געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

"קיין שום מנהג איז נישט מאדנע," האט מיר מיין מאמע זז"ג אריינגעבראקט גענוג מאל אלס קינד, "קענסט זאגן אז ס'איז דיר אומבאקאנט."

וויפיל מאל? כ'ווייס נישט, אבער גענוג אז איך געדענק עס עד היום.

פארט זענען פיל מענטשן באגרעניצט צו דעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, מאכט זיך אמאל אז מ'איז צוגאסט אין דער פרעמד, צי סתם אזוי מ'רעדט מיט א פרעמדן, און מ'הערט א חידוש פון א מנהג, צי סתם א הנהגה, דארף מען דאך עס אויסשמועסן מיט איינעם, איא?

דא איז אייער פלאץ, קומט אריין און טיילט מיט מיט'ן היזיגן ציבור אייער חידוש און לאזט אנדערע הנאה דערפון, אדער הנאה האבן פונ'ם פאקט זיי האבן שוין געוואוסט דערפון...


האט נישט מורא מיטצוטיילן, ביי יעדן איז עפעס אנדערש א חידוש, און פאר אלעם איז פארהאן לכה"פ איינער וואס וועט הנאה האבן דערפון.


ובשם ה' נעשה ונצליח.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

ובזה החלי בעז"ה, געהערט לעצטנס צום ערשטן מאל אז אין חב"ד נעמען פילע אויף כרפס - נישט ווייניגער נישט מער - רויע צוויבל.

ווייס איך נאך נישט דעם סיבת המנהג, אבער דער געדאנק פון האבן רויע צוויבל אויפ'ן קערה איז מיר געווען א היבשער חידוש.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
עמוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 7:03 pm
Location: Rockland county
x 76

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך עמוס »

אין סקאליע פירט מען זיך אויך צו נעמען רויע צוויבל פאר כרפס און זיי זאגן אז ס'איז ביי זיי מקובל אז דער מנהג שטאמט פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1203

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך יענץ מבין »

צוויי אינטערסאנטע מעשיות אין דעם געביט, וואס האט פאסירט מיט אב"ד סאדאוונע זצ"ל.

1. די ערשטע שבת וואס ער איז געוועהן אין סיביר (בשעת די מלחמה), האבן זיך יודן צוזאם גענומען צו פראווען שלש סעודות צוזאמען, ביים אנקומען צו ה' מלך האט די עולם זיך אויף געשטעלט.

די סאדאוונע רב, זייענדיג א פוילישע (ער איז געוועהן א שטארקע אלכסנדר חסיד),האט ער קיינמאל נישט געהערט פון אזא מושג פון זאגן ה' מלך אינמיטן שלש סעודות - איז ער געוועהן זיכער אז די עולם שטעלט זיך אויף וויבאלד זיי האבן באמערקט אז די KGB קומט צו גיין - איז האט ער זיך אויך אויפגעשטעלט אין זיך גענומען לויפן.

די עולם זעהנדיג אז סאדאוונע רב לויפט, האבן זיך פארגעשטעלט אז ער האט געזעהן אז די KGB קומט צו גיין, האבן זיי זיך אויך גענומען לויפן...

2. א גאליציאנע יוד איז אמאל צוגעגאנגען צום ציעשנוב'ער רב און אים געזאגט: היתכן דיין שוואגער - סאדאוונע רב - מאכט חוזק פון מיר? איך האב אים געפרעגט אויב מען גייט טאנצן הקפות שמיני עצרת צופרי (כמנהג צאנז) ביי אים אין ביהמ"ד, און ער האט מיר געענטפערט אז, יא. למעשה בין איך געגאנגן דאווענען ביי אים, און עס הייבט זיך נישט אן, מען האט בכלל נישט געטאנצען.

א שטיק צייט שפעטער ווען ציעשנוב'ער רב האט זיך באגעגנט מיט זיין שוואגער, האט ער אים געפרעגט, וואס איז פשט מיט די מעשה?

האט אים די סאדאוונע רב געענטפערט: דעי יוד איז דאך סתם א משוגענער, ער האט מיך אויך געפרעגט הושענא רבה צו מען גייט בלאזן שופר...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 119

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך בן שמחה »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:07 am ובזה החלי בעז"ה, געהערט לעצטנס צום ערשטן מאל אז אין חב"ד נעמען פילע אויף כרפס - נישט ווייניגער נישט מער - רויע צוויבל.

