אנגעהויבן צו זעצן אויפן פענסטער מיט מיין גאנצע כח, אבער די פענסטער האט איגנארירט מיינע מערדעליכע זעצעס ווי כאילו איך בין עפעס א קליינע מוריטשקע וואס זעצט איהם...
דערווייל האב איך געאטעמט שווערער און די היסערייען זענען געווארן שטערקער און שטערקער, ס'איז מיר גלייך קלאר געווארן זיין פלאן, עפעס א גאז האט ער אריין געלייגט אין די קאר און עס אנגעצינדן פאר ער איז ארויס, כדי מיך צו פארגאזן צום טויט פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה, איך האב ווילדערהייט יעדע אביעקט וואס איך האב געזעהן אין די קאר און געזעצט אויפן פענסטער אבער גארנישט האט נישט געהאלפן און די פענסטער האט זיך נישט געהאלטן ביים רירן פון ארט און אריין לאזן אביסל פרישע ליפט אז איך זאל קענען אטעמען...
פליס ענדיג די סטארי בעפאר ביינאכט... איך וויל נאך קענען שלאפן....
האועווער.. דינסטאג עקב תשע"ח איז נישט געווען JULY 31....
איך האף אז עס האט נישט געשטערט די פאליציי רעפארט....
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:29 am
די טאג דינסטאג פרשת עקב י"ט אב תשע"ח וועט נישט אזוי שנעל ארויס פליען פון מיין קאפ, אויף אזוי ווייט אז אפילו די גוי'אישע דאטום יולי 31 וואס איך האב געדארפט זאגן פאר די פאליציי ביים אויספילן די ריפארט ליגט מיר נאך אין די ביינער ביז יעצט, אפילו מ'האלט שוין 5 און א האלב יאר שפעטער...
האועווער.. דינסטאג עקב תשע"ח איז נישט געווען JULY 31....
איך האף אז עס האט נישט געשטערט די פאליציי רעפארט....
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:29 am
די טאג דינסטאג פרשת עקב י"ט אב תשע"ח וועט נישט אזוי שנעל ארויס פליען פון מיין קאפ, אויף אזוי ווייט אז אפילו די גוי'אישע דאטום יולי 31 וואס איך האב געדארפט זאגן פאר די פאליציי ביים אויספילן די ריפארט ליגט מיר נאך אין די ביינער ביז יעצט, אפילו מ'האלט שוין 5 און א האלב יאר שפעטער...
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1928 מאל
חלק ג'
איך האב געפילט ווי איך גיי אויס, איך האב אנגעהויבן קריכן איבער די גאנצע קאר מיטן האפענונג צו טרעפן עפעס א אייזן וואס וועט קענען צוברעכן דעם פענסטער, אזוי קריכענדיג אין די אונטערשטע זיצן האב איך מיך אנגעטראפן אין א טאל באק'ס, איך האב עס געפענט און ארויס גענומען דעם האמער פון דארט, און איך בין צוריק געקראכן צום פענסטער און האב מיך גענומען האקן אויפן פענסטער מיט לעצטע כוחות, ביז די פענסטער האט באקומען א שפאלט און פון איין שפאלט איז נאכגעקומען א צווייטע שפאלט און א דריטע ביז די פענסטער האט זיך אינטער געגעבן און זיך צופיצלט...
ווי נאר איך האב אויפגעבראכן דעם פענסטער, איז אריין געקומען א שטראם פון פרישע ליפט וואס האט מיך דיזי געמאכט פאר א מינוט, וויבאלד איך האב מיך פאר א סקונדע פאר דעם זיך געמיטשעט אויפן אטעם און דא איז פלוצלינג אריין געקומען אזא שטראם, נאך א מינוט בין איך געקומען צו זיך און איך האב אינאכט גענומען אז די זיכערהייט סיסטעם פון די קאר פייפט מיט יללות, איך בין בליץ שנעל ארויס געשפרינגען פון די פענסטער, און מיט איין אימפעט האב איך זיך גענומען לויפן די דערעקציע וואס די קאר איז אריין געקומען אין וואלד...
איך האב געהאפט אז ער הערט נישט דעם אלארם פון די קאר, און איך האב געהאלטן און איין מורמלען קאפיטלעך תהילים פון אויסערווייניג, אזוי לויפנדיג אפאר מינוט האב איך געהערט די קול פון א קאר וואס קומט פון אינטער מיך, א סקרוך איז מיר אריבער אין די ביינער און איך בין אריין געלאפן אין די זייט פון די אויסגעטרויטענע וועג, אזוי אז דער פארכאפער זאל מיך נישט באמערקן...
אריין לויפנדיג אין די זייט האב איך אויך געהערט די קול פון צוויי מאטאר ביצקלען, איך האב גלייך געטראכט אז אפשר זאל איך יא בלייבן אויפן אויסגעטראטענע וועג, און די מאטאר ביציקלעך דרייווער'ס וועלן מיר העלפן און זיי וועלן רופן פאליציי אויף דעם פארכאפער, אבער א אינסטינקט אין מיין הארץ האט געשריגן ניין, אפשר איז עס זיינע מענטשן און זיי זענען געקומען איהם העלפן, דעמאלס טארן זיי מיך נישט זעהן, איך האב אפגעמאכט אז איך פאלג מיין הארץ און בין איך אריין געלאפן אין די זייט און זיך פארשטעקט אינטער א בוש, אזוי וועל זעהן פון דארט צו די מאטאר ביציקלעך דרייווער'ס זענען פון זיינע מענטשן צו נישט...
איך קוק אזוי ארויס צום וועג, און איך זעה אז מיין הארץ האט מיר נישט פאר'נער'ט, מיין היטש געבער'ס קאר איז מיר אדורך געפארן פאר די אויגן גאנץ פאמעליך, און ער קוקט זיך ארום אלע זייטן צו ער זעהט מיר, בשעת מעשה זעה איך פון די אנדערע זייט ווי צוויי מאטאר ביציקלעך קומען איהם אנטקעגן, זיי שטעלן זיך אפ און גייען אראפ פון די מאטאר ביצקלעך און גייען צו צו זיין קאר, און מיין "געטרייער" היטש געבער קומט ארויס פון זיין קאר אן קיין קאפל אויף זיין קאפ, וואס אויב בין איך נאכנישט געוועהן קלאר אז ער איז א קידנעפער האט ער עס יעצט אינטער גע'חתמ'ט, א העפטיגע טענה'ריי האט אויסגעבראכן צווישן זיי, ווי גוט איך האב געקענט הערן פון דערווייטנ'ס האט זיך עס געהערט ווי ספאניש, איך האב נישט געקענט זעהן די מאטארסייקלערס פנים'ער, צו זיי זענען ספאנישע וויבאלד זיי האבן געהאט העלמעט'ס, אבער איך האב פארשטאנען אז זיי זענען ספאנישע...
אזוי בין איך געזיצן האלבוועג'ס איינגעבויגן און אנגעלאנט אויפן א אראפגעפאלענע צווייג אינטער א בוש, אזוי ארויס קוקנדיג פרובירנדיג אויף צו כאפן וואס זיי רעדן צווישן זיך האב איך בטעות זיך נישט גוט באוועגט, און איך האב זעהט אויס געלייגט צופיל געוויכט אויף די צווייג וואס איך האב מיך אנגעלאנט אויף און די צווייג האט זיך איבער געבראכן מיט א שטארקע גרודער, איך בין טאקע נישט אראפ געפאלן פון א הויעכע פלאץ ווייל איך בין געוועהן אויף דער ערד, אבער איך בין געפאלן צוריק צו וועג'ס און איך האב מיך פרובירט זיך אנצוכאפן אין די בוש, אבער איך האב מיך געטראפן אויף דער ערד מיט בלעטלעך פון די בוש אין מיינע הענט...
די פארכאפער מיט זיינע ספאנישע מיטארבעטער האבן זיך ספאנטאן זיך געגעבן א דריי ארום צו זעהן פון ווי און פון וואס די גרודער איז געקומען פון, זעהט אויס אז ווען איך בין אראפ געפאלן און מיין פוס האט זיך אויפגעהויבן אין די ליפטן האבן זיי באמערקט מיין שיך און זיי האבן אנגעהויבן לויפן אין מיין ריכטונג...
איך האב מיך שנעל אויפגעשטעלט און זיך געוואלט נעמען לויפן, אבער זיי האבן געהאט אויסגעשטרעקטע רעוואלווער'ס, און זיי האבן געשריגן אז אויב לויף איך ווייטער שיסן זיי, האב איך בלית ברירה אנגעכאפט מיינע תפילין מיט מיינע ציינער און איך האב אויפגעהויבן מיינע הענט אז איך גיב מיך אינטער פאר זיי...
ביז עטליכע סקונדעס האבן זיי מיר דעגרייכט, זיי האבן מיך געגעבן א כאפ אן פון ביידע זייטן ביי מיינע הענט, און זיי האבן מיר צוריק געפירט קעגן מיין ווילן צום קאר וואס איך בין פריער אריין פרייוויליג, זיי האבן מיר געגעבן א זעץ אריין אין די בעק און איינער פון די חברה האט זיך געגעבן א זעץ אריין נעבן מיך, בשעת ווען זיין קאלעגע איז געגאנגען ברענגען זיין מאטאר ביציקל און עס אריין געלייגט אין די בעק פונעם פיקאפ טרעקל...
ער האט גענומען א שמאטע און מיר ארום געלייגט די אויגן מן הסתם אז איך זאל נישט קענען זעהן ווי ער פארט, ווען זיין ביקס איז נאכאלץ אין זיין הענט אויסגעשטרעקט קעגן מיר און ער האט געזאגט עפעס פארן היטש געבער און ויסעו דער כאפער האט זיך גענומען פארן, איך האב געשעפשעט קאפיטלעך תהילים פון אויסעווייניג צום טאטן אין הימל אז ער זאל מיך ארויס נעמען פון דעם בראך, ווען הייסע טרערן גליטשן זיך אראפ אויף מיינע באקן...