ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך פופציגער »

די גאנצע וועלט קאכט און רוישט מיט א ווילדן פאליטיק. יעצט איז ער דער פרשה, מארגן איז עס די נעקסטע, און נעכטן איז עס די פאריגע.

אלעמאל איז דא חומר פאר די לשון הרע ליבהאבער.
אלעמאל איז דא חומר פאר די גערעכטיגקייט קעמפער.
אלעמאל וועלן די כוואליעס אין די מקוואות ווערן געספייסט מיט פרישע געשיכטעס און מחלוקות.

ביז משיח'ס טאג.

סא היינט ברענג איך פאר אייך טייערע חברים דעם געשיכטע וואס האט לעצטנס געשטורעמט אין די וועלט, ווען א נפטר איז געקומען ברענגען א סקופ פון וואס מען רעדט דארט אויבן בעלמא דקשוט, און מיט דעם אנטשידן איינס פון די גרעסטע מחלוקות ביי כלל ישראל, ברענגענדיג דעם אמת'ן זייט צום אויבערפלאך.

נתן און לייבל (נעמען געטוישט צוליב פריוואטקייט פון די באטרעפנדע) זענען געווען צוויי גאר נאנטע חברים, ממש ווי ברודער. אלעמאל געגאנגען צוזאמען, געלאכט צוזאמען, און זיך געקריגט צוזאמען.

אין א שיינעם טאג האט אויסגעבראכן א פאליטיק אין די קהלה וואו די צוויי חברים האבן באלאנגט, און נתן האט גענומען איין צד, און לייבל דער צווייטער צד.

אויך דאס האט נישט צוריסן זייער פריינטשאפט, אבער עס האט זיי געשטערט אז למעשה הערשט א שטיקל פירוד לבבות.

דערפאר האבן זיי געמאכט א בונד צווישן זיך אז דער ערשטער וואס וועט גיין פון דער וועלט, וועט קומען אין חלום פאר'ן צווייטן, און מגלה זיין ווער פון די צוויי פארטייען איז גערעכט.

ויהי היום, נתן איז פארמישט אין א שווערן עקסידענט, און הויכט אויס זיין נשמה אויפ'ן קאלטן אספאלט אין א קאלוזשע בלוט. ברוך דיין האמת.

א טרויעריגע לוי' געווען. לייבל איז געשטאנען צווישן די באטייליגטע און נישט געקענט אפשטילן זיין געוויין. זיין הארץ פריינט ווערט אראפגעלאזט טיף אין אן איינזאמען גרוב אין די קאלטע זאמד, איינגעפאקט אין א האלצערנעם קאסטן. דארט וועט ער ליגן בית תחיית המתים. אלע יארן פון פארברענגען אינאיינעם, ווערן אצינד געשלאסן און פארבינדן אין א היסטאריע בוך.

ה' נתן ה' לקח.

לייבל האט געוואוסט וואס קומט דא. יענע נאכט האט ער געליינט קריאת שמע זיבן מאל, געזאגט האלב זוהר, געזאגט אלע שמות הקדושים פונעם שמירה ליולדת צעטל, און זיך געלייגט שלאפן בדחילו ורחימו מיט'ן ווייסן קיטל און א שופר זיך גרייטנדיג אויף נתנ'ס ערשיינונג אין חלום.

ער האט זאגאר געשריבן א צוואה, און זיך געזעגנט פון זיין פאמיליע, זיך פארכטנדיג ווער ווייסט צי דאס קען זיך נאך ענדיגן ווי די אלע געשיכטעס אז דער נפטר וועט אים רופן צום בית דין של מעלה צוליב עפעס א געפעכט צווישן זיי. ווער ווייסט דען. מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט די טויטע חברה.

ויהי ערב, און דאן ויהי בוקר, און גארנישט. לייבל וועקט זיך אויף צו א פרישן פרימארגן, און קיין זכר פון נתן איז נישט פארהאן. ער קוקט ארום זיין בעט, אפשר דאך האט אים נתן איבערגעלאזט עפעס א צייכן, אבער ניין.

אזוי איז אריבער אפאר נעכט, נעכט ווען לייבל האט געדארפט שווער ארבעטן צו קענען כאפן דעם שלאף, און ווען נישט ער ווייסט אז נאר אין שלאף חלומ'ט מען וואלט ער ענדערש אויפגעבליבן ווארטן אויף נתן. אבער גארנישט, נתן איז נישט צום האבן.

נאך א לענגערע וויילע, זעענדיג אז נתן איגנארירט זייער אפמאך און דערווייל שוויצט לייבל יעדע נאכט אין אנגסט, האט לייבל פאררופן א גרויסן אסיפה פון מקובלים, און מ'איז ארויס צו נתנ'ס קבר, און באשוואוירן דעם נשמה זאל שוין היינט נאכט אראפקומען איינהאלטן זיין צוזאג.