ווייס איך נאך נישט דעם סיבת המנהג, אבער דער געדאנק פון האבן רויע צוויבל אויפ'ן קערה איז מיר געווען א היבשער חידוש.
לדעתי בכלל נישט קיין חידוש ווען מווייסט וואס די אויסוואל איז בכלל געווען אין רוסלאנד....

אגב וועט אייך אויך זיין אינטערעסאנט אז אין אסאך רוסישע מקומות ובתוכם חב''ד נוצט מען א גארגל פארן זרוע.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

געהערט א צייט צוריק אז אין סקווירא מאכט מען ליל שמח"ת בלויז דריי הקפות.

@עצי בשמים @א יוני אין שוויץ איר קענט באשטעטיגן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 119

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך בן שמחה »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:38 pm געהערט א צייט צוריק אז אין סקווירא מאכט מען ליל שמח"ת בלויז דריי הקפות.

@עצי בשמים @א יוני אין שוויץ איר קענט באשטעטיגן?
בייטאג.
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 260

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך שלא לשמה »

הייב נישט אן אפי' מיט די סקווירא מנהגים.....
אביסל מעט מן המעט פון פסח:
די מכות וויין אין אן ערד'נע כלי
א ברכה אויף הלל ערב פסח ביי מצות באקן
כשר'ן אלע טישטוכער האנטוכער מען רופט עס זאאלן
נאר אויף אנצוהייבן....
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1686

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך צווייטער »

שלא לשמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:36 pm הייב נישט אן אפי' מיט די סקווירא מנהגים.....
אביסל מעט מן המעט פון פסח:
די מכות וויין אין אן ערד'נע כלי
א ברכה אויף הלל ערב פסח ביי מצות באקן
כשר'ן אלע טישטוכער האנטוכער מען רופט עס זאאלן
נאר אויף אנצוהייבן....
אין ספר 'אמרות טהורות' פון ראחמיסטריווקע רבי זי''ע (כ'געדענק נישט ווי, מסתם כמה מקומות) ברענגט ער זייער שיינע זאכן וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הרה''ק מסקווירא זי''ע איבער די מנהגי קודש המקובל בבית סקווירא. די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די מעשיות וואס דער סקווירא'ע רבי זי''ע האט געהאט מיט חו''ז הגה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איבער די מנהגי קודש. זייער שיין און זיס, מלא חסידי'שן טעם.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
עמוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 7:03 pm
Location: Rockland county
x 76

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך עמוס »

בן שמחה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:24 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 7:07 am ובזה החלי בעז"ה, געהערט לעצטנס צום ערשטן מאל אז אין חב"ד נעמען פילע אויף כרפס - נישט ווייניגער נישט מער - רויע צוויבל.

ווייס איך נאך נישט דעם סיבת המנהג, אבער דער געדאנק פון האבן רויע צוויבל אויפ'ן קערה איז מיר געווען א היבשער חידוש.
לדעתי בכלל נישט קיין חידוש ווען מווייסט וואס די אויסוואל איז בכלל געווען אין רוסלאנד....

אגב וועט אייך אויך זיין אינטערעסאנט אז אין אסאך רוסישע מקומות ובתוכם חב''ד נוצט מען א גארגל פארן זרוע.
דער אמת'ער חידוש פון רויע צוויבל איז אז מ'מאכט דערויף א בורא פרי האדמה כאטש וואס עפ"י הלכה מאכט מען א בפה"א נאר אויף געקאכטע צוויבל ווייל רויע איז נישט קיין דרך אכילה און דעריבער איז די ברכה שהכל, איך האב געזען אין די סקאליע הגדה רעדן וועגן דעם און דארט שטייט אז נאכן איינטונקען אין זאלץ וואסער גייט שוין ארויס די ארס (דוגמת מרור אין חרוסת) און דעריבער קען מען שוין מאכן א בופה"א.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

דאכט זיך אז פאר די נשים און קטנים גיט מען יא געקאכטע קארטאפל, אין חב"ד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1203

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך יענץ מבין »

אויב איך רעד שוין פון סאדאוונא רב און מנהגים וועל איך שוין צוצייכענען נאך א מעשה.

איך ווייס פון איינער וואס האט אנגערופן זיין זוהן די פריערדעגער סאדאוונא רב (ר' יעקב יצחק זצ"ל), און אים געזאגט אז ער נעמט צוזאם מנהגי אלכסנדר, און ער וויל הערן פון אים די מנהגים וואס ער געדענקט.

האט ער אים געזאגט אז ער זאגט שוין נישט קיין מנהגים, ומשום מעשה שהיה.

ומעשה שהיה כך היה:

איינמאל שבועות ביינאכט האט זיך די לעקטער אינעם סאדאוונא מקוה בטעות פארמאכט, האט מען אנגעצינדען אסאך נשמה לעכט אז עס זאל זיין עטוואס ליכטיג.

פארטאגס, ווען ער איז געגאנגן אין מקוה, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז פשט פון די אלע לעכט דא, האט ער אים געענטפערט (בדרך צחות): וואס הייסט, שבועות ביינאכט קומען דאך אראפ אלע נשמות.

דערציילט סאדאונא רב ווייטער, אז אפאר יאר שפעטער האט ער עס שוין געטראפן געדריקט ערגעץ, אז אין סאדאוונא פירט מען זיך צו צינדן ליכט שבועות ביינאכט אין מקוה...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
שלא לשמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
Location: חיפה
x 260

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך שלא לשמה »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:49 pm
שלא לשמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:36 pm הייב נישט אן אפי' מיט די סקווירא מנהגים.....
אביסל מעט מן המעט פון פסח:
די מכות וויין אין אן ערד'נע כלי
א ברכה אויף הלל ערב פסח ביי מצות באקן
כשר'ן אלע טישטוכער האנטוכער מען רופט עס זאאלן
נאר אויף אנצוהייבן....
אין ספר 'אמרות טהורות' פון ראחמיסטריווקע רבי זי''ע (כ'געדענק נישט ווי, מסתם כמה מקומות) ברענגט ער זייער שיינע זאכן וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הרה''ק מסקווירא זי''ע איבער די מנהגי קודש המקובל בבית סקווירא. די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די מעשיות וואס דער סקווירא'ע רבי זי''ע האט געהאט מיט חו''ז הגה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איבער די מנהגי קודש. זייער שיין און זיס, מלא חסידי'שן טעם.
טאקע הערליך שיין דארט אין אמרות טהורות, פון בית סקווירא איז ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק "נתיבות קודש" הגדה של פסח אויך זייער שיין און רייך
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך אנדערער »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:34 pm אויב איך רעד שוין פון סאדאוונא רב און מנהגים וועל איך שוין צוצייכענען נאך א מעשה.

איך ווייס פון איינער וואס האט אנגערופן זיין זוהן די פריערדעגער סאדאוונא רב (ר' יעקב יצחק זצ"ל), און אים געזאגט אז ער נעמט צוזאם מנהגי אלכסנדר, און ער וויל הערן פון אים די מנהגים וואס ער געדענקט.

האט ער אים געזאגט אז ער זאגט שוין נישט קיין מנהגים, ומשום מעשה שהיה.

ומעשה שהיה כך היה:

איינמאל שבועות ביינאכט האט זיך די לעקטער אינעם סאדאוונא מקוה בטעות פארמאכט, האט מען אנגעצינדען אסאך נשמה לעכט אז עס זאל זיין עטוואס ליכטיג.

פארטאגס, ווען ער איז געגאנגן אין מקוה, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז פשט פון די אלע לעכט דא, האט ער אים געענטפערט (בדרך צחות): וואס הייסט, שבועות ביינאכט קומען דאך אראפ אלע נשמות.

דערציילט סאדאונא רב ווייטער, אז אפאר יאר שפעטער האט ער עס שוין געטראפן געדריקט ערגעץ, אז אין סאדאוונא פירט מען זיך צו צינדן ליכט שבועות ביינאכט אין מקוה...
:lol:
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

געזען לעצטנס אז אין חב"ד זאגט מען קוה און עלינו נאך נעילה.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 203

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך בן חיים »

געזעהן אין די נייע הגדה היו דברים מעולם א אינטערעסאנטע מנהג וואס איז געווען אין אפריקע דוכט זיך (כדענק נישט פינקטליך יעצט) אז מען האט נישט אריינגענומען פסח ביינאכט קיין שום פרעמדע מענטש צום סדר, טאמער איז אנגעקומען א גאסט אין שטאט האט אים קיינער נישט אנגעקוקט, די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געקענט גיין איז צו א גוי

ער האט דארט א גאנצע אריכות וואס איז פשט פון דעם
מדא
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 11:20 am
x 15

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך מדא »

בן חיים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:39 am געזעהן אין די נייע הגדה היו דברים מעולם א אינטערעסאנטע מנהג וואס איז געווען אין אפריקע דוכט זיך (כדענק נישט פינקטליך יעצט) אז מען האט נישט אריינגענומען פסח ביינאכט קיין שום פרעמדע מענטש צום סדר, טאמער איז אנגעקומען א גאסט אין שטאט האט אים קיינער נישט אנגעקוקט, די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געקענט גיין איז צו א גוי

ער האט דארט א גאנצע אריכות וואס איז פשט פון דעם
כל דכפין?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1153

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 1:38 pm געהערט א צייט צוריק אז אין סקווירא מאכט מען ליל שמח"ת בלויז דריי הקפות.

@עצי בשמים @א יוני אין שוויץ איר קענט באשטעטיגן?
אזוי איז געווען די מנהג אין קראקא.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 203

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך בן חיים »

מדא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 4:37 pm
בן חיים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:39 am געזעהן אין די נייע הגדה היו דברים מעולם א אינטערעסאנטע מנהג וואס איז געווען אין אפריקע דוכט זיך (כדענק נישט פינקטליך יעצט) אז מען האט נישט אריינגענומען פסח ביינאכט קיין שום פרעמדע מענטש צום סדר, טאמער איז אנגעקומען א גאסט אין שטאט האט אים קיינער נישט אנגעקוקט, די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געקענט גיין איז צו א גוי

ער האט דארט א גאנצע אריכות וואס איז פשט פון דעם
כל דכפין?
ער פלאגט זיך טאקע מיט דעם

איינס פון די סיבות וואס ער זאגט אז לכאו' קומט עס פון דעם ווייל די אידן פון יענע מקומות שטאמען פון שפאניע האבן זיי זייער מורא געהאט צו עפענען די טיר

כהאב נישט קיין כח צו מאריך זיין יעצט,
ואתכם הסליחה
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4108
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7125

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך וואוילער »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:34 pm אויב איך רעד שוין פון סאדאוונא רב און מנהגים וועל איך שוין צוצייכענען נאך א מעשה.

איך ווייס פון איינער וואס האט אנגערופן זיין זוהן די פריערדעגער סאדאוונא רב (ר' יעקב יצחק זצ"ל), און אים געזאגט אז ער נעמט צוזאם מנהגי אלכסנדר, און ער וויל הערן פון אים די מנהגים וואס ער געדענקט.

האט ער אים געזאגט אז ער זאגט שוין נישט קיין מנהגים, ומשום מעשה שהיה.

ומעשה שהיה כך היה:

איינמאל שבועות ביינאכט האט זיך די לעקטער אינעם סאדאוונא מקוה בטעות פארמאכט, האט מען אנגעצינדען אסאך נשמה לעכט אז עס זאל זיין עטוואס ליכטיג.

פארטאגס, ווען ער איז געגאנגן אין מקוה, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז פשט פון די אלע לעכט דא, האט ער אים געענטפערט (בדרך צחות): וואס הייסט, שבועות ביינאכט קומען דאך אראפ אלע נשמות.

דערציילט סאדאונא רב ווייטער, אז אפאר יאר שפעטער האט ער עס שוין געטראפן געדריקט ערגעץ, אז אין סאדאוונא פירט מען זיך צו צינדן ליכט שבועות ביינאכט אין מקוה...
און אזוי איז געשאפן געווארן די חידוש'דיגע מנהג פון נישט ענטפערן וועגן מנהגים
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1153

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 8:00 pm
מדא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 4:37 pm
בן חיים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 10:39 am געזעהן אין די נייע הגדה היו דברים מעולם א אינטערעסאנטע מנהג וואס איז געווען אין אפריקע דוכט זיך (כדענק נישט פינקטליך יעצט) אז מען האט נישט אריינגענומען פסח ביינאכט קיין שום פרעמדע מענטש צום סדר, טאמער איז אנגעקומען א גאסט אין שטאט האט אים קיינער נישט אנגעקוקט, די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געקענט גיין איז צו א גוי

ער האט דארט א גאנצע אריכות וואס איז פשט פון דעם
כל דכפין?
ער פלאגט זיך טאקע מיט דעם

איינס פון די סיבות וואס ער זאגט אז לכאו' קומט עס פון דעם ווייל די אידן פון יענע מקומות שטאמען פון שפאניע האבן זיי זייער מורא געהאט צו עפענען די טיר

כהאב נישט קיין כח צו מאריך זיין יעצט,
ואתכם הסליחה
סאטמאר רב איז אויך געווען זייער שטרענג אז מען זאל נישט קומען אום גערופן.
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 206
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 749

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך זלמעלע »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג מערץ 27, 2026 1:32 am
בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 8:00 pm
מדא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 4:37 pm כל דכפין?
ער פלאגט זיך טאקע מיט דעם

איינס פון די סיבות וואס ער זאגט אז לכאו' קומט עס פון דעם ווייל די אידן פון יענע מקומות שטאמען פון שפאניע האבן זיי זייער מורא געהאט צו עפענען די טיר

כהאב נישט קיין כח צו מאריך זיין יעצט,
ואתכם הסליחה
סאטמאר רב איז אויך געווען זייער שטרענג אז מען זאל נישט קומען אום גערופן.
אבער ער איז אויך געווען זייער שטרענג צו באוורענען אז יעדער גאסט האט יא אנדערע יידישע פלאץ מיט אלעס וואס ער דארפט

במחכ"ת רב דנדרוביץ מ'דארף נישט ברענגען אלע נישט גוטע זאכן וואס יידן האבן געטאן במשך הדורות
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2565
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5795

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך הדסים »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג מערץ 27, 2026 1:32 am סאטמאר רב איז אויך געווען זייער שטרענג אז מען זאל נישט קומען אום גערופן.
אומגערופן פסח ביינאכט, איז דאס פון וואס ער רעדט אדער אז מ'האט בעצם נישט אריינגענומען קיין געסט צום ליל הסדר?

כ'האב נישט דעם ספר.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 122

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך זוכער »

אין ליובאוויטש

* קיינער גייט נישט מיט קיין קיטל ביים סדר.

* מ׳זינגט נישט די זמירות ובכן ואמרתם זבח פסח, ויהי בחצי הלילה, אדיר במלוכה, אחד מי יודע און חד גדיא.

* זענען שטארק מקפיד אויף אלע חומרות פסח, און געבראקטס איז ממש חמץ.

* געהערט אז מ׳עסט קארטאפל אויף כרפס.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 203

Re: געהערט א חידוש'דיגער מנהג והנהגה

פאוסט דורך בן חיים »

תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג מערץ 27, 2026 1:32 am
בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 26, 2026 8:00 pm
מדא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 25, 2026 4:37 pm כל דכפין?
ער פלאגט זיך טאקע מיט דעם

איינס פון די סיבות וואס ער זאגט אז לכאו' קומט עס פון דעם ווייל די אידן פון יענע מקומות שטאמען פון שפאניע האבן זיי זייער מורא געהאט צו עפענען די טיר

כהאב נישט קיין כח צו מאריך זיין יעצט,
ואתכם הסליחה
סאטמאר רב איז אויך געווען זייער שטרענג אז מען זאל נישט קומען אום גערופן.
מרעדט נישט פון דעם

ער רעדט פון מענטשן וואס האבן נישט געהאט ווי צו זיין אויף יו"ט און קיינער אין שטאט האט זיי נישט אריינגענומען

אין קיין איין שטוב איז נישט געווען קיין געסט פסח
שרייב פאוסט