קוק מיך אן!
מען שפירט אן התחדשת אין די לופט, אלע בחורים שפאצירן אריין אין בנין השיבה מיט א פרישקייט האלטענדיג א נייע גמרא אין די האנט, מיט פרייליכע פעינימער, ביי אלע בחורים אין קאפ ווערט אויסגעמאלן דעם קומעדיגן זמן מיט פרייליכע קאלירן, ביי אלע בחורים אין הארץ שפירט זיך פול מיט האפענונג אויף די הצלחה פון דעם קומעדיגן זמן,די מנהל שטייט ביים טיר אין און געבט שלום עליכם מיטן גאנצן הארץ, יעדער בחור באזינדער באקומט ספעציעלע אויפמערקזאמקייט פונעם מנהל מיט א ווינטש אויף זייער הצלחה בעז"ה,
רואבן גראסס וואקט אריין אין ישיבה מיט שטייטע טריט, ער איז נערוועז אין זיין הארץ אויף וואס עס ערווארט איהם, ער גייט יעצט אנהייבן א נייע ישיבה, מיט נייע חברים, א פולע נייע עתיד, עס קען זיין אז ער גייט מצליח זיין און עס קען זיין אז נישט, ווער ווייסט?!
ער גייט אריבער די מנהל און ערווארט ער זאל איהם באגריסן מיט א פריינטליכקייט, אבער ווי אנטוישט ער ווערט ווען די מנהל געבט א בלויזן שאקל מיטן קאפ אן איהם אפילו פרעגן ווי אזוי ער הייסט, ער זאגט איהם גארנישט,
וואס גייט דא פאהר? קלערט רואבן, יעדען האט די מנהל באגריסט אזוי פריינטליך, וואס בין איך אנדערש? שוין, קלערט רואבן דעי זמן האט זיך שוין אנגעהויבן שלעכט די מנהל וויל מיך שוין נישט קענען, מיט א פארווייטאגטע הארץ גייט ער אריין אין כיתה און האפט אז זיינע נייע חברים גייען איהם שיין אויפנעמען, שעמעדיגערהייט קוקט ער זיך ארים אויף אלע זייטן אבער עס זעהט נישט אויס ווי איינער באמערקט איהם אפילו, יעדער איז פארטוען אין זייערע שמועסערייען, קיינער געבט נישט קיין בליק אין זיין ריכטונג, אפשר זאל איך צוגיין צו איינעם זיך באגריסן קלערט רואבן, אזוי וועל איך כאטש באקומען איינעמ'ס אויפמערקזאמקייט, ער גייט צו און שטעלט זיך פאהר פאר איינעם, איך הייס רואבן גראסס זאגט ער שעמעדיגערהייט, יענער ענטפערט נישט קיין ווארט נאר געבט א קליינעם שאקל מיטן קאפ און וואקט ווייטער,
פארוואס מאכט ער זיך נישט וויסענדיג פון מיר, א שאקל און געגאנגען ווייטער ווי כאילו איך בין נישט קיין מענטש, איך דארף זאלסט מיר אנקוקן איך דארף זאלסט רעדן צו מיר, רואבן קלערט, אלעס גייט קרום די מנהל מאכט זיך קוים וויסענדיג פון מיר, און די בחורים פונקט אזוי, איך שפיר ווי א קלאץ, אזוי וועט די גאנצע זמן גיין?!
ער שטייט לאנגווייליג אן האבן מיט וועם צו שמועסן אפאר לאנגע פארצויגענע מינוטן, ענדליך קומט אריין די מגיד שועיר און הייסט יעדן מאכן חברותות פאר דעם סדר, רואבן פראבירט צו פרעגן אפאר בחורים צו זיי ווילן זיין זיין חברותא אבער יעדער איגנארירט איהם ווי כאילו ער עקזעסטירט נישט,
רואבן האלט עס נישט אויס, וויפיל פעטש קען ער כאפן אויף איין טאג?! קיינער אנערקענט נישט און זיין עקזעסטענס, אינגאנצן צעקלאפט לויפט אריין ער אין בית מדרש עפנט זיין גמרא אין לייגט אראפ שנעל זיין קאפ, הרגישים פולן אן זיין הארץ און טרערן פולן אן זיינע אויגן, און זיין הארץ נעמט זיך שריען פארוואס קוקט קיינער נישט אויף מיר?! פארוואס אינטערסירט מען זיך נישט אויף מיר?! צו בין איך נישט ווערד מען זאל מיך אנקוקן?!
די קול תורה אין בית מדרש דינערט, אבער די קולות רואבן'ס הארץ דינערט נאך העכער, וויפיל איז די שועיר צו ווערן צעקלאפט? וויפיל קען מיך איגנארירן? איינער זאל מיך אנקוקן! רואבן ווערט מער און מער איבערגענומען פון זיינע הרגישים ווען פליצלונג שטעלט ער זיך אויף, אן קוקן רעכטס און לינקס לויפט ער צום צענטער פון בית מדרש ער לויפט גראד ארויף אויפן בימה און געבט א געזינטן קלאפ... אלע בחורים הייבן אויף די קעפ, ענדלך קוקט מען מיך אן פרייט זיך רואבן, און ער נעמט זיך שרייען, פארוואס איגנארירן ענק מיך?! צו בין איך נישט קיין מענטש פונקט ווי ענק?! פארוואס קומט זיך מיך דעס?!...
אלע האבן טרערן אין די אויגן...
די מנהל געבט א קלאפ אויפן בימה און ער קוקט די בחורים אין די אויגן, די נמשל איז נוגע יעצט ווען מען הייבט אן די נייע זמן, ענק זענען ווי דעי בחורים וואס איגנארירן רואבן, ענק האבן א נשמה וואס בעהט און שרייט קוק מיך אן! אבער עטס געבטס איהם בלויז א שאקל מיטן קאפ, א דאווען א לערן יוצא געווען, ווייזטס אז ער עקזיסטירטס טוטס מער פאר איהם, קוקטס איהם אן!