יענע נאכט, כחצות הלילה, באווייזט זיך נתן צו לייבל, מיט א ברייטן שמייכל אויף זיין געזיכט.

לייבל לויפט צו צו אים "נתן!! מ'האמיר דאך עפעס אפגעשמועסט!"

"לייבל טייערער, גלייב מיר כ'האב נישט פארגעסן פון מיין צוזאג, נאר וואס זאל איך דיר זאגן, כ'בין ארויפגעקומען, געווען זיכער כ'וועל שוין ביים ערשטן געזעמל הערן דערוועגן, אבער מ'האט נישט גערעדט דערפון.

"איך בין געגאנגען ווייטער, געקלאפט טירן, געלאפן אין היכלים, זיך נאכגעפרעגט, געזוכט וואו מ'רעדט דערוועגן, אבער גארנישט.

"נאובאדי קעירס!".

און לייבל האט זיך אויפגעוועקט.

עד כאן הסיפור.

(אקעי, לאמיר זאגן דער געשיכטע האט זיך נישט אויסגעשפילט אין עולם האמת, נאר אין עולם הדמיון... לאדעכאפ, דער געדאנק איז קלאר, און דער קאנצעפט פארשטענדליך...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
קענסט מיר נישט
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:34 pm
x 2

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך קענסט מיר נישט »

פיין
שוין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:56 pm
x 31

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שוין »

סתם פאר נייגער...

וואס האסטעך יעצט דערמאנט פון עולם האמת?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שמח »

@פופציגער שטארקע נקודה.

כ'וועל דעריבער נישט מאכן יעצט א פאליטיק איבער דעם נושא...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שוין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:56 pm
x 31

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שוין »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:07 pm @פופציגער שטארקע נקודה.

כ'וועל דעריבער נישט מאכן יעצט א פאליטיק איבער דעם נושא...
דרייט זיך ארום מיט גראבע שטיקער פאליטיק אין זיין חתימה... און ער רעדט אז ער גייט נישט ברענגען...

היש ברענגען גדול מזה??
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שמח »

שוין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:13 pm

שטימפיק ווי קיינמאל בעפאר...

סארי, קיין ווארט פאליטיק אין מיין חתימה, נאכאמאל, קיין ווארט!

בכלל וואו רעד איך דא פון ''ברענגען''?! עפעס פארשטיי מיר זיך נישט...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 720

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך יוחנן כהן »

זייער שיין! @פופציגער
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
שוין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 1:56 pm
x 31

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שוין »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:19 pm
שוין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:13 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:07 pm @פופציגער שטארקע נקודה.

כ'וועל דעריבער נישט מאכן יעצט א פאליטיק איבער דעם נושא...
דרייט זיך ארום מיט גראבע שטיקער פאליטיק אין זיין חתימה... און ער רעדט אז ער גייט נישט ברענגען...

היש ברענגען גדול מזה??
שטימפיק ווי קיינמאל בעפאר...

סארי, קיין ווארט פאליטיק אין מיין חתימה, נאכאמאל, קיין ווארט!

בכלל וואו רעד איך דא פון ''ברענגען''?! עפעס פארשטיי מיר זיך נישט...
מיט די גאנצע שטימפיגקייט האסטו געכאפט פינקטלעך וואס איך האב געשריבן...

א משוגענע השגחה פרטית...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: ווער איז גערעכט? - דער דראמאטישער חלום מיט א גריס פון יענע וועלט

פאוסט דורך שמח »

שוין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:52 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:19 pm
שוין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 6:13 pm

דרייט זיך ארום מיט גראבע שטיקער פאליטיק אין זיין חתימה... און ער רעדט אז ער גייט נישט ברענגען...

היש ברענגען גדול מזה??
שטימפיק ווי קיינמאל בעפאר...

סארי, קיין ווארט פאליטיק אין מיין חתימה, נאכאמאל, קיין ווארט!

בכלל וואו רעד איך דא פון ''ברענגען''?! עפעס פארשטיי מיר זיך נישט...
מיט די גאנצע שטימפיגקייט האסטו געכאפט פינקטלעך וואס איך האב געשריבן...

א משוגענע השגחה פרטית...
לא זכיתי להבין.

קען זיין מיין קאפ ארבעט נישט יעצט... אדער ביסטו בכלל נישט באקאנט מיט די פרטים און ביי דיר ווערט אלעס א פאליטיק, גענוג, כ'האב שוין צופיל טעמעס פארדרייט היינט....
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט